"פאנט קריעטשאן = FONT Creation"

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

להאיר
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

"פאנט קריעטשאן = FONT Creation"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להאיר »

אויפן פארלאנג פון געוויסע ליינער פון מיינע ארטיקלען הייב איך אן דא דעם נייעם אשכול איבער'ן מאכן פאנט'ס, (וואס באמת קען דאס זיין א פרנסה פאר זיך)

עס וועט אי"ה גיין אויף דעם סדר, קודם וועלן מיר מסביר זיין בקיצור נמרץ (און נישט ביזן סוף) וואס עס מיינט בערך א פאנט, און אן ערך וויאזוי דאס צו מאכן, אז איינער וואס ווייסט שוין עפעס זאל נישט דארפן אויסווארטן, מיין "איין ארטיקל א טאג פאליסי", און דערנאך וועלן מיר דאס אנהייבן צו צעלייגן אויף מאמע לשון, וואס דעמאלטס וועט מען שוין אבער דארפן צוקומען צו אנדערע אשכולות צו פארשטיין וואס עס וועט דא געשריבן ווערן און די שפעטערדיגע תגובות
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com
להאיר
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להאיר »

ווי ערווענט גייט דאס קודם דא ערקלערט ווערן בקיצור נמרץ פאר די וואס ווייסן שוין אלע כללים וואס עס פעלט זיך אויס כדי זיי זאלן נישט דארפן אויסווארט מיין שטאטע "איין ארטיקל א טאג פאליסי"

א פאנט (וואס דער ווארט פאנט מיינט וועט שפעטער ערקלערט ווערן)

ווי שוין ערווענט אז באמת דער GUI איז בלויז א דמיון, דער קאמפיוטער איז דאך צוזאם געשטעלט פון "בלויז" חשבונות אז ווען מען דרוקט אזא חשבון זאל ער טוען די אין די פעולה

יעצט ווען איר טייפט אן אות שיקט איר דעם קאמפיוטער אז ער זאל נעמען דעם "Glyph" און דאס אריינשטעלן אויף דעם און דעם פלאץ אין דעם חשבון (בערך אזוי ווי א טיים טעבל)

א "Glyph" איז א בילד וואס טראנספארמירט געווארן אז דער קאמפיוטער זאל איהם נוצן פאר דעם חשבון וואס ער דארף צ.ב.ש. ארויסגעבן אן אל"ף

דער בילד דארף קודם געסעיווט ווערן אלס א וועקטאר = Vector

דערנאך דארף דער וועקטאר ווערן א Glyph

יעצט ווען דער Glyph ווערט אריינגעשטעלט אינעם פלאץ ווי עס דארף אז דער קאמפיוטער זאל איהם נוצן פאר אל"ף, איז דא דריי וועגן (מיר רעדן דא פון די דריי מערסט'נס באנוצטע היינט צוטאג'ס)
Windows
Mac
Unicode

ווי אויך איז וויכטיג צו וויסן אז די צוויי כמעט איינציגע פראגראמען וואס פארקטיצירן אויף א געהעריגן פארנעם צו Genert'ן פאנט'ס זענען
Fontagrepher וואס האט געהערט פאר MacroMedia און געהערט היינט פאר די בעלי בתים פון די צווייטע קאמפאני
Font Lab

יעצט פאנטאגרעפער קריעט "נישט" קיין "יוניקאוד" פאנט'ס, נאר אדער Windows אדער Mac, אבער פון די צווייטע זייט, אויף צו Genert'ן, דעם Glyph צו א פאנט איז ער גאר אסאך בעסער פון פאנט-לעב, אבער מען קען פארשטייט זיך דאס טוען מיט פאנט-לעב אליינס אויך

יעצט לאמיר גיין דערווייל מיט פאנטאגראפער, און לאמיר אננעמען אז איר ווילט מאכן א ווינדאוס פארמאט פאנט, דארפט איר דאס אריינשטעלן אין דעם ריכטיגן סעט, אבער עס וועט נאך נישט ווערן קיין רעכטס צו לינקס נאר אויב איר לויפט דאס דורך מיט א קאממענד ליין וואס הייסט HTTCS וואס עס קאסט עקסטער $1000 דאלאר און מייקראסאפט וועט אייך כמעט בשום אופן נישט דערציילן דערפון, און בערך די זעלבע אויב איר מאכט א פאנט אויף א מעק. סיסטעם, נאר (געווענליך) גייט דאס דארטן גראד פון רעכטס אויף לינקס

נאכדעם וועלן מיר נעמען פאנט-לעב, וואס קודם האט דאס די זעלבע אפשענס ווי פאנטאגראפער, נאר זאת ועוד אז עס קען קריעטן "יוניקאוד" וואס איז א סוגיא פאר זיך אויף דעם וועט איר שוין מוזן אביסל ווארטן, אדער קענט איר דאס "גוגל'ען" אדער קענט איר גיין צו
www.unicode.org
און אפשר וועט איר דאס אביסל פארשטיין פון דארטן

יעצט איז אזוי, אויב איר ווילט גיין מיטן יוניקאוד סיסטעם באלאנגט דער אל"ף צ.ב.ש. אויף גאר אן אנדערן פלאץ, און היינט ווען יונקאוד האלט אינמיטן ווערן (באמת איז עס שוין מער ווייניגער געווארן) א סטאנדאריזעישאן, פארשטייט זיך אז יעדער (פון אונזערע היימישע אידן וואס מאכן פאנטס) איז כמעט אינגאנצן אריבער צו פאנט לעב אנשטאט פאנטאגראפער

יעצט נאכדעם דארף דער פאנט-קריעטער פראגראם, דאס Genert'ן אלס א פאנט פייל

דאס איז בקיצור נמרץ וויאזוי א פאנט ווערט געמאכט

----

וואס נאר וויכטיג אנצומערקן, אז Adobe איז לעצטנס געווארן זייער שטרענג מיט לעגאלע רעגולאציעס, און בערך פון Creator 8, לאזן נישט דורך קיין פאנטס וואס עס האט Embedding Restrictions, דערפאר איז וויכטיג זיכער צו מאכן בעפאר מען Generate דעם פאנט דאס צו סעטן אז מען זאל יא קענען מאכן א PDF פייל דערפון

נאך א זאך איז וויכטיג אנצומערקן אז מיר האבן דערווייל נישט בארירט דעם ענין פון OTF אדער וויאזוי די פראפעסיאנאלן רופן דאס Smart Font דאס וועלן מיר שוין לאזן אויף שפעטער

יעצט איז וויכטיג צו וויסן אז דער פאנט סיסטעם ארבעט אויף HEX און נישט אויף DECIMAL קאלקולעישאן, פונקטליך וואס דאס מיינט וועט איר מוזן אויסווארטן אביסל, און מער ווייניגער וועט דאס באשריבן ווערן אינעם צוקונפטיגן אשכול "לערנט אייך דעם קאלקולעיטאר"

עד כאן פאר יעצט, המשך יבא, און פון דא און ווייטער וועט דער אשכול אי"ה ווייטער גיין אויף אונזער אלטן שטייגער פון גיין טרעפל ביי טרעפל אז א בעגינער זאל דאס קענען פארשטיין און עס וועט זיין פארבינדן מיט אנדערע אשכולות ווי פארשטענדליך

יעצט ווי אונזער סדר וועלן מיר איבערלאזן מיט א קשיא
וואס זענען די מעלות און חסרונות פון UNICODE ???
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com
אוועטאר
משה פאלאפל
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 21, 2010 12:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה פאלאפל »

ווען גייט זיין די המשך?
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

ישר כח.
__________________________________
This signature was intentionally left blank
אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע: אונטער מיין הוט

איך וויל מאכן א פאנט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי אמוני ישראל »

ווייסט אפשר איינער ווי איך קען עס מאכן בחינם?


אויב עס איז שוין דא אזא אשכול ביטע אנמערקן? ווי וואס ווען?

און די מנהלים ביטע צוזאמען שמעלצן

ייש"כ שלומי
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)
אוועטאר
אלס פארשטייער
שר חמש מאות
תגובות: 624
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 24, 2011 10:17 pm
לאקאציע: Waiting for GPS signal...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלס פארשטייער »

שלומי אמוני ישראל האט געשריבן:ווייסט אפשר איינער ווי איך קען עס מאכן בחינם?


אויב עס איז שוין דא אזא אשכול ביטע אנמערקן? ווי וואס ווען?

און די מנהלים ביטע צוזאמען שמעלצן

ייש"כ שלומי
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

שרייב תגובה

צוריק צו “דעוועלאופערס ווינקל”