עפענען א נייע ביזנעס

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

עפענען א נייע ביזנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

סווייב מיינע וויל עפענען א ביזנעס אינדערהיים פון פארקויפען פרשידענע קליידער פאר נשים, וויל איך וויסן וואס איז בערך די פראצודער וואס דארף איך האבען פארדעם?
איך וויל אז סזאל זיין בעזה"ש אינגאנצען אויסגעהאלטן, און איך האב נישט קיין אנוגנ ווי מהייבט אן, ווער סקען העלפן איז מכובד
פארשטייט זיך אז כהעל דארפן האבן גרעפיקס פאר עדס בין איך גרייט צי הערן און אישי ווער סהאט וואס צי אפערען, א נאמען האב איך מדארף נאר א לאגא
נא רבותי ווער איז גרייט צי צולייגען א האנט פאר א יוד (און פארשטייט זיך ווי שנעלער)
יאנקעל די פופציגער
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

איך האב פיינט צו זיין דער וואס בארסט דיין באבל, אבער פעשאן (Fashion) זאכן און קליידער איז נישט קיין גוטע צייט יעצט צו עפענען. די זאך איז טיף אין דער ערד. גיי פרעג סיי וועלכע געשעפט. אפשר בעיסיק זאכן לוינט זיך מער, (דריי-גוד, ציצית, קאפלעך און זאקן וכדו'), אבער נישט קיין קליידער, אדער דאסטערס (וועלכע גייען ארויס פון סטייל נאך דעם סיזען). אלע געשעפטן וויינען. און פילע ווילן אנהייבן מיט אנדערע זאכן. און מען דארף זעהן עס זאלן זיין אזעלכע אייטעמ'ס וועלכע מען קען נישט קויפן פיל ביליגער אין די גוי'אישע געשעפטן.

אויב האלטסטו אז דו האסט יא א מקום שהניחו לך להתגדר (הלואי), איז לאז יעצט אפ די לאגא'ס מיט די אנדערע אומוויכטיגע זאכן. ערשטנס, האסטו געהערט א מינימום ביזנעס שיעור? (למשל אלעזר לאנדא'ס ביזנעס קרעש קורס). אדער גיי אראפ צו א קאנסולטענט פאר א שעה-צוויי, און שמועס אויס די זאך, הער אן עצה פון אן ערפארענעם, בפרט בעפאר די ערשטע טרעפלעך וואס דו נעמסט, כדי זאלסט אריינגיין מיט די רעכטע פיס בעז"ה. ערשט נאך דעם וואס דו ווייסט קלאר אין וועלכע דירעקציע צו גיין, און וויאזוי צו טון עפעס וואס דיינע קאמפעטישאנ'ס טוען נישט (כדי עס זאל זיין א באגנוגענדע סיבה מען זאל ליבערשט קומען צו דיר ווי איידער צו זיי), דאן וועסטו זארגן פאר אדווערטייזמענטס (בנוגע אדווערטייזמענטס רעד זיך אויך אדורך מיט דיין קאנסולטענט - און לאו דוקא ר' יאסל גראס..)

רוב מענטשן וואס טאנצן אריין סתם אזוי, האבן ביטער חרטה דערויף אין א קורצע צייט. און די וועלכע האלטן זיך אויפן ריכטיגן וועג, און לערנען זיך פון יענעמ'ס מיסטעיקס (ווי אלעזר לאנדא חזר'ט כסדר), קומען אן פיל בעסער.

אויף איינע פון די שיעורים פון א.לאנדא זאגט ער א וויכטיגע נקודה, דער פראבלעם היינט איז, אז איינער האט א געפיל צו א געוויסע זאך, וויל ער תיכף אריינגיין דערין, ער טראכט נישט פון די ארומיגע שוועריגקייטן. איינער האט ליב קליידער (געווענליך די נשים), איינער מוזיק, איינער קאמפיוטערס, איינער אינשורענס, א.א.וו. ער זאגט דארט א משל פון איינעם וואס קען באקן, און איז מחליט צו עפענען א בעקעריי, ער טראכט זיכער אודאי וועט יעדער קומען צו אים, ס'טייטש, ער מאכט דאך דאס בעסטע - און נניח אז ס'איז אמת - אבער ער פארגעסט צו נעמען אין באטראכט א געוואלד מיט ארומיגע דאגות, ער רעכנט דארט אויס בערך 50 שטיק - למשל א פערמיט פון די העלט דעפארטמענט, טרעפן א צוגעפאסטע פלאץ, קויפן אלע מאשינען און אויווענעס, טרעפן א בעל מכשיר, מאכן א קאנטראקט מיט א קאמפאני אויף אלע ספייסעס, טרעפן ארבייטערס, און אלע לעגאלע ביזנעס אישוס, און נאך וא"א לפורטם כי רבים הם.

אלזא, איזהו חכם הרואה את הנולד - את הנולד כבר. רעד זיך אדורך מיט אן ערפארענעם יועץ. און אויב ער גיט דיר זיין פולע צושטימונג, גיי אריין און זיי מצליח!
הפך בה והפך בה דכולה בה!
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4479
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
און וואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2011 2:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און וואס נישט »

שמעק_טאביק האט געשריבן:איך האב פיינט צו זיין דער וואס בארסט דיין באבל, אבער פעשאן (Fashion) זאכן און קליידער איז נישט קיין גוטע צייט יעצט צו עפענען.

דייקא מיין איך אז יעצט איז יא די צייט, ווייל ווי וואס ווען (ביז מען מאכט די לאגא, די אדווערטייזמענטס, מען קאלט די קאמפעני'ס, ביז עס קומט אן, ביז מען פאקט אויס.) איז שוין אריבער א חודש (אויב נישט מער) און אדר צייט פאנגען שוין אן די נשים צדקניות צו קויפען פאר די זימער....
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

צי מאכען אביסל קלאר מרעד נישט פון קיין 13 עווניו און אויך נישט קיין לי עווניו די עיקר פון די ביזנעס איז פשוטע קליינע סטאר אינדערהיים און קאמפאטישן איז עכט ב"ה נישט די פראבלעם
יאנקעל די פופציגער
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

און וואס נישט האט געשריבן:
שמעק_טאביק האט געשריבן:איך האב פיינט צו זיין דער וואס בארסט דיין באבל, אבער פעשאן (Fashion) זאכן און קליידער איז נישט קיין גוטע צייט יעצט צו עפענען.

דייקא מיין איך אז יעצט איז יא די צייט, ווייל ווי וואס ווען (ביז מען מאכט די לאגא, די אדווערטייזמענטס, מען קאלט די קאמפעני'ס, ביז עס קומט אן, ביז מען פאקט אויס.) איז שוין אריבער א חודש (אויב נישט מער) און אדר צייט פאנגען שוין אן די נשים צדקניות צו קויפען פאר די זימער....

האסט געלייענט שמעק'ילס גאנצע תגובה?

איך מיין אז א פרויען געשעפט אינדערהיים אן אדווערטייזן אן א לאגא און אלע זייטיגע קאפווייען קען מען שיין מצליח זיין
ביודעי ומכירי קאמינא
חברטע חברטע אית לה די נשים וואס זענען געבענטשט מיט איבריגע 9 מאס רייד
זיי יאכנענען אויפן טעל. יומם ולילה זיי קענען זיין דיינע בעסטע אדווערטייזערס
די אלע דעפארטמענט סטארס באקומען זייערע אידישע קונים נאר דורך יאכנעס........

איינמאל עס ארבעט זיך אויס און די ווילסט זיך פארגרעסערן דאן קענסטו ארבעטן אויף די לאגא וכו'
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
און וואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2011 2:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און וואס נישט »

סביב העולם האט געשריבן:

אבער אדווערטייזמענטס איז אייביג א וויכטיגע זאך, קוק אויף די אלע ריזיגע קאמפעני'ס למשל קאקא קאלא האלט און איין מאכען אדווערטייזמענטס אן אויפהער, האסט שוין געזען איינער וואס ווייסט נישט פון קאקא קאלא? נאר זיי האבען אמאל געזאגט אז מען מאכט אדווערטייזמענט קנאקט עס און די אויגען פון די מענטשהייט און אזוי קויפט מען אסאך מער,
כל שכן וכל שכן ביי קליינע ביזנעסער מיז מען אוודא מאכן אדווערטייזמענט. וק"ל
Hope so
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 19, 2012 8:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Hope so »

א גיט יאר איינער האט דא געשריבן וועגן אדווערטייזן איך האב אויך ברוך השם געפענט א ביזנעס אין די יעציטגע טעג איך האב געטראכט די ערשטע זאך מעכטיג אדווערטייזן איך האב געגאסן געלט פאר אדווערטייזנוג למעשה וויס איך אפילו נישט וויפול סהאט מיר געברנגט איין זאך ווייס איך אז יעצט סטראגל איך נישט צו פארשוועמט ווערן צווישן די וואסערן איך האב חובות סא סאיז קלאר זיי נישט קיין נאר טי עס נישט אדווערטייזעס נישט ווי קאקא קאלא האב שכל פארשוועם נישט דיין געלט אדווערטייז צוביסלעך טי נישט קארפעט באמינג...
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איך ווער אויפגערעגט ווען איינער נוצט קאוקע קאולע פאר א משל און די נמשל איז א נייע ביזנעס...

א נייע ביזנעס דארף אנדערע מין מארקעטינג ווי א פראדוקט.

ווען איינער עפנט א ביזנעס איז דא צוויי וועגן וויזוי צו גיין, מ'קען גיין אלל דע וועי, ס'טייטש איז עפן מיט א געהעריגע קארפארעישן, א לאוקעישן, איך גיי צו א אקאונטענט, איך סעט אויף א פאון סיסטעם, איך מאך א וועבסייט, איך סעט אויף קרעידט קארד, וכד', אדער איז דא מ'גייט שטייטעלעך, מ'הייבט אן אריינצוברענגען אפאר אייטעמס, מ'ווייזט פאר די שוועסטערס און פרענדס, איין פרענד ברענגט די צווייטע, וען מ'האט אביסל פראפיט לייגט מען אריין א שטיקל עד צו בויען די נאמען, ווען ס'קומט אריין מער געלט מופט מען צו א בעיסמענט, מ'מאכט שעלף'ס, א.א.וו.

יעדער דארף וויסן וואסערע סארט מענטש ער איז, און וואסערע בעקאפ פלאן ער האט, און לויט דעם מאכן א דעסידזשן וועכע וועג צו גיין.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

עם וויכי אני.

כאב געהאט אפגעשריבן א אשכול אין דרעפט "אנהייבן גרויס אדער קליין?".
דער אשכול האט געדארפט אנרירן אזעלכע און נאך נקודות וואס זענען וויכטיג אויסצושמועסן בעפארן עפענען א ביזנעס.

לענין,
דא זאלסט זיכער אנהייבן קליין און עס וועט בע"ה מצליח וועסטו קענען אנהייבן מאכן לאגאס און אדווערטייזן. דאס איז די ריכטיגע צוגאנג לע"ד.
דארפסט אלעמאל קוקן אויף א ביזנעס ווי א אינוועסטמענט, קודם ליין אריין די מינימום, אויב מאכט עס פראפיטן נעם קודם ארויס די קרן ואם ח"ו לאו האסטו נאר דערלייגט די מינימום, דערנאך לייג אריין אביסל מער און נעם ארויס די קרן, וחוזר חלילה.
אויב איז דא א סורפלאס און די דארפסט מער נישט אינוועסטירן, הייב אן פלענער צו מאכן וואקסן און אויסשפרייטן אויף פארשידענע מהלכים וואס איז אלס דא

הצלחה
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:איך ווער אויפגערעגט ווען איינער נוצט קאוקע קאולע פאר א משל און די נמשל איז א נייע ביזנעס...

א נייע ביזנעס דארף אנדערע מין מארקעטינג ווי א פראדוקט.

ווען איינער עפנט א ביזנעס איז דא צוויי וועגן וויזוי צו גיין, מ'קען גיין אלל דע וועי, ס'טייטש איז עפן מיט א געהעריגע קארפארעישן, א לאוקעישן, איך גיי צו א אקאונטענט, איך סעט אויף א פאון סיסטעם, איך מאך א וועבסייט, איך סעט אויף קרעידט קארד, וכד', אדער איז דא מ'גייט שטייטעלעך, מ'הייבט אן אריינצוברענגען אפאר אייטעמס, מ'ווייזט פאר די שוועסטערס און פרענדס, איין פרענד ברענגט די צווייטע, וען מ'האט אביסל פראפיט לייגט מען אריין א שטיקל עד צו בויען די נאמען, ווען ס'קומט אריין מער געלט מופט מען צו א בעיסמענט, מ'מאכט שעלף'ס, א.א.וו.

יעדער דארף וויסן וואסערע סארט מענטש ער איז, און וואסערע בעקאפ פלאן ער האט, און לויט דעם מאכן א דעסידזשן וועכע וועג צו גיין.

זייער גוט געשריבן! און אויך די וואס שרייבן איבער די "קארפעט באמינג" (אויך פון א.לאנדא'ס דרשות, און יעצט מיין איך אויך פון יאסל גראס..), זייער א וויכטיגע קאנצעפט!! און אזוי אויך שרייט אלץ אלעזר, "סטארט סמאל". הייב אן צוביסלעך.!!

מענטשן מיינען אז יעדער וויל זייער שטארק קויפן ביי זיי, אלע האבן אוועקגעלייגט בינטלעך מיט קעש נאר פאר זיי, און דער גאנצער אפהאלט איז בלויז אז זיי האבן נישט גענוג א קנאקעדיגן אדווערטייזמענטס, אדער עפעס א געשמאקן לאגא... און איינמאל די גאס וועט זעהן די שיינע לאגא, וועט זיך אנהויבן א מאסן-געלויף צו דעם נייעם סטאר, און מען וועט אפליידיגן די שעלווס... און צאלן אויפן פלאץ... און קיינמאל גארנישט ריטוירנען... און מיט די געלט גייט מען שבת מאכן.... אקעי, אויפשטיין, סי שפעט!!! וואס חלומ'סטו דארט צאם אזעלכע קאשמארן.... דאס וועט נישט פאסירן אויף דער וועלט!

מענטשן האבן שוין זייערע פלעצער וואו זיי גלייכן איינצוקויפן. אויב וועט דיר דיין ברודער, שכנ'טע, אדער חבר'טע א טובה טאן און קויפן אין דיין נייע געשעפט, איז עס אלס משפחה/קרובה'שאפט, נישט צוליב דיין עד. מענטשן זענען תולה זייער גאנצע הצלחה אין נארישע אדווערטייזמענטס.

טראכט דו אליין אריין. וויפיל אדווערטייזמענטס זעהסטו א וואך? איך מיין אזעלכע שיינע עדס מיט ביוטיפל לאגא'ס...? יא ,יא, קענסט אויסטון די שיך צו העלפן ציילן, ס'עט נאך אלץ נישט זיין גענוג... און צו וויפיל פון די געשעפטן ביסטו שוין געלאפן קויפן? איז פארוואס טראכסטו אז דיין עד גייט זיין בעסער ווי די איבריגע?
הפך בה והפך בה דכולה בה!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אבער דאס איז נישט אייביג! ס'דא אמאל וואס מ'דארף גיין פונקט פארקערט! איינער וואס האט אסאך ריסארסעס ער האט א גוטע פראדוקט וואס אין ווארסט קעיס קענערעס פארקויפן מיט א קליינע לאסס אדער איינער וואס עפנט א סטאר "מוז" זיך אויפרייסן מיט מארקעטונג! נישט נאר עדס, נאר מארקעטונ אין סטאר! מאכן ספעשלס אריינברענגען מענטשן אז זיי זאלן זיך באקענען מיט די סטאר און די אייטעם, און ווייזן די סערוויס פון די סטאר אדער די אייטעם, כדי די מענטשן זאלן זיך שפיהרן היימיש אריינצוקומען דארט.

סאו ס'נישט דא קיין רולס, יעדע קעיס איז אנדערש.

און איך גיי נישט דא טרייען צו קאמפיטן מיט גראס אדער לאנדא, ווייל איך האלט אז אין געוויסע פעלער זענען זיי גוט, אבער מ'קעניש גיבן קיין כלליות'דיגע סעמינארן אויף די זאכן, די גאנצע ריזאן פארוואס זיי גיבן דאס יא, איז פאר זייער מארקעטונג! אבער דאס האט גארנישט מיט קיין רעאלעטי...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:און איך גיי נישט דא טרייען צו קאמפיטן מיט גראס אדער לאנדא, ווייל איך האלט אז אין געוויסע פעלער זענען זיי גוט, אבער מ'קעניש גיבן קיין כלליות'דיגע סעמינארן אויף די זאכן, די גאנצע ריזאן פארוואס זיי גיבן דאס יא, איז פאר זייער מארקעטונג! אבער דאס האט גארנישט מיט קיין רעאלעטי...

;l;p-
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

להבהרת הענין איך בין נישט געקומען פרעגן צי איך זאל מאכען עדווערטייזמינט וכהנה דאס איז נישט די שאלה יעצט
מיין שאלה איז וואס דארף איך האבן אזוי ווי וויכי האט אביסל דערמאנט- א אקונטנט???? קרעדיט קארד??? קאפרעישן???? און וואס נאך????
יאנקעל די פופציגער
דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 14, 2009 9:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער קוטשער »

דאס איז טאקע געווען די ענפער,

יעצט דארפט איר נאך גארנישט, הייבט אן פארקויפן, די שם וועט ארויסגיין, ס'וועט זיך אנקניפן עפעס קביעות'דיגע קונים, די קונים וועלן ברענגן נאך,
נאך אפאר חדשים (אדער אויב ס'פאסירט שנעלער) ווען די זאך ראנט שוין, מ'מאכט שוין עפעס א גראצער, ס'וועבט זיך עפעס, קענט איר דעמאלט'ס איבער פרעגן די שאלות.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

מיין אפיניען, גיי צו אן אקאונטענט פאר א קאנסעלטעישן, געווענדליך אויב דו גייסט פיילן טעקס ביי דעם אקאונטענט קאסטעס נישט קיין געלט. ער וועט דיך ענטפערן בנוגע קארפארעישענס.

בנוגע קרעדיט קארד פראסעסינג, דארפסטו טשעקן די רעיטס, לכוראה לוינט זיך עס, היינט צו טאגס איז קרעדידט קארד זייער א פאפולער וועג פון באצאלן.

איך מיין אז דו מוזט אדווערטייזן, ס'איז מיר שווער צו זאגן וואס און וויזוי, איך ווייס נישט גענוג אינפאו, אבער איך גלייב אז א גוטע גראפיקער וואס קען מינימום מארקעטונג וועט דיר העלפן דערמיט. (מעגליך אז קול מבשר קען אויפטוהן מער ווי גראפיקל עדס, ס'ווענצעך אין אסאך זאכן
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

אקעי איך זעה דער עולם טענה'ט זיך פונקטליך וואס לאזער לאנדא האלט אבער קיינער האט נאך נישט געענטפערט דשעיקאפ'ס פראגע.

1) איינקויפן: מאך א ליסט וואספארא סארט זאכן דו ווילסט קויפן, וואו דו ווילסט עס קויפן, מאך א חשבון פון די מארקאפ וכדומה (מעגליך אז דו האסט שוין די סחורה דאן דיסריגארד).

2) אויפסטען א ביזנעס: אויפצוסעטן א ליגעל קארפארעישאן דארפסטו גיין צו א אקאונטענט, זוך אויף א טראסטבארע מענטש און מיט אים שמועסט דיך דורך צו אין דיין פאל איז ענדערש א סי, עס, אדער על על סי קארפארעישאן. קויף אפ די ליגעל ביזנעס נאמען וואס דו דארפסט. עפן א באנק אקאונט וכדומה אז זאלסט קענען האבן וואו צו אקצעפטירן טשעקס צו דיין ביזנעס וכו'.

3) קרעדיט דארט פראסעסינג: גאנץ גרינג, פילע בענק האבן זייער גוטע אפציעס דערויף, ווי אויך איז דא צענדליגע היימישע פירמעס וואס טוען ק"ק פראסעסינד זיי וועלן דיר זיכער קענען העלפן.

4) קונים: איך וויל אביסל דיסאגריען מיט די וואס שרייבן אז קונים קומען נאר פון פרענדס. אויב טוט מען אזוי קען מען ווארטן אפאר יאר ביז מ'זעהט א דאללער. ס'איז זיכער אז דו דארפסט זיך נישט אויפרייסן מיט אדווערטייזמענטס, אבער לייג אריין א "קליינע" אדווערטייזמענט אין די לאקאלע אויפגעכאפטע בלעטל, פאר די ערשטע וואך ווען דו מאכסט א "גרענד אפענינג" קענסטו אפשר יא מאכן א גרעסערע עד, אבער דאן נידער אראפ מיט אדווערטייזמענטס. ליסט דיר אין די ביזנעס דיירעקטארי אין א קליינע עד, אדער אין אזאלכע סארט פלעצער וואס מענטשן נוצן צו זוכן ווען מ'דארף עפעס, אבער למען השם "נישט ספענדן אסאך" אויף אדווערטייזינג אין אנפאנג. און ווי וויכי האט זייער שיין ארויס געברענגט, ווען דו עפנסט מאך א "ספעשל" למשל די ערשטע וואך איז אלעס אין געשעפט 30 פראצענט דיסקאונט וכדו'. מאך נישט קיין עדס אין דער וועלט אריין נאר ברענגט ארויס פשוט און גראד וואס דו פארקויפסט און וואו דו ביסט. און די אלע ערשטע קאסטומערס וועלן ברענגען "זייערע" פרענדס איינצוקויפן...

--

וויכי האקט! בערך די זעלבע ווערטער ווי מיר.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

צריך להוסיף:
און ווען דו מאכסט די עד, גיי צו שמערי בערי..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

אה ענדלעך זעי איך איינער רעד צום זאך(נישט די ניק)
אבער איך וויל נאך אמאל קלאר מאכען איך רעד נישט פון עדווערטייזמינט אין קיין שום קאמערשיל פלאץ נאר און לאקאלע פעפערס, אבער א לאגא וויל איך יא האבען
איך וואלט געקענט באשטיין צי שטיצען א אייועלט מעמבער, ווער סאיז אינטרעסירט קען זיך מעלדן אין אישי (איך בין גרייט שוין אנציפאנגען)
יאנקעל די פופציגער
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

100% אז נאר אין לאקעל פעיפערס זאלסטו אדווערטייזן.
און וואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2011 2:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און וואס נישט »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:איך ווער אויפגערעגט ווען איינער נוצט קאוקע קאולע פאר א משל און די נמשל איז א נייע ביזנעס...

וויכטיג מאכער, איך בין מיט דיר,
האסט נישט גוט פארשטאנען מיין מיינונג,
איך מיין ארויס צו ברענגען אז דאס איז זיכער אז מען דארף מאכען אדווערטייזמענט, נאר וואס יא, מען טאר זיך נישט אויף רייסען מען דארף מאכען א עד (נישט פאר $600 עס איז גענוג פאר $100, א לאגא מיז מען אויך נישט מאכן פאר $600) אז נישט קען מען ווארטען מענטשען זאלען קומען (אזוי ווי שמערי בערי ברענגט ארויס) און דאס קען מען ארויס נעמען פון קאקא קאלא אז מען מיז מאכען אדווערטייזמענט (און פאר וויפיל און ווי אזוי, ליין איבער וואס איך האב געשריבען) און די מציאות ווייזט אז אדווערטייזמענט ברענגט מענטשען...
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

איך זיך איינעם צו מאכען א לאגא, און כוואלט געוואלט שטיצן א היימישע אייועלט מעמבער
ביטע מעלד זיך אין אישי
יאנקעל די פופציגער
אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שווארטץ »

איך דיסעגרי יא מיט יוסל גראס. אזא מענטש וואס יעדן טאג איז ער אן "אויסגערופענער עקספערט" אויף עפעס אנדערש, איינער וואס פארקויפט פאר "בלויז $247" אז זיין -און נאר זיין- וועג איז אויסגעהאלטן, איינער וואס קען שיסן בכלליות אז א לאגא איז סתם ארויסגעווארפן געלט, ווען דער מענטש איז א גוי, וואלט איך אים גערופן "ניגעריען סקעממער". סארי.

א לאגא איז דער פנים פון א ביזנעס. דורך דעם וועלן מענטשן וויסן א חילוק צווישן דיר און דיין קאמפעטישן.

לענייננו, אזויווי שמערי.
רייס זיך נאכנישט אויף מיט אדווערטייזמענטס, מאך נישט קיין לאגא פאר הונדערט דאללער. א געהעריגע פראפעסיאנאלע לאגא קענסטו נישט באקומען פאר אזוי ביליג. א הונדערט דאלערדיגע לאגא - דאס איז ארויסגעווארפן געלט.
לכשירחיב, זאלסטו דאס ערשטע זאך מאכן א פראפעסיאנאלע לאגא, און דערנאך קענסטו מאכן פראפעסיאנאלע עדס וואס זאלן מארקעטן "דיין" ביזנעס.

דאס אלעס איז געזאגט געווארן בכלליות. יעדע פאל און יעדע ביזנעס איז אנדערש.
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

גערעכט ר' יואל בכלליות, אבער דא רעד מען פון א מין אופן וואס סקומט נישט בכלל מיט ספענדן געלט אויף עדדס בעיקר מיט פלייערס אין לאקאלע סקולס, וועגן דעם וואלט איך יא גיוואלט האבן א נארמאלע לאגא מיט וואס אנציפאנגען ווייל די ערשטע בליק וואס די מענטש האט דאס איז וואס בלייבט מט אים לאורך ימים
יאנקעל די פופציגער
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

א שכוח פאר אלע וואס האבען געהאלפן ביז אהער
וואס טוטזיך מיט אקרעדיט קארט מאשין וויאזוי ארבעט דאס?
איז דא דא א היימישער עדשינט?
יאנקעל די פופציגער
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”