מיין שינדלער ליסטע

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

קרעזי

מיין שינדלער ליסטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעזי »

א גוטן אייך מיינע טייערע קאלעגעס, מיטגלידער פון דעם אויסגערופענעם קרעטשמע כל אחד בשמו יבורך.

איך וויל פון אייך ערלויבעניש נעמען, צו עפענען דא מיין שינדלער'ס ליסט. דאס וועט דינען וואו מיין ליסטע פון ווערטער, וואס איך וויל זייער וויסן וויאזוי זיי צו שרייבן, זייער באדייט, און אזוי ווייטער. די אורזאך פארוואס איך רוף דאס "שינדלער'ס" איז איינפאך דערפאר ווייל דער ליסטע שינדט מיר די הויט שוין עטליכע וואכן, און איך האף אז דא וועל איך טרעפן עטוואס וואס וועט מיר צופרידן שטעלן.


נ.ב. דארט וואו איהר זעהט דעם "(?)" צייכן, אט דארט געפינט זיך א ווארט וואס איז אומשטאנד צו שינדן די הויט ביי איינעם...
א דאנק.

וזה החלי בעזר צורי וגואלי:

- ...מיט איינע פון די אויסגערופענע בוי אונטערנעמער (?)...
- זייער א קורצע צייט האבן אנגעהאלטן די גליקליכע טעג, די פריידיגע (?)...
- איך בין ביי זיי פאררעכנט ווי א נאיווער (?), פרימיטיווער...
- אינדרויסען האט די ווינט געהודזשעט (?)
- זי, מיין מאמע, האט זיך געשפירט פאראכטעט (?) ווי א באדינער ביי א פרעמדע פרוי...
- אלע איהרע פריינדינעס (?) זענען אזוי...
- איהר עלטסטע (?) טאכטער...
- צווישען די ווארטנדע (?) איז געווען מר. קרעזי....
- איך בין שאקירט געווארן פון די געשעהניש (?)
- אין אכט גענומען זייער צווייפלנדע (?) טריט...
- די מענטשן האבן אויסגעזעהן אביסל מער באפרייט און נאכגעלאזן (?)...
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

ס'וואלט געווען זייער וויכטיג, זאלסט קלארער ארויס שרייבן וואס דו ווילסט, ווייל, עטליכע זאצן וואס דו האסט געשריבן, מאכט זייער אסאך סענס.
קרעזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעזי »

מיין פראגע איז נישט אויף די זאצן, נאר אויך די ווערטער פאר דעם "(?)" צייכן. צום ביישפיל, די ווארט "אונטערנעמער". איז דא אזא ווארט, אדער נישט? עס קען זיין אז צווישן די ווערטער וועט איהר טרעפן ווערטער וואס זענען אויסגעהאלטן הונדערט פראצענט, אבער פאר אן אונאנגעבליכע אורזאך שפיר איך צווייפעלנישן.

----------

ביטע פאררעכטן אלע גרייזן וואס איהר מערקט. א דאנק, א ריזיגן.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

Re: מיין שינדלער ליסטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

קרעזי האט געשריבן:
- ...מיט איינע פון די אויסגערופענע בוי אונטערנעמער (?)...
- זייער א קורצע צייט האבן אנגעהאלטן די גליקליכע טעג, די פריידיגע (?)...
- איך בין ביי זיי פאררעכנט ווי א נאיווער (?), פרימיטיווער...
- אינדרויסען האט די ווינט געהודזשעט (?)
- זי, מיין מאמע, האט זיך געשפירט פאראכטעט (?) ווי א באדינער ביי א פרעמדע פרוי...
- אלע איהרע פריינדינעס (?) זענען אזוי...
- איהר עלטסטע (?) טאכטער...
- צווישען די ווארטנדע (?) איז געווען מר. קרעזי....
- איך בין שאקירט געווארן פון די געשעהניש (?)
- אין אכט גענומען זייער צווייפלנדע (?) טריט...
- די מענטשן האבן אויסגעזעהן אביסל מער באפרייט און נאכגעלאזן (?)...


1) איינער וואס נעמט זיך אונטער צו בויען, איז א בוי אונטערנעמער, און איינער אין דעם דזשאב מיט עקספיריענס, און אסאך מענטשן ווייסן פון אים, איז אן אויסגערופענער בוי אונטערנעמער.

2) די פריידיגע, באדערט דיך? לאמיר זאגן אז נאכדעם שטייט, די פריידיגע מאמענטן, כ'מיין אז ס'איז אביסל שרייבעריש, לגבי פרייליכע.

3) נאיווער, איז איינער פארשטייט נישט אין א געוויסן ענין, פרימיטיווער, איז איינער וואס איז צוריק געבליבן אין נאכגיין די היינטיגע וועלט, לאוו דוקא לגבי א מענטש, נאר א נאפט לאמפ, איז א פרימיטיווער מיטל א קעגן א לייט.

4) אויב עפעס, האט די ווינט געבוזשעוועט, געהודזשעט, האבעך נאכנישט געהערט.

5) דיין זאץ, האט לכאורה נישט קיין פארבינדונג, די ערשטע העלפט מיט די צווייטע, פאראכטעט, מיין איך, איז די מיין פון אראפגעקוקט, אבער נאך אלץ נישט דאס צו ניצן לויט די וועג ווי אזוי דו האסט עס געשריבן, (כ'קען מיך נישט אזוי גוט מסביר זיין, און כ'על עס לאזן פאר א צווייטן.)

6) פריינדינעס, איז מער שרייבעריש, ווי פריינדענס.

7) וואס איז דיר שווער?

8) ווי אזוי וואלסטו דאס געוואלט שרייבן, אז קרעזי ווארט, איז ער צווישן די ווארטענדע מענטשן.

9) אז איינער וויל דערציילן, אז ער איז געכאפט געווארן אין שאק, ווען ער האט געזען ווער ס'ווארט אים אפ אינדערהיים, אין א אומנארמאלע צייט, וועט ער דערציילן, אז ער איז געווארן שאקירט, סאו, וואס איז דיר שווער דערמיט?

10) אויף די זעלבע אופן, ווי די פריערדיגע, ס'איז מער שרייבעריש, ווי צווייפלדיגע טריט.

11) באפרייט און נאכגעלאזן, האט לויט מיר נישט קיין פארבינדונג, און מ'שרייבט דאס נישט צוזאמען.

אצינד עמער לאזן פאר די אנדערע שרייבער זיך צו באפאסן דערמיט.
קרעזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעזי »

א גרויסן דאנק מר. איך הער, און איך ווארט נאך צו הערן פון די אנדערע פערזענליכקייטן דא אין קרעטשמע.

איינוועגס, איך האב נישט געפרעגט דעם באדייט פון די ווערטער, נאר די אויסלייג פון די בוכשטאבן. איך ווייס וואס די ווערטער מיינען, אדער צום ווייניגסטנס רעד איך זיך אזוי איין...

דאס ווארט "נאכגעלאזן" איז אן אויסנאם, ווי איך וואלט טאקע יא געוואלט הערן מער דערוועגן. איך ווייס אז עס קען מיינען "דער אינגל איז שרעקליך נאכגעלאזן. ער גייט צוריסן און צושליסן (אויך א ווארט וואס מעג באהאנדלט ווערן)". איך וואלט געוואלט אבער וויסן אויב קען עס אויך מיינען RELAXED אדער נישט.

א היומאנגעס דאנק.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

בוי אונטערנעמער איז גוט. איך וואלט אפשר געשריבן: בוי-אונטערנעמער, מיט א פאס צווישן די צוויי ווערטער.
די פריידיגע מאמענטן איז גוט.
נאיווער - צ"ל נאאיווער. די חילוק צווישן נאאיווער און פרימיטיווער האט איכער גוט ערקלערט.
אינדרויסען - צ"ל אינדרויסן. געהודזשעט? געהודזשעט?
פאראכטעט קלעבט עפעס נישט דא. ענדערש "דערנידערט".
אלע איהרע פריינדינעס. קודם כל "אירע", נישט "איהרע". פריינדינעס איז גוט, מיין איך.
(איהר) איר עלטסטע טאכטער. יא, עלטסטע. ויש אומרים עלסטע.
צווישען די ווארטנדע (?) איז געווען מר. קרעזי. יא, גוט.
איך בין שאקירט (געווארן) פון די (געשעהניש) געשעעניש
אין אכט גענומען זייער (צווייפלנדע) פארצווייפלטע/צווייפלנדיגע טריט...
די מענטשן האבן (אויסגעזעהן) אויסגעזען אביסל מער באפרייט און נאכגעלאזן. איך זעה נישט וואס באפרייט האט מיט נאכגעלאזן. והשנית, שרייבט מען נאכגעלאזט.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

די מענטשן האבן אויסגעזעהן אביסל מער באפרייט און נאכגעלאזן = דאס איז לכאורה א פרייע איבערזעצונג פון עברית אדער ענגליש, רייכערע שפראכן מיט שענערע אויסדרוקן. זאג מיר וואס עס איז געשטאנען אינעם אריגינעלן דאקומענט, איך וועל דיר עס פרובירן איבערצוטייטשן אויף אונזער אידיש.

ווי איך פארשטיי, איז די ווארט "נאכגעלאזן" דא, במקום "אויפגעבינדן", פארקערט ווי צוגעבינדן/מצומצם.
Anonymous

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Anonymous »

ווי איך פארשטיי איז געשטאנען RELAXED אדער אזא מין ווארט.
קרעזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעזי »

יא, כלבין איז גערעכט. אינעם ארגינעלן דאקומענט מיינט מען "רילעקסד".
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

קרעמער האט געשריבן:די מענטשן האבן אויסגעזעהן אביסל מער באפרייט און נאכגעלאזן = דאס איז לכאורה א פרייע איבערזעצונג פון עברית אדער ענגליש, רייכערע שפראכן מיט שענערע אויסדרוקן. זאג מיר וואס עס איז געשטאנען אינעם אריגינעלן דאקומענט, איך וועל דיר עס פרובירן איבערצוטייטשן אויף אונזער אידיש.

ווי איך פארשטיי, איז די ווארט "נאכגעלאזן" דא, במקום "אויפגעבינדן", פארקערט ווי צוגעבינדן/מצומצם.


די קונץ איז סאך גרעסער ווען ס'איז פארקערט, אז דו זאלסט אליינס קענען אויספיגערן וואס ס'איז געשטאנען אינעם ארגינעלן.
צ.ב.ש., אין מיין באליבטע צייטונג איז געשטאנען אז מ'האט געדארפט עוועקואירן א בילדינג ווייל מ'האט געטון דארט "אויפהאלטונג" - אן אומגעלונגענע איבערזעצונג פון מעינטענענס.
קרעזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעזי »

נו, לאמיר הערן וויאזוי מען זאגט טאקע "מעינטענענס" אין אידיש?

איינוועגס, פארוואס שרייבן זיי בילדונג, אז מען קען נוצן דאס היימישע ווארט "געביידע"?
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

לכאורה, פאררעכטונגען. אדער איבער-בוי ארבעט.
קרעזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעזי »

דאס איז רענאוואציעס (קאפירייט ביי סענדער דייטש..)
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

גערעכט. ווייל דאס האט ער געוואלט דארט שרייבן, ווייל פאר מעינטענענס, ליידיגט מען נישט אויס קיינע געביידעס. און סתם מעינטענען א געביידע, מיינט טאקע אויפהאלטן, עס האלטן אין ארדענונג.
קרעזי

שינדלער'ס ליסט 2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעזי »

צו מיינע טייערע קרעטשמע מיטגלידער, יעדער מיט זיין אייגנארטיגקייט...

אט פאר אייך שטייט א ליסטע פון ווערטער וואס ווארטן צו באהאנדלט ווערן דורך אייער געשעצטע פעדער. איך וואלט אייך זייער דאנקבאר געווען אויב קענט איהר מיר צוהעלפן זיך לערנען שרייבן ווי א "מענטש".

וזה החלי בעזר צורי וגואלי:

... אויסגערופענע בוי אונטערנעמער (?) וועלכע האט זיך געכאפט...
...די טעג, די פריידיגע (?)...
...זי איז פאררעכנט ווי א נאיווע (?), פרימיטיווע פרוי...
...האט די ווינט געהודזשעט (?), און די ווייסער (?) שניי...
...האט זיך געשפירט פאראכטעט (?) ווי א באדינער...
...און אלע איהרע פריינדינעס (?) זענען אזוי א כלה געווארן...
...צווישען די ווארטנדע (?) איז געווען מר. קרעזי...
...ער האט אין אכט גענומען זייער צווייפלנדע (?) טריט...
...מער באפרייט און נאכגעלאזן (?)...
...סארטן עקסטראקטען (?) און געמישן (?) פון פארשידענע גראזן...
...דער טאטע איז וואסאמאל (?) שוואכער געווארן...
...שוואכע, אבער הערבארע (?) שטימע...
...אויסגעשטרעקט מיינע קליינע הענט, אפציווישען (?) איהרע טרערן...
...זענט פיהל מיט לעבנסלוסט (?)...
...אן אנדענק אדער אנדערע פאראייביגונג (?)....
...האט ער באהויפטעט (?) אז דאס איז פונקט ווי...
...און האט געפרואווט (?) איהר צו באוועגן...
...און איהר באגרעניצקייט (באגרעניצונג?) האבן נישט צוגעלאזט אז...
...אז זי וועט פארגיטעט (?) ווערן דורך די מיליטער...
...איך, אין קעגנזאץ (?), בין גוט געשלאפן...
...מיט א ליבליכע מוטערליכע (?) האנט...
...א נאגעלאזטע און פארנאכלעסיגטע (?) פרוי...
...איך האב א ערציערן (?) וועלכע העלפט אויך צו...
...וואוינט מיט א צוהעלפערין (?) וואס איז אינעם זעלבן...
...ארומשמועסן מיט איהרע פריינדינעס (?)...
...האבן די טעג באדייטעט (?) ארבייטס טעג...
...גלענצענד ריינע, שפאגעלנדע (?) הויז...
...בין איך נישט ענליך (ענלעך?) צו טאטע און מאמע...
... אויף וואס זיך צו איזדעקעווען (?)...
...די באבע איז האסטיג (?) צוגעלאפן און וויינענדיג איהר...
...איז אבער געווען האפענונגסלאז (?)...
...זיי זיך געדארפט באגניגען (באגנוגען?) מיט ברויט און טיי...
...אין די צייט פון דעם רוסישן אקופירונג (אקופאציע?)...
...מען אריינגעשטעלט א טראנסמיטאר (טראנזיסטאר?)...
...זי האט זיך געפריידט (?) אז זי האט נישט...
...האט נישט געקענט איינריכטען (איינשטעלן?) דעם עמער אינעם ריכטיגן פלאץ...
...די צוויי אקטיוויטעטן (?) וועלכע זענען אויף איהר...
...איז איהר אקעגנגעלאפן (אנטקעגנגעלאפן?), איהר אנגעכאפט און איהר...
...פלאץ וואו איך געפון (געפין?) מיר...
...אבער זי געפונט (געפינט?) זיך נישט דא...
...פארבאטן ארויסצונעמען א פיפס (?)...
...אויסגעשריגן דעם ענטפער אויסנווייניג (?)...
...איך האב אנטשייד (?) מיט א שנעלקייט עקזעמפלארן (?) פון שווערע מאטעמאטיק...
...און אויף דער דערקעגנדע (אנטקעגנדיגע?) זייט די מזוזה...
...איך האב איהר געפיינטעט (?)...
...באהערשט דעם גאנצן וועזנהייט (וועזן?). גערודער, געשרייען און...
... געשפילט מיט די שפילערייען וואס איך האב זיי אנגעטראגן (אונטערגעטראגן?)...
...א נאכגעלאזטע און פארנאכלעסיגטע (?)...
...קליידער פון די פופעס (ליאלקעס?)...
...ער האט פארקויפט מיט גרויס עהרליכקייט (?)...
...זי האט זיך אנגעזאמעלט ערפארונג (דערפארונג?), און האט זיך איינגעוואוינט...
...נישט צוגעלאזט אז איר באגרעניצונג (באגרענעצונג?) זאל איר צוריקהאלטן פון...
...זיך באטייליגט אינעם פארזאמלונג (?) אין יענע פראסטיגע נאכט...
...וועלן ברענגן די דערווארטנדע (ערווארטנדע? ערווארטעטע?) אנזאג...
...די גויישע (גוי'אישע?) שכנה...
...אלץ א סאציאלע ארבייטער (ארבעטער?) אין די...
...אויך בלישטשקענדיג (בלישטשענדיג?), פון א דורכזיכטיג זילבערנע...
...אינעם פאלגנדן (?) טאג...
...פאראנטווארטליך אויף דעם פארשוואונדונג (?) פון איהר דיאמאנט...
... געקוקט אויף אים מיט מיספארשטענדניש (?)...
...אזוי שיין און פראכטפול (?)...
...אז איך האב ערפילט (?) דאס וואס האט מיר געפעלט...
...און פרובירט מיר רעדעוודיג (בארעדעוודיג?) מאכן...
...צו זיין אזוי עמפינדליך (?)...
...טראץ איר הויכע שרייענדע (?) שטימע...
...רייזי צום קליינעם טאראסע (?), וואס איז געווען אפגעזונדערט...
...פראגעס זענען נישט זאכליך (?)...
...כאטש ער איז אויפריכטיג (אפענהארציג?) און לאזט אויס זיין געלעכטער פאר מיינע אויגן...
...זענען געשיקט געווארן הין (אהין?) און צוריק...
...א קליינע קוים זעהבארע (?) פינק...
...געפילן פון א ווארעם (ווארים?) און פארווייטאגט הארץ...
...איבערגעלאזט אפאר גוטע אויפמונטערנדע (?) ווערטער...
...איז געווען באזונדער אפמוטשענד (?)....
...נישט געהאט קיין מינדעסטן (מינדסטן?) צווייפל אז דאס ווערט...
...צו טרעפן דעם אינגן (יונגן? יינגן?) פארפאלק וואס האבן אנגעפרעגט...
...נישט געקענט איינלאדענען פריינדינעס (?), ווייל...
...פון א אינגן (יונגן? יינגן?) עלטער האבן זיי זיך...
...מיין באשלוס איז געווען א פעסטע און ענטשיידענד (איז דא אזא ווארט? כמו אנטשלאסן?): ניין, איך וועל דאס נישט טון...
...ער איז גענוג דערשיטערט (ערשיטערט?) געווארן פון מיין געוויין...
...פארוואס איך בין אויפאמאל (?) פארוואנדלט געווארן אין א...
...בעסער אז איך געפון (געפין?) זיך נישט ביי זיי...
...איז סייווי נישט רעלעוואנט (?). אזוי צו אזוי...
...מיר לאזן אן קיינע (?) פריינדינעס. ...
...אז דער פאדים אנטרינט (?) פונעם נאדל...
... איינער זאל אים דערציילן מיין פארגאנגענהייט און אנטפלעקן מיין הינטערגרונט (?)...
...זי האט זיך געשאקלט (?) אזוי ווי ביים דאווענען...
...געווען פיהל מער אנגענעהם (אנגענעם?) צו פארבלייבן אינדערהיים מיט...
... בלייבן נישט שטיין אויף קיין פלאץ, נאר זענען אלעמאל רייזנדיג (?)...
...ווידעראום (?) משה און יעקב...
...עס טוט אים באנג (?) מיר צו פארלאזן...
...איינגעהילט און א רירנדן (?) געוויין. ...
...פארבארגן דורך בליהנדע (בליענדע?)קוסטן...
...אויפן קליינעם באצויבערנדע (?) אינזל, זענען מיר...
...מאמע האט עס היבש (היפש?) געשטערט. נישט אז...
...און פארמינערן איר אנגעוויזנהייט (אנגעוויזנקייט?) אויף די גוטהארציגקייט פון...
...זיי פלעגן גנב'ען (גנב'נען?) 'אונטערן טיש' וואס אימער...
...מען האט אויך צוזאמנגעזאמלט (צוזאמגעזאמלט? איינגעזאמלט?) די אלע קליינע...
...די דינסט איז געשטאנען פאר איר צוקונפטיגע הערן (הערין?)...
...נאכאמאל איינגעהערט אינעם שפאנענדן (?) געשיכטע...
...אויף דיר טרוים (?) איך אין די נעכט...
...צו וועסטו (?) מיר גלייבן אז אין...
...זיי שטענדיג געפלעגט, און ערנערט (?)...
...וועלן מיר נאר ווילן (?), וועלן מיר קענען...
...ער וועט זיין דער וואס וועט ערלעדיגן דאס געברויכטע (?)...
...אוועק צום נייעם שניידערין (?), וועמען זי האט אנטפלעקט...
...און דעם געלבליכן (געלבלעכן?) זיידענעם בלוזקע (?), וואס...
...מיר האבן גענאסן (?) פונעם קאווע...
... דורכגיין דעם טיש פון די דריי פרויען, די דריי פלוידערער (?)...
...דאס קלייד איז גענייט (גענייעט?) מיט קליינע פארבארגענע אוממערקבארע (?) שטאכן...
...איך אנגעהויבן מאכן שיפע (איז דא אזא ווארט כלל?) ליניעס...
...ער זאל זיך צוטשעפענען (?) צו דעם קלענערען משה...
...אז ער זאל ארויפשטייגן (איינשטייגן? אויפשטייגן?) אויף די ריכטיגע וואגן...
...דעם ערווארטעטע (דערווארטעטע? ערווארטנדע?) באגעגעניש מיט זיין פריינט...
...וואס איז פיהל אינגער (יונגער? יינגער?) פון אים...
....זיי האבן אראפגעשטייגט (אויסגעשטייגט? אפגעשטייגט?) פונעם באן, און...
...נאר נאך פיהל מאטערניש (?) האט ער ערצייגט צו...
...אפאר טריט צום נאנטסטן (נענטסטען?) באנק, וואו זיי האבן...
...בין נאך געווען אינג (יונג? יינג?), האב איך מיר אנגעשטרענגט...
...די שמועסן זענען געוואקסן און געווארן אפטער (?)...
...אין א פארלאזטע וויסטעניש (?)...
...נאר אויף די בעדינג (באדינג?) קען ער ערשיינען, אויב...
...דער מאן האט לייכט געשנארכט (געשנארכצט?)...
...איז אריינגעקומען דער געעהרטער (געערטער?) ריכטער...
...דאס איז א פריינד (פריינט?) זיינע...
...האט מיר פונקטליך אויסגעמאלן (אויסגעמאלעוועט?) דעם געריכט זאל...
...ער גייט אט צוזאמפאלן (צוזאמענפאלן?) פאר שרעק...
...צו הערן דעם ערווארטעטן (?) אורטייל...
...אינעם 'פרייהייט סקווער (איז דאס ענגליש?)' אין די שאטן...
...מיר האבן געלייהט (געלייט? געלייעט?) פיהל געלט...
...און וועט נישט פליסען (פלוסן?) רואיג אין וואסער פלוס (פליס?)...
...איך וועל זיין אבוועזנד...
...טראץ וואס קעגן (געגן? קייגן?) אנדערע שטעטלעך ווערט דאס פאררעכנט...
...וועלכע ליגט צופוסנס (ציפוסנס? צופיסנס?) פון די אלפן בערג...
...האבן מיר אלע דריי ארויפגעשטיגן (אויפגעשטיגען? איינגעשטיגען?): משה, יעקב און זרח...
...מיר זענען אים אקעגן (אנטקעגן?) געגאנגען פאמעלאך (פאמעליך?)...
...האט אויסגעקוקט זייער נאטירליך (נאטורליך?), די פינגער עטוואס איינגעקנייטשט...
...איז אויך געווען פארהאנגען (פירהאנגען? פירהענג?) אויף די צוויי פענצטער...
...מיט די פראכטיגע (?) מעבל, מיט די...
...נישט געשטערט די פינצטערניש (פינסטערניש?), וויבאלד איך בין נישט..
...האבן טאקע געהאט עלעקטריציטעט (עלעקטריע?) אין גאנצן הויז...
...די מענער זענען אינצווישן (אין צווישן?) אהיימגעקומען, און איך...
...שרענק (שענק?) אנגעפולט מיט קליידער...
...טאקע געווען זייער דייטשמעריש (?), און אנדערש ווי די...
...וואס האט געבושעוועט (געבוזשעוועט?) דעמאלט, און דער פייער וואס...
...איך געהאט שווערע צווייפלען (צווייפלנישען?)...
...ער אויסגעדרוקט זיין שטוינונג (דערשטוינונג?)...
...איך האב דערצו נישט געגלוסט (?)....
...שיינע טישטוך, די פאסנדע (צופאסנדע? פאסיגע? צופאסיגע?) בענקלעך, די גלאנציגע...
...אויסגעשפרייט אויף דעם שפאגלענעם (איז דאס א ווארט?) הילצערנע פאדלאגע...
...נישט געשפירט קיין שפור (?) פון בארירונג אדער אנטוישונג...
...ער האט אונז ענטפאנגען מיט פריידיגע (?) אויסרופן...
...מען פרעגלט שוויסקען (?)...
...געגעסן לאטקעס און פאנקן (?)...
...געביגלט, געפרעסט, און קראכמאלנירט (אנקראכמאלט? אנגעקראכמאלט?)...
...נישט אריבער דעם טאנצנדיגן (?) ריטם אין די פוס...
...אינמיטן אן ארבייטס (ארבעטס?) טאג...
...ער איז מיר געווען קענטיג (קענטליך?)...
...זאל אריינשטעלן די גלאזערנע (גלעזערנע?) געצייג צווישן די בעט...
...געפירט געלאסן און געמיטליך (געמיטלעך?), ווען נאכן וואגן גייען...
...לויט וואס זיי האבן פארמאגט איז געווען קענטיג (קענטליך?) אז זיי זענען רייכע...
...די אלע אידישע שפעקולאציעס (?), און דער קריג האט...
...צו די אומצופרידנהייט (אומצופרידנקייט?) פון די טשעכן...
...קארפאטן-רוסלאנד (?) איז טאקע זייער ווייט...
...מאנאטן פיין און לייד (ליידן?) וואס האבן באטראפען די אידן...
...ארויסגעגעבן געווארן א קורפיא (איז דאס ענגליש?)באפעל...
...באהאפטן די פאדערשטע טייל פונעם העמד צו דעם הינטערשטן (?)..
...מיר האבן זיך באגנוגנט (באגניגנט?) מיטן מינימום וואס האט...
...איך האב געברענגט שטעקשיך (שטעקשוך?) פאר אונז ביידע...
...אבער פון דעסטוועגן (?) האב איך געשפירט...
...נאך איידער די אייגנטימערין (?) מערקט אז...
...קיין באזונדערע הארץ קלאפן (קלאפענישן? קלעפ?)...
...און אין איר אפגענומענע (?) האנט...
...ווען הויכע ברומען (ברימן?) פארפלייצן דעם שטילקייט פון...
...דער ארום איז געווען אויסגעשטאט (?) מיט ביימער און בלעטער...
...דארט פון וועלטס באשאפן (באשאפונג?)...
-...מיט אונזער צוזאמענארבייט (צוזאמארבייט? צוזאמענארבעט?), און דורכגעפירט די מיסיע...
... מיינע צוויי גרויסע קערבלעך (קערב?)...
...א גרויסע זאק מיט ברוינע בעבעס (בעבלעך?)...
...א סארט געקעכץ (געקעכטס?) פון זויערע מילך...
...ביינאכט ווערט די מאדנע ברום (ברים?) אפגעשוואכט...
...געברענגט א פרישן לאדן (?) תבואה...
...ער איז נישט געווען קיין וויינענדיג (?) קינד...
...די פלוצלינגע שוידערליכע וויינערייען (?)...
...געגאנגען צו א פלאץ פון וואו מען האט געקענט אויסקוקן (?) זייער ווייט...
...ער האט פרובירט צו דערציילן דעריבער (?), אבער עס איז נישט...
...ער הענגט אין מיר אן די פארווירקליכקונג (?) פון די אלע מיסיעס...
...איך בין געווען באוואוסטזיניג (?) דערצו...
...די שניי האט ווידער באדעקט די איינגענג (?) פון די הייזער...
...אויפפירן מיט זייערע אונטערטאנען( אינטערטאנען?)...
...און אויף די איבערמידליכע (?) העלדישע (?) גייסט וואס...
...האט ארויסגעצויגן א קאנע (?) צוקער וואס ער האט...
...ער אפגערייניגט די האמערלעך (העמערלעך?)...
...דעמאלט וועלן זיי זיין מער דולדיג (געדולדיג?) צו פרעמדע פעלקער...
...די באשוואוירענע שעלטונג (קללה?) וואס זיי האבן ארויפגעלייגט...
...זענען די בלעטער טאקע פארוויעלקט (?) געווארן...
...ארומגענומען מיט שולד געפיהלן (?)...
...די וועכטערין, די רויבערין (?)...
...איך האב בעסערע אויסזיכטן צו ערווארבן (?) אן ערלויבעניש ווי יענעם...
...מיר זענען נישט אלע אייניג צוגלייך (?)...
...געקריגן דעם לאנג ערווארטענדן (?) בליי פעדער...
...זי איז מיין פלומעניצע (?)...
...געשלעפט ספעציעל גרויסע קארבן (קערב?) אויפן רוקן...
...אבער די באדינגונגען (באדינגען?) און דאס געדרענג...
...כאטש עס האט איר געעגבערט (געערגבערט?)...

עכ"ל הליסטע.

א ריזן דאנק פאר אייך אלע וואס נעמען די צייט און די מיה צו איבערקוקן מיין בויך וויי...
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

וואס טוסטו דא? אר יו קרעזי? ... אה, יא. סארי.

האסט דא צוזאמגעמישט אויך די אלטע שינדלערס ליסטע וואס מען האט דיר שוין געענטפערט דערויף, ניין?

געב מיר 9 טעג צייט צו ענטפערן אויף אלעס.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

Re: שינדלער'ס ליסט 2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

קרעזי האט געשריבן:צו מיינע טייערע קרעטשמע מיטגלידער, יעדער מיט זיין אייגנארטיגקייט...

אט פאר אייך שטייט א ליסטע פון ווערטער וואס ווארטן צו באהאנדלט ווערן דורך אייער געשעצטע פעדער. איך וואלט אייך זייער דאנקבאר געווען אויב קענט איהר מיר צוהעלפן זיך לערנען שרייבן ווי א "מענטש".

וזה החלי בעזר צורי וגואלי:

... אויסגערופענע בוי אונטערנעמער (?) וועלכע האט זיך געכאפט... = עי' ליסטע 1
...די טעג, די פריידיגע (?)... = כנ"ל
...זי איז פאררעכנט ווי א נאיווע (?), פרימיטיווע פרוי... = תמימות'דיג
...האט די ווינט געהודזשעט (?), און די ווייסער (?) שניי... = לכאורה: געברימט (ווייסע שניי איז לכאורה בעסער)
...האט זיך געשפירט פאראכטעט (?) ווי א באדינער... = עי' ליסטע 1 (מלשון אראפגעקוקט)
...און אלע איהרע פריינדינעס (?) זענען אזוי א כלה געווארן... = עי' ליסטע 1
...צווישען די ווארטנדע (?) איז געווען מר. קרעזי... = עי' ליסטע 1
...ער האט אין אכט גענומען זייער צווייפלנדע (?) טריט...
...מער באפרייט און נאכגעלאזן (?)... = עי' ליסטע 1
...סארטן עקסטראקטען (?) און געמישן (?) פון פארשידענע גראזן... = עקסטרעקט איז ענגליש, אויף היברו: "תמצית"
...דער טאטע איז וואסאמאל (?) שוואכער געווארן... = וואס אמאל (מען נוצט עס נישט געווענליך ביים שרייבן)
...שוואכע, אבער הערבארע (?) שטימע... = זייער גוט, הערבאר (אזוי ווי ליינבאר, דערקענבאר)
...אויסגעשטרעקט מיינע קליינע הענט, אפציווישען (?) איהרע טרערן... = (אפצואווישן)
...זענט פיהל מיט לעבנסלוסט (?)... = לעבעדיגקייט/פרייליכקייט
...אן אנדענק אדער אנדערע פאראייביגונג (?).... = גוטע ווארט. לשון הקודש: הנצחה
...האט ער באהויפטעט (?) אז דאס איז פונקט ווי...= ארויסגעברענגט/דערקלערט
...און האט געפרואווט (?) איהר צו באוועגן... = אן אנדערע ווארט אויף 'פרובירט'
...און איהר באגרעניצקייט (באגרעניצונג?) האבן נישט צוגעלאזט אז... = געב מיר ווערטער פון פריער און שפעטער
...אז זי וועט פארגיטעט (?) ווערן דורך די מיליטער... = פארגיטיגט
...איך, אין קעגנזאץ (?), בין גוט געשלאפן... = גוטע ווארט. באדייט: פארקערט ווי דיר/פריער.
...מיט א ליבליכע מוטערליכע (?) האנט... = וואסי שלעכט דערמיט?
...א נאגעלאזטע און פארנאכלעסיגטע (?) פרוי... = היינו נאכגעלאזט היינט פארנאכלעסיגט, נאכגעלאזט איז מען לגבי זיך אליין, און מען פארנאכלעסיגט אנדערע זאכן (כנלע"ד)
...איך האב א ערציערן (?) וועלכע העלפט אויך צו... = "אן" ערציערין / געהילף אויפצוציען קינדער
...וואוינט מיט א צוהעלפערין (?) וואס איז אינעם זעלבן... = ריכטיגע ווארט: העלפערין
...ארומשמועסן מיט איהרע פריינדינעס (?)... = עי' לעיל
...האבן די טעג באדייטעט (?) ארבייטס טעג... = געמיינט
...גלענצענד ריינע, שפאגעלנדע (?) הויז... = עס שפיגלט (בעסער: שפאגלענדע)
...בין איך נישט ענליך (ענלעך?) צו טאטע און מאמע... = ענליך איז ריכטיג.
... אויף וואס זיך צו איזדעקעווען (?)... = קריגן/טענה'ן/אנטשעפן (אזוי מיין איך)
...די באבע איז האסטיג (?) צוגעלאפן און וויינענדיג איהר... = מיט אן אימפעט
...איז אבער געווען האפענונגסלאז (?)... = גוט. אנע האפענונג.
...זיי זיך געדארפט באגניגען (באגנוגען?) מיט ברויט און טיי... = באגעניגן (אזוי שרייב איך)
...אין די צייט פון דעם רוסישן אקופירונג (אקופאציע?)... = אקופאציע איז בעסער.
...מען אריינגעשטעלט א טראנסמיטאר (טראנזיסטאר?)... = כ'מיין אז דאס זענען צוויי אנדערע זאכן.
...זי האט זיך געפריידט (?) אז זי האט נישט... = גוט
...האט נישט געקענט איינריכטען (איינשטעלן?) דעם עמער אינעם ריכטיגן פלאץ... = אריינשטעלן
...די צוויי אקטיוויטעטן (?) וועלכע זענען אויף איהר... = אקטן?
...איז איהר אקעגנגעלאפן (אנטקעגנגעלאפן?), איהר אנגעכאפט און איהר...= קייגנגעלאפן..
...פלאץ וואו איך געפון (געפין?) מיר... = געפין
...אבער זי געפונט (געפינט?) זיך נישט דא... = געפונט
...פארבאטן ארויסצונעמען א פיפס (?)... = ארויסצונעמען? ארויסגעבן אפשר
...אויסגעשריגן דעם ענטפער אויסנווייניג (?)... = אויסעווייניג
...איך האב אנטשייד (?) מיט א שנעלקייט עקזעמפלארן (?) פון שווערע מאטעמאטיק... = אנטשיידעט (עקזעמפלארן איז גוט)
...און אויף דער דערקעגנדע (אנטקעגנדיגע?) זייט די מזוזה... = ?
...איך האב איהר געפיינטעט (?)...= פיינט געהאט
...באהערשט דעם גאנצן וועזנהייט (וועזן?). גערודער, געשרייען און... = וועזן איז גוט.
... געשפילט מיט די שפילערייען וואס איך האב זיי אנגעטראגן (אונטערגעטראגן?)...= נאכגעטראגן?
...א נאכגעלאזטע און פארנאכלעסיגטע (?)... = עי' לעיל
...קליידער פון די פופעס (ליאלקעס?)... = וואט אר יו טאלקינג אבאוט?
...ער האט פארקויפט מיט גרויס עהרליכקייט (?)... = וואטס יור פראבלעם?
...זי האט זיך אנגעזאמעלט ערפארונג (דערפארונג?), און האט זיך איינגעוואוינט... = ערפארונג.
...נישט צוגעלאזט אז איר באגרעניצונג (באגרענעצונג?) זאל איר צוריקהאלטן פון... = באגרעניצונג.
...זיך באטייליגט אינעם פארזאמלונג (?) אין יענע פראסטיגע נאכט... = גוט.
...וועלן ברענגן די דערווארטנדע (ערווארטנדע? ערווארטעטע?) אנזאג... = ערווארטעטע
...די גויישע (גוי'אישע?) שכנה... = גוי'אישע
...אלץ א סאציאלע ארבייטער (ארבעטער?) אין די...= ביידע זענען גוט
...אויך בלישטשקענדיג (בלישטשענדיג?), פון א דורכזיכטיג זילבערנע... = בליטשקענדיג
...אינעם פאלגנדן (?) טאג...= גוט
...פאראנטווארטליך אויף דעם פארשוואונדונג (?) פון איהר דיאמאנט... = גוט
... געקוקט אויף אים מיט מיספארשטענדניש (?)... = אומפארשטענדעניש?
...אזוי שיין און פראכטפול (?)... = גוט. פול מיט פראכט.
...אז איך האב ערפילט (?) דאס וואס האט מיר געפעלט... = גוט
...און פרובירט מיר רעדעוודיג (בארעדעוודיג?) מאכן... = רעדעוודיג
...צו זיין אזוי עמפינדליך (?)... = גוט
...טראץ איר הויכע שרייענדע (?) שטימע... = גוט
...רייזי צום קליינעם טאראסע (?), וואס איז געווען אפגעזונדערט...= גוט (באדייט: פארטש, ברייטע טרעפ פארן הויז)
...פראגעס זענען נישט זאכליך (?)... = גוט
...כאטש ער איז אויפריכטיג (אפענהארציג?) און לאזט אויס זיין געלעכטער פאר מיינע אויגן... = ביידע זענען גוט
...זענען געשיקט געווארן הין (אהין?) און צוריק... = הין איז גוט.
...א קליינע קוים זעהבארע (?) פינק... = גוט.
...געפילן פון א ווארעם (ווארים?) און פארווייטאגט הארץ... = ווארעם
...איבערגעלאזט אפאר גוטע אויפמונטערנדע (?) ווערטער... = גוט
...איז געווען באזונדער אפמוטשענד (?).... = גוט
...נישט געהאט קיין מינדעסטן (מינדסטן?) צווייפל אז דאס ווערט... = מינדעסטן
...צו טרעפן דעם אינגן (יונגן? יינגן?) פארפאלק וואס האבן אנגעפרעגט... = אינגן
...נישט געקענט איינלאדענען פריינדינעס (?), ווייל... = עי' לעיל
...פון א אינגן (יונגן? יינגן?) עלטער האבן זיי זיך... = עי' לעיל
...מיין באשלוס איז געווען א פעסטע און ענטשיידענד (איז דא אזא ווארט? כמו אנטשלאסן?): ניין, איך וועל דאס נישט טון... = ענדגילטיגע
...ער איז גענוג דערשיטערט (ערשיטערט?) געווארן פון מיין געוויין... = אלטע מחלוקה
...פארוואס איך בין אויפאמאל (?) פארוואנדלט געווארן אין א... = פארקורצונג פון אויף איינמאל
...בעסער אז איך געפון (געפין?) זיך נישט ביי זיי... =
...איז סייווי נישט רעלעוואנט (?). אזוי צו אזוי... = גוט. (באדייט: נישט נוגע אהער/יעצט)
...מיר לאזן אן קיינע (?) פריינדינעס. ... = גוט
...אז דער פאדים אנטרינט (?) פונעם נאדל... = (אנטלויפט)
... איינער זאל אים דערציילן מיין פארגאנגענהייט און אנטפלעקן מיין הינטערגרונט (?)... =
...זי האט זיך געשאקלט (?) אזוי ווי ביים דאווענען...= גוט
...געווען פיהל מער אנגענעהם (אנגענעם?) צו פארבלייבן אינדערהיים מיט...= אנגענעם איז גוט
... בלייבן נישט שטיין אויף קיין פלאץ, נאר זענען אלעמאל רייזנדיג (?)...=
...ווידעראום (?) משה און יעקב...= לאידך גיסא
...עס טוט אים באנג (?) מיר צו פארלאזן...= גוט. א לשון פון ווייטאג
...איינגעהילט און א רירנדן (?) געוויין. ...= גוט
...פארבארגן דורך בליהנדע (בליענדע?)קוסטן... = וואס? פראצענט? ריבית? וואקסענדע אפשר.
...אויפן קליינעם באצויבערנדע (?) אינזל, זענען מיר... = גוט (עס פאר'כישופ'ט)
...מאמע האט עס היבש (היפש?) געשטערט. נישט אז... = היבש (אזוי שרייב איך)
...און פארמינערן איר אנגעוויזנהייט (אנגעוויזנקייט?) אויף די גוטהארציגקייט פון... = אנגעוויזנקייט
...זיי פלעגן גנב'ען (גנב'נען?) 'אונטערן טיש' וואס אימער... = גנב'ענען
...מען האט אויך צוזאמנגעזאמלט (צוזאמגעזאמלט? איינגעזאמלט?) די אלע קליינע... = צוזאמגעזאמלט
...די דינסט איז געשטאנען פאר איר צוקונפטיגע הערן (הערין?)... = הערינטע
...נאכאמאל איינגעהערט אינעם שפאנענדן (?) געשיכטע... = גוט
...אויף דיר טרוים (?) איך אין די נעכט... = זיסע חלום
...צו וועסטו (?) מיר גלייבן אז אין... = גוט
...זיי שטענדיג געפלעגט, און ערנערט (?)...= גוט: געגעבן צו עסן,
...וועלן מיר נאר ווילן (?), וועלן מיר קענען...= האבן א ווילן
...ער וועט זיין דער וואס וועט ערלעדיגן דאס געברויכטע (?)... = גוט (פארלאנגטע)
...אוועק צום נייעם שניידערין (?), וועמען זי האט אנטפלעקט... = גוט
...און דעם געלבליכן (געלבלעכן?) זיידענעם בלוזקע (?), וואס... = געלבליכן איז גוט. בלוזקע איז גוט. (העמדל)
...מיר האבן גענאסן (?) פונעם קאווע... = הנאה געהאט.
... דורכגיין דעם טיש פון די דריי פרויען, די דריי פלוידערער (?)... = חחח
...דאס קלייד איז גענייט (גענייעט?) מיט קליינע פארבארגענע אוממערקבארע (?) שטאכן... = גוט גוט
...איך אנגעהויבן מאכן שיפע (איז דא אזא ווארט כלל?) ליניעס... = יא
...ער זאל זיך צוטשעפענען (?) צו דעם קלענערען משה... = גוט
...אז ער זאל ארויפשטייגן (איינשטייגן? אויפשטייגן?) אויף די ריכטיגע וואגן... = אויפשטייגן איז גוט
...דעם ערווארטעטע (דערווארטעטע? ערווארטנדע?) באגעגעניש מיט זיין פריינט... = ערווארטעטע
...וואס איז פיהל אינגער (יונגער? יינגער?) פון אים... = עי' לעיל
....זיי האבן אראפגעשטייגט (אויסגעשטייגט? אפגעשטייגט?) פונעם באן, און...= זיי זענען אפגעשטיגן
...נאר נאך פיהל מאטערניש (?) האט ער ערצייגט צו... = גוט
...אפאר טריט צום נאנטסטן (נענטסטען?) באנק, וואו זיי האבן... = ביידע גוט
...בין נאך געווען אינג (יונג? יינג?), האב איך מיר אנגעשטרענגט... = עי' לעיל
...די שמועסן זענען געוואקסן און געווארן אפטער (?)... = גוט
...אין א פארלאזטע וויסטעניש (?)... = גוט
...נאר אויף די בעדינג (באדינג?) קען ער ערשיינען, אויב...= נאר מיטן באדינג
...דער מאן האט לייכט געשנארכט (געשנארכצט?)... = מיט א צדיק
...איז אריינגעקומען דער געעהרטער (געערטער?) ריכטער... =
...דאס איז א פריינד (פריינט?) זיינע... = איינער האט מיר אמאל געזאגט (מאשקע?) אז פריינד באדייט א קרוב און פריינט א חבר. אדער יא אדער נישט.
...האט מיר פונקטליך אויסגעמאלן (אויסגעמאלעוועט?) דעם געריכט זאל... = אויסגעמאלן איז גוט
...ער גייט אט צוזאמפאלן (צוזאמענפאלן?) פאר שרעק... = צוזאמפאלן
...צו הערן דעם ערווארטעטן (?) אורטייל... = גוט
...אינעם 'פרייהייט סקווער (איז דאס ענגליש?)' אין די שאטן... =
...מיר האבן געלייהט (געלייט? געלייעט?) פיהל געלט...= געלייעט
...און וועט נישט פליסען (פלוסן?) רואיג אין וואסער פלוס (פליס?)...=
...איך וועל זיין אבוועזנד...= גוט
...טראץ וואס קעגן (געגן? קייגן?) אנדערע שטעטלעך ווערט דאס פאררעכנט...= קעגן
...וועלכע ליגט צופוסנס (ציפוסנס? צופיסנס?) פון די אלפן בערג...= צופיסנס
...האבן מיר אלע דריי ארויפגעשטיגן (אויפגעשטיגען? איינגעשטיגען?): משה, יעקב און זרח...= זענען מיר אלע אויפגעשטיגן
...מיר זענען אים אקעגן (אנטקעגן?) געגאנגען פאמעלאך (פאמעליך?)... = אקעגן/אנטקעגן ביידע גוט, פאמעליך איז בעסער
...האט אויסגעקוקט זייער נאטירליך (נאטורליך?), די פינגער עטוואס איינגעקנייטשט...= נאטורליך!
...איז אויך געווען פארהאנגען (פירהאנגען? פירהענג?) אויף די צוויי פענצטער... = שם דבר איז פירהענג, עס איז פארהאנגען געווארן
...מיט די פראכטיגע (?) מעבל, מיט די... = פרעכטיגע איז אויך גוט
...נישט געשטערט די פינצטערניש (פינסטערניש?), וויבאלד איך בין נישט.. = ביידע גוט
...האבן טאקע געהאט עלעקטריציטעט (עלעקטריע?) אין גאנצן הויז... = טריציטעט איז בעסער
...די מענער זענען אינצווישן (אין צווישן?) אהיימגעקומען, און איך... = אינדערצווישן (שרייב איך)
...שרענק (שענק?) אנגעפולט מיט קליידער...= ביידע גוט
...טאקע געווען זייער דייטשמעריש (?), און אנדערש ווי די...= דייטשמעריש מיינט ווען איינער פירט זיך ווי די דייטשן.
...וואס האט געבושעוועט (געבוזשעוועט?) דעמאלט, און דער פייער וואס... = געבוזשעוועט
...איך געהאט שווערע צווייפלען (צווייפלנישען?)... = צווייפלנישן איז בעסער
...ער אויסגעדרוקט זיין שטוינונג (דערשטוינונג?)... = ערשטוינונג
...איך האב דערצו נישט געגלוסט (?)....= גוט
...שיינע טישטוך, די פאסנדע (צופאסנדע? פאסיגע? צופאסיגע?) בענקלעך, די גלאנציגע... = פאסנדע
...אויסגעשפרייט אויף דעם שפאגלענעם (איז דאס א ווארט?) הילצערנע פאדלאגע...= שפיגלדיגן
...נישט געשפירט קיין שפור (?) פון בארירונג אדער אנטוישונג...=
...ער האט אונז ענטפאנגען מיט פריידיגע (?) אויסרופן...= גוט
...מען פרעגלט שוויסקען (?)... = וואס מיינט דאס?
...געגעסן לאטקעס און פאנקן (?)... = אה, יעצט רעדסטו... פאנקעס..
...געביגלט, געפרעסט, און קראכמאלנירט (אנקראכמאלט? אנגעקראכמאלט?)... = קראכמאל מיינט סטארטש, גע'סטארטש'ט
...נישט אריבער דעם טאנצנדיגן (?) ריטם אין די פוס... = טאנצענדן
...אינמיטן אן ארבייטס (ארבעטס?) טאג... = ארבעטס
...ער איז מיר געווען קענטיג (קענטליך?)... = קענטליך
...זאל אריינשטעלן די גלאזערנע (גלעזערנע?) געצייג צווישן די בעט... =
...געפירט געלאסן און געמיטליך (געמיטלעך?), ווען נאכן וואגן גייען...
...לויט וואס זיי האבן פארמאגט איז געווען קענטיג (קענטליך?) אז זיי זענען רייכע... = קענטיג
...די אלע אידישע שפעקולאציעס (?), און דער קריג האט...= גוט
...צו די אומצופרידנהייט (אומצופרידנקייט?) פון די טשעכן...= הייט איז גוט
...קארפאטן-רוסלאנד (?) איז טאקע זייער ווייט...= א געגענט.
...מאנאטן פיין און לייד (ליידן?) וואס האבן באטראפען די אידן...= ליידן
...ארויסגעגעבן געווארן א קורפיא (איז דאס ענגליש?)באפעל... = עס איז ענגליש
...באהאפטן די פאדערשטע טייל פונעם העמד צו דעם הינטערשטן (?).. = הונטערשטן
...מיר האבן זיך באגנוגנט (באגניגנט?) מיטן מינימום וואס האט... = באגניגט
...איך האב געברענגט שטעקשיך (שטעקשוך?) פאר אונז ביידע... = שטעק-שיך
...אבער פון דעסטוועגן (?) האב איך געשפירט...= גוט
...נאך איידער די אייגנטימערין (?) מערקט אז... = גוט
...קיין באזונדערע הארץ קלאפן (קלאפענישן? קלעפ?)... = קלאפענישן
...און אין איר אפגענומענע (?) האנט...= וואס שטייט פריער?
...ווען הויכע ברומען (ברימן?) פארפלייצן דעם שטילקייט פון... = ברימען איז גוט
...דער ארום איז געווען אויסגעשטאט (?) מיט ביימער און בלעטער... = גוט
...דארט פון וועלטס באשאפן (באשאפונג?)...= באשאפונג
-...מיט אונזער צוזאמענארבייט (צוזאמארבייט? צוזאמענארבעט?), און דורכגעפירט די מיסיע... =צוזאמארבעט
... מיינע צוויי גרויסע קערבלעך (קערב?)...= קערב זענען גרויסע, קערבלעך קליינע
...א גרויסע זאק מיט ברוינע בעבעס (בעבלעך?)...= בעבעס גרויסע, בעבלעך קליינע (ערשטע מאל איך הער א ווארט בעבעס)
...א סארט געקעכץ (געקעכטס?) פון זויערע מילך...= געקעכטס
...ביינאכט ווערט די מאדנע ברום (ברים?) אפגעשוואכט...= ברים
...געברענגט א פרישן לאדן (?) תבואה...=
...ער איז נישט געווען קיין וויינענדיג (?) קינד... = גוט
...די פלוצלינגע שוידערליכע וויינערייען (?)...= גוט
...געגאנגען צו א פלאץ פון וואו מען האט געקענט אויסקוקן (?) זייער ווייט... = ?
...ער האט פרובירט צו דערציילן דעריבער (?), אבער עס איז נישט...= דערוועגן
...ער הענגט אין מיר אן די פארווירקליכקונג (?) פון די אלע מיסיעס...= פארווירקליכונג
...איך בין געווען באוואוסטזיניג (?) דערצו...= גוט
...די שניי האט ווידער באדעקט די איינגענג (?) פון די הייזער...= גוט
...אויפפירן מיט זייערע אונטערטאנען( אינטערטאנען?)...= ביידע גוט
...און אויף די איבערמידליכע (?) העלדישע (?) גייסט וואס...= איבערמידליכע? אפשר אומערמידליכע
...האט ארויסגעצויגן א קאנע (?) צוקער וואס ער האט... = קאנע מיינט א פלעשל (CAN)
...ער אפגערייניגט די האמערלעך (העמערלעך?)...
...דעמאלט וועלן זיי זיין מער דולדיג (געדולדיג?) צו פרעמדע פעלקער...= געדולדיג
...די באשוואוירענע שעלטונג (קללה?) וואס זיי האבן ארויפגעלייגט... = גוט
...זענען די בלעטער טאקע פארוויעלקט (?) געווארן...= פארוועלקט
...ארומגענומען מיט שולד געפיהלן (?)...= גוט (אן די ה' אויך)
...די וועכטערין, די רויבערין (?)...=
...איך האב בעסערע אויסזיכטן צו ערווארבן (?) אן ערלויבעניש ווי יענעם...= פארשאפן
...מיר זענען נישט אלע אייניג צוגלייך (?)...=
...געקריגן דעם לאנג ערווארטענדן (?) בליי פעדער...= ערווארטעטן
...זי איז מיין פלומעניצע (?)...= ניכטע
...געשלעפט ספעציעל גרויסע קארבן (קערב?) אויפן רוקן... = קערב זענען גרויסע, קערבלעך קליינע
...אבער די באדינגונגען (באדינגען?) און דאס געדרענג... = באדינגונגען
...כאטש עס האט איר געעגבערט (געערגבערט?)... = געעגבערט

עכ"ל הליסטע.

א ריזן דאנק פאר אייך אלע וואס נעמען די צייט און די מיה צו איבערקוקן מיין בויך וויי...

איך רעכן דערפאר 40 דאלער, עס האט מיר גענומען א גאנצע שעה.
קרעזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעזי »

א ריזן דאנק הרב קרעמער.

איך ווייס, די ליסטע איז אומגעהויער לאנג, אבער מה יעשו אזובי קיר וואס ווייסן נישט וויאזוי צו שרייבן אידיש ווי א "מענטש"?

איך וועל אייך אריבערשיקן פערציג קרעטשמע דאלערס, איך האף אז איר וועט דאס קענען איינטוישן אין די "ריעל ווארלד"....

נאכאמאל, א היומאנגעס דאנק.
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

געב אים איין כוס של ברכה וואס איז ווערט גאנצע 40 רייניש, וסתום פיו.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
דוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד »

...אויפפירן מיט זייערע אונטערטאנען( אינטערטאנען?)...= ביידע גוט


זענען טאקע ביידע גוט? איך האב געמיינט אז נאר מיט א וא"ו איז גוט.
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

דוד גוט דיר צו זען דא.
דאכט זיך איז שוין געווען א שמועס דא, צי מען שרייבט אונטערנאציאנאל, אדער אינטערנאציאנאל, איך האב עס נישט מיטגעהאלטן, אבער געבליקט אמאל דא, מאך א חיפוש מיט די ווערטער, וועסטו זען דער מבוכה.

וואו איז אבער קרעזי?
איינער האט אים געזען?

געוואלד, איי עם גאונג קרעזי, ווי ניד קרעזי.

קרעזי, אז ביסט דא, רוף דיך אן, לאז דיך הערן, נכספה וגם כלתה נפשי לקרות דברי קרעיז, ס'זעט זיך אן דיין פעלן דא.

מעיק עי יודזש קאמבעק סאן, ענד לעטס היער יור וואויז סאנער דען לעיטער..............

קרעזי!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
איכה???????????????????
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פונקט נעכטן האביך מיר געקערט וואס איז מיט קרעיזי לעיטלי, איך שליס מיך אן צום קול קורא פונעם רבי'ן זזגא"ש "קרעיזי, אר יו וויט אס, אר וויט די טעראריסטס?!"
אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 726
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענטאאש »

הי איז קרעזי וואחט דא יו וואנט פראם הים?...

מיין באבע, ווען די קינדער פלעגן נודזשען "איך האניש וואס צו טון"..... פלעגט זי זאגן: סאו דאונט דא איט העיר!...

קרעזי, איף יו ארר קרעזי, דא איט העיר!!!....
דוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד »

אינטערנאציאנאל שרייבט מען מיט א יו"ד. דער שורש פון "אינטער" איז גאר עפעס אנדערש ווי "אונטער".
"אינטער" מיינט צווישן. אינטערנאציאנאל מיינט צווישן-לאנדיג, ד"ה אז עס גייט ווייטער ווי די גרעניצן פון א לאנד.
אונטער איז פון דעם זעלבן מקור ווי under, און פונקט ווי דער u אין ענגליש, דארף מען אין אידיש שרייבן "או". ודו"ק.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ונראין דברי דוד,

לפי זה קומט אויס אז אינטער-נאציאנאל איז פלעין איבערגעזאגט אידישיסטיש, ווייל ווער זאגט איז INTER פון ענגליש איז "אינטער" אויף אידיש.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”