מאדעך/מה-דאך - קל-וחומר
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
מאדעך/מה-דאך - קל-וחומר
אפשר אינעם אלטן קרעטשמע האט מען שוין גערעדט דערפון, דא זיכער נישט.
ביים לערנען ווייסט יעדער אז ווען מ'גרייכט צו א קל-וחומר, פארקנייטשט מען זיך דעם שטערן, מ'דרייעט מיט'ן דיקען פינגער וואו די קינדער ביי שבכל הלילות, מ'הייבט אינטער די שטימע און ספאנטאן זינגט מען מיט'ן באקאנטן ניגון "מאאאאדעך ווען....... איז דאך זיכער......"
יעצט וואס איז אויב איך האלט מיך נישט ביי 'מאד'ען בשום אופן? פשוט ווייל איך וווייס נישט וואס די העק דאס איז רבוש"ע, וואזוי 'מאד' מען זיך, אז די ווילסט דווקא 'מאד' די דיך איך וועל דיך שוין נאכמאכן.
א געלעכטער און א זייט, האט מיר איינער אמאל מסביר געווען (אומר דבר בשם אומרו) אז עס צוויי ווערטער מה (לשה"ק) און דאך (אידיש), און פשט איז זעסט 'דאך' דארט אזוי איז דאך זיכער ביי דעם, נישקשה, אבער ס'פרעגט אפ דעם גאנצן געזינגאכץ עס איז ענדערש ווי ביי א מה-מצינו וואס דארט ביזטו סאליד העכסטענס ביים אויספיר וועסטו אינטערשפרינגען.
אלס א ראיה צו דעם טעאריע האב איך גענישטערט אין הארקאווי'ס דיקשינערי, ער דערמאנט בכלל נישט דעם אויסשפראך סאו מעבי איז עס טאקען נישט אידיש.

לעצט פארראכטן דורך מיללער אום דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2007 1:58 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 4:27 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 4:28 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.

לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 5:30 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אן אלטער טעמע, אבער כל זמן שמזקינין איז דאך דעתן מתיישבת.
אין חדר האט מען געטייטשט אויף 'הן' אדער דאס גלייכנס 'אמער', גראדע קוקט מיר עס אויס די קלארסטע אפטייטש אויפ'ן 'מה' פון לשון הקודש איבערהויפט ביי א די התחלה פון א קל-וחומר.
היצט עפעס נייעס, וויאזוי וואלט איר געטיישט דעם מדה פון א קל-וחומר אויף אידיש און גלייכצייטיג אויף ענגליש?
אין חדר האט מען געטייטשט אויף 'הן' אדער דאס גלייכנס 'אמער', גראדע קוקט מיר עס אויס די קלארסטע אפטייטש אויפ'ן 'מה' פון לשון הקודש איבערהויפט ביי א די התחלה פון א קל-וחומר.
היצט עפעס נייעס, וויאזוי וואלט איר געטיישט דעם מדה פון א קל-וחומר אויף אידיש און גלייכצייטיג אויף ענגליש?
לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 4:28 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בני היכלא, למה פרצת גדריה וארוה כל עוברי דרך?
אמער, די אידישע קינדער וואס ווילן דאך ארויס פון מצרים, האבן אבער נישט אויסגעהערט מיינע רייד, איז דאך זיכער אז דער רשע פרעה וואס זוכט אלע תירוצים צו פארהאלטן די אידן, ער וועט דאך אוודאי נישט הערן.
כלפי מה הדברים אמורים, אויף די מה פון א התחלה פון א ק"ו, להוציא דעם מה פון א מה-מצינו וואס דארט קלינגט נישט דער אמער אזוי זיס. ודו"ק כי נכון הוא בס"ד
יעצט, וואיזוי זאגט מען דעם מדה זעלבסט אויף אידיש אדער ענגליש, מ'סארי טו לעט יו נאו אז קיינער האט פון דעם נישט געשריבען ביז אהער, מ'האמיר זיך אלס נאר באצויגען צום אפטייטש פון ומה אדער מה-דאך, אבער דער עצם לאגישער ארגומענט איז נישט דערווייל באהאנדלט געווארען.
אין אנדערע ווערטער, וויאזוי וואלסטו מסביר געווען פאר א גוי להבדיל אז אפי' די סיטי געזעץ ביכער רעדן נישן ספעציפיש פון פארקן אויף די סיידוואק (טראטואר באידיש), באט איטס עי Kal Vochimar (עי וואט???) ביקאס מה-יור-סעלף אויב מטאר נישט פארקען ביי א וואקוועי אפי' סאיז אויפן גאדער איז דאך Kol shcken אויף די סיידוואק זעלבסט.....

-
- שר האלפיים
- תגובות: 2176
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm
זארעכפעפער האט געשריבן:דא האסטו עפעס אן אלטער שמועס, דא ביי אונז אין דער קרעטשמע, איבער דעם מאדעכ'ן.
מ'האט דאס שוין אויך צוגעצייכנט אין דעם אשכול, ר' זארעך.
די מיליאן דאלער שאלה איז נאך אלס אין די לופט, איז פארהאן אן ענגלישען טערמין צו באצייכענען דעם לאגיק פון א ק"ו, אזוי ווי אן 'אנאלאזשי' אויף א מה-מצינו?
לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 4:29 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.

מענין לענין באותו בנין, וואס איז מיט די אידישע ווארט "איי"? למשל: "דו ווילסט מיר זאגן אז דאס איז רויט? איי, איך זעה דאך אז דאס איז גרין?!" אדער "דו זאגסט אז דו ביסט געווען אין בית מדרש שבת ביי נשמת? איי, איך האב דיר געזען אריינקומען צו די הערינג מיט נאסע פיאות?!" דער "איי" קומט ווי א צייכן אז פון דא און ווייטער קומט א תמיה אדער א פראגע. איך מיין אז אין ענגליש איז נישט דא אזא איי, נאר איינפאכע "eggs" וועלכע זענען היפש פלאך אין פארגלייך צו די אידישע "איי" וואס איז שפיציג און רונדיג...
בני היכלא האט געשריבן:עמער ממשיך זיין אין מקוה, גוט שבת.. אבער דארט מאך נישט קיין ופרצת ימה וקדמה צפונ הונגבה, ווילסט טובל'ן דיין זרת'ל ש"י פעמים ח"י, געזונטערהייט, אבער שטיין אויף א פלאץ האט זריעל געשריגן...
איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט וואס דו שרייבסט, מ'סארי.
ווייטער אין די סעריע פון קל-וחומר, ווייסט איינער מיט וואס א קל-וחומר איז שטערקער פון א מה-מצינו להלכה, דאס הייסט איז פאראהן א נפקא-מינה אין די הלכה געוואנדן לויט די לימוד דערפון.
איינער האט מיר געזאגט אז א מה-מצינו קען מען מפריך זיין מיט א פירכא כל-דהו משא"כ ביי א ק"ו, איך געדענק אויך עפעס אזוי פון תוספות, אבער במציאות פארשטיי איך נישט דער חילוק פארוואס עס איז טאקע אזוי.
קרעזי, (דו האסט עפעס מיט די נייעס אגענטור מיט די זעלבע נאמען?) וועגן דעם אפטייטש פון די ווארט 'איי' איז כדאי צו ערווענען דעם אייער-נעכטן אז הארקאווי דערמאנט אין איינער פון זיינע אפטייטשן אויף די ווארט 'איי' BEFORE וואס שטימיט מיט דעם אייער-נעכטן/פאר-נעכטן, איך קלער נאר צו דאס האט נישט קיין שייכות מיט די 'איי' וואס דו רעדסט, כלומר 'בעפאר' האבן מיר דאך אנדערש געזעהן כנךפע"ד בדרך אפשר.
פאלגענד איז אן אויסשניט פון הארקאווי:
- אטעטשמענטס
-
- 0067.png (5.31 KiB) געזען 4855 מאל
בני היכלא האט געשריבן:מילער, מ'סאריט.
נאכ'ן מ'סאריען, יעצט וואס? כ'האב געווארט אויף דיר יענע וואך אין מקוה ממשיך צו זיין דעם שיעור אין "קל-וחומר" ווי ביסטו געווען? זריעל האט געשריגען, נטע האט געקלאפט אבער ואני על משמרתי אעמודה, ס'הייסט איך ווארט דאך אויף בעני, אבער, אין עול ואין קונה (קרעדיט, עעם כ'געדענק שוין נישט), זיי אזוי גוט און גיב מיר א געהעריגען דאטום ווען מיר גייען ממשיך זיין.
לענינינו, דער "א-פטארטי-אריי - A-Forti-ori" וואס איז דער לאטיינישער/ענגליש טערמין פאר א קל-וחומר, פארשטייט זיך איז זייער נישט קיין פאפולערער ווארט נאר צווישן די לאגיקערס און פיליזאפען וואס שטודירן לאגישע איבערווייזונגען, ביי אונז אידן להבדיל ווייסט יעדער שמוטה-פנה וואס א קל-וחומר טוט באדייטן, דאס איז דאך דער והבדילנו מן התועים ורוממתני מכל הלשונות, יעדער חדר-אינגל האט מער ידיעות ווי סיי וועלכער ערוואקסענער גוי, דאס איז אויסער די איידלקייט אין ערליכקייט.
לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 4:29 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אה, דא ביסטו זאג דעם 'איי' פון הארקאווי האסטו געזעהן, כ'פלעג האלטן איז אייער-נעכטן איז עפעס א אויפגע'באבע'רטע זאך, זעהסט מ'טאר נישט שפרינגען צו קיין קאנקלוזיעס, מ'קען קיינמאל וויסן.
איז פארהאן אויף נאך אן אופן ווי מ'נוצט דעם 'איי' אויף 'בעפאר' אונעם היינטיגען מאדערנעם באנוץ?
אקעי בעני אין שפראך טענה'סאט ביסטו נישט אויז געניאל (ג'ברא), אבער וואס טוט זיך מיט'ן קל-וחומר/מה-מצינו פארגלייכונג, איז א ק"ו א שטערקערע ראי' ווי א מצינו אין פאקט (חוץ להלכה)?

לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 4:29 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.