סוף זמן קידוש לבנה, ווער ווייסט

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

סוף זמן קידוש לבנה, ווער ווייסט

תגובהדורך טהור-עיניים » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 12:28 am

איך געב מיך יעצט א כאפ ביים קאפ, סישוין אזוי אינמיטן חודש, און איך זיץ דא אינמיטן די נאכט, טויט מיד, איך וויל זייער גיין שלאפן, אבער איך דערמאן מיך אז כ'אנאך נישט מחדש געווען די לבנה דעם חודש, איך האב נישט קיין לוח וואו עס שטייט דער זמן און איך ווייס נישט וואס צו טוען.

ע"כ האב איך געעפנט דעם אשכול דא, מיטן ציל, אז ערשטנס ווער עס ווייסט אויב איך האב נאך נישט פארפאסט דעם זמן דעם חודש זאל מוחל זיין און לאזן וויסן דא. צווייטנס וואלט איך געבעטן, ווער עס ווייסט א לוח וואו עס שטייט יעדן חודש דעם סוף זמן קידוש לבנה זאל אויך מודיע זיין דא איז זאל מיר קענען איינהאנדלען דעם לוח.

און צום לעצט וואלט איך פארגעשלאגן, אז יעדן ר"ח זאל מען אין דעם אשכול פאוסטן ווען עס איז דער סוף זמן קידוש לבנה.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11157
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 6:30 am

איך האב נעכטן באקומען אן אוטמאטישע טעקסט אז סאיז די לעצטע נאכט פון קידוש לבנה

אויס מענטש
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 6:48 pm

תגובהדורך אויס מענטש » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 8:28 am

סו"ז קידוש לבנה דעם חודש איז היינט 5:53 פארנאכטס, די 60 איז 5:51, איז אויב ביסט נישט מקפיד אויף די 72 זאלסטו לכאו' תיקף ביים 60 מחדש זיין די לבנה, אזוי טראכט איך, פארלאז דיך אבער נישט דערויף פרעג א דיין,
אין די לוח פון קרן הצלה שטייט יעדע חודש ווען סאיז סו"ז קידוש לבנה
א מענשט איז נאר א "מענטש" - און צומאל קען מען ווערן "אויס-מענטש" אויכעט!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 10:12 am

אויך אין לוח המפואר (MRA) שטייט יעדע חודש די סוף זמן קידוש לבנה.

חודש חשון תש"ע: היינט מאנטאג וירא 5:53 אווענט

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » זונטאג נובעמבער 15, 2009 5:05 pm

אזוי ווי היינט נאכט אישוין ערב ר"ח, ווילעך בעטן די וואס האבן א לוח ווי עס שטייט דער סו"ז קידוש לבנה, זאלן מוחל זיין און עס שוין אריינשרייבן, אז מען זאל שוין וויסן פון יעצט.
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

שמן זית
שר חמש מאות
תגובות: 948
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2009 7:54 pm

תגובהדורך שמן זית » זונטאג נובעמבער 15, 2009 5:31 pm

לוח התאחדות הרבנים שטייט אויך, סו''ז קידוש לבנה איז אין די גאנצע וועלט די זעלבע, עס האט מוטוהן מיטן מולד וואס די חשבון המולדות רעכן מיר איבעראל אייניג, עס איז כדי צו באמערקן אז די זמנים זענען לויטנ די עכטע זייגער דהיינו אז איין מעלה איז אפגערוקט פון די אנדערע מיט 4 מינוט אבער אזויווי בפועל איז די וועלט צוטיילט נאר אין 24 צייטן פאר די 360 מעלות דארף מען יעדע פלאץ אליינס אויסרעכענען ווען דארט איז עכט 6:00 אדער 7:00 כמבואר אין ספר ישראל והזמנים אז לשיטת שעות שוות איז אין די סיטי סוזק''ש 8:56 אין אין אפסטעיט 8:57 די זעלבע זאך לגבי קידוש ביי די וואס זענען מקפיד נישט צומאכן צווישן 6 און 7 אז אין די סיטי איז עס צווישן 5:56 און 6:56 און אין אפסטעיט איז עס צווישן 5:57 און 6:57

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » מאנטאג נובעמבער 16, 2009 5:56 pm

שמן, דאס איז אמת, ווייל דעם מולד רעכנט מען דאך לויט ארץ ישראל, ממילא איז טאקע נישט קיין נפקא מינא ווי מען איז, אלעמאל איז דער סוף זמן קידוש לבנה די זעלבע.

נו, ווער קען אהער ברענגען דעם זמן פאר דעם חודש, כסלו
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » זונטאג נובעמבער 29, 2009 3:27 pm

רבותים, מ'האלט שוין באלד האלב חודש, איינער זאל רחמנות האבן און ארויפשטעלן דעם סוף זמן קידוש לבנה, איידער עס וועט זיין דערנאך
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג נובעמבער 29, 2009 9:13 pm

דינסטאג וישלח די גאנצע נאכט איז סוף זמן קידוש לבנה.

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » זונטאג מאי 15, 2011 5:58 pm

ווייסט איינער ביז ווען מען קען מחדש זיין די לבנה דעם חודש. ווי עס קוקט אויס גייט היינט נאכט אויך זיין פארוואלקנט, טא ביז ווען קען מען ווארטן?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג מאי 15, 2011 7:11 pm

אין לוח המפואר שטייט אז מען קען ביז דינסטאג נאכט 8:51

אבער פאריגע וואך מאנטאג נאכט בין איך געווען ביים ביהמ"ד קיט"ל אויף הופער, האט דער דומ"ץ רא"ז שנעעבאלג געזאגט אז מען קען שוין מחדש זיין די לבנה הגם דער מולד איז געווען (לויטן לוח המפואר) מאנטאג נאכט 2:28, ווייל "אלע לוח'ס זענען גרייזיג, אויסער ייטב לב'ס לוח" [איך האב נישט געפרעגט אויב די סיבה איז צוליב דעם וואס ער רעכנט ווי די א"י זייגער, אדער עפעס אנדערש]. לויט דעם קומט אויס אז אויך די סוף זמן איז פריער לויט זיין חשבון.

אפשר זאלסטו אים אנרופן איבערפרעגן.

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » זונטאג מאי 15, 2011 7:17 pm

יישר כח הער קרעמער

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » זונטאג מאי 15, 2011 7:39 pm

קרעמער האט געשריבן:אין לוח המפואר שטייט אז מען קען ביז דינסטאג נאכט 8:51

אבער פאריגע וואך מאנטאג נאכט בין איך געווען ביים ביהמ"ד קיט"ל אויף הופער, האט דער דומ"ץ רא"ז שנעעבאלג געזאגט אז מען קען שוין מחדש זיין די לבנה הגם דער מולד איז געווען (לויטן לוח המפואר) מאנטאג נאכט 2:28, ווייל "אלע לוח'ס זענען גרייזיג, אויסער ייטב לב'ס לוח" [איך האב נישט געפרעגט אויב די סיבה איז צוליב דעם וואס ער רעכנט ווי די א"י זייגער, אדער עפעס אנדערש]. לויט דעם קומט אויס אז אויך די סוף זמן איז פריער לויט זיין חשבון.

אפשר זאלסטו אים אנרופן איבערפרעגן.

הרב קרעמער, לויט דער יטב לב לוח איז דער מולד געווען א גאנצער טאג שפעטער, דינסטאג נאכט, 28 מינוט און 9 חלקים נאך 2.
__________________________________
This signature was intentionally left blank

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » זונטאג מאי 15, 2011 7:57 pm

דאס מיינט אז קידוש לבנה קען מען אויך מיט א טאג שפעטער?


יואל, אפשר רעדט איר פון צוויי אנדערע ייטב לב לוח'ן.....

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » זונטאג מאי 15, 2011 8:53 pm

איך רעד לכאו' פון זעלבן לוח ווי הרב שנעבאלג.
__________________________________
This signature was intentionally left blank

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » זונטאג מאי 15, 2011 9:48 pm

ב"ה די לבנה איז ארויסגעקומען צווישן די שפאלטנעס פון די געדיכטע וואלקנעס און איך האב געהאט די זכי' צו מאכן די ברכה.
(יעצט קען מען מיט'ן באשעפער'ס הילף פארן קיין מירון רואיגערהייט.)

אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע: נישט צום געפינען

תגובהדורך היפאקריט » דינסטאג מארטש 11, 2014 7:02 pm

יש מקומות וואו מען האט נישט קידוש געמאכט מוצש"ק העעל"ט צוליב ז' אדר

סוף זמן פאלט קומענדע מוצאי שב"ק פורים גדול הבעל"ט 2:11 AM
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
viewtopic.php?p=750174#p750174


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט