בד"ה - אדמו"ר מוויזניץ ב"ב זצ"ל
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
- פליגל
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5993
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
- לאקאציע: ביים פענסטער
בד"ה - אדמו"ר מוויזניץ ב"ב זצ"ל
באקומען אויף טוויטער אז אדמו"ר מוויזניץ ב"ב מרן משה יהושע האגער זצ"ל איז היצט נסתלק געווארן.
נאט אייך א גרינע...
- וויכטיג מאכער
- Site Admin
- תגובות: 32541
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

- טהור-עיניים
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5124
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm
בד"ה, ביים הויכן עלטער פון 96 יאר, ווען די לעצטע פאר יאר איז ער ליידער נישט געווען בקו הבריאות, איז ער אבער געווען איין לאנגע קייט פון תורה, עבודת ה' און חסידות. א איד וואס האט געפלאמט פארן אויבערשטן, ווער עס געדענקט זיינע שבתים אין די גוטע צייטן, פרייטאג צו נאכטס טיש, די ווארימע ניגונים, די ווארימע שמועסן. די גאנצע סארט הנהגה וואס ער האט איבערגענומען פון זיין טאטן, וועלכער איז געווען איין שטיק רגש דקדושה.
איך קען אזוי פיל שרייבן אז איך ווייס נישט ווי אנצוהייבן. און איך בין נישט קיין וויזשניצער חסיד.
אבער אפאר ווערטער וועל איך מוזן אריינווארפן שוין צום אנהייב. ער איז אויפגעוואקסן אין גראסווארדיין אונטער זיין גרויסן זיידן דער אהבת ישראל, און ער האט זיך געדרייט און זיך געקארמעט מיט חסידות פון די גרויסע לייבן וועלכע האבן זיך געדרייט דארט ביי זיין זיידן. ווען מען האט געגרינדעט די ישיבה דארט האט ער עס געפירט, און שפעטער ווען ער איז ארויפגעקומען קיין א"י נאכן חורבן, איז זיין פעטער דער דמשק אליעזר שוין געווען דארט, און האט שוין געהאט געגרינדעט א ישיבה, און ער האט אים געשטעלט אלס ראש ישיבה. זיין טאטע דער אמרי חיים איז נאך דעמאלס נישט געווען אין א"י.
שפעטער ווען דער דמשק איז נפטר געווארן און נישט איבערגעלאזט קיין קינדער, איז דער אמרי חיים ארויפגעקומען קיין א"י, און געווארן דארט וויזשניצער רבי, און ר' משה'לע האט ווייטער משמש געווען אלס ראש ישיבה און שפעטער אויך אלס רב. אזוי ארום אז די גאנצע וויזשניצער אימפעריע וועלכע איז היינט דא אויף די וועלט, איז אין גרויסן טייל אים צו פארדאנקען, און רוב זענען זיינע תלמידים.
דער עולם האקט ווי משוגע, מ'קען נישט שיקן, נו
המשך יבא, בלי"נ

חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
NO man is a failure who has friends
- שנאפס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17010
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
- לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
מיין זיידע זז"ג האט אין די מלחמה יארן געלערענט אין גרויסווארדיין, צוזאמען מיט ביידע ברודער, להבח"ח,
מיין זיידע דערציילט, אז אינדרויסן פלעגט פליען באמבעס, מענטשן זענען געפאלן ווי פליגן, און די צוויי ברודערס פלעגן לערנען מיט התמדה ווי גארנישט גייט פאר
מיין זיידע דערציילט, אז אינדרויסן פלעגט פליען באמבעס, מענטשן זענען געפאלן ווי פליגן, און די צוויי ברודערס פלעגן לערנען מיט התמדה ווי גארנישט גייט פאר
kraitchmah עט גימעיל
באקומט סטאקס בחנם
באקומט סטאקס בחנם
- פראספעקטיוו
- שר חמישים
- תגובות: 73
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 21, 2011 6:38 pm
..... האט געשריבן:אינטערעסאנט ווי שנעל מ'האט אפדעיטעד זיין וויקיפעדיע בלעטל http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7% ... 7%92%D7%A8
שמעתי אז חתנו יבל"ח כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט זיך אמאל אויסגעדריקט מיין שווער האט געהאט שיינע נעכט, ער פלעגט לערנען ביינאכט שעות רצופות אין בית המדרש.
זכותו הגדול יגן עלינו
זכותו הגדול יגן עלינו
לעצט פארראכטן דורך מחזור אום דינסטאג מארטש 13, 2012 8:17 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.