מילתא דבדיחותא
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- msp
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18061
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
- לאקאציע: בין גברא לגברא
קומט אמאהל א משולח צו א גביר
באשרייבט ער איהם זיין כולל וואס צעהן יונגעלייט זיצען און לערנען לאסוקי שמעתתא אליבא דהילכתא
דער גביר איז אימפרעסד און געט גאר א שיינע נתינה
דער משולח באדאנקט אים גאר און בענטשט אים מיט כל ברכות התורה און גיט אים א רעסיט
דער גביר פארט קיין ארץ ישראל אויף וואעישאן
טראכט ער אה! לאמיר גיין באטראכטען יענעם געוואלדיגע כולל
קומט ער צו די אדרעס וואס איז געשטאנען אויף דער רעסיט
זעהט ער אז נישט געשטויגען און נישט געפלויגען...
נעקסטע יאר קומט דער משולח און דערמאנט אים פון די חשובע נתינה און וויפיעל תורה ער האט מחזיק געווען מיט דעם
פרעגט אים דער גביר זאגט ר' איד וואס איז אייער נאמען
זאגט ער אים דוד
זאגט דער גביר דוד איז בגימטריא גנב
רופט זיך אהן דער משולח וואס מיינט איר עס שטימט דאך נישט
זאגט דער גביר דוד מיט'ן כולל איז בגימטריא גנב....

חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
- צים פינטעל
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4988
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am
- קהת
- שר האלפיים
- תגובות: 2995
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
- לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!
א הצלחה ביי די 1 יאהר איז........צו גיין אליין.
א הצלחה ביי די 2 יאהר איז.........נישט איינמאכן.
א הצלחה ביי די 3 יאהר איז.........מ'זאל שוין האבן ציין.
א הצלחה ביי די 12 יאהר איז.........צו האבן פרענד'ס.
א הצלחה ביי די 18 יאהר איז.........צו האבן לייסענס.
א הצלחה ביי די 20 יאהר איז.........צו לעבן מיט א ווייב.
א הצלחה ביי די 35 יאהר איז.........מאכן געלט.
נאכדעם הייבט זיך אלעס אן פונדאס ניי !!!!!!
א הצלחה ביי די 50 יאהר איז.........צו האבן געלט.
א הצלחה ביי די 60 יאהר איז.........צו לעבן מיט א ווייב.
א הצלחה ביי די 70 יאהר איז.........צו האבן לייסענס.
א הצלחה ביי די 75 יאהר איז.........צו האבן פרענד'ס.
א הצלחה ביי די 80 יאהר איז.........נאך האבן ציין.
א הצלחה ביי די 85 יאהר איז.........נישט איינמאכן.
א הצלחה ביי די90 יאהר איז.........צו גיין אליין

Normal is just a setting on the washing machine
- פעדער
- שר האלף
- תגובות: 1373
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2011 4:23 am
- לאקאציע: אין די הויזן!
- פארבינד זיך:
כ'טרעף מיין חבר אין ביהמ"ד, נעבעך איינער וואס מיטשעט זיך שטארק ביי שידוכים , פרעג איך אים . זאג נאר, ווי אלט איז דיין טאכטער?
אכצן ! ענטפערט ער מיר. זאג איך אים .. יא יא דאס האב איך שוין געהערט פון דיר פאר פינעף יאר צוריק..

כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!
- msp
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18061
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
- לאקאציע: בין גברא לגברא
מיין מאמע ע"ה פלעגט זאגען זי איז אכטצען אהן א שבתים און ימים טובים....
דרך אגב א מאן פאהרט אהיים פון די ארבעט אין זיין קאר אויף די הייוועי
רופט זיין רביצין אויף זיין סעללפאון אים ווארענען אז זי הערט אויף די ראדיא
אז אויף דער הייוועי איז דא א משוגענער וואס פארט אין די פארקערטע ריכטונג
שרייט ער: וואס! נאר איין משוגענער!
איך זעה הונדערטער קארס פארען אין די פארקערטע ריכטונג...

פעדער האט געשריבן:כ'טרעף מיין חבר אין ביהמ"ד, נעבעך איינער וואס מיטשעט זיך שטארק ביי שידוכים , פרעג איך אים . זאג נאר, ווי אלט איז דיין טאכטער?
אכצן ! ענטפערט ער מיר. זאג איך אים .. יא יא דאס האב איך שוין געהערט פון דיר פאר פינעף יאר צוריק..
מסתמא האטער געמיינט צו זאגן אכצן יאר מיט 37 חדשים
שאלת חכם חצי נחמה
דרשת הרב
רב אחד זקן הגיע לדרוש דרשה בבית הכנסת. הגיע, התיישב ושתק. הקהל מחכה ומחכה ו...הרב שותק.
בסוף ניגש אליו אחד ושואל למה הרב לא דורש?
הרב מסמן לו על הפה ולוחש שהוא שכח את השיניים בבית.
הלכו והביאו לו את השיניים ואז הוא התחיל לדרוש.
דורש ודורש ודורש ולא גומר.
הקהל כבר אין לו כח לשמוע וצריך ללכת הביתה והרב לא גומר.
אז שאלו את הרב למה הוא מדבר כל כך הרבה
והוא ענה:
"הבאתם לי את השיניים של אשתי...".

מסתמא שוין געווען דא אמאל, אבער חזרה שאדט נישט (גענומען פון טוויט-לאנגער):
ב"ה
לכבוד מיין טייערער זון גימפל נ"י
איך שרייב דיר אפאר ווערטער, אויב דו באקומסט נישט דעם בריוו, לאז מיר ביטע וויסן כדי איך זאל דיר קענען שיקן א צווייטע. איך שרייב זייער שטאט ווייל איך ווייס אז דו קענסט נישט ליינען אזוי שנעל.
לעצטנס האט טאטי נ"י געליינט א סטאטיסטיק אז א מערהייט פון קאר עקסידענטס פאסירן נאנט צו די היים, דערפאר האבן מיר זיך שנעל אריבערגעצויגן אין א נייע דירה בשטו"מ..
די וועטער דא איז ב"ה זייער אנגענעם, לעצטע וואך האט נאר צוויי מאל גערעגנט, ביידע מאל פאר דריי טעג.
איך שיק דיר די סוועטער וואס דו האסט געבעטן. מען האט מיר געזאגט אין פאסט אפיס אז עס קאסט טייער ווייל די קנעפלעך וועגן אסאך, האב איך אראפגעשניטן די קנעפלעך און זיי אריינגעלייגט אין טאש.
טאטי נ"י האט געטראפן א נייע דזשאב. עס זענען אונטער אים צוויי הונדערט און פופציג מענטשן, ער שניידט די גראז אין בית הקברות.
דיין שוועסטער דוואשע תחי' האט געבוירן א בעיבי. איך ווייס נישט אויב א אינגעלע אדער א מיידעלע, מילא ווייס איך נישט אויב דו ביסט געווארן א פעטער אדער א מומע. אויב עס איז א מיידעלע פלאנט זי אי"ה צו געבן א נאמען נאך מיין באבע ע"ה, כאטש עס איז מאדנע צו רופן א קליין בעיבי "באבי".
דיין ברודער שמערל נ"י האט געהאט א דורכפאל ווען ער האט בטעות פארשפארט די קאר מיט די שליסלעך אינעווייניג. ער האט געמוזט אהיימגיין צופיס ברענגען די צווייטע סעט שליסלעך, כדי אונז ארויסראטעווען פון די פארשפארטע קאר.
אויב דו טרעפסט מיין שוועסטער שפרינצא, גיב איר א גריס פון מיר. אויב דו טרעפסט איר נישט, גיב נישט.
פון מאמי וואס בענקט נאך דיר
נ. ב. איך האב געוואלט אריינלייגן אפאר דאלער, אבער די ענוועלאופ איז שוין צוגעקלעבט
קרעמער האט געשריבן:מסתמא שוין געווען דא אמאל, אבער חזרה שאדט נישט (גענומען פון טוויט-לאנגער):
viewtopic.php?p=368996#p368996
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...
שטרויזאק האט געשריבן:קרעמער האט געשריבן:מסתמא שוין געווען דא אמאל, אבער חזרה שאדט נישט (גענומען פון טוויט-לאנגער):
viewtopic.php?p=368996#p368996
זעהט אויס אז א מחבר געדענקט גוט זיינע חידושים, און א מלקט זיינע ליקוטים
-
- שר מאה
- תגובות: 160
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 08, 2011 1:24 am
איך ווייס נישט ווי צו פרעגען די שאלה, אבער ס'ווינדערט מיך שוין יארן, און ווען איך זאג יארן מיין איך נישט קיין ווערטל, ס'קען אפילו זיין חדשים, אנע גזמאות, וואס ס'באדערט מיר, נא זאג שוין, אה!
נא נישט עפעס מורעדיג, מיין רבי אין חדר הרינו כפרת משכבו (דאונט ווארי ער לעבט נאך, נאר עריז ווערט א כפרה), פלעגט פארלערנען די קיצור שלחן ערוך ר"ח אדר, משנכנס אדר מרבין בשמחה, קינדעלעך, עטס וויסטסט וואס מיינט שמחה? פקודי השם ישרים משמחי לב, תורה דאס איז וואס ווערט אונגערופן שמחה, וואס באדערט מיר איז, אז ווען ס'איז אונגעקומען ר"ח אב, זאגט די מחבר משנכנס אב ממעטין בשמחה, האט מיין רבי אונגאנצען פארגעסן אז ער האט געזאגט אז "אין שמחה אלא תורה", דא האט ער שוין געוויסט אז אויב ס'דא א מזוזה מעג מען ווייטער מאכען אז מזאל אהיים גיין בשן ועין, ער פלעגט זאגען אז ווען איך וועל עלטער ווערען וועליך עם נאך דאנקען, אוי וואלט איך עם געוואלט היינט טרעפען (אבער פריוואט ווען קיינער זעהט נישט) און צאם דאנקען, אז ער זאל זיך אויסלערנען די מידה פון הכרת הטוב, עין תחת עין,
אבער דאס אלעס איז נארישקייטען, די עיקער אז מ'דארף זעהן תשובה צו טאן, און די צווייטע עיקר פארוואס איך שרייב דעיס ווייל היות יעצט אין די ניין טעג עסט מען אסאך פיש, אז איך האב שוין באלד א פיש טענק אין מיינע געדערעם, וויליך פארציילן די מעשה, כאטש ס'שוין היבש באקאנט, איז קודם כל חזרה שאט נישט, והשנית, אז ס'דא זיכער יודן וואס האבען עס נאך נישט געהערט במילא העלעך עס פארציילען,
א יוד, ר' זעליג לאמיר עם רופן, איך אמאל געפארן אויפן עף די אר, אזוי נישט מיר נישט דיר נישט, ס'געווארען אביסל שפעטליך פאר מנחה, די נאכט האט שוין אנגעהויבען צו צי טראסקענען, האט ער זיך געגעבען א צו אריין אין דער זייט, און געפארקט די קאר, און וידבר...
ער ענדיקט דאווענען טרעפט ער א יוד מיט א קאפל אזוי גרויס ווי א דעקעל פון א מילך באטעל, אבער רעדט א היימישע יודיש, נעבעך, ער שטייט ביים וואסער ביים האצען, מיט א גרויסן פיש כאפער און כאפט פיש, (איי איי איי אייזיק,)
דער זעליג אזוי שמועסען'דיג מיט יענעם זעהט ער, אז ער האט נאך ניטאמאל איין פיש געכאפט, ר' יוד, פרעגט עם זעליג, זאגט נאר ווי לאנג שטייט איר שוין דא? אה, בערעך אומגעפער ביילייפיג, א פיר פינעף שעה, אזוי? און איר האט נאך נישט געכאפט קיין איין פיש? ענפערט דער יוד, וואס קענעך טאן איך פראביר מיי בעסט, איך לייג ארויף עכטע ווערים, אבער ולא כליתי את בני ישראל, סנישט געקומען קיין איין פיש, איך ווייס נישט וואס דאס קען מיינען, ווייל אויף פיש אידאך נישט דא קיין עין הרע, נא ווער האלט זיי אפ פון קומען?
זאגט עם ר' זעליג'ן, הער מיך אויס, נישט אזוי כאפט מען פיש, איך וועל דיר צייגען, דער זעליג צוהט ארויס א גלאטן דאלער פונעם ביזעם, און קנייטשט עס איין, און שטעכט עס אריין ביים שפיץ פונם פיש כאפער, ער נעמט אריין א טיפע אוטעם און א שפרייט אויס די הענט, און ויבקע המים ער טראסקעט אריין דעם פיש כאפער בלב ים,
ס'נישט אדורך קיין צוויי מינוט, ס'האבען אנגעהויבן קומען פיש אין די מיליאנען, סעלמאן, ווייט, קארפ, פייק, סיבעס, רויגען, געפילטע, א מבול פון פיש, דער יודעל שטייט און קוקט, ער קוצלעט זיך די נאז צו ער חלומט נישט, אנטשלדיגט, פון...וויזוי...עם פארוואס...וווער...קומען די אלע פישען? איך שטיי שוין דא אפאר שעה ואין פוצה פה ומצפצף, אה! זאגט עם זעליג, איך האב לעצטענס געזעהן אין א ספר, אז רעבישטע אייניקלעך ווערען מגולגל אין פיש, האביך אריין געלייגט א דולער און זיי זענען געקומען צו פליען...

וואס שמחה קען, קען קיינער נאר איינער, ר' שמחה
ועומק הענין היא, כי רשעים מגלגלים בעופות, שמזה עושים פאלשע פיש
ומענין לענין
הה"ק מסאטמאר פלעגט זאגן סתם צדיקים ווערען מגלגל איו א דג אמעריקאנער צדיקים ווערען מגולגל איו א dog

לעצט פארראכטן דורך והוא פלאי אום דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 9:07 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
למה זה תשאל לשמי...
- וויכטיג מאכער
- Site Admin
- תגובות: 32543
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.