מיין רחל'ע מאכט א שבת פארטי
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- יגרסהדותא
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 3686
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
- לאקאציע: קאר וואש
מיין רחל'ע מאכט א שבת פארטי
וראה אם דרך עוצב בי, ונחני בדרך עולם: מי יתן מציון וגו' ויעזרם ד' ויפלטם פלטם פלטם אלע רשעים כי חסו בו.. אקעי, איז די מעשה אזוי:
רחל'ע קומט אהיים פון סקול מיט מוראדיגע טענות, פארוואס אייביג מאכט יעדער - אלע אירע פרענדס - מאכן א שבת פארטי, נאר זי קען קיינמאל נישט מאכן, אירע טרערן זענען גערינען, זי האט זיך איינגעקורשקערט אינטען מאמע'ס שירצל, ביז זי האט געפויעלט! צו איר גלייבט יא צו נישט, ס'איז א פאקט! רחל'ע סהדותא גייט יא מאכן א שבת פארטי! נישט אז זי האט פארדעם געדארפט פארפירן, ווען זי וואלט געבעטן אן שטויסן אויף די ווענט וואלט זי אויך געקענט מאכן, מיין דיינונג רום קען עפעס נישט פארנעמען קיין געסט? אבער, זי האט עס געבעטן אויף דעם וועג, יעצט ב"ה לייכט שוין איר פנים, זי שטראלט פאר פרייד, קלייניגקייט? רחל'ע איז שוין מער נישט דער רחל'ע וועם איר קענט וואס מאכט "נישט" קיין שבת פארטי'ס, זי מאכט שוין יא שבת פארטי'ס! וויאזוי זאגט דער רמב"ם אין הל' תשובה, אמש היה זה שנוי לפני המקום, משוקץ ומרוחק נארישקייט; והיום הוא אהוב ונחמד, קרוב וידיד.
יעצט, וויאזוי מאכט מען א שבת פארטי? אהה, זייער גוט געפרעגט, און וויאזוי שרייבט "שאץ" אזא פאל: וועגן דעם ביסטו דאך אריינגעקומען דא אין אונזער אשכול.
קודם וועלן מיר שרייבן וואס נישט צו טון. עההה, איר קענט אלעס טון, יעדע זאך וואס דו גייסט מאכן גייט "צוגעבן" צום שבת פארטי!
דעמאלטס וואס דארף מען יא טון? גלייבטס מיר, יעצט האלטן מיר שוין נאכן שבת, און איך ווייס נאך אלטס נישט וואס איך האב יא אדער נישט געטון, אבער, ס'איז געקרוינט געווארן מיט גרויס סוקסעס.
ווייס איך דאך אז יעצט וועלן ענקערע מיידלעך אנהייבן צו פארפירן: טאטי, מיין פרענד האט געמאכט א שבת פארטי איך וויל אויך, העי, אייגענטליך, מיין טאכטער האט דאך שוין געזאגט אז "יעדער" האט געמאכט אויסער זי, מעגליך זי האט געמאכט א מיסטעק..
איז די עצה אזוי: מ'גייט אין גראסערי, און דאס איז נישט א פלעינע גראסערי ארדער וואס מ'מאכט, וואס געווענדליך נעמט מען א קערידזש, און מ'לויפט ארום די גראסערי, מ'קראכט אריין נאר אין צוויי מענטשן, און ביז 5 אייטעם'ס מעגן ליגן צושאסן אויף דער ערד, נעעעעעע, א שבת-פארטי-גראסערי-ארדער איז גאנץ א אנדערע בחינה.
מ'קויפט שיינע נעפקינס, מ'נעמט מיט איר אליין, וואס קוקסטו מיט צוויי גרויסע קעצי אויגן? ס'איז איר שבת פארטי און קיינער אין די משפחה מעג נישט מיטקומען! און איך לייג נאך א עקספלאנעשען סימבאל, ! אזוי! נאר זי קומט מיט, אז נישט - האט מיין טאכטער געזאגט - מאכט זי נישט קיין שבת פארטי!! איך האב ממש געוויינט צו איר זי זאל יא מאכן, אבער כ'האב ממש געקענט טאפן א וואנט, וואס???? וואט עווער, זי מוז אליינס קומען אין גראסערי. מאך מיך נישט שווערער ווי ס'איז.
שבת נאכמיטאג: נאך די סעודה, מוז יעדער ארויסגיין פון דיינונג-רום, פון קאך, און פון איבעראל, קיינער מעג נישט שטיין דארט ווי מ'קעטערט די שבת פארטי. און איך וויל פאראויס באווארענען, קיינער זאל ניטאמאל אריינקוקן אין קאך, שיעור איז א בענקל געפלויגן יענעם אין פנים, ווען נישט די מזוזה וואס האט געבלאקט די בענקל פון אדורךפליען די טיר ווייס איך נישט צו איין הצלה מעמבער וואלט געזיצן אינדערהיים דעם שבת.
מ'ברענגט אלע בענקלעך, אריינגערעכנט און נישט אויסגעשלאסן: דיינונג-רום בענקל, קאך בענקל, דריי פון די ספרים-שטוב [איינס האב איך מיך איינגעבעטן צו איר זי זאל לאזן, טענה'נדיג אז אויב זי נעמט מיין בענקל קום איך מיט אין דיינונג רום], שכנים, נעבערס, מ'לייגט אריין אין דיינונג רום 32 בענקלעך! ווייל אפשר גייען אפאר מיידלעך ברענגן זייערע קליינע שוועסטער'ס, איי, פרעג איר בחרם צו ווען זי גייט צו א שבת פארטי צו זי האט שוין איינמאל מיטגעברענגט איר ברודער'ל, אבער שוין.
די פארטי איז גערופן אויף 6:00, פון 5:15 און ווייטער, מעג איר קיין איין קינד נישט רופן ביי איר נאמען, רחל'ע, אפפפססס סארי, אבער קיינער טאר איר נישט רופן ווייל אין סקול הייסט זי רחי, און זי שעמט זיך פון אירע חבר'טעס אויב מ'גייט איר רופן אויף איר אידישע נאמען
[פון דא אין ווייטער געב איך איבער דאס ווארט פאר מיין רביצין, איך בין אנטלאפן בעוד מועד]
5:45 שבת נאכמיטאג: די אטמאספארע קען מען צושניידן אויף סלייסעס, די מיידלעך שטייען שוין אינדרויסן גרייט אריינצוקומען, זיי מאכן משונה'דיגע קולות, די גאס טרייסעלט!
5:50 מ'קען הערן א פליג דורכפליען, אייגענטליך, איך ווייס נישט וואס צו שרייבן, ס'איז נאר זייער זייער אנגעצויגן.
6:00!! קולות וברקים, וענן כבד על ההר, מ'רייסט טעלערס, די לייכטער פליהט, די שאנגאם'ס ליגן אויף די ערד, איין מיידל האט זיך אריינגאכאפט אין קאך און ג'גנב'ט וואס ס'איז נאר געקומען אינטער איר הענד, א צווייטער שלעפט ארויס פון אינטער איר דאסטער א שאפינג בעג, און ריקט אריין מכל הבא לידה מיט א פינטל אין די ה'
6:05: די פלאץ ווערט ערקלערט אלטס א "מלחמה זאָן"!
6:20: די טיש איז ליידיג פון מאכלים, אלע מיידלעך טאנצן שוין אינדרויסן שפילן עפעס א ניגון וואס האט אין זיך א סענטענס: האָ אראונד די בעיס איז איט! טאטאראטיאוי!!
6:30: די קינדער אינדערהיים ליגן אינטער די טישן און קראצן אפיר יעדע קענדי וואס איז נאך ראוי לאכילה
6:45: מישאן אקאפמלעשט!!

- יגעתי ומצאתי
- שר האלף
- תגובות: 1672
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm
- משה קארנפעלד
- שר האלף
- תגובות: 1689
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm
- leiby
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3911
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
- לאקאציע: צווישן אידן
יגר האט גורם געווען א שבת פארטי ביי מיר אין אפיס אינמיטן די וואך.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
- ווער בין איך?
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3052
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
- לאקאציע: ביים קאמפיוטער
- לאז געמאכט
- שר האלפיים
- תגובות: 2710
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am
- שקר_הדייעט
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 364
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2007 7:21 pm
- לאקאציע: ביים פרידזשידער
- שאץ מאץ
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3031
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
- לאקאציע: איבעראל
- פארבינד זיך:
יגר!
מיין שפראך איז מאגער,
דיינע לשונות זענען על פיו שגור,
איך דארף דעם זיין א זאגער?
יעדעס ווארט איז shuger
א שאד אז בשעת די פארטי ביסטו געוועהן סגור,
דאן וואלט געוועהן אן ארטיקל איבער געלעבט דעם שבת פארטי......
כה לחי

http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 567
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 11:44 am