לייבי לייבי, וואו ביזטו?
אסאך אסאך טרערן זענען שוין פארגאסן געווארן אויף דיר, פיהלע הערצער זענען צובראכן געווארן וועגן דיר, אזויפיל אידן ווייטאגן איבער דיר, טא וואו ביזטו פארשוואונדען געווארן?
וויאזוי איז דאס מעגליך אז נאכ'ן דיך שיקן אין חדר ביזטו מער נישט אהיימגעקומען, איכה?
ווי קען דאס געמאלן זיין, אז נאכ'ן אזויפיל זוכן פון די סאמע ערשטע שעות האט מען דיך נישט געפונען, איכה?
ווי לייגט זיך אויפ'ן שכל אז נאך אזויפיל תפלות פון כלל ישראל, האט מען דיך נישט געטראפן בין החיים, איכה?
ווי קען זיין, אז נאך אזא אחדות פון כלל ישראל, איז געשען מיט דיר וואס איז געשען, איכה?
העיר רבתי עם, אין דער גרויסער שטאט בארא פארק וואס אין דער גרויסער ניו יארק, האט פאסירט וואס האט פאסירט.
רבתי בגוים, דאס גרויסע געשפרעך ביי די אומות העולם איבער די שוידערליכע טראגעדיע, איי, טוט וויי דאס הארץ.
בכה תבכה בלילה, וויפיל טוען אידן וויינען פאר דיר אין די פינסטערניש, ודמעתה על לחיה, און וויפיל קישענעס ווערן דורכגעווייקט דורך דיינע נאנטע. אין לה מנחם מכל אהביה, ס'איז נישטא קיין טרייסט ווערטער, אויך נישט פון דיינע פריינט וואס דארפן אליינס געטרייסט ווערן.
כל רעיה בגדו בה, איי איי איי, ווי גרויס איז דאס בושה, ווען דער וואס האט זיך פאררופן ווי א חבר דיר צו העלפן, האט ל"ע געפעלשט אין דיר, היו לה לאויבים רח"ל.
גלתה "יהודה" מעוני, טייערע יודעלע, אדער לייבי ווי מ'האט דיר גערופן, דו האסט געוואנדערט פון דיין וואוין ארט (מעוני מלשון מעון), ומרוב עבודה היא ישבה בגוים, און פון גרויס שוועריגקייט, נאכ'ן בלאנדזשענען אזוי ווייט, האט דיין נשמה'לע זיך דערזעהן צווישן די גוים, אינדרויסן פון אידישן געגנט. און ליידער כל רודפיה השיגוה בין המצרים, דער רודף נשמות, דער רוצח, האט דערגרייכט דיין ריינע נשמה צווישן די גרעניצן פונעם היימישן געגענט.
איי ווי נעמט מען דאס ווארט און דאס קאפ. ווי שאפט מען דאס פעדער און דאס הארץ. זיי זענען נישטא. דאס קאפ און הארץ פון יעדעס אידיש קינד איז בכלל נישט דארט וואו עס איז געווען פאר צוויי וואכן צוריק, ניין. ערגעץ וואו שוועבט דאס מוח פונעם מענטש, אין אן אנדערע פלאנעט. אין א פלאנעט פון חשבון הנפש. א וועלט פון התבוננות. א לעבן פון עבודת השם. א גייסט פון מצוות ומעשים טובים.
צו איז דאס די משפחה, די חברים, די בארא פארקער איינוואוינער, די תושבי ניו יארק אין אלע געגנטער, גאנץ כלל ישראל בכל מקומות מושבותיהם, אלע קענען נישט קומען צו זיך פון גרויס צער. ס'האט זיך אפגעהאקט א ווייכע יונגע צווייגעלע, וואס האט אנגעהויבן צו ארויסגעבן הערליכע בלומען. ס'האט זיך אויפגעהערט די קול תורה אין חדר פון אן ערליך יונגל. ס'איז נישטא מער דאס לעכטיגע דאווענען אין שול וואס איז געווען מיט אזא איידלקייט און תמימות. ס'האט זיך אפגעשטעלט די גאלדענע מדות און אויפירונג פונעם לעכטיג קינד, לייבי. שָׁבַת – ס'איז נישטא!
אוי וויי, ס'כאפט א שרעק קוקנדיג אין די ווייטערדיגע פסוקים פון איכה, מיר טארן נישט מקטרג זיין אויף כלל ישראל. אוי וויי, ממרום שלח אש, דאס איז זיכער א פייער פון הימל. על אלה אני בוכיה, מיר דארפן וויינען און קלאגן "על אלה", אויף מערערע זאכן, נישט נאר "על זה", אויף איין געפאלענע קרבן ל"ע. פרשה ציון בידיה, מ'קלאפט זיך צוזאם די הענט.
שטייט דער פוסק הדור אויפ'ן ארון הקודש, ערגעץ א זומער'דיגע שבת אין די תש"נ יארן, און לערנט פאר פרקי אבות פאר א ריזן צבור אידן. דער גאון בעל שבט הלוי שליט"א זעצט זיך אראפ אינמיטן שיעור, און אן אייניקל ברענגט עם א גלאז וואסער צו זיך דערכאפן דאס הארץ און מאכן אן הפסקה אינמיטן זיין פרקי אבות דרשה. נאכ'ן קורצע מינוט-אדער-צוויי הפסקה, שטעלט זיך דער גאון אויף און איז ממשיך זיין דרשה פיהל מיט פערל רייד, און רופט אויס בזה הלשון: "דער שליסל צו עבודת השם, איז התבוננות".
די ווערטער זענען מיר אריין אין די ביינער אויף א גאנץ לעבן. התבוננות. התבוננות מיינט טראכטן. קלערן. צוזאמקלויבן.
טייערע אידן, און אוודאי צו מיר אליינס אויך. דאס איז דאך שוין נמנו וגמרו פון גדולי ישראל שליט"א אז אונזער לייבי ע"ה איז א קרבן צבור, און האט געדינט אלץ א ציפ און פאטש צו דערמאנען און מאנען כלל ישראל צו עבודת השם. די מעשה פון אנהויב ביז'ן סוף, בכל פרטיה ודקדוקיה, לייגט זיך נישט בכלל אויפ'ן מענשטליכן שכל. דאס איז נישט א פאסירונג ווי אנדערע. דאס איז נישט א טעראר אטאקע וואס זענען ליידער נישט אזוי פרעמד צו אונז. דאס איז א גרויסער פאטש. עפעס מער ווי געווענליך. דאס איז זיכער עפעס פאר'ן דור, א פאטש צו א מעסעדזש. און מיר אלע דארפן זיך מתבוננן זיין, איכה, וויאזוי קען דאס זיין. איכה, וויאזוי האט דאס פאסירט אין מיין צייט. איכה, וויאזוי קען דאס זיין אז איך בין אזוי גערירט דערפון. איכה, פארוואס עפעס אן אומשולדיג אינגל.
אוודאי, מיר פארשטייען נישט דרכי השי"ת, און מיר ערווארטן נישט קיין תשובה פון אים. חס ושלום. מיר וועלן נישט און מיר טארן נישט מהרהר זיין אויף די וועגן פונעם בורא עולם. אבער התבוננות מעגן מיר יא, און מיר דארפן.
ווען מיר זאלן אריינקלערן וואס איז דאס וויכטיגסטע ביי כלל ישראל, און ביי יעדן איד בפרט, איז דאס זיכער מוסכם ביי יעדן, אז דאס טייערסטע וואס מיר פארמאגן איז אונזערע טייער קינדערלעך. מיר ברויכן זיין האדעווען און ערציען בכלל ובפרט. מיר זענען מחוייב צו זיי שטעלן אויפ'ן פיס, אז ווען זיי ווערן עלטער זאלן זיי זיין ביכולת צו אליינס פארן אויף די ריכטיגע רעלסן, און זיין מעלין בקודש, זיכער נישט מורידין. מיר זענען פאראנטווארטליך אויף זייערע מעשים אשר לא יעשו, און מיר ווערן אפילו געשטראפט דערפאר, ביז עס קומט צום בר מצוה ווען מיר מאכן דעם ברכה שפטרני מעונשו שלזה.
לאמיר אלזא אריינטראכטן אין וואספארא חלק מיר דארפן זיך פארלייגן אינעם חינוך פון אונזערע קינדער. זיי דארפן לערנען פלייסיג און אויסוואקסן בעלי מקרא, משנה וגמרא. זיי דארפן דאווענען ווי עס באדארף צו זיין, מיט אלע הלכות וואס קומען מיט'ן סדרי וזמני תפלה. זיי זאלן ארבייטן אויף מדות טובות צו טוהן מצוות ומעשים טובים וואס מער, לעשות נחת רוח להבורא ית"ש. זיי דארפן ארבייטן אויף זיך אליינס, אויף זייער גוף אז עס זאל נישט זיין לב שליט על המוח, און זייער גוף זאל נישט איבערקומען די נשמה, צו אין תאוות אכילה וכדו'.
און מער פון אלעם דארפן זיי זיין אפגעהיטן. אפגעהיטן פון רעדן וואס מ'מעג נישט, פון זעהן וואס מ'טאר נישט, און פון הערן וואס מ'דארף נישט. אפגעזונדערט פון די נידעריגע גאס, און פונעם גוי'אישן וועלט. ס'זאל חלילה נישט זיין הלב חומד, דאס הארץ גלוסט צו נישט גוטע זאכן, דורך די עין רואה, דאס אויג וואס זעהט אומאיידעלקייט. און אוודאי און אוודאי זענען מיר מחוייב אכטונג צו געבן אז ס'זאל נישט צוקומען צו קיין איסורים חמורים רח"ל.
דער באשעפער פון דער וועלט האט אונז באפוילן צו ערציען קינדער לה' ולתורתו, און טוט אונז באשטראפן אויב חלילה זיי זאלן עפעס זינדיגן. ער האט אונז באויפטראגט מיט זייער א שווער מיסיע, צו שטיין אויפ'ן פראנט און נישט לאזן די דרויסענדיגע וועלט אריינדרינגען אינעם פינטעלע איד. דאס דרויסענדיגע גאס טאר נישט מצליח זיין צו טוישן אונזער אויסגעטראטענעם וועג, אונזער אויפפירעכטס, און נישט אונזער געדאנקען גאנג. מיר דארפן שטיין אויף די וואך און באהיטן די טייערע נשמות, פון ווערן אריינגעבלאדזשעט צום שונא, דעם אנדערן זייט וואסער.
א נשמה'לע, לויטער און ריין, כאפט א שפאציר אין די גאסן און זוכט. זי זוכט עפעס, זי זוכט שמחה, זי זוכט גליק, זי זוכט דאס פלאץ וואו מ'ווערט אויפגעראכטן. אזוי אומווילענדיג טוט זי בלאנדזשענען ביי די גרעניצן פונעם סטרא אחרא, דארט ווי דער שטן המשחית שטייט ביים פרשת דרכים, דער שייד-וועג, און ווארט מיט די גרעסטע מאס געדולד אריינצוכאפן יעדן אין זיין נעץ. אט אט טרעפט ער דאס אומשולדיג נשמה'לע בלאנדזשעט, שטעלט ער זיך פאר ווי א הילפסמאן און טראגט אָן אַן אומסזיטע רייזע צום גליק שיסל, דאס פלאץ ווי דאס נשמה זאל ווערן אן אויפגעראכטענע. דאס וועג איז טאקע באצירט מיט שיינע רויזן, ס'שמעקט גאנץ גוט, ס'איז הערליך שיין, און ציט דאס אויג. אבער גאנץ שנעל דרייט ער זיך אויס צום נשמה'לע און באווארפט איר מיט מעדיצינען וואס זי איז בכלל נישט צוגעוואוינט דערצו. אזעלכע מעדיצינען וואס פארטייבן דעם מענטש אינגאנצן. אזעלכע טאבלעטן וואס נאכ'ן זיי אייננעמען פילט מען בכלל נישט אז מ'ווערט דערשטיקט פונעם שרעקליכן היץ כוואליע וואס הערשט אינעם גליק שיסל זאַל.
דער היץ ווערט אזוי הייס, אומדערטרעגליך, ממש אויפ'ן העכסטן גראד וואס איז שייך, אבער מ'פילט דאס נישט, זייענדיג פארטייבט אונטער די איינפלוס פון די מעדיצינען פון די סאמע ערשטע אטאקע וואס דער שטן האט אטאקירט די נשמה'לע ביים אריבערגיין די גרעניץ צום סטרא אחרא. די פעטש וואס זי כאפט פונעם שטן קוקט אויס ווי א זיסע קענדי באגלייט מיט געשמאקע געטראנקען. און דאן האט דאס פאסירט, די נשמה איז דערשטיקט געווארן פון די היץ כוואליע, און איז ליידער, ליידער אוועק אויף אייביג. אוועק אויף א פלאץ ווי זי קען נישט מער צוריקקומען גאנץ. אוועק אויף א ווייט ארט, פון וואו זי קען שוין ניטאמאל זיך אויסדרייען און צוריקקוקן פון וואנעט זי קומט. זי קען זיך שוין נישט אויסמאלן דאס אנדערע זייט, די סטרא דקדושה. זי קען שוין נישט דערווישן די זכרונות פון אמאל, אין די גוטע צייטן וואס זי האט זיך ערמוטיגט מיט די שמחה און סיפוק פון תורה ועבודת השם. זי קען שוין נישט. ווייל זי איז שוין ווייט ווייט פארפארן.
אפילו ווען זי זאל זיך יא עטוואס דערמאנען, און דראסטיש זיך ראנגלען מיט'ן יצר הרע, וועט זי אבער זיך נאר אויסלייזן צושטיקעלט. יא, צושניטערנערהייט וועט זי קענען צוריקקומען צווישן די הייליגע פיר ווענט פונעם בית המדרש, און זיין צווישן אלע הייליגע אידן, אבער מער נישט גאנץ. ווייל איינמאל דער מאנסטער, דער רוצח, דער יצר הרע, האט איר שוין אוועקגעפירט, האט ער פארכאפט איר קאפ און דאס ליידער אוועקגעפירט אין מיסט-קאסטן. דאס ריין קעפל און הערצעלע פונעם טייערע נשמה, וועט מער נישט זיין גאנץ, נאכ'ן ווערן אריינגעשלעפט אינעם שרעקעדיגן פלאנעט, דער פלאנעט פון די מאנסטערס, די מזיקין און מקטריגים.
די טעכניק איז זייער ציענד, און שטארק באלערנד, אזש איינער וואס בלאנדזשעט אהין אומוויסענד, און הייבט אן צו קומען נאנט צום גרעניץ, ווערט זאפארט אריינגעכאפט אויף א שיינעם אופן. אן אופן פון ידיעות התורה, אן אופן פון מרויח זיין אין פרנסה, אן אופן פון שנעלער אויפטוהן אויף דער וועלט מיט'ן האפענונג צו מער צייט צו זיך און צום באשעפער. וואס א טאג ס'גייט פארביי, ווערט טאקע די טעכניק מער סאפיסטיקירט און מער געשיקט, און ס'ציעט און ס'מאנט ביים ריינעם נשמה'לע, קום פארזוך נאר, וועסטו קענען מער טוען, שנעלער אויפטוען, און מער צייט פאר דיינע קינדערלעך.
ווי נאר ער גייט אריין אינעם סאפיסטיקירטן וועלט, ווערט ער זייער שנעל פארטייבט מיט אומלעגאלע סחורה, זאכן וואס זענען נישט אויסגעהאלטן אידיש'לעך, אזש ער כאפט שוין גארנישט וואס דא גייט פאר, ער פילט ניטאמאל אז ס'ווערט אים קאלט און הייס. קאלט צו אידישקייט, און הייס צו די אנדערע זייט רח"ל. ס'קען זיך אים אפילו דאכטן אז ער איז נאך אינעם היימישן וועלט, אינעם אידישן פלאנעט, אין ביהמ"ד צוזאמען מיט אלע אנדערע, אבער אין אמת'ן איז ער ווייט ווייט פארקראכן. ער כאפט פעטש רעכטס און לינקס, און צומאל אויך א גלעט אין פנים מיט א טונא סענדוויטש צו דער זייט, אבער ער האט שוין ניטאמאל קיין צייט צו טראכטן וואוהין ער איז אנגעקומען, ער איז זייער פארנומען געווארן מיט זיין נייע וועלטל. ער קען שוין ניטאמאל אויפטוען וואס ער האט געוואלט און געדארפט אויפטוען צו אנקומען צו זיין ציל, ווייל ער איז שוין ווייט פארקראכן פון זיין תכלית, ער איז דערווייטערט געווארן פון זיין ציל. ער ווערט ביטערלעך דערשטיקט, איי, און דערנאך איז זיין קאפ שוין מער נישט מיט אים...
און אפילו ער כאפט יא צוריק, ער וויל זיך יא צוריקלאזן אויפ'ן וועג אהיים, און לאזט זיך אפ דראסטיש פון מלאך המות, דארף ער זיך ביטער ראנגלען. א גראנגעל וואס קען זיך אמאל אויסלאזן צום גוטן, אבער מ'בלייבט מיט סימנים פון די פעטש. די קלעפ בלייבט. די סימנים פון די ראיות אסורות בלייבן אין מוח. די צייכענעס פון די אומריינע מחשבות פארבלייבן אין הארץ. איי איי איי, ער בלייבט צושטיקעלט, אויף גאר א מיאוס'ן אופן. זיין קאפ און הארץ איז שוין לאנג נישטא, ס'איז שוין אוועקגעפארן צו ווייט, מ'דארף דאס אפירזוכן, און דאס צוריק צוזאמשטעלן, איי איז דאס א שווער ארבייט. אזא טהרה פאר'ן נשמה איז גאר שווער...
אוי וויי טייערע אידן, די טעכנעלאגיע איז דער מלאך המות פונעם דור אויף א שטערבליכן אופן, עס פארכאפט, עס פארטייבט, עס שלאגט, עס דערשטיקט, און עס שניידט רעכטס און לינקס. פילע זענען שוין געפאלן אלץ קרבן צו די מחלה האיומה, די שרעקעדיגע מגיפה, די טעכנעלאגיע.
מיר לעבן אין זייער א שמוציגער וועלט, א וועלט וואס אירע מענטשן זענען טיף איינגעזונקען אין שמוץ. א וועלט וואס זוכט שמוץ. א וועלט וואס מאכט פארשריט יעדן טאג צו קענען נאכקומען די פארלאנג אויף שמוץ. א וועלט וואס זוכט צו אריינכאפן אומשולדיגע ריינע מענטשן אין זייער שמוציגע נעצן.
יא, די טהרה קומט אן זייער שווער, מ'ווערט צושטיקעלט אויף פיץ פיצלעך, אבער מיר קענען זיך נאך ספראווען דערמיט. טייערע אידן, מיר דארפן זיך זאפארט ארויסלאזן אין א שווערן קאמף מיט'ן מלאך המות, א ביטערע גראנגעל, אבער מיר וועלן בעזר השם געוואונען!
לאמיר זיך מקבל זיין, תיכף ומיד, אז מיר גייען נישט פארמאגן קיין אינטערנעט נאר מיט א כשר'ע פילטער!
לאמיר זיך פאָרנעמען, טאקע יעצט, אז מיר לאזן נישט אריין אינדערהיים קיין אומאויסגעהאלטענע כלים!
לאמיר זיך אונטערנעמען, אבער שוין, אז מיר פארמאגן נישט קיין סעלפאון וואס האט די מעגליכקייט צו אריינפאלן אין די הענט פונעם רוצח, דער מאנסטער, דער אכזרי!
לאמיר זיך צוריקהאלטן, יעדע מינוט, פון קוקן אומאיידעלע בילדער און ווידיאס!
לאמיר זיך צוהערען, נאך היינט, צו דאס געבעט פון אונזערע קינדער:
טאטע! העלף איך זאל נישט בלאנדזשענען!
טאטע! היט מיך פון די וואס לאקערן אויף מיר!
טאטע! כ'ווארט דו זאלסט לערנען מיט מיר!
טאטע! לאז נישט אריין דער מלאך המות צו אונז אינדערהיים!
טאטע! לאמיר מקיים זיין דעם ולא תסור מכל הדברים וגו' ימין ושמאל!
און דער באשעפער וועט מקיים זיין דעם:
ברוך פרי בטנך ופרי אדמתך, ואמר כל העם אמן!
זאל דער בורא כל עולמים אונז טרייסטן, און אונז געבן די כח צו אויסהאלטן די שווערע טעג. און מיר בעטן פון אונזער קרבן, לייבי! זיי מעורר רחמים פאר אונז אלע, אנשים נשים וטף, אז מיר זאלן נישט אריינפאלן צו די יצר הרע אין די הענט. מיר זאלן זיך קענען מתגבר זיין אויף די שווערע נסיונות וואס מיר גייען אדורך יעדן טאג אויף די וועלט. מיר זאלן האבן די כוחות צו זיך שטארקן איבער די וואס לאקערן נאך אונז. מיר זאלן קענען ערציען אונזערע קינדער, און זיך אליינס אויך, ווי דער טאטע אין הימל שטרעבט.
און איבער דיר אליינס לייבי! דו ביזט דאך תחת כנפי השכינה, עס פעלט דיר נישט גארנישט. דו ביזט ממשיך אויפ'ן עולם האמת דיין שטרעבונג פון די וועלט. דו גיבסט דאך אזא נחת רוח פאר'ן בורא כל עולמים וואס איז זיך משתעשע מיט דיר. תהא נשמתך צרורה בצרור החיים.