גוטע דזאב - זעלטענע געלעגנהייט פארן פאסיגן פערזאן

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

גוטע דזאב - זעלטענע געלעגנהייט פארן פאסיגן פערזאן

תגובהדורך לאז געמאכט » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2009 7:41 pm

מיינער א ידיד האט מיך געבעטן איך זאל אים העלפן אפיר זוכן א פאסיגע קאנדידאט פאר די ארבעט וואס ער זוכט, נו ווי איז מער פאסיג צו זוכן אויב נישט טאקע דא אויף די אידישע וועלט?...

ער זוכט א איד וואס האט א באקאנטשאפט אין "קאמפיוטער פראגראמינג", מיניש זיין דווקא א עקספערט, אבער שטייצעך אויך נישט קיין שאינו יודע לשאול...

ער איז גרייט ארויס צו העלפן, גיידן, און לערנען, וויפיל ס'פעלט אויס צו קענן אליין אויסשטייגן אן עקספערט.

בעיקר נוצט ער די באקאנטע גרינגע שפראך vb.net סא אויב האט איר באקאנטשאפט מיט VBA (די קאוד וואס "מייקראסאפט עקסעס" נוצט) דאן איז עס מסתם א גוטע געלעגנהייט זיך צוצולערנען vb.net זינט עס איז שטארק ענדליך, און פאדערט נישט איבערלערנן פון אנהויב.

איך מיין אז עס איז גאר א גוטע געלעגנהייט פאר יעדן וואס ווילן זיך קונה זיין א פרנסה קלה ונקי'!

אלענפאלס אויב קלערט איר אז איר זענט א מעגליכער קאנדידאט קענט איר אפשיקן א אימעיל גראד צו מיין ידיד'ס בליץ פאסט קעסטל, זיין אדרעסע איז: good.net.programmer@gmail.com.

ס'איז כדאי אנצומערקן... צו וויפיל עקספערטן איך האב גערעדט, האבן זיי מיר אלע געזאגט אז אנהויב האבן זיי געארבעט פאר א פירמע, דעס איז די בעסטע וועג קונה צו זיין די פאך!

א לעכטיגן חנוכה

צווענגל
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2008 12:22 pm
לאקאציע: אין ביזנעס

תגובהדורך צווענגל » מוצ"ש דעצמבער 19, 2009 8:44 pm

זאג פון וועלעכע שטאט די רעדטסט
דער שענסטער געדאנק ווערט צוריבן אויב ס'ברענגט נישט קיין פרנסה

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » זונטאג דעצמבער 20, 2009 9:28 am

וויליאמסבורג ניו יארק

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » זונטאג דעצמבער 20, 2009 11:08 am

צוליב די גרויסע נאכפראגע... האביך מיך פארבינדן מיט מיין חבר, האט ער מיר געזאגט אז ער זוכט דייקא עמיצין מיט עפעס עקספיריענס, ער האט נישט די צייט צו אויסלערנען קיינעם די אלף בית.

ואתכם הסליחה

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מאנטאג דעצמבער 26, 2011 3:07 pm

היינט האט נאך עמיציר געבעטן כ'זאל ארויפלייגן א קלאסיפייד אז ער זוכט א היימישע ארבעטער.

דאס איז בערך וואס ער האט מיר געזאגט:

א היימישע אפיס אין ווימ"ס זוכט א אפיס געהילף וואס זאל עווענטשלי מענעדשען די אפיס.

וויליג אנצוהייבן מיט 500 וויקלי פאר די ערשטע 2 חדשים נאכדעם אויב איז ער דער פאסיגער מענטש וועט עס גלייך שטייגן צו 600. אויב ארבעט מען זיך גוט אריין איז דא גאר שטארקע פאטענשעל'ס צו וואקסן זייער שטארק.

ריקווייערמענט'ס:
- בעסיק קאמפיוטער עקספיריענס.
- גוטע קאמיוניקעשן סקיל'ס.
- זיך נישט פארלירן ווען א קאסטומער גייט ארויס פון די כלים :wink: .
- שטארק מסודר'יג.
- בעסיק ענגליש (רעדן/אביסל שרייבן אימעיל'ס וכדו' מוז נישט זיין פראפעשאנעל.)

שעות זענען פון 9:30 אונדערפרי ביז 6:00 אווענט.

אונטערסירטע קענען שיקן זייער פרעזליכע אינפא צו joboffer11211@gmail.com

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » מאנטאג ינואר 23, 2012 7:15 pm

האסט נאך עפעס? איך דארף מער אינקאם.
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מאנטאג ינואר 23, 2012 7:19 pm

די פאזיציע איז שוין באזעצט. סארי.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מאנטאג ינואר 30, 2012 10:07 pm

א שיך סטאר אין ווילי זוכט איינעם וואס זאל אנפירן דעם סטאר פון 4 מיטאג ביז 7.

ערנסט פאראינטערסירטע שיקט מיר אן אימעיל.

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

מענעדזשען אייער ביזנעס

תגובהדורך derech eretz » דינסטאג ינואר 31, 2012 12:27 pm

א חבר מיינער האט מיר געבעטן ארויפצולייגן

ר איד זיי נישט באזארגט סאיז דא א לעזונג . אימעיל צו
Ads@ivelt.com פאר אדווערטייזמענט.

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » דינסטאג ינואר 31, 2012 7:15 pm

derech eretz האט געשריבן:א חבר מיינער האט מיר געבעטן ארויפצולייגן

ר איד זיי נישט באזארגט סאיז דא א לעזונג . אימעיל צו
Ads@ivelt.com פאר אדווערטייזמענט.

אויב איינער וואונדערט זיך אויף מיין תגובה,
כ'האב געטון א טובה פאר א חבר מיינער א בוקקיפער און געשריבן אז זוכט קאסטומערס,
און די מנהלים ירום הודם האבן באשלאסן אז ס'איז אומלעגאל, האבן זיי עס מגי' געווען אן איבערלאזן דעם ''פארריכט'' קנעפל.

נא וואס זאל מען טון, אונז זעמער דאך אין גלות...

הערה, דאס האט גארנישט מיט די הנהלת הפארום, דאס האט מיט ארענדאר און זיינע מיטהעלפער וואס לייגן אריין טויזענטער דאללערס אז די סייט זאל פונקציאנירן.

אידישע וועלט.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג ינואר 31, 2012 7:16 pm

עס איז נישט אומלעגאל, נאר אומעטיש, אוממענטשליך, און ווען מען לייגט עס נאך ביי עטליכע אשכולות אויפאמאל טוהט מען מער אפ ווי אויף.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23412
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2012 12:01 pm

איינער האט מיר דאס אריינגעשיקט:

א סטאר אין וויליאמסבורג זוכט א מענידזשער, גוטע געלעגענהייט פארן ריכטיגן פערזאן, רופט: 347-678-1917.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22091
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2012 12:09 pm

וויכטיג, דו רעדסט אודאי פון א מקוה איד געוועלבל?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23412
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2012 12:19 pm

יא, פון וואו ווייסטע? נע! דזשאסט קידינג...

מ'רעדט פון א ווילי סטאר, איך האב נאר געפאוסט וואס כאב באקומען...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2012 4:19 pm

א אפיס אין וויליאמסבורג זוכט א אינגערמאן מיט קענטעניס און עקספיריענס אין בוק קיפינג, פאראינטערעסירטע פארבינדט זיך מיט מיר אין אישית קעסטל.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט