נייער אינסטרומענט געשעפט אין ווילי
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14264
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
נייער אינסטרומענט געשעפט אין ווילי
איך האב געזען פערצופאל זייענדיג אין וויליאמסבורג היינט צוליב א שמחה, אז אויף דיוויזשאן עוועניו איז דא א נייער אידישער געשעפט וואס פארקויפט מוזיקאלישע אינסטרומענטן ווי פידלעך גיטארס און נאך, דאס ערשטע אין איר גלאררייכע היסטאריע (מיטן אויסנאם פון א גוי'ש געשעפט אמאל אויף בראדוועי און העוועמייער) פון די ירושלים דאמריקע וויליפעסט.
ביי אונז און פילאדעלפיע איז דא עטליכע אזוינע, אבער אלעס איז דארט נישט-אידיש ווי פארשטענדליך.
בלייבט איבער בלויז צו וואונטשן הצלחה און ברכה פאר דעם אייגנטומער, כאף די חברי הקרעטשמע וועלכע האבן שוין קענען געלערנט דעם פידל - דורך קרעמערס כסדרדיגע אויפדאטומען, וועלן זיך לאזן איינהאנדלן דעם היסטארישן אינסטרומענט מיוחס צו דוד המלך ע"ה.

שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
דער אינסטרומענט איז בטעות מיוחס צו דוד המלך, כמבואר אין איינע פון די דערנעבנדיגע אשכולות דא אינעם נגינה היכל. דער פידל איז אן איטאליענער אויפטרעף פון אומגעפער 400 יאר צוריק.
עס איז אבער יא ווערט צו באגריסן דעם נייעם געוועלב וואס איך האב טאקע מפי השמועה געהערט אז עס האט זיך געעפענט אין וויליאמסבורג מיין שטעטל, לאמיר אים אנווינטשן פיל הצלחה.
עס איז אבער יא ווערט צו באגריסן דעם נייעם געוועלב וואס איך האב טאקע מפי השמועה געהערט אז עס האט זיך געעפענט אין וויליאמסבורג מיין שטעטל, לאמיר אים אנווינטשן פיל הצלחה.
- צייטליך
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12505
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
- לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.
נעכטן נאכמיטאג האב איך אפגעשטאט א בליץ-באזיך אין דעם נייעם 'מוזיק אינסטרעמענט געשעפט', ס'ליגן דארט אויסגעלייגט קיבאורד'ס מכל המינים, גיטאר'ס, פידלען, דראם סעט'ס, און טראמפייטער'ס מכל המינים, ס'איז מיר געווען אינטערעסאנט צו זעהן, זיצן דארט עטליכע בחורים וואס זענען נארוואס ארויסגעגאנגען פון חדר/ישיבה, און זענען זיך משמח, משמח ? קריכען אויף די נערווען פון די דורך גייער, און פראבירן אויס יעדעס קיבאורד, ווי גלייך דאס גייט זיי יעצט אפמאכן וואס צו קויפן, הגם ביי "סעם עש" האביך עס שוין געזעהן עטליכע מאל, אבער דא ביי אינז אידן איז דאס א נייע דערהער,
בלייבט נאר איבער צו ווינטשן פארן בעה"ב פונעם געשעפט (א וויזניצער אינגערמאן) ברכה און הצלחה וכל טוב.
בלייבט נאר איבער צו ווינטשן פארן בעה"ב פונעם געשעפט (א וויזניצער אינגערמאן) ברכה און הצלחה וכל טוב.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אינעם וויליאמסבורג בולעטין (וואס האט פאריגע וואך צום וויפלטן מאל געטוישט פארמאט, ויסעו ויחנו ויחנו ויסעו, אבי נישט אונטערצוגיין חלילה) איז דא די וואך אן אנאנס פון דעם געשעפט, און איך קען נישט אויפהערן לאכן פון די איינע שורה דארטן: מיר לערנען אייך אויס שפילן אויף א פידל אין 5 מינוט!
ס'טייטש אזוי: קרעמער ברויך נעמען (דערווייל) 24 לעקציעס פון חשוון ביז תמוז, און פראקטיצירן ארום 20 מינוט טעגליך, כדי צו כאפן דעם פארטל און אריינקומען אין שוואונג; אבער דער שמויגער בויגער וואס וועט אריינטרעטן אינעם געשעפט, וועט ביז 5 מינוט דערויף ארויסגיין א פידל שפילער.
געב מיר א בראחך.

פאריגע וואך האב איך דאס ערשטע מאל געזען דעם געשעפט, און טאקע פון אינעווייניג אויך. איך האב דארט איינגעהאנדעלט א פידל פאר א קרוב מיינער, און געהאט א געלעגנהייט צו הערן מפה קדשו פונעם פארקויפער אז יא, ער קען אין 5 מינוט אויסלערנען נאטן פאר ווער אימער... נאך א מימרא מפה קדשו: איך האב שוין אויסגעלערנט פידל פאר אנדערע בעפאר איך האב אליין געקענט!
אבער די געשעפט אליין איז ווערט צו באגריסן, א כרכא דכולא ביה אין ווינציגער ווי ד' על ד'! ווערט א באזוך פון איבעראל.
אבער די געשעפט אליין איז ווערט צו באגריסן, א כרכא דכולא ביה אין ווינציגער ווי ד' על ד'! ווערט א באזוך פון איבעראל.
- אלעקסיי
- שר האלפיים
- תגובות: 2874
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
- לאקאציע: בערג און טאלען
- פארבינד זיך:
איך ווייס אויך פון איינער וואס איז זיך געגאנגען לערנען 5 מינוט אומזיסט! נאר אויב ער גייט אין יענע וואך קויפען א אינסטרומענט דארט, אז נישט בעט ער $25 פאר 5 מינוט (נישט קיין שלעכטע פרייז), ער עפנט דארט א גרויסע ביכל מיט בילדער אזש דו ווערסט אינגאנצן ערשטוינט, און ער זאגט דיך א כלל גדול בפידל, ואידך פירושא זיל גמור!
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
ווער געדענקט אז איך האב אמאל געזוכט דעם ספר הניגונים פון חב"ד?
דא אין קרעטשמע האט מען געמאכט א זוך אקציע דערוועגן, און למעשה איז געבליבן אז עס איז נישט בנמצא היינטיגע טעג, פינטל.
דער נייער אינסטרומענט געשעפט האט מיר געזאגט מיט א חודש צוריק אז ער קען דאס יא פארשאפן.
היינט איז עס אנגעקומען: CHABAD MELODIES
אוי בין איך אנטוישט געווען צו זעהן א דינטשיגן באנד מיט 70 ניגונים'לעך, אנשטאט די באקאנטע 2 בענדער.
איך ווייס נישט וואס צו טאן - צוריקגעבן? אפשר איז דאס בעסער ווי גארנישט?

-
- שר האלפיים
- תגובות: 2554
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
- לאקאציע: אונטער'ן נעץ
- אנדי פעטיט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7175
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
- לאקאציע: אין די גלייזן
איך געדענק אז יארען צוריק האב איך עס געזען אין היכל מנחם אין באראפארק.קרעמער האט געשריבן:נע, זיי זיך נישט מטריח פאר מיר ח"ו. נאר אויב דו ווערסט געוואויר איינער וואס דארף עס שוין נישט, אדער א געשעפט וואס טראגט דאס נאך, מעלד מיר ביטע.
גיי אריין דארט און פרעג זיי.
אדער אפשא פראביר זיין צו רופען אויפ'ן טעלעפאון.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
- אנדי פעטיט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7175
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
- לאקאציע: אין די גלייזן
וועגן דעם זיך לערנענן 5 מינוט איז פשט, אז ווען גייסטו אריין דארטן קענסטו ניטאמאל פארבלייבן דארט מער ווי דעם, די געשעפט איז אביסל גרעסער ווי א שוועמל און ברויך נישט געדויערן מער ווי א 'תוך כדי דיבור'ל' צו זעהן דעם גאנצן געשעפט,
אזוי איז קיין לופט דארטן נישט פארהאן און ווי לאנג קען מען דארטן זיין ווען נאך א דריי מינוט קומען אריין 2 יונגעלעך וואס דער ענגליש טיטשער האט זיי יעצט ארויסגעווארפן פון קלאס וכד' , נאך א 5 מינוט ווערט מען פון זיך אליין ארויסגעשטופט,
אבער עס איז דאך א געוואלדיגע דורכבראך און לאמיר האפן אז ער וועט זיך דארפן פארגרעסערן בקרוב,
בד"וו ער מאכט יעדע וואך א גורל אויף א צווייטע אינסטרומענט.