'די צייטונג' אינגאנצן איבערגעפרישט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

'די צייטונג' אינגאנצן איבערגעפרישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אךשמח »

איך האב נארוואס איינגעהאנדלט דעם 'צייטונג', מיין בעסטער אידישער פאפיר און איך זע אז עס איז געמאכט געווארן אומצאליגע שינויים.

די ערשטע זאך וואס מ'באמערקט גראד איז אז די דיקע אותיות זענען נעלם געווארן.

די צווייטע זאך וואס איז גאר בולט איז אז אוועק זענען די געווענליכע פינף קאלוםס וואס יעדער בלעטל איז געווען אויסגעשטעלט, און היינט איז עס דריי אדער פיר קאלומס.

נאך וועט נאכקומען.
אייניגע
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 12:49 pm
לאקאציע: ארץ פלסטינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייניגע »

אךשמח האט געשריבן: מיין בעסטער אידישער פאפיר

גם אני מצטרף
אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליינער »

ער האט אנגעפאנגען צו ווידמען 2 בלעטער פאר קאלערדיגע אידישע בילדער
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך
אבי.גערעדט
שר האלף
תגובות: 1332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 13, 2009 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבי.גערעדט »

דא האט איר א בילד פון זייט 3. איך ווייס נאכנישט וויאזוי עס אויפצונעמען, אין א וועג איז עס זייער שיין, אבער אויך זייער דיפרענט, מסתם מיט די צייט וועט מען זיך צוגעוואינען , ווי שוין באריכטעט בעבר שטייט דער צייטונג זייער שווער, אין פרובירט שטארק צו געווינען נייע קליענטן, ווינטש מיר אים אסאך הצלחה
אטעטשמענטס
IMAG0058.jpg
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

אייניגע האט געשריבן:
אךשמח האט געשריבן: מיין בעסטער אידישער פאפיר

גם אני מצטרף

שטיי מיר אויך אייניג
גלות אמעריקא
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 6:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלות אמעריקא »

איך האב יעצט געזעהן די צייטונג.

הערליך זיך איבערגעפרישט, מיט א נייעם בליק.

געשמאק צו ליינען, און צו בלעטערן.

זעט זיך אויס ווי ער גייט דורך א שטארקע ריארגענייזונג, און פרישט איבער די גאנצע צייטונג.
אוועטאר
שטייסטענישט
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2011 10:35 pm
לאקאציע: וואו אימער כ'בין נישט וועלקאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייסטענישט »

ווער האט עם אויפגעוועקט פון זיין טיפ'ן שלאפ.....
ביסטע דעפרעסט? איר זענט נישט אליינס, קליק דא און הער צו.
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

פונעם בילד וואס אבי.גערעדט האט געשטעלט, קוקט דאס אויס זייער שיין.
__________________________________
This signature was intentionally left blank
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2177
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

איך קען עס שוין אנהויבען ווייטער צו קויפען?
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
גולם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 312
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 05, 2011 8:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם »

שטייסטענישט האט געשריבן:ווער האט עם אויפגעוועקט פון זיין טיפ'ן שלאפ.....

דעי וואס האבענעס אויפגעהערט צו קויפן וגם אני בתוכם
אבער איך פלאן עס סייווי נישט צו קויפן מער ווייל ס'פעלט נישט אויס
בינעך א ליימענע גולם
קליפ און קלאר
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2011 5:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליפ און קלאר »

קען איינער ביטע ארויפשטעלן א בילד פון די פראנט פעידזש?
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

גולם האט געשריבן:דעי וואס האבענעס אויפגעהערט צו קויפן וגם אני בתוכם
אבער איך פלאן עס סייווי נישט צו קויפן מער ווייל ס'פעלט נישט אויס


פארוואס זאגסטע ס'פעלט נישט אויס?? אין הכי נמי מען קען טרעפן אלע נייעס אנליין א מינוט נאכדעם וואס ס'האט פאסירט, מיט לעבעדיגע בילדער און (פוי) ווידיאו, אבער מיט דעם אלעם איז דא אסאך זאכן וואס מען טרעפט נישט ערגעץ אנדערש. צב"ש נייעס פון מוסדות און קהלות, מזל טוב'ס און ניחום אבלים, מעשיות פון רבי'ן ז"ל, מוסר און השקפה, עצות פאר א אידישע שטוב, און עניני חינוך, און אפשאצונגען און באהאנדלונגען....... פאר 2 דאלער איז עס ווערד לענ"ד.
הפך בה והפך בה דכולה בה!
שטרוי
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 05, 2011 9:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטרוי »

גולם האט געשריבן:
שטייסטענישט האט געשריבן:ווער האט עם אויפגעוועקט פון זיין טיפ'ן שלאפ.....

דעי וואס האבענעס אויפגעהערט צו קויפן וגם אני בתוכם
אבער איך פלאן עס סייווי נישט צו קויפן מער ווייל ס'פעלט נישט אויס

זיי'שע מוחל, אנדערע בלעטער קויף'סטע יא ??,

איך גלייך זיין סטיל.
גולם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 312
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 05, 2011 8:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם »

כעל אייך זאגן:יעך כאב שטארק ליב געהאט צו ליינען דאס צייטונג סיי דע ארטיקלען וואסיז זייער תוכנדיג סיי דע נייעס וואסיז קורץ און שארף ממש א געשמאק
נאר וואס דען כאב פשוט נישט קיין צייט ווען עס צו ליינען ב"ה און ס'ווייב אויך נישט סא אינישטא פארוואס עס צו קויפן
בינעך א ליימענע גולם
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

גם אני בחלומי, פלעגט שטארק גלייכן "די צייטונג", און האב שטענדיג געהאט עפעס א געפיל זיי צו שטיצן. - אבער דאך מחמת סיבות האב איך - ווי אנדערע - שוין א לאנגע צייט אויפגעהערט קויפן.

אויב קומען די שורות דא אן צו "די צייטונג" האב איך צוויי פארשלאגן, וואס לענ"ד קענען העלפן צוריקכאפן ליינער, און אויפבויען דעם צייטונג.

ערשטענס, דעקן חרדי'שע און רבי'שע נייעס - אין קורצן.
די צייטונג האט א שטעלונג אז ער דעקט נישט קיין רבי'שע נייעס, בלויז פאר קאסטומערס א.ד.ג. איך האלט אז ער זאל איינפירן א נייעם סטייל פון חרדי'שע נייעס אין קורצן, א שטייגער ווי "קול מבשר" מעלדט דאס אין געציילטע ווערטער.
רבי'שע שמחות, מלוה מלכה'ס, נסיעות, די הויכפונקטן און עלעקטראנישע שטראמען וואס האבן אדורכגענומען דעם עולם, קענען באריכטעט ווערן אין די אנדערע צייטונגן, אבער ער זאל מעלדן מיט א מינימום אינפארמאציע. לדוגמא עס איז געווען אדער ס'גייט פארקומען מאורע פלוני, פון אדמו"ר מפלוני, באולם פלוני, בעל דרשן פלוני .
די רבי'שע נייעס איז פאקטיש נייעס אין אונזערע קרייזן, און כאטש איך בין נישט נייגעריג צו ליינען די טיפע זאפטיגע הרגשים פון יעדן חסיד אויף "זיין" רבי'ן - (דאס בין איך גרייט צו פארנעמען בלויז אויף מיין אייגענעם הויף :lol: ) אבער טריקענע באריכטן מיט די קורצע פאקטן, קלער איך וואלט יא געווען אינטערעסאנט.

צווייטענס, ווידמען עטליכע בלעטער פאר א פאמיליע אפטיילונג.
א שטייגער ווי "דער איד" האט אנגעהויבן מיט א שטיק צייט צוריק, און לויט ווי כ'הער פון מיינע באקאנטע איז דאס גאר פאפולער ביי די בית יעקב אלו הנשים, פארהאן אסאך פרויען מיידלעך און אפילו קינדער וואס ליינען צייטונגען, אבער זיי אינטערעסירט נישט די געווענליכע טאטע-נייעס באריכטן און וועלט פאליטיק אדער הויכע לעוועל תורה און השקפה ארטיקלן א.ד.ג. זיי האבן זייער אייגענארטיגע געברויך-סטייל, אזעלכע סארט ארטיקלן צוגעפאסט צו זיי, אפשר מעלות-סטייל, מיט סתם מעשה'לעך א.ד.ג.
דערפאר לייענען אזויפיל היימישע פרויען אנגלא-אידישע אויסגאבעס, ווייל די היימישע סערווירן נישט זייער געברויך.

איך מיין אז די צוויי פארשלאגן זענען רעלאטיוו שטארקע און נוצבארע, וואס קענען ברענגן פאזיטיווע רעזולטאטן, צוריק אויפצובויען א שטארקע געטרייע ליינער באזע פאר "די צייטונג".

אדרבה, איך לאדן איין דעם עולם, צו מיטשטימען, קריטיקירן, און דעבאטירן, מיינע פארשלאגן.
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

עוד רגע אדבר ברשות המערכת און א תפלה להשי"ת נישט אריינצופאלן אין מעראסט דא - אויב מעג מען דאס דערמאנען בקצה המזלג, וויל איך בארירן נאך א נקודה.

פארמיידן דאס שרייבען איבער היימישע פאליטיק
די צייטונג האט איין שטארקע מעלה איבער די אנדערע 2 היימישע יודישע צייטונג, דאס איז בעניני החילוקי דיעות שונות שאין כאן מקומם להאריך, וואס מ'האלט זיך נישט צוריק פון שרייבן איינער מער בגלוי און איינער מער צווישן די שורות, און פילצאליגע ליינערס וואלטן גערן באשטאנען נישט אריינצונעמען אין שטוב נאר בלויז א לייען מאטעריאל וואס איז גענצליך ריין פון א געשרייבאכטס וואס בארירט בכבודם של מי שהוא בצד השני של המטביע וכדומה ודו"ק ודי כי קצרתי.

אבער היות מ'זיכט א געוויסע דרגא און ניווא רייכקייט פון אן אויסגאבע, וואס זאל דערצו נאך שטימען מיט אונזער השקפה בעניני דיעות, איז מען בוחר את את אשר יבחר במיעוטו, און מען פארקוקט, מען קויפט דאס וואס איז נאנטער צו מיר, אדער ביידע, און ס'דא ווער ס'שלעפט ארויס די ביילאגעס א.ד.ג. און מען האפט אז ס'זאל נישט שאטן דעם חינוך פון די קינדער.

דערפאר, אולי וואלט "די צייטונג" געווען צופרידנשטעלענד, און פארקויפט גענוג סחורה, מיין איך אז פיל וואלטן געסוויטשט, און אריינגברענגט אין שטוב בלויז דאס, און פטור אן עסק.

*
נ.ב. איך בעט זייער נישט צו פארפירן דעם שמועס אין א באשולדיגונגס-באנק, איך האב געשריבן צוויי-זייטיג, כ'מיין נישט קיינעם און כ'מיין יעדן, די נקודה איז בלויז אז די צייטונג קען שטיין גענצליך אינדרויסן דערפון.

הגה: איך טייל דירעקט אפ די תגובה באזונדער פון די אנדערע, אויב די מערכת האלט אז ס'איז נישט פאסיג צום מנהג המקום, ביטע ווארפט דאס אין שמות, וכשם שקבלתי שכר על הדרישה, אקבל שכר על הפרישה, ולא אמרתי כלום.
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

ר' חייקל, איך שטים מיט מיט אייערע תגובות, ביידע.
__________________________________
This signature was intentionally left blank
שטרוי
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 05, 2011 9:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטרוי »

ר' 'חייקל' דאס, און טאקע דאס איז די 'די צייטונג'ס מעלה, ריין, זויבער, ביזנעס סטיל דווקא, און מיט רעכט, און לאזט זיך נישט, נאר פאר א פרייז, וואס דעמאלט'ס פארשטייט יעדער, אין עס ארט בכלל נישט, און יא, זאלן אלע קומען און באצאלן פאר זייערע\אונזערע הויף באשרייבונג,

און איצט האט ער אייך אויך צופרידן געשטעלט פאר בלויז מינימום הויף נייעס, מיט אפי' בילדער, עס רעדט מער ווי טויזענט ווערטער.
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

חייקל, מסכים מיט יעדעס ווארט אייערע, עס וואלט איך טאקע אסאך געהאלפן, און איך גלייב אז אזא געלונגענען צייטונג (אויף דעם פארנעם ווי דו ביסט מסביר) האט א גרויסן מקום און א גרויסן געברויך ביי אונזער ציבור.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

יואל ווייס האט געשריבן:ר' חייקל, איך שטים מיט מיט אייערע תגובות, ביידע.


זייער ריכטיג ר' חייקל.
חשמל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2011 6:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חשמל »

איך קויף דעם צייטונג בעיקר וועגן די עדות דערציילן ארטיקל און לעצטענס האבן זיי א ארטיקל וואס לויפט יעדע וואך פון א אינטערוויוער הארט נאכן קריג, ביידע ארטיקלען זענען עפעס נישט נארמאל גוט וואך איין וואך אויס.
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

כ'האב שוין געשריבן אויבן עטליכע מעלות וואס איך גלייך זייער פונעם צייטונג.

ועל של עתה באתי, די נייע טויש קוקט אויס א טראפעלע שענער פון איין זייט, באט "קאנפיוזינג" פון די אנדערע זייט.

ווען דו קוקסט אריין אויפן בלעטל, קוקט דאס אויס זייער צוזאנמעגעמישט, איין נייעס אינעם צווייטן. עס וואלט געדארפט זיין מער ספעיס צווישן איין שטיקל נייעס / ארטיקל און דעם צווייטן. אויך האבן זיי געמאכט די ליין-ספעיסינג (ד.ה. די ריוח בין השורות) צו גרויס. עס דארף זיין נאנטער די שורות, און אפשר אביסל מער אפגעטיילט צווישן די פאראגראפן.

אויך וואלט איך רעקאמענדירט אנצוהייבן נוצן אביסל נייערע, מאדערנע אותיות. די פרענק-ראהל איז גוט פאר די לענגערע באשרייבונגען, אבער פאר די קעפלעך, און קורצע באריכטן, וואלט געווען שיין א טשעינדזש. "דער איד" איז א גוטער ביישפיל פון זיך שיין ארויפארבעטן.

איך מיין אז "די צייטונג" זאל צייטווייליג ארייננעמען א שיינעם גראפיקער און פאבלישער (פאר א קורצע צייט), וועלכער זאל זיי אנווייזן הדרך אשר ילכו בה ואת הגראפיקס אשר יעשון, און לאורו יסע וילך עד ביאת הגואל.
הפך בה והפך בה דכולה בה!
חשמל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2011 6:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חשמל »

די העדליינס אין די בעק מעגן זיי אויך טוישן, מ'באמערקט עס ניטאמאל


אינטערעסאנט אז לע"ע קען מען נאר ביי זיי אריינלייגן ליגעל נאטעסיס
אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1301
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלץ האקער »

חשמל האט געשריבן:איך קויף דעם צייטונג בעיקר וועגן די עדות דערציילן ארטיקל און לעצטענס האבן זיי א ארטיקל וואס לויפט יעדע וואך פון א אינטערוויוער הארט נאכן קריג, ביידע ארטיקלען זענען עפעס נישט נארמאל גוט וואך איין וואך אויס.


איך פלעג ליינען די אקטיקלן פון עדות דערציילן אבער איך קען עס נישט פארנעמען מער די לעצטע פאריאר נאך מער איך טריי צי מאכן אז מיינע קינדער זאלן עס נישט ליינען בכלל נאר וועגן די ארטיקלן ס'איז לויט מיין מיינונג אביסל צי ווייט ווי קען מען שרייבן אויפן פאפיר אזעליכע מעשיות ממש ס'פעלגט מיך משוגע מאכן פאר א גיטע שטיק צייט נאכן ליינען ה"י וואס אינזער זיידעס און אידישע ברודערס האבן מיטגעמאכט, יעצט קויף איך עס נאך ווייל איך גלייך די ארטיקלן מיט היסטאריע ווי רבי און אמעריקע און די אנדערע למשל ווען זיי האבן געשריבן פון ראטשילד משפחה.

דאס איז מיינע געפילן (אריין און געפילן אשכול..........)
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
http://www.ivelt.com/forum/download/fil ... &mode=view
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

על טעם וריח אין להתוכח...
איך גלייך נישט דעם אינטערוויו ארטיקל, (עכ"פ נישט דער אינטערוויו פונעם רב, וואס איז געלאפן אנפאנג פון די סעריע)
__________________________________
This signature was intentionally left blank
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”