סארטן קארפארעישאנס

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

סארטן קארפארעישאנס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

וועלכע מין קארפארעישאן זאל איך מאכן?

א C?
א S?
א LLC?
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

אין אמת'ן פארלאנגט זיך א לענגערע ביאור דערויף, אבער קודם א שנעלע ענטפער:

יעדע טרענזעקשאן - אינקאם צו עקספענס - ווערט רעקאדירט אויף איינעמ'ס נאמען, אמאל איז דאס א פריוואטע מענטש און אמאל א קארפארעישאן.

לאמיר קודם אנהויבן מיט די צווייטע – א קארפארעישאן
יעדעס מאל ס'ווערט געפענט א קארפארעישאן ווערט געפענט נאך א נאמען אין די רעגירונג (אויף ענגליש הייסט דאס Entity). ס'איז טאקע נישט קיין מענטש, אבער כאילו ס'וואלט געווען א מענטש. אודאי דארף זיין א מענטש וואס איז אחראי דערויף, אמאל איז דאס דער פרעזידענט, אמאל דער טשיף אפיסער, וויזוי איר ווילט דאס אנרופן.
וואס כ'מיין ארויסצוברענגען, ווען דער קארפארעישאן מאכט געלט, מיינט נישט אז דער פרעזידענט וכדו' מאכט געלט אין זיין טאש, ער קען נאך אלץ זיין א גאר שוואכע פארדינער און באקומען כל ערליי פראגראמען, ווייל נישט ער מאכט געלט, נאר דער קארפארעישאן.

קוקט מיך נישט אן אזוי.... נישט אלע סארט קארפארעישאנס זענען אזוי, אבער אין אלגעמיין איז דאס דער מציאות. כ'וועל נאך בל"נ אמאל מאריך זיין אין דעם ענין אי"ה.

פריוואטע מענטש
די ערשטע – א פריוואטע מענטש, איז דא אויף אפאר אופנים.
אמאל איז דאס אן ארבייטער (Employee) - א מענשטליכע מענטש וואס ארבייט פאר א צווייטן, און באקומט דערפאר א געהאלט. דער געהאלט וואס דער ארבייטער באקומט ווערט גערעכענט ווי זיין פערזענליכע אינקאם.
ווער איז דער צווייטער פאר וועם דער ארבייטער ארבייט? אמאל איז דאס א פריוואטע מענטש, און אמאל א קארפארעישאן, און אמאל גאר זיין אייגענע קארפארעישאן. דאס הייסט, ער ארבייט פאר זיין קארפארעישאן און ער נעמט ארויס וועידזשעס דערפון.

אין קארפארעישאנס איז אויך דא מציאות'ער וואס דער גאנצע אינקאם פונעם ביזנעס באלאנגט פאר'ן פרעזידענט, אבער נישט צו דעם ווילן מיר צוקומען.

לאמיר צוגיין צום פוינט: די סיבות פארוואס מ'עפענט קארפארעישאנס זענען בעיקר 2. 1) ווייל ער וויל נישט ס'זאל הייסן אז דאס געלט וואס דער ביזנעס איז מרויח, איז זיין געלט. 2) אויב ס'איז דא א קלאגע אויפ'ן ביזנעס, איז דאס אסאך גרינגער ווען די קלאגע איז אויפ'ן קארפארעישאן ווי איידער אויף זיין פערזענליכע נאמען.

אבער, ווען מ'עפענט א קארפארעישאן, דארף מען צאלן פעדעראלע און סטעיט טעקסעס יערליך אפילו ס'איז נישטא קיין ריוח אינעם ביזנעס. וואס דאס איז א גרויסע חסרון פאר קליינע נייע ביזנעסער, אדער אידן וואס האלטן סתם אויף קארפארעישאנס פאר סאם ריזאן.

דערפאר איז דא אן אנדער וועג, וואס איך האב דאס אויך, און איך קען אסאך חברים וואס טוען דאס, און כ'טוה דאס רעקאמענדירן פאר יעדער וואס מאכט נישט צופיל טשעקס (ודי) אבער דארף דאך האבן א ביזנעס נאמען. ס'הייסט sole proprietorship.

-------

פונקט אזוי ווי א פריוואטע מענטש קען מאכן געלט דורך ארבייטן ביי יענעם, און דאס גאנצע אינקאם ווערט גערעכנט אויף זיינע פלייצע, פונקט אזוי קען א פריוואטע מענטש אנפירן א ביזנעס און דאס גאנצע אינקאם ווערט גערעכנט אויף זיין פערזענליכע אינקאם. ס'איז נאר אביסל אנדערש, ווייל ווען מ'ארבייט ביי א צווייטן, געט מען פאר יענעם די סאשל סעקיוריטי נומער, און מ'פיילט W4, און דער רעגירונג ווייסט אז דו ארבייטסט ביי יענעם. אבער ביי אונזער פאל, דארף מען באקומען רשות פונעם רעגירונג אז דו קענסט טוען ביזנעס אויף דיין נאמען, דו געסט איין דיין סאשל סעקיוריטי נומער, דו וועלסט דיך אויס א נאמען וואס דער ביזנעס זאל הייסן (ס'קען זיין עני נאמען אדער אפילו דיין פריוואטע נאמען). מ'דארף אויספילן 3 פון די זעלבע סארט צעטל (אין ווילי קען מען דאס קויפן ביי רעביצין מעכעלע), מ'גייט צו איינעם זאל דאס נאטערייזן, מ'פארט אראפ צום קאונטי קלערק, און פאר 120$ באקומט מען אויפ'ן פלאץ א סיעל און מ'קען לויפן עפענען א באנק אקאונט, און פארשטייט זיך אננעמען טשעקס אויף די נאמען.

סוף יאר פיילט מען א ביזנעס טעקס רעטורן (איך פייל דאס צוזאמען מיט מיין פערסאנעל טעקס רעטורן), און מ'געט איין אלע הוצאות און הכנסות, אויב איז דא ריוח דארף מען צאלן טעקסעס, און אויב נישט באקומט מען צוריק (ווענדט זיך צו וועמען מ'גייט.....)

נאט אייך א לינק צום סטעיטס וועבסייט וואס רעדט איבער דעם
http://www.dos.state.ny.us/corp/formbus.html

כ'מוז שוין לויפן יעצט, כ'וועל נאך צוריקקומען ממשיך זיין.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

ווען האט ער שוין צייט? כ'ווארט שוין אויף די המשכה.
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

חיים ברכה, קודם א שכח אויף די אויבן'געשריבענע אויף קלערונג און מיר ווארטען פאר נאך.

מיין שאלה איז אזוי, איך וויל אויסטרייען עפעס א ביזנעס ווי איך דארף נישט אינוועסטען קיין סאך געלט, אז ס'ארבייט וועל איך מיך מער אריין טון דערין אבער דערווייל טו איך עס אלץ א סייד אינקאם.

קען איך מחליט זיין נאך איך פארדין א 10-20 טויזענט דאללאר אז איך וויל מאכן א קארפארעישאן אדער איך מוז עס טון פאר איך הייב אן צו פארדינען?
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

מיר איזעס נישט נוגע אויף למעשה אבער איך האב שוין אסאך מאל געטראכט וויזוי דאס ארבעט למשל אז איך וויל פארקויפן אין די מאסן אויף איבעי דארף איך קודם אויסארבעטן אלע לעגאלע פראדוצארן אין נאכדעם געוואר ווערן אז עס איז בכלל נישט באשערט פאר מיר די סארט ביזנעס אין די גאנצע לעגאלע ארבעט העט גיין לטימון צו קען איך קודם קויפן אין פארקויפן אין אז ס'פארברייטערטזעך העל איך מאכן די לעגאלע פראצודערן..

די שאלה איז נישט צו מ'קען איך ווייס א מ'קען והא ריאה איך האב שוין אסאך זאכן פארקויפט אויף איבעי אין כ'האב גארנישט פארציילט פאר די רעגירונג און זיכער נישט אראפגעגבן פאר זיי קיינע פראצענטן...

די שאלה איז נאר אז אויב איך פארקויף אין די גרויסע נאמבערס אין איך בין נישט איינגעגבן ביי די באהערדע צו איך פארלעץ די געזעצן פון דאס לאנד ודו"ק
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

אנדי און לאז געמאכט; ווי אויב דערמאנט (נישט קלאר, ועוד חזון), דו דארפסט נישט עפענען א קארפארעישאן, אבער דו דארפסט איינגעבן אז דו טוסט ביזנעס. ס'קען זיין אויף דיין נאמען אדער אויף אן אנדערע ביזנעס נאמען וואס איז ווי א ניק (...) צו דיין עכטע נאמען.

ס'איז נישט שווער צו עפענען, מ'איז נישט געבינדן צו יערליכע שטייער צאלונגען, און דו קענסט טוהן וואסערע סארט ביזנעס דו ווילסט.

איך למשל, איך האב אזוינס גע'עפענט פאר עטליכע יאר צוריק, און אלע סארט סערוויס ביזנעסער וואס כ'טוה (למשל: בוקיפינג פאר מענטשן וכדו', נישט האנדלען) ווערט רעקאדירט אויף דעם ביזנעס. (טוט אייך נישט איינרעדן אז כ'האב אזוי סאך..., נאר 'ווען' ס'מאכטסעך).
ווען כ'פארקויף עפעס, נוץ איך אן אנדערע, פערצופאל יא א קארפארעישאן, ווייל כ'וויל אז ס'זאל מאכן סענס.

עניוועי, כ'וויל נאך צוריקקומען צו דעם, כ'האף בקרב הימים.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

איך האב אפאר קשיות אויף דיין ענטפער...

מען דארף זיי מעלדן פאר אלעם? עס קאסט געלט דאס צו מעלדן? ווי מעלדט מען דאס?

אין וואס זאגסטו אז די נוצט א קארפארעשאן ווייל סמוז מאכן סענס פארוואס מאכט נישט קיין סענס אז א פריווייטע מענטש קויפט אין פארקויפט?
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

לאז געמאכט האט געשריבן:איך האב אפאר קשיות אויף דיין ענטפער...

מען דארף זיי מעלדן פאר אלעם? עס קאסט געלט דאס צו מעלדן? ווי מעלדט מען דאס?



ווי געשריבן אין מיין ערשטע תגובה אין דעם אשכול, מ'פיילט סוף יאר צוזאמען מיט דיין פערסאנעל טעקס רעטוירן. דער פריפערער וועט אפשר רעכענען אן עקסטערע 20'ער דערפאר, אבער פאר'ן שטאט קאסט נישט דאס פיילן.
אויסער דעם, דארף מען נישט מעלדן, חוץ אויב דו קאלעקסט סעילס טעקס.

לאז געמאכט האט געשריבן:אין וואס זאגסטו אז די נוצט א קארפארעשאן ווייל סמוז מאכן סענס פארוואס מאכט נישט קיין סענס אז א פריווייטע מענטש קויפט אין פארקויפט?


כ'האב געשריבן סענס אויף דעם אז איין ביזנעס טוט אלע סארט זאכן.... כ'מיין צו זאגן, דו טוסט אסאך סערוויס ביזנעס אונטער א ביזנעס נאמען, האט נישט צופיל פשט צו קויפן און פארקויפן אונטער דעם ביזנעס. דאס זעלבע פארקערט. דעטס מיי אפיניאן.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

קודם יישר כח פארן מיטטיילן דיין עקספערטיז פארן עולם דא יישר כוחם

לחיים ולברכה האט געשריבן: כ'האב געשריבן סענס אויף דעם אז איין ביזנעס טוט אלע סארט זאכן.... כ'מיין צו זאגן, דו טוסט אסאך סערוויס ביזנעס אונטער א ביזנעס נאמען, האט נישט צופיל פשט צו קויפן און פארקויפן אונטער דעם ביזנעס. דאס זעלבע פארקערט. דעטס מיי אפיניאן.


לגבי דעם קען מען זאגן יעדע סברא האט א איפכא מסתברה... א פריוואטע מענטש מאכט סענס אז ער זוכט וואו מען קען פארדינען א גראשן נישט קיין חילוק צו סיאז איין ליין צו סאיז צען ליינס ווי מען קען באקומען א טאלער פארוואס נישט אבער א קארפארשען מיין איך איז געווענדליך אויפגעשטעלט געווארן פאר איין מין ליין.
פארשטייצעך אז די זאלסט ווייטער טון וויזוי די פארשטייסט (איך האב קיינע עקספערטיז אין דעם פעלד) עס איז נאר א בחינה פון להגדיל ... ולהדירה
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

הונדערט פראצענט, אבער דער איי אר עס קוקט מיט אן אנדערע בליק. יעדע ביזנעס דארף זיין רעקאדירט 100 פראצענטיג נארמאל. אזעלכע זאכן עפענען די אויגן פון די סנוורים... ודי.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
הורוויץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 16, 2011 1:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הורוויץ »

שמן זית
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

א שנעלע און קלארע איבערבליק פאר די וואס ווילן וויסן:

די געזעץ זאגט אז יעדע דאלער וואס דו מאכסט דארפסטו איינגעבן (א חוץ אז דו מאכסט ווייניגער ווי 600 א יאר),

די וועג וויאזוי מען גיט איין איז אז מען פיילט א טעקס רעטורן סוף יאר, נישט קיין חילוק צו דו באקומסט קעש אדער טשעקס זאגט די געזעץ אז דו דארפסט עס איינגעבן ביי דיין טעקס רעטורן, דארפסט נישט האבן קיין ביזנעס נאמען בכלל,

די סיבה פארוואס מענטשן מאכן א ביזנעס נאמען איז:

1) ווייל ווען דו נעמסט געלט פון א ביזנעס וויל דאך די ביזנעס פון וועם דו ווילסט בעטן געלט עס איינגעבן פאר א ביזנעס עקספענס (וואס אויף א ביזנעס עקספענס צאלט מען נישט קיין טעקס), במילא וויל ער נישט אויסשטעלן זיין טשעק צו משה גרינשפאן, ער וויל עס אויסשטעלן צו א קאמפעני נאמען, און אז ער שטעלט עס אויס צו א קאמפעני נאמען קענסטו עס נישט דעפאזיטן אין באנק נאר אין א אקאונט וואס האט די נאמען פון די ביזנעס צו וועם ער האט עס אויסגעשטעלט,

2) ווייל דו קענסט נישט באקומען קיין מערטשענד אקאונט צו טשארדזשן קרעדיט קארדס נאר אז דו האסט א ביזנעס נאמען

וויאזוי באקומט מען א ביזנעס נאמען?

1) מען פילט אויס א "ביזנעס סערטיפעקאט" און מען נוטערייזט עס און מען פיילט עס ביי די קאונטי קלורק, עס קאסט בערך 30 דאלער און דו האסט א ביזנעס נאמען,

2) מען עפענט א קאפערעישאן (דאס קען מען לכאורה אויך טוהן ביים קאונטי קלורק אבער אזויווי עס איז אביסל קאמפליצירט איז בעסער אז מען טוט עס ביי א אידישע אקאונטעט וואס פארשטייט דיינע געברויכן)

כדי צו עפענען א באנק אקאונט מיט א ביזנעס נאמען דארף מען האבן:

1) א ביזנעס נאמען געסיינט ביי די קאונטי (ווי אויבן דערמאנט)
2) א טעקס איי די (דאס קען מען מאכן ביי די IRS.GOV וועבסייט)

קומסט אהן אין באנק מיט די 3 זאכן:

1) די צעטל פון די טעקס איידי ארויסגעפרינט פון די איי אר עס וועב סייט
2) דיין ביזנעס סערטיפיקעט געסיינט ביי די קאונטי קלורק, אדער קאפערשאן סערטיפיקאט (פרעג עני אקאונטעט פאר מער)
3) דיין פיקטשער איידי

גענוג קלאר?
הורוויץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 16, 2011 1:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הורוויץ »

שמן זית האט געשריבן:א שנעלע און קלארע איבערבליק פאר די וואס ווילן וויסן:

די געזעץ זאגט אז יעדע דאלער וואס דו מאכסט דארפסטו איינגעבן (א חוץ אז דו מאכסט ווייניגער ווי 600 א יאר),


ווייניגער ווי 600 דארף מען אויך איינגעבן, נאר מען דארף נישט געבן א 1099 אינטער 600.
אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער בין איך? »

איך דארף יעצט אויפמאכן א ביזנעס נאמען. עני יוניטס וואס קען מיר העלפן דערמיט? אקאונטענט? עניוואן?
איך דארף עס עסעפ!
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

ווער בין איך? האט געשריבן:איך דארף יעצט אויפמאכן א ביזנעס נאמען. עני יוניטס וואס קען מיר העלפן דערמיט? אקאונטענט? עניוואן?
איך דארף עס עסעפ!

עיין בדברי שמן זית עטליכע תגובות צוריק
1) מען פילט אויס א "ביזנעס סערטיפעקאט" און מען נוטערייזט עס און מען פיילט עס ביי די קאונטי קלורק, עס קאסט בערך 30 דאלער און דו האסט א ביזנעס נאמען,
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער בין איך? »

ווי טרעף איך א קאונטי קלוירק אין בארא פארק?
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

נישטא קיין אפיס דארט אזוי ווי UJO ווי מ'קען פרעגן?
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

וואס טוט זיך מיט נאן-פראפיט, וואס איז די דערהער פון אזא קארפ.?

איך פאשטיי ס'האט נישט צוטן מיט וויפיל געלט איז דא אין אקאונט, באט אויב דאס געלט וואקסט [פון נדבות פארשטייט זיך] טוישט זיך עפעס?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 14, 2009 9:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער קוטשער »

וואס מיינסטע, וואס זאל זיך טוישן?
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אז מען דארף צאלן עפעס פארן פעטער, אמער סיז דאך יא דא א סורפלאס.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 14, 2009 9:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער קוטשער »

ניין, ס'טוישט זיך גארנישט, עקזעמט מיינט עקזעמט.
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

מ'דארף א נייע DBA פאר יעדע נאמען אויף וואס מ'וויל מאכן ביזנעס??
למשל אז כ'פארקויף אויף עמעזאן אויף איין נאמען און כ'וויל פארקויפן אויף איבעי אונטער א צווייטע נאמען דארף איך נאך א DBA?
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אוועטאר
נישט קיין פראבלעם
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 10, 2011 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט קיין פראבלעם »

פארוואס דען נישט?
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

פארוואס נישט פארקויפן אויפן זעלבן נאמען?
אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1359
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבריאל »

איך טו ביזנעס דורך א קארפערעשאן איך וויל יעצט צולייגן צום קארפ. א DBA ווייסט איינער וואו איך קען דאס טוהן ? קאונטי'ס אפיס ? ווי איז עס ווי לאנג דארף מען דארט פארברענגען וואס דארף מען מיטנעמען?
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”