די שטעט וואו דער ייטב לב האט משמש געווען ברבנות

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

cano האט געשריבן: איך געדענק נישט ווער פין די צוויי רבי'ס האבען עס געזאגט אפשר וועט מיללער וויסען פון די שמיעס, האב איך געהערט אז דער ר' ייטב האט געגעבן דאס רבנות פאר'ן ר' שם'ן


ר"א האט דאס דערציילט, אז ווען מהאט אנגעטראגען פארן ייט"ב די רבנות מונקאטש בשעת ער האט געליטען פון די רדיפות אין סיגוט, האט ער מסרב גיווען און האט אנגעטראגען זיין מחותן דער שם משלמה [ר' משה לייב בן הרב שם משלמה היה חתן ר' ברוך גארליצער].

און הרב "קענא" מיר אפרישיעטע"ן מער ווי סתם א הגה, ביטע בארייכט אונז מיט וואס ס'שייך.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דער סאטמאר רבי פארציילט אסאך איבער די שייכות פון שם שלמה מיט צאנז און סיגוט, און דאס האב איך שוין אויך געהערט פון אים איז דער ייטב לב האט אנגעטראגען די מונקאטשער רבנות פארן שם שלמה, למעשה איז דער בני יששכר אויך געווען רב אין מונקאטש צווישען די פילע שטעט ווי ער האט משמש געווען.

אז מ'רעדט פון דעם וואס דער ייטב לב האט געהאט עטליכע רבנות פאסטענס, האב איך טאקע געהערט באותו מעמד ווי דער סאטמאר רבי האט געזאגט פארן דינובער ררב מיט התפעלות איבער דעם וואס דער בני יששכר האט געוואנדערט צווישען אזויפיל שטעט, אז אנדערש ווי למשל דער חת"ם סופר וועלכער איז געגאנגען פון דרעזניץ קיין מאטעסדארף און דערנאך קיין פרעשבורג ווי די טויש איז שטענדיג געווען א השתנות למעליותא צו א גרעסערע שטאט נאכדעם וואס עס איז געווארן פקיע שמיה.

איז אבער אנדערש געווען ביים הייליגען בני יששכר וואס די וואנדערונגען זענען געווען מחמת רדיפות וכדו', דאס זעלבע איז שייך אויף מרן הייטב לב וואס ער האט אסאך מיטגעמאכט פון בני עירו, ביז ער איז געקומען אל המנוחה קיין סיגוט.
אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

מיללער האט געשריבן:ביז ער איז געקומען אל המנוחה קיין סיגוט.


הרבה יש להגיב על מנוחה הלזה, ואפשר אחרי רבנות סיגוט נחזור לענין זה, ואולי יאה למיעבד אשכול מיוחדת בהאי ענינא.
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ב''ה
זה כמה שבועות אני מחכה לשמוע מהחברים החביבים שיחיו .
הלא ד''ת זו -גארליץ- שינתה את מפת הונגרי' וחסידות בעלז .
כי הערוגת הבושם ע''י שלא הרגיש בנח אחר הפסק נגד הרה''ק
מהר''ב מגארליץ זי''ע הפסיק "כמעט" לנסוע לשינאווא .והתחיל
לנסוע לבעלז -למהר''י-והוא ובניו ותלמדיו אחריהם בנו את מלכות
בעלזא עד היום הזה --כי רוב חסידי בעלז זקניהם תלמידי הערוה''ב
והרי''י ובנו מהר''י זצ''ל מפאפא .
וזהוא הסך הכל מכל הד''ת .ודו''ק
מילר תגיד לי תודה בעד הפרשנות -לא שלי -רק למבינים והיודעים
אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

פרשנות זו מאד מוזרה, שהרי אף הרב דברי יחזקאל משינאווא לא תמך באחיו ר' ברוכל, [אני כותב "לא תמך", כמובן זאת לא אומרת שהיה נגדו או שתמך בר' יוקל], ולכן תמה תמה אקרא על האי פרשנותא.

גם הנני מבקש לא ליכנס באשכול הדין בהאי ענינא, רק להגיב בקיצור נמרץ ותו לא מידי.
שישא
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 20, 2009 11:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שישא »

סעמיטשקע האט געשריבן:פונקט פארוואס ר' אייזיקל האט פארבעטין די סאנזער רב צו פארבלייבען אויף שבת שרייבט קיינער נישט די טעם, סקען גאר זיין סתם אלס כיבוד ווכדומה, אבער אזויפיהל איז זיכער אז די משפחת הורשובסקי זיינען גיווען חסידי זידוטשוב, און סמעגליך אז ר' אייזיקל האט גיוואלט צוריקהאלטען דער סאנזער רב צו משפיע זיין אקעגן ר' אליהו.
די סיבה פארוואס די סאנזער רב האט זיך מטריח גיווען פאר זיין מחותן אזוי ווייט, ווייס איך נישט פונקט, אבער סקען זיין אז אזוי ארום האט ער גיקענט שטעלין זיין זוהן ר' ברוכל און גארליץ,


הרב סעמיטשקא: צום ערשט א ישר כח, עס איז ממש א תענוג צו ליינען אייערע שייינעם ביאגראפיע.
אבער, חכמים הזהרו בדבריכם!
אייערע דערמאנטע ווערטער זענען מגשם אונזערע הייליגע רבי'ס, וואס אפילו די פריעדיגע גדולים האבן געזאגט אז מיר האבן נישט קיין השגה אויף גרויסקייט.
כאטש אייערע השערות קענען שטימען, דאך לדעתי פאסט נישט צו שרייבן אזוי אפען.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

נישט נאר אפען טאר מען נישט אזוי שרייבן, נאר אפילו טראכטן אזוי אויף קדושי עליון, כאילו זיי האבן געפירט מערכות מיט רבנות פאסטנס פאר זייערע אייגענע אינטערעסן,
אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

סיגעט

שושן פורים שנת תרי"ח איז נפטר גיווארען די סיגעטער רב [וואס האט משמש גיווען נאך ר' אלעזר ניסן ט"ב] ר' יוסף שטערין, אזוי ארום איז ליידיג גיווארען די פאסטין אין סיגוט, דאן האבען א טייל פון די ראשי הקהילה געלייגט אן אויג אויפן ייט"ב די מענשין זענין גיווען מבני משפחת כהנא.

כדי ארויסהאבען קלאהר די ענינים על איך מאכין א קורצע הקדמה ווי אזוי די אנשי סיגט זיינען גיווען צוטיילט.

די ערשטע רב אין סיגוט איז גיווען ר' יהודא כהנא בעל קונטרס הספיקות אחיו פינעם קצות החושן, [צו זיין פונקליך נישט דאס ערשטע נאר די צווייטע] פון אים זענין ארויס די "כהנישע" משפחה פון סיגוט עד ימינו אלה, בשעתו זיינען גיווען מבני משפחת שטערין [וואס אדאנק זיי איז אידישקייט אין מארומוראש אנגיהויבין בליהן, אכמ"ל] האבין ענדערש גיוואלט ר' מענדיל שטערין מקרובי משפחתם אלס רב און סיגעט, אין אזוי ארום איז אויסגיקעמון אז טייל בני העיר האבען אויפגענומען די קונטרס הספיקות, אין טייל אירע ר' מענדיל שטערין, למעשה האט ר' מענדיל מוותר גיווען אין ביז שנת תקע"ט שנת פט' הקונטרס הספיקות, איז ער גיווען נמנה כראב"ד עיר סיגוט, דערנאך האט מען אים אויפגענומען אלס רב, ר' מענדיל איז גיווען דבוק צום דרך הבעש"ט און האט זיך געדרייט ביים אהבת שלום ר' מענדיל קאסובער.

דא האט זיך שוין גישאפין צוויי צדדים די "כהנישע", און פון די אנדערע זייט די שטערינס וואס זיינען גיווען אדאנק די רב ר' מענדיל שטערין "חסידי קאסוב".

נאך די פטירה פון ר' מענדיל, האט אויסגיבראכען א חילוקי דעות, די "חסידי קאסוב" האבען גיוואלט אז דער איידעם פון די פאריגער רב ר' יוסף שטערין זאל איבער נעמין, ווידעראום די "כהנישע" זיינען אריבער צום ישמח משה ער זאל משפיע זיין אויף זיין ר' אלעזר ניסן זאל אריבער קומען קיין סיגוט, די ראש המדברים על לב הישמת משה איז גיווען ר' קלמן כהנא וואס איז גיווען אן איידעם סמוך על שולחן חותנו אין אויהעל, למעשה איז דער ישמח משה געקומען צו פארען קיין סיגוט, אזאך וואך וואס האט בשעתו אויפגערודערט די אומגעגונט.

למעשה האבין די כהנישע אויסגעפירט, אבער דערנאך האט אויסגיבראכען א מחלוקה מיט א שוחט מחסידי קאסוב וואס ר' אלעזר ניסן האט געאסרט זיין שחיטה און כמובן מצד די חסידי קאסוב איז ער גיווען למהדרין מן המהדרין [אין כאן מקום להאריך], למעשה האט דאס גיברענגט אז מזאל אויפנעמין אויך ר' יוסף שטערין אלס רב אין שטאט אזוי ארום איז גיווען צוויי רבנים בכתר אחד [יש לי הוכחות ע"ז אי"ה באשכול לר' אלעזר ניסן נרחיב], למעשה האט זיך דאס נישט אויסגיארבעט און ר' אלעזר ניסן האט פארלאזט די שטאט בערך שנת ת"ר, צוליב רדיפות.

דערנאך האט ר' יוסף שטערין ממשיך גיווען אליין מיט די רבנות אבער פארשטייט זיך ס'האט נישט גיפעלט קיין צדיקים, און מהאט אים פארטיילט היבש צרות און ער איז אוועק יונג [אביסעל אריבער די פינפציג] שושן פורים שנת תרח"י.

יעצט האבין זיך די כהנישע גיגרייט צוריק צובאקומען די בענקיל אין האבען געלייגט אן אויג אויף די זוהן פון זייער פאריגען קאנדידאט דאס איז גיווען די ייט"ב.

די ייט"ב האט דאן געוויילט אין א קור ארט לעבין סיגוט "ברעב", [לויט געוויסע מקורות צוליב סהאט זיך נישט אויסגיארבעט אין דרוהביטש די רבנות, אבער ווי אויבען דערמאנט האט די מסורה נישט קיין קראפט, נאר ער איז דארט גיווען אויף אפרוה וכדומה], אין יענע תקופה איז אוועק ר' שמואל זיינוויל כהנא די איידים פינעם קונטרס הספיקות, אין די "כהנישע" האבין פארופען דיי יייטב מאכען אן הספד, די הספד האט שטארק גיפאלען די בני העיר, און אזוי ארום האט ער כובש גיווען לב רוב בני העיר.

דאן האבען די אנשי סיגוט אנגעהויבען צו נעמין לעגאלע שריט צו פארפולקאמען די פלאן, והא לך מכתב מימים ההם, ווי די ייט"ב שרייבט פאר די אנשי סיגוט אז זיי זאלען נישט פרובירען צו באקומען די נייטיגע פאפירען דורך די דרוהביטשער ראשי קהילה, ווייל פון דארט וועלין זיי טוהן פעולות אים צו האלטען ביי זיי, אין גאר מזיק זיין ביי די ממשלה אין זיי איינרעדין נישט צו שענקען די פאפרין:

ב"ה יום ואו עש"ק נשא תרח"י לפ"ק דראהביטש

שלום לכבוד אה' ידידים, אנשים אפרתים, קצינים ונגידים, גבירים נכבדים, חכמים ונבוני', מופלגי תורה, יושבי ק' סיגיט הנקובי' בשמותם, איש על דגלו באותות יחנו לשלום.

נעימות ימין עוז תפארתם הגיע לידי לנכון, וכמים הפנים לפנים כן לבי אליהם, והנה נודע להם כי יש אתי צייגנעש מאוהעל מאת ראה"ק, אתפלא מדוע לא ביקשו אותו לשלחו להם - וע"ד הצייגנעש מכאן לא אוכל עשה לבדי בטרם יבואו האנשי' משם להשתדל, כי מי זה האיש כאן אשר ירצה להתאמץ בזה הלא יותר נוח להם בהיותי פה - ומי יודע אם לא ידברו על לב השרי' לבלי תת צייגנעש - ולו שמעני, יכתבו אל אחי הרב מה' שמואל ט"ב נ"י אבד"ק גארליץ לדבר עם הקהל דשם ע"ד צייגנעש, בהיותי שם ידעתי, כי הם בכל כח ועוז יראו לשלוח צייגנעש מהשרי' כראוי וכנכון - ידידם הדו"ש וטובתם כ"ה באהבה ומחכה ראיתם -
יקותיאל יהוד' ט"ב

[סכדי צובאמערקען אז א חלק פון די משפחת התמרים האבין גיהאט א קפידא צו חתמנען תיכף נאך די לעצטער ווארט און ווען סאיז אויסגעקומען סוף פאפיר האבין זיי געחתמט אויף די רעכטע זייט הארט נאך די אונטערשטע שורה, דאס איז עפ"י שולחן ערוך אז מטאר נישט חתמנען אויף אן ארט ווי מועט קענין צולייגען פאר די חתימה עפעס ווערטער וואס דער חותם האט נישט געשריבען אין מוועט אים תובע זיין מיט דעם לדין, היינט איז מען נישט מקפיד אויף דעם. דאכצעך אז ר"א חתמט יא אויף די רעכטער זייט, כהאב אים אמאהל אנגימערקט די ענין אבער האט נישט רעאגירט].


למעשה ביום ח"י תמוז [ממש מענינא דיומא] שנת תרח"י, האט מען אים אויפגענומען אלס רב אין סיגעט, מיט די צייט האט ער אפילו מצליח גיווען צו כובש זיין לב חסידי קאסוב, אין ער האט אמאל אמאל נאכגיזאגט תורה פון אהבת שלום, און אפי' כמה ממנהגי קאסוב האט ער זיך נוהג גיווען ווי זיי.

מיטן אנקום פינעם ייטב האט ער מייסד גיעוון א ישיבה וואס מאיז געקומען צופארען פין די נאענט אין די ווייט.

סיגוט האט זיך מיט זיין אנקום אהער גישטעלט אלס די אידישער פעסטונג אין גאנץ מארומאראש, אין אלץ חומה בצורה פאר אידישקייט אין גאנץ אונגארין.

זייט די ייטב לא פסקה הרבנות מבית התמרים אין סיגוט והגלילה והסביבה ביזן חורבן הנורא ליהדות אירופה.
אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

דא איז פאסיג שוין אויסצופירען אין איינוועגס אז באמצע כהונת הייטב זענין די כהנישע מחמת כמה סיבות פאראמפערט מיטן ייט"ב אזוי ארום זענין זיי צוגעשטאנען צו די חסידי וויזניץ - קוסוב ביי די מחלוקות הידועים.

אויף זיי האט די ייטב ממליץ גיווען די פסוק "הכהנים בני אהרן" ווי רש"י שטעלט זיך למה לי הכהנים למה לי בני אהרן, האט די ייטב גיזאגט אין אויהעל האט ער געליטען פון א משפחה וואס די ראש בית אב האט גיהייסען אהרן, דא אין סיגוט ליידט ער זיך צוזאם פון די כהנישע אזוי ארום קען ער אויף זיך זאגען וואס רש"י פרעגט אין "אין סיגוט למה לי הכהנים, אין אויהעל למה לי בני אהרן".

סאיז אינטערסאנט אז די כהנישע וואס זיינען גיווען די וואס גיבריינגט די ייט"ב קיין סיגוט זענין למעשה גיוורען שונאים פארין ייט"ב ווידעראום ר' משה ארי' פריינד די באוואוסטער פרנס העיר ועומד לימין הייט"ב, האט זיך צום ערשט ניטאמאל זיך משתתף גיווען ביים קבלת פנים פינעם ייט"ב ער פלעגט צו זאגען "איך בין די רבין נישט אקעגין געגאנגען [דהיינו מקבל פנים זיין] אין כבעל אים נישט אקעגין גיין [דהיינו נגדו].

ווען מהאט אנגעטראגען די רבנות מונקאטש פארן ייט"ב איז דאס גיווען א צייט ווען ער האט זיך שוין צוזאם געלוטען פין די כהנישע, האבין די מונקאטשער גיוואלט מפתה זיין די ייט"ב און האבין אנגיגעבען אז "אלע" בני העיר זענין תומך צו די התמנות, האט די ייט"ב גיענפערט מיט חכמה "דא אין סיגוט זענין פון אויבים גיווארין אוהבים און פון אוהבין אויבים, דארט ווער וועט מיר בלייבין א גוטע פריינד?".

די אלע ענינים האב איך שוין ערווענט אין כמה ערטער אויף די וועלט אבער דא קומט עס אריין אלעס אויף זיין סדר.
אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

מעלדונג


אל כבוד ידידיי, חברי האי עלמא המהוללה, כל אחד ואחד בניקו הטוב יבורך.

זה כמו שני חודשים וואס איך געפון זיך דא אין די אנגינעמע אטמעספעריא, פון די חסידים ואנשי מעשה, וואס באמת נהניתי מאד יעדע רגע ורגע וואס כהאב מיר דא געפינען.

אבער לכל זמן ולכל חפץ, סקומט א צייט וואס מקען שוין נישט ווייטער אנגיין, מכמה סיבות וואס איך וויל נישט מעלה זיין דא.

הגם סוואלט גיווען א מעגליכקייט צו שווייגען און איגנארירין די גאנצער ענין און פשוט אויפהערין שרייבען, אבער עצור במילין אי אפשר, דעריבער מעלד איך ברבים אויף מיין רעזיגנאציא.

איך טוה ווינשען פאר אלע ידידים ברכה והצלחה בכל מעשי ידיכם.

הלא זה אנא זעירא דמן חבריא
סעמטיטשקע
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

בנוגע דאס רבנות אין אוהעל האב איך צווי הערות.

1) דא ווערט געברענגט פון מנחם כשר..'ן אז עס איז געווען אן ערנסטע רעדע אז דער מלבי"ם, זאל אננעמען דאס רבנות אין אוהעל נאר ער האט נישט געוואלט ווייל ער האט געהאלטן אז די קהלה וועט אנקומען דארט וואו עס איז טאקע אנגעקומען, ווייסט איינער אויב דאס האט בכלל פאסירט [אפשר איז נאר נאך א דמיון פונעם בעל דבר]? אויב יא ווען? לכאורה דארף דאס צו זיין גלייך נאכן ייט"ל, איז עס אזוי?

2) מיר דאכט זיך אז מען פארדרייט די יוצרות, די אריגענעלע קהלה אין אוהעל וואו דער יש"מ און שפעטער דער ייט"ל זענען געווען רב האט ליידער נאך בחייו פון יש"מ אנגעהויבן צו ציען מער צום רעפארם לאגער, ערשט האט זיך געגרינדעט א שולע וואס פארשטייט זיך האט דאס געברענגט לערער פון דייטשלאנד, ביז עווענטועל מיט די יארן איז עס טאקע געווארן א געהעריגע רעפארם קהלה און אין אוהעל האבן זיך די ארטאדאקסן אפגעטיילט, לויט דעם איז לכאורה די גרעסטע קענגנערשאפט צום ייט"ל וואס האט געפירט ביז צו מסירות געקומען פון משכיל'ישן לאגער און איז נישט געווען אלס התנגדות לחסידות, ודו"ק

ידעתי אז איך האב נאר אנגערירט די אוהעלער קהלות אויפן שפיץ גאפל, יבאו הידענים וירחיבו את הדיבור.

אין אשכול פון ר' משה יוסף ט"ב ז"ל האט מען עס שוין א טראפקעלע בארירט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

farshlufen האט געשריבן:1) דא ווערט געברענגט פון מנחם כשר..'ן אז עס איז געווען אן ערנסטע רעדע אז דער מלבי"ם, זאל אננעמען דאס רבנות אין אוהעל נאר ער האט נישט געוואלט ווייל ער האט געהאלטן אז די קהלה וועט אנקומען דארט וואו עס איז טאקע אנגעקומען, ווייסט איינער אויב דאס האט בכלל פאסירט [אפשר איז נאר נאך א דמיון פונעם בעל דבר]? אויב יא ווען? לכאורה דארף דאס צו זיין גלייך נאכן ייט"ל, איז עס אזוי?

כך מצאתי ג"כ אין אוהעלע יזכור בוך (תשמ"ו) לויט זיי איז דאס געווען איידערן אויפנעמען ר' ירמי' לעוו אלס בשנת תרי"ב, פארשטייט זיך אליינס אז זיי הענגען עס אן אז זיין קהלה האט אים נישט געלאזט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

דראהביטש
בנוגע לרבנות דראהביטש, אוסיף פרט שאינו ידוע, ששמעתי מא' מנכדי ר' נחום הערש מדראהביטש ז"ל בן ר' אלעזר ניסן ז"ל, אשר הביהמ"ד של ר' אלעזר ניסן בדראהביטש הי' בהנהגתו, לאחר שנסע משם הייט"ל
כי הי' מקובל בהמשפחה, כי ר' אלי' הי' איש שלום מאד, (וכמובא בתשו' שואל ומשיב הנ"ל), והגם כי מקודם הי' דין ודברים אודות הרבנות, אבל לבסוף נעשה ר' אלי' הרב, והייט"ל גר שם, ונהג בבית מדרשו של אביו. כאשר נתמנה לרבנות בסיגוט, בא הרב אלי' לבקשו שישאר, ואמר שאם המדובר בשביל פרנסה, (היינו שאין לו די פרנסה בשביל שאין הוא הרב) הוא מוכן לדבר עם קהל שיתנו חצי ממשכורתו כרב להייט"ל, שישאר שם הייט"ל, והדברים נוראים. אולם הייט"ל השיב לו כי לא בשביל פרנסה הוא נוסע, וכו'.
עוד פרט הוסיף כי הסיבה שלא אבו קהל בר' אלי' לאחר פטירת אביו, הי' כי הי' צעיר, ודראהביטש הי' עיר גדול וקשה.
יש באמתחתי הרבה אודות שאר המקומות, אבל דבר זה אינו ידוע, ומוסר השכל איך מתנהגים עם מתחרה, ואחר דין ודברים, ולו משפט הבכורה.
למה זה תשאל לשמי...
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

סעמיטשקע האט געשריבן:פרשנות זו מאד מוזרה, שהרי אף הרב דברי יחזקאל משינאווא לא תמך באחיו ר' ברוכל, [אני כותב "לא תמך", כמובן זאת לא אומרת שהיה נגדו או שתמך בר' יוקל], ולכן תמה תמה אקרא על האי פרשנותא.
בי"ג אורות מערכת גארליץ, יש דף שלם על כך, ואולי משמע שלא לקח צד, אבל היה לו דעה בענין,
וכל זה חוץ מהמכתב בעטרת חיים שיהיה כן ציין לזה לעיל.



לתשומת לב המנהלים והאחראים, כל התגובות בענין הנ"ל שייכים יותר לאשכולם של ר' יוקל או של ר' ברוך.
ועמך כולם צדיקים
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

סעמיטשקע האט געשריבן:לויט די לעגענדע איז למעשה קיין פסק נישט גיווען.
בשיח זקנים חלק שישי עמוד שכ"ז מובא שהיה פסק לטובת ר' יוקל, והיה רעש ממכתבו של הערוגת הבושם,
והרה"ק מ'שינאווא הצדיקו באמרו "לאזטס אפ, די שטוב איז פול מיט אמת".
ועמך כולם צדיקים
כהנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כהנא »

אלף בית האט געשריבן:כ'האב גע'הערט פונעם סאטמאר'ן רבי שליט"א. מארומארוש איז בימים ההם געווען זייער פארגרעבט, די רביצין פונעם רבי אלעזר ניסן וועלכע איז געווען א גרויסע מלומדת זי איז געווען א טאכטער פונעם רבי אהרן חודרוב'ער זי"ע, זי האט זייער נישט געקענט פארליידן די פארגרעבטקייט, אזש די פרויען זענען געקומען צום דאווענען אין ווייבער שוהל אן די זאקען.
שפעטער האט אויסגעבראכן מחלוקה, די קאסוב'ער רבי'ס פלעגן אכט געבן אויף די אידישקייט אין מארמארוש, שטעלן שוחטים וכדו'. דער רבי רבי אלעזר ניסן האט גע'אסר'ט דעם שוחט אין קרעטשניף, א דערפל נעבן סיגעט. דער שוחט אבער האט גע'טענה'ט אז סאיז נישט זיין עסק, ס'געהער צום קאסוב'ער רבי'ן, פארשטייט זיך אז סאיז געווארן א פייער. הגם רוב רבנים האבן זיך געשטעלט צום צד פונעם רבי'ן ר' אלעזר ניסן וואס איז געווען רב אויך אויף די גלילות (ס'איז דא א בריוו פונעם מעגלי צדק ווי ער שטיצט שטארק דעם רבי אלעזר ניסן). אבער היות דער רבי ר' אלעזר ניסן האט סייווי נישט הנאה געהאט פון סיגוט און פונקט דאן איז נפטר געווארן רבי אלי' איבנוב'ער דער דרהוביטשער רב, און דרוהביטש האט זיך געוואנדן צו רבי אלעזר ניסן אנצונעמען די רבנות האט ער באשלאסן צו גיין קיין דרוביטש.


די מעשה גייט אביסעל אנדערש.

הגה"ק התורת חיים האט אויפגעשטעלט די תקנת פין שוחטים, מקוואות, תלמיד תורת אין מרמרוש. ווען מען אויפגענימען הגה"ק ר' אלעזר ניסן האט ער ציגעזאגט ער וועט זיך נישט מישען בהנ"ל. למעשה האט הגה"ק געפאסעלט א שוחט בגלילות סיגוט (קרעשטניף). מרת רוזא בלימא זצ"ל איז געווען א גרויסע מלומדת אין זי האט מברר געווען פאר איר מאן הגה"ק ר' אלעזר ניסן אז די תורת חיים איז גערכט וויל מען האט זיך אזוי אויסגענימען.

עס קען זיין די פארגרעבט קייט איז אויך געווען א סבה, אדער די עיקר סבה איז נישט געווען דעס.
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ב''ה
האידישקייט במרמורש היתה תחת פיקוח האהבת שלום מקאסאוו [ראה אריכות הדברים בספר הנפלא אבן שתי']שהי' לו בקבלה מאביו הרה''צ ר' קאפיל חסיד
שהבעש''ט נתן לו את חבל זה ובנו התורת חיים ירש ממנו את החזקה .וקאסאוו ואח''כ וויז'ניץ הרגישו שנכנסים לחלקם ומזה היו הרבה בעיות.
ובכלל כיוון שהייט''ב לב פתח ישיבה ובני חסידי קאסאוו נתקשרו אל רבם זה עוד הלהיב את המערכה .
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

badatz האט געשריבן:
אלף בית האט געשריבן:די צווייטע מעשה האב איך אויך געהערט פונעם רבי'ן, (דער רבי האט מוסיף געווען אז פון די מעשה זעהט ער אז דער ייטב לב איז געגאנגען מיט א ווייסע בעקיטשע) סאיז אלעמאל געווען האמפערנישן צווישן וויזניץ און סיגעט בנוגע שטעלן שוחטים.
חוץ פון דעם האט נישט געשמעקט פאר די וויזשניצע אז סיגעט די הויפטשטאט פון מארמארוש וואס איז געווען א וויזשניצע באזע זאל דער רב נישט זיין קיין וויזשניצע חסיד.



ב''ה
פין דעם דיין - --ראב''ד --דקהילתנו האב איך גיהערט בשם בעל דברי-יואל -ויואל משה -אז דער פראבלעם איז געווען אז עהר איז געקומען מיט א געבלימטע בעקיטשע .אני הקטן עוד זוכר שחסיד לא בא לרבו לטיש רק מיט דיא זיידענע בעקיטשע .אין אזוי אויך ציא א חתונה .דער בעל אמרי אמת מגור לא הירשה לירד לפני התיבה עם געבלימטע בעקיטשע כי אמר שזה חלוק רק לאכילה ולא מלבוש דרך כבוד .בענגליש זה נקרא "ביב " בלע''ז

פארשטייט זיך אז די סיבה איז געווען ווייל א פארצייטישע געבלימטע בעקיטשע איז געווען פון א סארט ביליגע פאנדזשעלא טיפ סחורה און האט ווייט נישט אויסגעזען ווי אונזערע בעקיטשעס אין וואס מיר זענען געוואוינט כהיום יום.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 18, 2009 1:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלין »

יאסל האט געשריבן:
אלף בית האט געשריבן:נאכדעם האב איז געהערט א מעשה, איינמאל ווען דער צמח איז געקומען קיין סיגוט, דאס איז געווען אין סאמען פונעם מחלוקה פון וויזשניץ סיגוט. דער ייטב לב האט געהאלטן משום דרכי שלום דארף ער גיין צום טיש דער קדיו"ט האט אבער מורא געהאט אז מ'וועט אים טשעפענען.

צוויי שאלות די דאזיגע מיישעלע האסטי אויך געהערט פונעם רבין??
סצווייטע וואסערע ברענעדיגע מחלוקה איז געווען צווישען סיגוט וויזניץ ביים ייטב לב?
לויט ווי כווייס איז די מחלוקה ענדערש געווען שפעטער ווען דער קדושת יו"ט איז געווען רב איבער דעם ספרדישער שוחט
אין נאך שפעטער ביים עצי חיים איבער די רבי מאיר בעל הנס געלטער.


דער קדיו"ט זצ"ל האט נאך געהאט ציטיען מיט חסידי וויזניץ ווען ער איז געווען נאך רב אין טעטש (ער האט געאסרט א שוחט). עס איז דא א באקאנטער בריוו פינעם דברי חיים זצ"ל וועגען דעם.- וועגען דעם האט דער קדיו"ט מורא געהאט.
פייש קרויז
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2009 2:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייש קרויז »

די סאנזער רב איז ארויס קיין דרוהביטש אויף א שבת כדי משפיע זיין אויף די אנשי העיר אז זיי זאלען אויפנעמין זיין מחותן די ייט"ב, אבער די גאנצער עסק האט זיך ארויסגילאזט שלא בדרך כבוד סיי פארן סאנזער רב און סיי פארן ייט"ב, אזוי פלעגט די ברך משה דערציילען די מעשה.

אין ס' פאר יצחק [תולדות ר' אייזיקל מזידוטשוב] פרק ט"ז אות ב', שרייבט שוין אביסעל מער, אז דער סאנזער רב איז דאן אריבער זידוטשוב, אין ר' אייזיקל האט אים פארבעטין צו בלייבען ביי אים אויף שבת אבער די סאנזער רב האט מסרב גיווען וועלינדיג זיין שבת אין דרוהביטש, ער פירט אויס אז דעריבער האט פאסירט וואס האט פאסירט ולא עלתה יפה פארן סאנזער רב, דער כותב זעהט אין דעם די קפידא פין ר' אייזיקל, אבער ער פירט נישט אויס מער פון דעם.

אין זכרון אלעזר הנדפס מחדש ווערט גיברענגט בשם רי"א אייכענשטיין מקיוויאשד, אז די סאנזער רב האט גאר גידארפט דרשנען יענעם שבת אין שוהל לטובת די ייט"ב, אבער די צד השני האבען געמסרט, און אינמיטען דאווענין איז מען אים געקומען און ארעסטירט, מיטן טענה אז היתכן א פרעמדער ראבינער קומט מאכען מחלוקות אין א צווייטער שטאט, די סאנזער רב האט אבער גיעענטפערט אז ער איז אויפן וועג קיין טריסקוואיץ אויסצוהיילען זיין קראנקער פיס [כידוע האט דער סאנזער רב גיהינקעט אויף א פיס, און ער האט זיי געצייגט זיין פיס], זי תשובה איז זיי גיפאלין אבער תיכף זונטאג האט ער געמוזט וויטער פארין פון דארט, ר' י"א אייכענשטיין זעהט אויך אין דעם די קפידא פון ר' אייזיקל.


בנוגע די מסירה, איז אינטערעסנאט צוצולייגן די פאלגנדע עפיזאד.
אין דראהאביטש האט געוואוינט א איד א גביר מופלג און א אייניקל פון חכם צבי, ער האט געהייסן ר' דוד לינדענדבוים, ער האט אויפגעבויעט א שול אין דראהאביטש וואס האט געטראגן זיין נאמען, ער זעלבסט איז געזיצן יומם ולילה על התורה והעבודה, זיך גע'טובל'ט אין אייז ברעכעדיגע מקואות אין ווינטער. אפילו אין די קליינע אותיות האט ער געהאט א יד.
ער האט זיך משדך געווען מיט'ן כתב סופר צוויי מאל, זיין זון ר' יצחק ליב סופר דער נשיא אה"ק, איז געווען צוויי מאל אן איידעם פון ר' דוד.

דער ר' דוד איז געווען א שטארקער צאנזער חסיד, און דאן ווען דברי חיים איז געווען אין דראהאביטש אויף שבת, האבן זיינע מתנגדים איינגעגעגעבן א מסירה אז ער איז רח"ל א שפיאן פאר רוסלאנד און לכבוד דעם האט מען דעם דברי חיים גענומען ערב שבת און איינגעשפארט אין תפיסה.
ר' דוד זייענדיג דער אויפזעער אויף אלע שטאטישע אוצרות, איז געגאנגען צו די שטאטישע פירערס און איינגעלייגט אלע שטאטישע חובות אויף ערבות, אז דער דברי חיים זאל באפרייט ווערן, האפטנדיג אז ער וועט זיך שטעלן צום משפט נאך שבת, און זיי האבן טאקע ארויסגעלאזט דעם דברי חיים אויף שבת.

נאך שבת האט זיך ארויסגעוויזן אז אלעס איז געווען סתם א בלבול פארשטייט זיך, און דער דברי חיים איז ארויס לחירות. לכבוד דעם האט אים דער דברי חיים געגעבן א ברכה אז פיר דורות זאלן זיינע יוצ"ח זיין עשירים, תיכף נאך די פאסירונג האט ר' דוד געקויפט א שטיקל קרקע, וואס איז נישט געווען צו טייער, און ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס פארמאגט נאפט קוועלער, און פון דעם איז ער מיט זיינע דורות געווארן גרויסע עשירים.
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

הערליכע באשרייבונגן, ארויפגעברענגט צום יארצייט.
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
אוועטאר
מאקאווער
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאקאווער »

אלף בית האט געשריבן:בנוגע דאס וואס דער ייטב לב איז געווען ביים צמח צדיק, האב איך געהערט פונעם סאטמארן רבי'ן.
דער ייטב לב איז אמאל געפארן מנחם אבל זיין דעם צמח צדיק (ער איז דעמאלט געזעצן שבעה נאך זיין מאמע'ן) און דער צמח האט אים געזאגט אז ער איז נישט מקבל תנחומין נאר אויב ער וועט פארבלייבן אויף שב"ק, איז דער ייטב לב פארבליבן. (פון דא נעמט זיך דער טעות אז דער ייטב פלעגט פארן אויף שבתים צום צמח).
.
אטעטשמענטס
untitled.JPG
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)
אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ללמוד וללמד »

סיגוט איז דאך געוועהן אן ארימער שטאט אין די קארפאטן געגנט. כ'האב אמאל געהערט בשם הגה"ק בעל ברך משה זי"ע האט ער געזאגט אז די נאמען פון דעם שטאט האט מען ארויסגעזאגט אין פארשידענע וועגען. ס'דא וואס האבען עס גערופן "סיגעט" מיט אן ע', אנדערע האבען עס גערופען "סיגוט" מיט א מלאפום. זאגט ער, מ'פלעגט אבער זאגען אויף דעם ארים שטעטל בדרך הלצה: גלייבט מיר, "נישט ס' געט", און "נישט ס' גוט"....
געלינקטער
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 12, 2010 9:08 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלינקטער »

סעמיטשקע האט געשריבן: דער סאנזער רב איז ארויס קיין דרוהביטש אויף א שבת כדי משפיע זיין אויף די אנשי העיר אז זיי זאלען אויפנעמין זיין מחותן די ייט"ב, אבער די גאנצער עסק האט זיך ארויסגילאזט שלא בדרך כבוד סיי פארן סאנזער רב און סיי פארן ייט"ב, אזוי פלעגט די ברך משה דערציילען די מעשה.

אין ס' פאר יצחק [תולדות ר' אייזיקל מזידוטשוב] פרק ט"ז אות ב', שרייבט שוין אביסעל מער, אז דער סאנזער רב איז דאן אריבער זידוטשוב, אין ר' אייזיקל האט אים פארבעטין צו בלייבען ביי אים אויף שבת אבער די סאנזער רב האט מסרב גיווען וועלינדיג זיין שבת אין דרוהביטש, ער פירט אויס אז דעריבער האט פאסירט וואס האט פאסירט ולא עלתה יפה פארן סאנזער רב, דער כותב זעהט אין דעם די קפידא פין ר' אייזיקל, אבער ער פירט נישט אויס מער פון דעם.

אין זכרון אלעזר הנדפס מחדש ווערט גיברענגט בשם רי"א אייכענשטיין מקיוויאשד, אז די סאנזער רב האט גאר גידארפט דרשנען יענעם שבת אין שוהל לטובת די ייט"ב, אבער די צד השני האבען געמסרט, און אינמיטען דאווענין איז מען אים געקומען און ארעסטירט, מיטן טענה אז היתכן א פרעמדער ראבינער קומט מאכען מחלוקות אין א צווייטער שטאט, די סאנזער רב האט אבער גיעענטפערט אז ער איז אויפן וועג קיין טריסקוואיץ אויסצוהיילען זיין קראנקער פיס [כידוע האט דער סאנזער רב גיהינקעט אויף א פיס, און ער האט זיי געצייגט זיין פיס], זי תשובה איז זיי גיפאלין אבער תיכף זונטאג האט ער געמוזט וויטער פארין פון דארט, ר' י"א אייכענשטיין זעהט אויך אין דעם די קפידא פון ר' אייזיקל.

פונקט פארוואס ר' אייזיקל האט פארבעטין די סאנזער רב צו פארבלייבען אויף שבת שרייבט קיינער נישט די טעם, סקען גאר זיין סתם אלס כיבוד ווכדומה, אבער אזויפיהל איז זיכער אז די משפחת הורשובסקי זיינען גיווען חסידי זידוטשוב, און סמעגליך אז ר' אייזיקל האט גיוואלט צוריקהאלטען דער סאנזער רב צו משפיע זיין אקעגן ר' אליהו.

די סיבה פארוואס די סאנזער רב האט זיך מטריח גיווען פאר זיין מחותן אזוי ווייט, ווייס איך נישט פונקט, אבער סקען זיין אז אזוי ארום האט ער גיקענט שטעלין זיין זוהן ר' ברוכל און גארליץ, [למעשה האט זיין ר' ברכול איבערגענומען לתקופה קצרה, אבער האט אפגיטרעטין עפ"י פקודת אבוי און עס איבער גיגעבין פאר ר' שמואל ט"ב אחי הייט"ב, און ר' ברוכל איז אריבער קיין רודניק].

כי מי זה האיש כאן אשר ירצה להתאמץ בזה הלא יותר נוח להם בהיותי פה


http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 10&hilite=
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ללמוד וללמד האט געשריבן:סיגוט איז דאך געוועהן אן ארימער שטאט אין די קארפאטן געגנט. כ'האב אמאל געהערט בשם הגה"ק בעל ברך משה זי"ע האט ער געזאגט אז די נאמען פון דעם שטאט האט מען ארויסגעזאגט אין פארשידענע וועגען. ס'דא וואס האבען עס גערופן "סיגעט" מיט אן ע', אנדערע האבען עס גערופען "סיגוט" מיט א מלאפום. זאגט ער, מ'פלעגט אבער זאגען אויף דעם ארים שטעטל בדרך הלצה: גלייבט מיר, "נישט ס' געט", און "נישט ס' גוט"....

תיקון טעות, אויף ראמעניש דאכציך רופט מען דאס סי-האט, פלעגט מען צו זאגן, "נישט ס'האט און נישט ס'געט".
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”