נייעס איבער פעיסבוק, מעטא און מארק צוקערבערג

עקאנאמיע, ביזנעס און טעכנאלאגיע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

נייעס איבער פעיסבוק, מעטא און מארק צוקערבערג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

עס ווערט באריכטעט אין די וועלט פון פיינענס, אז די פירמע פעיסבוק גייט פיילן פעיפערס צו אפערען א איי פי או (ipo).

וואס הייסט א IPO?

א IPO מיינט ווען א קאמפאני אפפערט פארן פאבליק צו קויפן סטאק אין זייער פירמע, זיי זאגן וויפיל סטאקס עס גייט ווערן פארקויפט, און וויפיל יעדע וועט קאסטען, און וויפיל פראצענט פון די פירמע איז צום פארקויפן, און דאס באשטעטיגט אויך די ווערט פון די פירמע אויף די מארקעט.

יעצט אזוי, די פירמע באשטעטיגט למשל אז זיי ווילן פארקויפן 10 פראצענט (מלבר) פון זייער פירמע, איז ווער באשטעטיגט וויפיל די פירמע איז ווערט, כדי צו וויסען וויפיל צען פראצענט איז ווערט?

דאס ווערט געטאן געבויט אויף עטליכע זאכן, איינס אין די פשוט'סטע איז וויפיל די "פרייוועט" סטאק פון די פירמע איז ווערט.

וואס הייסט פרייועט סטאק?

דאס איז די פרייוואטע מענטשען וואס האבן אינוועסטיערט אין די פירמע, ביים אויפבויען, אדער שפעטער למשל מען האט געדארפט קויפן בנינים וכדו', זיי ווערן באצאלט מיט שותפות אין די פירמע, אזוי אויך די ארבייטער באקומען שותפות אלס א חלק פון זייער באצאלדונג, פארשטייט זיך אז די העכערע ארבייטער באקומען מער שותפות אין די קלענערע וויניגער.

די שותפות, וואס הייסט בלשון פינאנץ "סטאק" ווערט געטרעד אויפן פרייוועט מארקעט, למשל איינער האט געגעבן פאר די פירמע 1,000,000 $ און האט באקומען א 10'טל שותפות אין די פירמע, הייסט עס אז די פירמע איז ווערט 10,000,000 $, ער גייט מיט די געלט און ער זאגט פאר זיין חבר, הער אויס איך האב סטאק אין די פירמע, די וויסט דאך וואספארא גיטע פראדוקט זיי פראדאצירען, און עס וועט זיכער מער ווער ווערן, איך בין גרייט דיר עס צו פארקויפן פאר 1,100,000 $, עס ווערט א געשעפט, און די פירמע איז שוין יעצט ווערט 11,000,000 $, און אזוי גייט עס ווייטער און ווייטער, (עס קען פונקט אזוי פאלן, ווי יעדע זאך).

יעצט אז די פירמע וויל גיין פאבליק (ווער עס קען גיין פאבליק, און ווען, איז א שמועס פאר זיך), זאגן זיי אזוי, אינזער פירמע איז ווערט 11,000,000 $, ווי מען זעהט אויף די פרייוויטע מארקעט, אינז ווילמער אפפערען שערס פארן פאבליק, מיר גייען פארקויפן 10% פון אינזער פירמע.

יעצט פארשטייט יעדער אז זי גייען נישט ארויסלייגען א סטאק וואס קאסט 1,000,000 $ א שעיר, ווייל אויף דעם איז נישט דא צופיל קונים, און עס וועט נישט שטייגען, צוטיילט מען עס אין קלענערע חלקים, מען אפערט למשל 100,000 שעירס, יעדע ווערט 10 דולער.

אבער כדי אז דער עולם זאל טראסטען אז די פירמע איז טאקע אזויפיל ווערט, נעמט מען א גרויסע אינוועסטמענט קאמפאני, וואס זיי זענען די אנדעררייטערס, אזוי ווי די גאראנטיערס, אויף די פירמע, און זיי זענען אויך א גרויסע מיינונג און שאצן וויפיעל די פירמע איז ווערט, און וויפיל די שערס וואס באטרעפען למשל צען פראצענט איז ווערט.

יעצט גייט די פירמע פאבליק, עס ווערט א סטאק אויפן סטאק מארקעט, דער עולם קויפט, און עס גייט ארויף און אראפ, און ווי עס גייט, גייען אלע פרייוואטע שותפים.

אין אינזער פאל פון פעיסבוק, הייסט עס יעצט אזוי:

די פירמע מיט די הילף פון די אינוועסטמענט קאמפאני "מארגען סטענלי" (אזוי הייסט עס יעצט אז זיי זייען זיין די עיקר אנדעררייטערס, מיט "גאלדמאן סעקס" אלס א קלענערע ראלע) שאצט אז זיי זענען ווערט צווישען 75,000,000,000 און 100,000,000,000 $ (ביליאן), זיי ווילן פארקויפן סטאקס אין די ווערט פון 10,000,000,000 דאלער, דאס מיינט רעיזן די ווערט פון די פירמע מיט 10 ביליאן דאלער .

די פירמע איז צוטיילט צווישען אסאך בעלי בתים, זאקערבערג אליינס האט 20 פראצענט, די סיי אוי אוי (COO) האט איין פראצענט, און אסאך אנדערע ארבייטעטער האבן קלענערע פראצענטען, און אז די פירמע באקומט פרישע 10 ביליאן דאלער צוטיילט מען עס צווישען די יעצטיגע בעלי בתים.

לויט די יעצטיגע פלאן, וועט זאקערבערג זיין ווערט בערך צוואנציג ביליאן דאלאר, און אזויפיל ווי טויזענט ארבייטער ביי פעיסבוק, גייען ווערן מיליאנערען.
לעצט פארראכטן דורך לכתחילה אריבער אום זונטאג יאנואר 29, 2012 12:01 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

עטליכע ראזינקעס וועגן פעיסבוק:

די פירמע איז געגרינדעט געווארן אין 2004 דורך מארק זאקערבערג (א איד), מיט נאך 3 סטודענטען סאברין (אויך א איד), מאשקאוויטש (נא זעכער א איד), און איינער האדזשעס (נעבעך אויסגעשפילט א לא משלנו).

קודם איז עס געווען פאר סטודענטען פון זייער קאלידש אין הארווערט, און ציביסלעך צו אנדערע קאלידשעס, און אין 2006 איז עס געווארן פארן באניץ פונעם גאנצען עולם די פירמע האט און דעצעמבער 2011 דערגרייכט צו 800 מיליאן באניצערס.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

וויאזוי מאכט די פירמע געלט? עס איז דאך צום באניץ אומזיסט, נישט אזוי?
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

ישר כח אייך ר' לכתחילה ;l;p-
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

אויפריכטיג האט געשריבן:וויאזוי מאכט די פירמע געלט? עס איז דאך צום באניץ אומזיסט, נישט אזוי?

דורך אדדווערטייזמענטס...
אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריק פערי »

נאר אגב, IPO שטייט פאר א'ינישל פ'אבליק א'פפער, ד.ה. די ערשטע ווערט פון געלט וואס די פירמא לייגט ארויס ווי לכתחילה האט הערליך מסביר געווען.
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)
אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2011 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך private »

הערליך ארויסגעברענגט ר' לכתחילה, אבער מיר זענען נישט מוותר אויך די אנדערע חלק (ווער עס קען גיין פאבליק, און ווען, איז א שמועס פאר זיך),
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

א דאנק פאר די אינפארמאציע און שיינע באשרייבונג.!!

און אויך, נישט פארגעסן צוצוצייכענען אז דאס איז נאר לידיעות ומסחר בעלמא, און מ'זאל געדענקען וואספארא חורבנות דאס האט שוין געברענגט פאר די מענטשהייט (איך זאג נישט "אידישקייט", וואס איז אויך אמת, אבער אפילו ביי די אומה"ע באקלאגן זיי דאס).

און אגב, די עף.בי.איי. פלאנט צו האלטן אן אויג (נאך מער ווי ביז היינט) אויף די פעיסבוק באנוצער..
לעצט פארראכטן דורך שמעק_טאביק אום דינסטאג יאנואר 31, 2012 5:33 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הפך בה והפך בה דכולה בה!
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

ביג טענקס 4 לכתחילה!
שמעקי דו ביזט גערעכט חורבן איבעראל
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
tell.me.something
שר האלף
תגובות: 1250
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2010 11:43 am
לאקאציע: אין די קנא נייעס אפיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tell.me.something »

שכוח לכתחילה און שמעק. די שאלה איז אויב עס איז ווערט יעצט צו קויפן סטאקס ביי זיי. זיי זענען שוין לכאורה די מערסטע פאפולער וואס איז שייך. כמיין ווען זיי זענען ווען א לאנד וואלטן זיי געווען די דריט גרעסטע לאנד(נאך כינע און אינדיע) סא וויפיל נאך קענען זיי וואקסן? די חסידישע יודן גייען דאך סייווי נישט ארויפגיין דארט....
In the end everything will be ok. if its not ok, its not the end!
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

שמעק_טאביק האט געשריבן:א זייטיגער תיקון - מען שרייבט "שותפות" מיט א ת', נישט מיט א ט'.


ישר כח, שוין ערלעדיגט.

tell.me.something האט געשריבן:שכוח לכתחילה און שמעק. די שאלה איז אויב עס איז ווערט יעצט צו קויפן סטאקס ביי זיי. זיי זענען שוין לכאורה די מערסטע פאפולער וואס איז שייך. כמיין ווען זיי זענען ווען א לאנד וואלטן זיי געווען די דריט גרעסטע לאנד(נאך כינע און אינדיע) סא וויפיל נאך קענען זיי וואקסן? די חסידישע יודן גייען דאך סייווי נישט ארויפגיין דארט....


דאס איז די סיבה פארוואס זיי האבן געדארפט נעמען א ריזיגע קאמפאני ווי מארגען סטענלי, זאלן זיין די אנדעררייטערס, ווייל לכאורה אזא קאמפאני ווי פעיסבוק וואס יעדער איז מיט זיי באקאנט - נאך מער, יעדער כמעט נוצט זיי - דארף האבן גענוג רעפיוטאציע, אז ווען זיי זאגן אז זיי זענען ווערט כך וכך, זאל מען זיי גלייבן, און אין אזא פאל, נעמט מען עפעס א קלענערע קאמפאני אלס אנדעררייטער, וואס קאסט נישט אזויפיל.

נאר וויבאלד עס זענען דא אזעלעכע וואס זאגן ווי איר שרייבט, אז זייער פאטענטשעל פאר וואקסען איז שוין אויסגעניצט, האבן זיי גענימען איינס פון די צוויי גרעסטע אינוועסטמענט פירמעס, מארגען סטענלי, אז זיי זאלן גיט שטיין פאר די פירמע, און אז זיי זאגן אז עס איז גיט, גלייבט מען.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

איך בין נישט קיין פיינענשאל אנאלייזער באט איז דען פעיסבוק אזויפול ווערד? די אדווערטייזמענט ברענגט נישט קיין צענטל דערווייל עז אנטיסיפעיטעד.

לגבי FBI, איך האלט מיך אפ פון נוצן יעדן אומבאקאנטן טולבאר אדער אזוינע עפפ'ס פאר די איינע סיבה, ווער זאגט ס'יז נישט די חברה וואס שפיאנירן מיט א אומשולדיגן אויסזען אין פארם פון א עפפ.
אבער ביי די באריכט קען זיין ס'יז די שונאים פון פייסבוק וואס זוכן צו קלאפן די סטאקס נאך איידערן גיין פובליק דורך אנדרייען נעגאטיווע באריכטן.
נעווער קנאו.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
פאנדיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 30, 2011 12:32 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנדיט »

אלס איינע פון די מערסט באקאנטע טעק פירמעס, וועט די פירמע כמעט זיכער ארויפשיסן דעם ערשטן טאג פון די IPO פרייז, אבער די וואס וועלן אריינקומען נאך וואס עס וועט שוין זיין אויף די מארקעט, נעמען אן ערנסטע ריזיקע.

א לעצטער ביישפיל איז לינק-איד. דער IPO פרייז איז געווען 45, עס האט זיך געעפנט ביי 83, אבער ס'איז זינט דאן געווען א ראולער קאוסטער, מ'האט שוין געקענט פארלירן העלפט פון די געלט אויב מ'איז אריין אין די הייסטע צייט דעם ערשטן טאג.

ווייסט איינער אויב ס'איז דא א מעגליכקייט פאר פריוואטע אינוועסטירער צו קויפן פון די IPO?

דאאיז בערך ווי אזוי עס האט זיך געעפנט און געשלאסן יעדן טאג זינט ס'איז געגאנגען פובליק. אויך איז כדאי צו קוקן די טשארט וואס שליסט אריין די הויך און נידריקייט פונעם טאג. די אונטערשטע שורה פון די טשארטאיז דער ערשטער האנדלס טאג
אז דו פאלסט אריין אין מיין בלאג, און האסט הנאה, קענסטו מיך באלוינען מיט שטיצן די אדווערטייזערס אויף'ן בלאג.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

פאנדיט האט געשריבן:ווייסט איינער אויב ס'איז דא א מעגליכקייט פאר פריוואטע אינוועסטירער צו קויפן פון די IPO?

דערווייל קען מען נאר קויפן מיטשעל פאנדס וואס צווישען זייערע סטאקס איז דא פעיסבוק.
חוץ אז די ביסט גיט מיט איינער פון די פירמע וואס האט שוין פרייוואטע סטאק, אבער קיינער וועט נישט פארקויפן יעצט, ווען עס איז כמעט גאראנטיערט אז עס גייט ווערן טייערער.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשי קניהויז »

א דאנק פאר די לענגערע באריכט.
--
אויף פעיסבוק קענען אדווערטייזער די מערסטע קאסטעמייזן א עדד ווער און ווען עס זאל זעהן דיין אדווערטייזמענט, וויבאלד זיי האבן זייער זייער אסאך אינפאו פינעם באניצער.
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

יישר כח לכתחילה, זייער שיין געשריבן

פאנדיט, די קאמפאני הייסט לינקד-אין
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך DotCom »

הערליכער ארטיקל רב לכתחלה אריבער! א שיינעם דאנק פארן אזוי קלאר צולייגן דנם ענין.
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

די ניו יארק טיימס זאגט יעצט אז די אפפערונג קען זיין "אינגאנצען" 5,000,000,000 (ביליאן), נישט ווי מען האט געטראכט ביז יעצט, 10,000,000,000.

http://dealbook.nytimes.com/2012/01/31/ ... wednesday/
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

יעצט באקומען פון פאקס
BREAKING NEWS: Facebook Files for $5 Billion IPO
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

עס קוקט אויס אז פעיסבוק גייט גיין פאבליק ערגעץ אנהייב נעקסטען חודש. היינט זאגט א "קוואל", אז זיי האבן שוין אויסגעוועלט א "טיקער סימבאל" פאר זייער סטאק זייער נאמען וועט זיין "FB".

א טיקער סימבאל, איז די נאמען וויאזוי די סטאק גייט הייסען אויפן מארקעט, יעדע פירמע האט א קורצע נאמען, געווענליך עפעס א שייכות מיטן פולען נאמען, גוגל למשל האט GOOG, איי. בי. עם. איז IBM אא"וו,

די סיבה פארוואס עס הייסט "טיקער סימבעל", איז ווייל פאר די קומפיוטער און טעלעפאן עפאכע, פלעגט מען שיקען די פרייזען פון די סטאקס פון איין "טרעיד היוז", צום צווייטען, דורך עלעקטעראנישע סיגנאלען, ענדליך צו א טעלעגראם, און עס פלעגט ארויס קומען פון די מאשין אזא לאנגע פאפיר, (ווי די אלטע רעכענען מאשינען) וואס מען רופט אויף ענגליש "טעיפ", און ווען די טעיפ פלעיגט ארויסקומען, פלעגט מאכן אזא גערידער "טיק, טיק, טיק, טיק", ויקרא שמו בסטאקס "טיקער".

אגב די נאמען "טיקער טעיפ פאדעיד", די פאראדע וואס מען מאכט ווען א טיעם געווינט א גאר גרויסע געווינס, ווי די "וועלט סיריעס", אדער ווען סאלדאטען קומען אהיים פון פראנט, הייסט "טיקער טעיפ פאדעיד", ווייל די מנהג פלעגט זיין אז די אלע "טעיפ", פלעגט מען נישט האבן וואס צו טאן דערמיט איינמאל די נייע פרייזען פלעגען קומען, האט מען עס אוועק געלייגט, און אז עס איז געווען א פאראדע אין שטאט, פלעגט מען פון אלע פענסטערס, פון די הויכע בנינים, ווארפען די "טעיפ", ומאז הפאדאדע" נקרא "טיקער טעיפ פאדעיד"!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

לכתחלה, איך גיי ניסלעך פאר דיינע ידיעות.
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

גיימיר מאכען א טיקער טעיפ פאדיער פאר לכתחילה
א פאראד אינמיטען שטאט
שכח אינטערסאנט געווען צו לעזען
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

עס קוקט אויס ווי די טאג איז באשטעטיגט פאר מעי 17, גרייטס אן די זעק מיט געלט!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

הנה יום הגדול בא, ווי עס הייסט יעצט וועט מען ביז צוויי וואכן קענען ווערן שותפים אין פעיסבוק.

די פרייז וועט זיין צווישען 28 און 35 $ א שעיר, ביי די נידריגע פרייז וועלן זיי ווערט זיין $77,000,000,000 (77 ביליאן) און ביי די העכסטע פרייז $96,000,000,000 (96 ביליאן).

רבי זאקערבערג אליינס, גייט פארקויפן א ביליאן דאלער פון זיינע סטאקס, און וועט בלייבן מיט 57.3 פראצענט פון די קאמפאני.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

גוט זאגערס זאגן:

Facebook is going public this month; this means you can now own a part of a website, which owns you!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
שרייב תגובה

צוריק צו “עקאנאמישע נייעס”