מיט וועלכע הוט גייט משיח גיין? אדער...
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- אייניקעל פון אהרן הכהן
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 309
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 29, 2008 6:13 pm
מיט וועלכע הוט גייט משיח גיין? אדער...
צו גייט ער בכלל גיין מיט א הוט?
אפשר גאר מיט א טורבאן ווי אין די צייטן פון די גמרא?

הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3447
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
- לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער
- אייניקעל פון אהרן הכהן
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 309
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 29, 2008 6:13 pm
אויפריכטיג האט געשריבן:אייניקעל פון אהרן הכהן האט געשריבן:צו גייט ער בכלל גיין מיט א הוט?
אפשר גאר מיט א טורבאן ווי אין די צייטן פון די גמרא?
ווער זאגט דיר אז אזוי איז מען געגאנגען אין די צייטן פון די גמרא? דער מעלער פון דיין אוועטער און אזוי אויך די אנדערע מעלער האבן דען עפעס א קבלה?...
לא אמרן אלא כגון רב כהנא דגברא רבה הוא ומבעי ליה סודרא ארישיה אבל כולי עלמא לא (קידושין ח')
הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה
- אייניקעל פון אהרן הכהן
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 309
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 29, 2008 6:13 pm
יהיה כן האט געשריבן:בישעיה נט פסוק יז
וילבש צדקה כשרין וכובע ישועה על ראשו
ושם פסוק כ
ובא לציון גואל
דער מלבי"ם אויפן פלאץ איז מבאר אז מ'רעדט נישט דא פון אן עכטער הוט "כי השריון והכובע אשר ילבש להגן בעדו שלא יתנצח, הם הצדקה והישועה וכו'"
איז אשר על כן די קשיא הדרא לדוכתא
הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3447
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
- לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער
- משה קארנפעלד
- שר האלף
- תגובות: 1689
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm
- ארט און מוזיק
- שר חמש מאות
- תגובות: 586
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 10, 2011 9:28 pm
- לאקאציע: טיף אינמיטן די פאטאשאפ קארידארן
איך האב געהערט פון ר' ליפא שמעלצער, אז משיח וועט האבן א ערענסטע פראבלעם...
לעצט פארראכטן דורך ארט און מוזיק אום מיטוואך יוני 15, 2011 3:57 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איך מיין אז גרעפיקס און מוזיק זענען פירסט קאזענס...
- אייניקעל פון אהרן הכהן
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 309
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 29, 2008 6:13 pm
קליקו האט געשריבן:למאי נ"מ
כ'וויל גיין מיטן זעלבען הוט (צו אן דעם הוט אדער שמאטע, קעפ וכו') ווי משיח! ווער וויל דען פילן ווי אן אינדרויסענדיגער ווען משיח קומט!
פארשטייט זיך די זעלבע פראגע איז מיט וועלכע קליידער ער וועט גיין אדער וועלכע שפראך ער וועט רעדן
הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה
- משה קארנפעלד
- שר האלף
- תגובות: 1689
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm
איך האלט ער וועט גיין אזא ... נא ... ווייסט וואסעך מיין
אזוי ווי די מן וואס מען טראכטן וועט עס זיין ...
א סאטמארער וועט עם זעהן מיטן פלאכן היט א סקווערער מיטן הויכן היט און א וויזניצער מיט די באו אויף די רעכטע זייט, אחבדסקער מיט א ציקנייטשן הוט און א פאליאק מיט א סאמעטענעם קאסקעט און דער ליטוואק וועט עם זעהן מיט א קראך הוט און פראק, דער גערער וועט עם זעהן מיט א רינדיכיגן היטל און האלבע הויזן, און דער ספרדי וועט עם מיט א רויטע פעס אויפן קאפ און א שיינע גלימא, און דער תימנער מיט א ווייסן כאלאטל
נו וועם האב איך אויסגעלאזט...
א ברסלבער וועט עם זעהן מיט א נ נח נחמ קאפל
און א מזרחיניק מיט א כיפה סרוגה
און די עשרת השבטם מיט זייער טראגע

אייניקעל פון אהרן הכהן האט געשריבן:כ'וויל גיין מיטן זעלבען הוט (צו אן דעם הוט אדער שמאטע, קעפ וכו') ווי משיח! ווער וויל דען פילן ווי אן אינדרויסענדיגער ווען משיח קומט!
אך און וויי צו דיין משיח.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
נישט אזא איינער וואס א הוט מאכט זיך שפירן אינדרויסן אדער אינעווייניג.
ר' מענדל פוטערפאס האט אמאל געפרעגט א מתנגד וואס דער אייבערשטער וועט טוהן אויב ער וויל חרוב מאכן די וועלט, האט ער איהם גענטפערט אז ער וועט ברענגן א גרויסע פייער און פארברענען די וועלט, האט איהם ר' מענדל געזאגט: ווער פארברענט מיט דיין גאט צוזאמען.
ר' מענדל פוטערפאס האט אמאל געפרעגט א מתנגד וואס דער אייבערשטער וועט טוהן אויב ער וויל חרוב מאכן די וועלט, האט ער איהם גענטפערט אז ער וועט ברענגן א גרויסע פייער און פארברענען די וועלט, האט איהם ר' מענדל געזאגט: ווער פארברענט מיט דיין גאט צוזאמען.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
- leiby
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3911
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
- לאקאציע: צווישן אידן
זיי מסביר די ווארט, אז די אייבירשטער דארף נישט חרוב מאכן, ער הערט אויף צו געבן חיות ווערט אויס וועלט, דאס מיינסטו?
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אין תולדות אדמו"ר הזקן פון בעל התניא שטייט, אז מען האט אים געפרעגט וואס וועט משיח זיין א חסיד אדער א מתנגד, האט גענטפערט א מתנגד, ווייל אויב משיח וועט זיין א חסיד וועלען זיך מתנגדים ניש מכניע זיין משא"כ חסידים זענען נכנעים...
שמעתי פון א איד וואס האט געהערט פון ראדימישלער רב, וואס האט געהערט פון גארליצער רב, אז דער צאנזער רב האט אים אנגעהויבן באכן "ברוך טוה תשובה מאהבה וועסטו זוכה זיין צו נשמת משיח" האט דער גארליצער רב גענטפערט "איך וויל קיין תשובה מיראה אויך נישט טוהן, איך וועל גיין איבער די שטיבליך אין לעמבערג, וועל איך אריינקומען אין בעלזער שטיבל און זאגן אידן איך בין משיח, וועט מען פרעגן ווער ביזטו, וועל איך ענטפערן צאנזער רב'ס זון, וועט מען איך איבערלייגען און שלאגן, איך וועל גיין ווייטער אין סאדגערער שטיבל וועט מען מיר זאגן, ביסט משגע, אונזער רבי איז משיח" און אזוי האט דער גארליצער רב אויסגערענט די לעצבערגער שטיבליך על הסדר, האט אים דער ראדימישלער רב געפרעגט "רבי וואס וועט טאקע זיין" האט אים דער גארליצער רב גענטפרט "פאר משיח וועט קומען וועט זיין שלשת ימי אפילה און די אלע חסידים וועלען אויספייגערען"
המשך יבוא

למה זה תשאל לשמי...
- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14264
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
די נקודה איז אז מען שאצט אפ דעם אייבערשטען מיט אייגענע מענטשליכע השגות און מיט די לימיטעד כוחות גלייבט מען אין אים.
די אמת איז דאך אבער אז ס'יז אינגאנצן למעלה מהשגתינו, וויפיל א מענטש זאל נאר מתבונן זיין וועט ער נישט קענען צוקומען צו אפס קצהו פון די הימלישע מהלך וואס איז אנלימיטעד, אין מספר, אין חקר, אין ערוך לך ה' אלקנו.
לדוגמא א מענטש ווייסט צו זאגן פון פלאץ און צייט, אבער אין הימל איז למעלה מן הזמן ומן המקום וואס דער קלוגסטער מענטש קען אין זיין לעבן נישט תופס זיין די אלקות דערפון.
דער וואס האט געזאגט פייער, האט צוגעטיילט כוחות פארן אייבערשטן אז ער קען מאכן א גרויסן פייער און מיט דעם איז ער מער פונעם מענטש דעריבער איז ער א שוטה און א כופר, ווייל דאס איז נישט אונזער באשעפער.

שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
ר' יענקילי ז"ל האט אמאל פארציילט אז דער צאנזער רב האט אמאל ביים מרעיש עולמות וועגען חסידישע לבוש, פארציילט, אז ווען דער רבי פון לובלין האט זיך אוועקגעצויגען פון לאנצוט צוליב חלישות הדעת פון ר"ר אלימלך, און ער האט נישט געוויסט ווי זיך צו באזעצן, האט זיך צו אים באוויזן אברהם אבינו און א ספאדיק מיט ווייסע זאקן, און געזאגט איך בין דער וועם דער אייבישטער האט געזאגט לך לך מארצך וממולדתך ומבית אביך (והיינו שעמד בנסיון כזה) באזעץ דיך און לובלין. האט דער צאנזער רב געזאגט שמע מינה אז אברהם אבינו איז געגאנגען א ספאדיק אין ווייסע זאקן.
האט ר' יענקילי אויסגעפירט, איך פארשטיי נישט, ווען ער וואלט זיך באוויזן צום חת"ס וואלט ער געגאנגן א צילינדר, און ווען ער באווייזט זיך צום בן איש חי וואלט ער געגאנגן א טורבאן. נאר זעהט אויס אז שמע מינה פון דעם וואס ער האט זיך צו אים באוויזן אין דעם אידישען לבוש במקומו איז א סימן אז מען דארף גיין דעם אידישן לבוש