ו' חקת - וואס איז דער מקור

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

בשמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 12, 2011 12:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשמים »

ביקסאד האט געשריבן:
תמים האט געשריבן:איז דא א ענין נישט צו גיין שווימען און ו' חקת?

כמדומני שהסיפור עם הקדושת ציון מ'באבוב וגיסו רבי חיים יעקב מ'לימאנאוו שכמעט נטבעו, אירע ביום ו חקת.

והוא פלאי האט געשריבן:לא בו' חקת רק בו' תמוז, וכמדומה שידוע בבאבוב אף השנה, ומעולם לא שמעתי שהי' בעש"ק

וועלכע יאר האט עס פאסירט? אפשר איז דאן געפאלן ו' חוקת אום ו' תמוז?
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

ידוע השנה, ואיני זוכר כעת, אולם לא הי" ביום ו' כי ביום שלמחר עלו לתורה לברך הגומל
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

ביום שלמחרת יום ו' קורין בתורה, ואפשר לעלות ולברך הגומל
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

אייער_קיכל האט געשריבן:היות עס קומט מיר אויס צו רייזן דעם פרייטאג ו' חוקת וואלט איך געוואלט
וויסן די ענינים איבער דעם טאג, איך ווייס עס זענען פארהאן מענטשן וואס
היטן זיך ספעציעל אין דעם טאג מכל נודנד סכנה. וויל איך וויסן:

א) וואס איז דער מקור דערצו?

ב) איז דער ענין לייכטער דער נאכט אור ליום ו' חוקת ווי דער "יום", אדער
זענען ביידע אייניג לענין זה?
יישר כח למפרע!


מ'ווייס מיר פון אלס קינד נאך איז איינגעבאקן די מעשה מיטן זיידן זז"ג וואס האט געהאט אן עקסידענט דרייווענדיג ו' חקת און דעריבער געבן מיר זיך אכטונג... גירסא דינקותא.
אבער כ'וואלט אויך געוואלט וויסן מער מקורות...
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יעצט זאגט מיר דער קאר סערוויס דרייווער אז ער איז פריי מיך ארויסצופירן אין קאנטרי דאנערשטאג נאכט נאך מעריב

זעהנדיג דעם אשכול העלפט מיר מאכן דעם באשלוס אויף נישט

(אויב איינער ווייסט פון א 15 פאסאזשיר ווען וואס איך קען נוצן ארויסצופארן צו די מאונטענס דעם דאנערשטאג, זאל מיר ביטע מעלדן אין אישית)
בשמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 12, 2011 12:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשמים »

אין ספר מועד לכל חי שטייט (סימן ט', אות ד') אז אין די שטאט איזמיר איז געווען א מנהג אז ו' חוקת איז מען בכלל נישט ארויס אין גאס צו טוהן געשעפטן, און אלעס וואס מען האט געברויכט צו ערלעדיגן לכבוד שבת, האט מען געטוהן דאנערשטאג, וז"ל: "בעירינו איזמיר נהירנא מכד הוינא טליא דהיו כמה אנשים סוחרים שהיו נזהרים שלא לצאת אפי' לשוק לעסקיהם בערב שבת חוקת, ומה שהיה להם לעשות בע"ש, היו מתקנים מיום ה'...".

נאך שרייבט ער, אז פילע פירן זיך נישט צו פארן פון איין פלאץ צום צווייטן אין דעם טאג, וז"ל: "והן עוד היום רבים נזהרים שלא לילך מעיר לכפר ביום הזה, וה' שומר את עמו ישראל בכל מקום ובכל זמן שלא תאונה שום רע אכיה"ר".
אוועטאר
mitzva man
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 27, 2009 10:50 am
לאקאציע: *** Yeshiva Gedolah

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mitzva man »

ויקרא פרק יט פסוק כו לֹא תֹאכְלוּ עַל הַדָּם לֹא תְנַחֲשׁוּ וְלֹא תְעוֹנֵנוּ:
וברש"י ולא תעוננו - לשון עונות ושעות, שאומר יום פלוני יפה להתחיל מלאכה, שעה פלונית קשה לצאת.

דער מקור איז פון א גמרא אין מסכת סנהדרין.

וזה לשון הרמב"ם בספר המצוות לא תעשה לב "והמצוה הל"ב היא שהזהירנו מעשות המעשים בבחירה ממשפטי הכוכבים. והוא שנאמר זה היום טוב למעשה הפלוני ונכון לעשותו או זה היום מגונה בו המעשה הפלוני ונרחיק מעשותו. והוא אמרו יתעלה לא ימצא בך וכו' מעונן. וכבר נכפלה אזהרה זו באמרו (קדושים יט כו) לא תעוננו. ולשון ספרא (פ"ו) ולא תעוננו אלו נותני העתים. כי הוא נגזר מן עונה. ר"ל לא יהיה בכם מעונן שיאמר העת הפלונית טובה והעונה הפלונית רעה. והעובר על לאו זה ג"כ חייב מלקות. ר"ל שיגיד העתים האלו, לא מי שישאל בעדם. אבל השאלה על זה גם כן אסורה מחוברת אל היותה דבר אין אמיתות לו. ומי שיכוין בפעולתו אל עת ידועה במבט כדי שיצלח או יהיה לו תועלת באותו מעשה הנה הוא גם כן לוקה מפני שעשה מעשה".

וז"ל רמב"ם בהלכות עבודת כוכבים פרק יא הלכה ח' וט' "איזהו מעונן אלו נותני עתים שאומרים באצטגנינות יום פלוני טוב יום פלוני רע יום פלוני ראוי לעשות בו מלאכה פלונית שנה פלונית או חדש פלוני רע לדבר פלוני. אסור לעונן אע"פ שלא עשה מעשה אלא הודיע אותן הכזבים שהכסילים מדמין שהן דברי אמת ודברי חכמים, וכל העושה מפני האצטגנינות וכיון מלאכתו או הליכתו באותו העת שקבעו הוברי שמים הרי זה לוקה שנאמר לא תעוננו".

וזה לשון רבינו יונה שערי תשובה שער ג פ"ו "לא תעוננו - לשון עונות ושעות, שאומר: יום פלוני יפה להתחיל מלאכה, שעה פלונית קשה לצאת. ואין לשמוע אל דברי הוברי השמים, אבל יבטח לבך בה' אלקי השמים ואלקי הארץ. על כן כתוב על הענין הזה תמים תהיה עם ה' אלקיך - למדנו מזה, כי המעוננים והקוסמים נעדרים הבטחון. והעלילות הנשחתות ההן, מעשה ארץ כנען, שנאמר כי הגוים האלה אשר אתה יורש אותם אל מעוננים ואל קוסמים ישמעו, ואתה לא כן נתן לך ה' אלקיך"

און אזוי ווערט ג'פסקנט אין שולחן ערוך יורה דעה הלכות מעונן ומכשף סימן קעט "וכן האומר אל תתחיל לגבות ממני, שחרית הוא, מוצאי שבת הוא, מוצאי ר"ח הוא... אסור".

וועט איר פרעגן, אויב אזוי איז ניטא קיין שום היתר?

אין שו"ע דארט שטייט ווייטער "וכן האומר: שחוט תרנגול שקרא כעורב ותרנגולת זו שקראה כתרנגול, אסור. הגה: י"א אם אינו אומר הטעם למה מצוה לשחוט התרנגולת, אלא אומר סתם שחטו תרנגולת זו, מותר לשחטה כשקראה כתרנגול (ב"י בשם הר"א). וכן הוא המנהג".

שרייבט אויף דעם דער ט"ז ס"ק ב אם אינו אומר הטעם כו'. - לפי זה נראה דגם בהנך דלעיל יש היתר כל שאינו אומר בפירוש שהוא עושה משום הכי, אלא די"ל דשאני הכא כיון שיש שינוי טבע לפניו ויש מקצת חרדה על האדם הותר לו לעשות בלי אמירה משא"כ בהנך דלעיל שאין בהם שינוי טבע. כן נ"ל".

אין אנדערע ווערטער, דער ט"ז איז מסופק צו מקען נוצן דעם היתר פון דעם רמ"א לגבי תרנגול שקרא כעורב אז מזאגט נישט דעם טעם, אויף דעם ערשטן דין אין שו"ע פון אל תתחיל בי... דער ט"ז איז אבער מסופק אין דעם. דער פתחי תשובה ס"ק ג שרייבט יא אז "ואם אינו מוציא הדברים מפיו אלא מחשב בלבו ונמנע מעסקיו ע"י הנחשים האלה מותר שראוי לאדם לחוש על החשש שחוששין בו הבריות".

אבער דער גאון אין ביאור הגר"א ס"ק ח איז גאר שארף חולק אויף דעם יסוד ההיתר פון דעם רמ"א לגבי תרנגול שקרא, וזה לשונו "כתב מהרי"ל סי' קי"ח שכך א"ל מהר"א ליישב מנהג העולם ודבריו קשין כחומץ לשינים לגנוב דעת המקום".

אויב אזוי לפי דעת הגר"א איז זיכער אז ביי אל תתחיל בי איז אסור.

העולה מכל זה לפי עניות דעתי, אז ארויסצוזאגן מיטן מויל איך וויל ניט דאס טוהן ווייל היינט איז ו' חוקת איז זיכער אסור, לכולי עלמא.
אהן ארויסרעדן איז א גרויסע גרויסע שאלה, דאס איז ספק אין א דאורייתא'דיגע שאלה!
לשמור ולעשות ולקיים
בשמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 12, 2011 12:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשמים »

מיש נישט אויס הודו מיט כוש... די לאו פון לא תעוננו איז דוקא ווען די שטערן זעהער'ס זאגן אז די און די צייט איז יא גוט אדער נישט גוט אנצוהייבן א מלאכה אדער זיך ארויסלאזן אין וועג.

לשיטתך אז מ'גייט נישט ארויס אינדרויסן אליין אין די ימי בין המצרים ווייל ס'איז שולט די קטב מרירי, איז אויך א גרויסע גרויסע ספק דאורייתא'דיגע שאלה?
אוועטאר
mitzva man
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 27, 2009 10:50 am
לאקאציע: *** Yeshiva Gedolah

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mitzva man »

בשמים האט געשריבן:... די לאו פון לא תעוננו איז דוקא ווען די שטערן זעהער'ס זאגן

למשל שחרית, מוצאי שבת, מוצאי ראש חדש??

בשמים האט געשריבן:אז די און די צייט איז יא גוט אדער נישט גוט אנצוהייבן א מלאכה אדער זיך ארויסלאזן אין וועג.

למשל "אל תתחיל לגבות ממני" אדער "טוב למעשה הפלוני"??

בשמים האט געשריבן:לשיטתך אז מ'גייט נישט ארויס אינדרויסן אליין אין די ימי בין המצרים ווייל ס'איז שולט די קטב מרירי, איז אויך א גרויסע גרויסע ספק דאורייתא'דיגע שאלה?

קטב מרירי איז א שליטה פון שדים, דאס איז טאקע הודו מיט כוש...
לשמור ולעשות ולקיים
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

און וואס איז מיט די טעג וואס דער מחבר אליין פסק'נט אז ס'איז נישט ראוי להתחיל בהם..?
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

רב מצוה מען וואס ווילט איר ארויסברענגן? אז אונזער מסורה איז נישט אויסגעהאלטן?
אוועטאר
mitzva man
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 27, 2009 10:50 am
לאקאציע: *** Yeshiva Gedolah

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mitzva man »

למעלה משבעים האט געשריבן:רב מצוה מען וואס ווילט איר ארויסברענגן? אז אונזער מסורה איז נישט אויסגעהאלטן?

ניין, נאר מ'זאל לכל הפחות נזהר זיין ניט דאס ארויסזאגן אדער ארויסשרייבן אז דער טעם פון מיין ניש גיין איז צוליב דעם טאג.
קען זיין איך בין זיך טועה. איך בין גרייט מען זאל מסביר זיין.
לשמור ולעשות ולקיים
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

מצוה מען, דאס איז זיכער אז א ענין וואס ווערט געברענגט אין מגן אברהם און אנדערע גדולי ישראל איז נישט שייך מפקפק צו זיין אויף למעשה, וואס יא, איר קענט פרעגן, איר פארשטייט נישט וויאזוי עס איז מותר, אבער מותר איז עס.

לגבי דיין קושיא, כ'טראכט אז דא איז עס נישט שייך ווייל דאס זעהט מען במציאות גמור עד היום הזה אז די טאג איז גורם פורעניות ר"ל, ממילא איז דאס נישט ווי איינער איז חושש צו א איינרעדעניש, מען איז חושש צו א פאקט. פונקט ווי איינער גייט נישט אריבער די גאס ווען עס איז דאונט וואלק אדער פארט נישט ארויס אין די ראש האויער'ס ווייל ער וויל נישט ווערן געכאפט אין טרעפיק, איז דאס א ענין פון מחשבי עתים? זיכער נישט, די זעלבע דא.

חוץ מזה זעהט אויס פון מג"א אז דאס איז נתקן געווארן דורך א שאלת חלום, ד"מ א הוראה מן השמים, איז נישט שייך צו פרעגן קיין קושיות.
אוועטאר
mitzva man
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 27, 2009 10:50 am
לאקאציע: *** Yeshiva Gedolah

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mitzva man »

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:מצוה מען, דאס איז זיכער אז א ענין וואס ווערט געברענגט אין מגן אברהם און אנדערע גדולי ישראל איז נישט שייך מפקפק צו זיין אויף למעשה, וואס יא, איר קענט פרעגן, איר פארשטייט נישט וויאזוי עס איז מותר, אבער מותר איז עס.


דער מגן אברהם קען זיין רעדט ווען מזאגט ניט ארויס. און ער האלט ווי דער רמ"א און ט"ז.

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:לגבי דיין קושיא, כ'טראכט אז דא איז עס נישט שייך ווייל דאס זעהט מען במציאות גמור עד היום הזה אז די טאג איז גורם פורעניות ר"ל, ממילא איז דאס נישט ווי איינער איז חושש צו א איינרעדעניש, מען איז חושש צו א פאקט. פונקט ווי איינער גייט נישט אריבער די גאס ווען עס איז דאונט וואלק אדער פארט נישט ארויס אין די ראש האויער'ס ווייל ער וויל נישט ווערן געכאפט אין טרעפיק, איז דאס א ענין פון מחשבי עתים? זיכער נישט, די זעלבע דא.


די אלע מעוננים האבן גזעהן "במציאות גמור"...

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:חוץ מזה זעהט אויס פון מג"א אז דאס איז נתקן געווארן דורך א שאלת חלום, ד"מ א הוראה מן השמים, איז נישט שייך צו פרעגן קיין קושיות.


אויב א נביא קומט און זאגט אז איין פרט פון הלכות מעונן ומכשף איז מותר - גיט מען אים מיתה.
לשמור ולעשות ולקיים
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

למעשה זע איך א מקור פאר ו' חקת וואס דאן איז געווען, אבער ווערט ערגעץ געברענגט אז ס'איז יום מוכן לפורעניות, כ'מיין וואס איז אנדערש ווי כ' סיון למשל
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 13, 2009 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער איד »

עניני' דיומא. יישר כח יעדן פאר די אינפארמאציע.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

והוא פלאי האט געשריבן:ידוע השנה, ואיני זוכר כעת, אולם לא הי" ביום ו' כי ביום שלמחר עלו לתורה לברך הגומל

סאדע_באטל האט געשריבן:ביום שלמחרת יום ו' קורין בתורה, ואפשר לעלות ולברך הגומל

איך האב יעצט אנגעטראפן די מעשה דא http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... =&pgnum=82
שטייט ס'איז געווען שנת תרנ"ד, אויף א דינסטאג (פרשת חוקת), און טאג דערויף דאס הייסט מיטוואך זענען זיי געפארן קיין שינאווע צו גומל בענטשן.
ווי ווייט איז נהר ביאלא (וואס איז לעבן באבוב) פון שינאווא? נעמט א טאג צו פארן? און צו וואס דארף מען גומל בענטשן אין שינאווע פארוואס נישט אין באבוב?
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

בשמים האט געשריבן:אין ספר מועד לכל חי שטייט (סימן ט', אות ד') אז אין די שטאט איזמיר איז געווען א מנהג אז ו' חוקת איז מען בכלל נישט ארויס אין גאס צו טוהן געשעפטן, און אלעס וואס מען האט געברויכט צו ערלעדיגן לכבוד שבת, האט מען געטוהן דאנערשטאג, וז"ל: "בעירינו איזמיר נהירנא מכד הוינא טליא דהיו כמה אנשים סוחרים שהיו נזהרים שלא לצאת אפי' לשוק לעסקיהם בערב שבת חוקת, ומה שהיה להם לעשות בע"ש, היו מתקנים מיום ה'...".

נאך שרייבט ער, אז פילע פירן זיך נישט צו פארן פון איין פלאץ צום צווייטן אין דעם טאג, וז"ל: "והן עוד היום רבים נזהרים שלא לילך מעיר לכפר ביום הזה, וה' שומר את עמו ישראל בכל מקום ובכל זמן שלא תאונה שום רע אכיה"ר".
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

ה' ישמור צאתינו ובואינו לחיים ולשלום מעתה ועד עולם.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

למעלה משבעים האט געשריבן:ערגעץ האב איך געזען געדריקט אז אשת הרה"ק ר' שלום אליעזר מראצפערט זיע"א האט געזאגט אז זי האט מקובל פון איר טאטע וואס ער האט געהאט בקבלה פון די טשערנאביל'ער מגיד, אז אין ו' תמוז זאל מען נישט גיין אין טייך. ווייסט איינער ווי דאס שטייט?

היינט איז ביידע צוזאמען.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35242
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

שכח פארן לינקן
מיינע תגובות זענען לחדודי דברים בעלמא!
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

יעלה ויבוא

יהי ה"א עמנו לשמרינו מכל פגע וצרה, אך טוב וחסד ירדפוני כל ימי חיי.
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

ארויף.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19752
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:ארויף.
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”