אוקעי, גייט אהין, כאפט א בליק, איך בעט זייער נישט צו שטערן דעם אטמאספערע דארט, דער וואס וויל שמועסן זאל ארויסגיין אינדרויסן.
שטייענדיג אזוי אויפן פארטש פונעם קרעטשמע זעה איך אז דער פאסט מייסטער דעליווערט די פאסט פאר די תושבי הקרעטשמע, קוקענדיג גוט זעה איך ווי איין גרויסע געלע ענוועלאופ לייגט ער אריין אין מיין קעסטל. איך לויף אראפ די סטעפס, נעם עס ארויס נייגעריגערהייט, און א שיינע בריוול האט זיך אנטפלעקט פאר מיר בזה"ל:
צייטליך האט געשריבן:כבוד הרב החסיד ידידי עוז, מוכתר בכל מדה ומעלה, איש חי ורב פעלים, לתודה ולתעודה, זכה לזכות הרבים של רבבות לומדי תורה בהיכל אוצר הספרים של קרעטשמעתינו, עוסק בצרכי ציבור באמינה, בונה ומקים עולמת של תורה, שבחו מי ימלל, גומרין עליו ההלל, ה"ה
הרב הגאון יואל גרויזאמער שליט"א
הוא הגבר אשר זכה ליהיות ה'ספאנסער בעד האוצר הספרים החדש בהיכל התורה ד'קרעטשמעתינו
גרויזאמער!!, א יאמאנגעס שכויעך פאר דיינע לינק'ס וואס די האסט ארויפגעלייגט, ס'איז מיר שוין שטארק ציניץ געקימען,
וכל העוסקים בצרכי ציבור באמינה הקב"ה ישלם שכרם.
החותם למען כבוד בית ישראל
הק' צייטליך
בלאאמו"ר שליט"א
נ.ב., כה'אב נישט געוואלט שרייבן ד שכויעך אינעם אשכול , וויבאלד כ'האב געוואלט אז ס'זאל בלייבן אויסדריקלעך פאר דעם, כ'האף אז אנדערע וועלן מיר נאכטוען און נישט שרייבן דארט קיין שכויעך'ס אדער אנדערע באמערקונגען.
דאס האט מיר באוואויגן צו עפענען דעם אשכול, קאמענטירט אויפן אוצר הספרים! אויב פעלט א געוויסע ספר שרייבט עס דא, אין קעיס מענטשן קומען דארט אריין שמועסן און איבערדרייען שרייבט עס דא, אויב זעט איר אז איינער נעמט ארויס א ספר און לייגט עס צוריק רעפארט עס דא און מיר וועלן קער נעמען. בקיצור קאמפלימענטן ווי קריטיק, אלעס אלעס.