רבי שלום דובער מליובאוויטש זצ"ל - ב' ניסן תר"פ

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

יהיה כן האט געשריבן:בענין וואס ביד"ץ ערווענט בנוגע דעם מימרא פון מהרש"ב קעגן ריינעס פון די מזרחי (ואינו רוצה לקבל הדברים כאשר מסופר מפי הה"ח ר' יוסף הערש שליט"א כי אינו סובל שהדברים נאמרו כלפיו), דא האט איר דעם לשון פון מהרש"ב אין אגרות קודש, קעגן דעם 'ישיבה גדולה' וואס ריינעס האט מיסד געווען ללמוד לימודי קודש ולימודי עברית וכו'

נאך די רייד דאכצעך קען אפשר יא שטימען די מימרא... נישט אזוי?


איך וועל זיך אביסל אנ-נעמען אויף מיין בעל דין - הרב בד"צ שליט"א - מי אמר שאינו סובל הדברים - רק תגובתו היתה אם דברים אלו נאמרו כלפי ריינוס.
ואליך הרב הבד"צ, כנראה שהעדרתך זה זמן כביר, הכה את הציבור בהלם, ונרעשים בחזירתך, והם משלימים מה שחסרו כל הימים, אל תיראו תחזקנה ידיכם.....
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

פרעגער האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:בענין וואס ביד"ץ ערווענט בנוגע דעם מימרא פון מהרש"ב קעגן ריינעס פון די מזרחי (ואינו רוצה לקבל הדברים כאשר מסופר מפי הה"ח ר' יוסף הערש שליט"א כי אינו סובל שהדברים נאמרו כלפיו), דא האט איר דעם לשון פון מהרש"ב אין אגרות קודש, קעגן דעם 'ישיבה גדולה' וואס ריינעס האט מיסד געווען ללמוד לימודי קודש ולימודי עברית וכו'

נאך די רייד דאכצעך קען אפשר יא שטימען די מימרא... נישט אזוי?


איך וועל זיך אביסל אנ-נעמען אויף מיין בעל דין - הרב בד"צ שליט"א - מי אמר שאינו סובל הדברים - רק תגובתו היתה אם דברים אלו נאמרו כלפי ריינוס.
ואליך הרב הבד"צ, כנראה שהעדרתך זה זמן כביר, הכה את הציבור בהלם, ונרעשים בחזירתך, והם משלימים מה שחסרו כל הימים, אל תיראו תחזקנה ידיכם.....


כעל בעסער אויסשמיסן מיין כונה, די ווערטער פון אגר"ק מהרש"ב איז געשריבן דירעקט קעגן ריינעס ישיבה גדולה, דעם מהרש"ב'ס ווערטער דארט איז נישט ציפיל מילדער ווי דער סטעיטמענט וואס סקווערער רבי זצ"ל האט נאכגעזאגט בשמו פארן סאטמאר רב, איז ממילא וואלט איך אנגענומען די שמועה כאשר הוא, וכאשר נאמרו מפי ממלל רברבן צנא מלא ספרא, ה"ה ידידינו הה"ח המפורסם ר' יוסף הערש שליט"א, ונאמנים עלינו דבריו הנעימים והמתוקים.
אגב אין דעם ביכל 'זכרון לבני ישראל' פון א ליובאוויטשער חסיד ר' ישראל דזייקאבסאן, דערציילט ער דארט (עמ' ח') א גאנצע סיפור ווען ער איז געפארן לערנען צום מהרש"ב אין ליובאוויטש האטער געוואלט קודם לערנען אין ריינס' ישיבה גדולה, ווייל ס'האט עם געצויגן די לימודים פון עברית און היסטאריע, הקיצור שרייבט ער דארט בזה"ל 'ישבנו כל היום על התחנה הפאיעזד ללידא היה צריך לבוא בשעה הרביעית אחר הצהרים ובשבתנו שם נכנס איש אחד בהדרת פנים זקנו לבן ושאל ג"כ לאן אנו נוסעים בטח ללידא והתחיל לדבר על הרב ריינעס אינני זוכר פרטי הדברים אבל רושם דבריו בהתרגשות ואמר 'לאיש שעמד על הבימה עם אשה חצי' ערומה תמסרו את בנכם!' וסיים דבריו 'אני מתנגד, חפצים אתם שבנכם ישאר איין ערליכער איד פירט אים אין ליובאוויטש'........
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35242
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

ומי שמעיין ברש"י שמציין המהרש"ב רואה, שלא רק אמר מימרא שנתייחס אליו רק כתבו ג"כ
למה זה תשאל לשמי...
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

געוואלדיג פלאי, ביזטאך ממש גערעכט, נישט באמערקט ווי די ווערטער שטייען אזוי מפורש!!! שכוח
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

והוא פלאי האט געשריבן:ידוע תדע שיש עוד השמטות, ואם ידפיסו השמטות לצד א' יתכן שידפיסו השמטות מה שחזר בו בסוף ימיו, ודי


1) אפשר קען מען וויסן פשט אין די ווערטער "שחזר בו בסוף ימיו"?
2) "השמטות" מיינט למשל די בריוו ווי ער דרוקט זיך אויס אז א שאד אז חסידי הה"צ מסאטמאר זענען נישט זוכה זיך מסתופף צו זיין בצל הה"ק מסקווירא?
אויב איז דא פראבלעמען צו שרייבן געהעריג דא ברבים, בעט איך עס שיקן צו שיקן "אישית" צו מיר, ודי.
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

badatz האט געשריבן:
א טענצל! האט געשריבן:הגה"ק בעל תורת א' משאפראן זצ"ל כותב בא' מן המכתבים ג"כ המימרא הלזה על ריינוס הנ"ל, משמי' דהגה"ק מהרש"ב זי"ע.

ב''ה
אם מחותני הרב משאפראן ז''ל הי' שומעו מרבו הרה''צ מסקווירא זצ''ל בודאי שהי' מביאו משמו [חוץ אם מ''מ
הוציאו מטעם המובן ][אגב מכינים עכשיו לדפוס את ההשמטות]


ז"ל הגה"ק משאפראן זצ"ל בספרו תורת א' (חלק א' מכתב ח'): "כ"ק אדמו"ר מהרש"ב מליובאוויטש זצ"ל אמר אז כאשר התחיל הרב ריינס מלידא לייסד את המזרחי, שיהי' קידוש שמו ית' אם יגלח אותו רב את זקינו שלא יטעו שוב אחריו".

און אז איך האב שוין יא דעם תורת א' וועל איך מעתיק זיי פון צווייטן חלק (מכתב י"ג): "יש עוד טועים המתטפשים ואומרים, שעוד יש תקוה אולי ע"י התקרבות להם יכולין לפעול וכו', וכידוע מה שאומרים בדרך הלציי בדברי רש"י פ' חיי (בראשית כד לט) "אין ארור מתדבק בברוך", כלומר שהברוך רוצה לדבק בארור רק אין הארור מדבר בברוך, דהיינו בעוד שהוא עדיין בבחי' ברוך מתדבק ומתחבר בארור, ועי"ז נעשה אח"כ לאט לאט ארור, נמצא דמברוך נעשה אח"כ ארור, אבל אין ארור מתדבק בברוך להיות כמוהו בבחי' ברוך, כי הוא רוצה להשאר בטומאתו", עכ"ד וש"י.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

די מצבה פון ר' משה לייב גינזבורג חדב"ן אדמו"ר מהר"ש מליובאוויטש [שוואגער פונעם רש"ב] אויפן ביה"ח אין מלאכובקא נעבן מאסקובא, רוסלאנד.
אטעטשמענטס
39421_news_10112009_8886.jpg
39421_news_10112009_8886.jpg (14.82 KiB) געזען 3515 מאל
phpThumb_generated_thumbnailjpg.jpg
phpThumb_generated_thumbnailjpg.jpg (47.41 KiB) געזען 3516 מאל
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

לרגל ההילולא קדישא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

שמעתי שבשנות הצדיק'ס [ תרצ"ט ? ] הרוסים רצו להחריב את בית החיים וכמה חסידים מסרו נפשם להעביר את גופו הק' לבית החיים אחר [ זה היה אסור ע"פ חוק ], ועשו זה בלילה והיה אז סערה גדולה עם גשם ורוח וכו' והם מצאו את גופו הק' שלם לגמרי כביום שנקבר..
[ אולי זה גם קשור עם מה שראיתי פעם שזקינו האדמור צמח צדק נבג"מ אמר עליו : רש"ב - שב"ר - בש"ר, היינו שענין שלו הוא לשבור ולזכך בשר גשמיות הגוף ולקדשו וכו' ].
זי"ע ועכ"י אמן.
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 20, 2010 11:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבבה »

סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:שמעתי שבשנות הצדיק'ס [ תרצ"ט ? ] הרוסים רצו להחריב את בית החיים וכמה חסידים מסרו נפשם להעביר את גופו הק' לבית החיים אחר [ זה היה אסור ע"פ חוק ], ועשו זה בלילה והיה אז סערה גדולה עם גשם ורוח וכו' והם מצאו את גופו הק' שלם לגמרי כביום שנקבר..
[ אולי זה גם קשור עם מה שראיתי פעם שזקינו האדמור צמח צדק נבג"מ אמר עליו : רש"ב - שב"ר - בש"ר, היינו שענין שלו הוא לשבור ולזכך בשר גשמיות הגוף ולקדשו וכו' ].
זי"ע ועכ"י אמן.

כל הסיפור על ההעברה מובא בספרו המפורסם אשכבתא דרבי של רמ''ד ריבקין ר''י בישיבת תורה ודעת. אך בלי הסערה הגדולה
דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעפרעסט »

דא האט איר א שיינער ליקוט ממשנתו הקדושה,
http://www.natrina.org/articles/maharshab2.pdf
שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

היינט איז די יומא דהילולא.

שמעתי פון א איד וואס האט געהערט פון א איד [נישט קיין ליובאוויטש'ער...] אז דער רש"ב'ס רעביצין האט איהם געזאגט אז זייט דער הייליגער ריזין'ער האט מען נישט געזעהן אזעלכע מדרגות בענינים שבין איש לאשתו.

-----

דער רבי רש"ב זאגט: יקר בעיני ה', ס'איז טייער ביים אייבערשטען, המותה לחסידיו, דאס וואס זיינע חסידים טויטן זייער יצר הרע.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

איינער ווייסט פון די מימרא פון סאטמאר רב זצ"ל אז ער האט אים פארפאסט, ער האט אים זייער געוואלט זעהן, וויבאלד ער האט ארויס געהאט די שורש פון טומאת קליפת הציונות...
שויתי השם לנגדי תמיד
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

לערנען רוסיש בי עם איז בעססער ווי תורה בי עם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

כשהתחיל מלחמת העולם הראשונה, נסע הרה"ק בעל דב"ש מסלאנימא זצ"ל לווארשא. ואז נכנס הרי"ד קאסטעל אליו, ושאלו באיזה ישיבה ילמוד.
ענה לו: סע אל הרש"ב [מליובאוויטש].
והוסיף: "אפילו אם ריינעס ייסד ישיבה וילמדו שם רק הוילע תורה, ואף אם ילמדו בישיבת הרש"ב רק הוילע רוסיש, זאלסטו פארן לערנען רוסיש צום רש"ב, און נישט פארן לערנען צו ריינעס".
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

ומי שמגלה פנים בתורה שלא כהלכה ומראה דבר הציונות בתורה בכלל ובדא"ח (פנימיות התורה) בפרט, הוא כמעמיד צלם בהיכל, וכהאיש אשר השריץ צחנתו בבית קדשי הקדשים לא יאבה ה' סלוח לו. (אגרות קודש מהרש"ב, מכתב ק"ל)
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

https://docs.google.com/file/d/0B81Dn8x ... zYWI3/edit

איך זוך דעם קונטרס חנוך לנער... ווי קען מען עס טרעפן?
שויתי השם לנגדי תמיד
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

מישהו סיפר לי שהגה"ק מסאטמער זי"ע אמר: היו בדור האחרון 3 גדולים, שבנוסף לגדלותם בתורה היו גם מנהיגים בעסקנות כלל ישראל בחסד עליון:
רבי יששכר בער, רבי שלום בער ורבי מיכאל בער...
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
סטראשעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 16, 2011 9:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראשעלע »

נייע בריוון פון מהרש"ב ענטדעקט
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

סטראשעלע האט געשריבן:נייע בריוון פון מהרש"ב ענטדעקט

הערליכע ארטיקעל.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

א'אמת'ער מופת.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

פארציילט רבי מענדל פוטערפאס זצ"ל ,אז און איינע פון די ירידים האבן זיך צוזאמען געטראפן אפאר רייכע חסידים אויף איין פלאץ,און א'יעדע איז געווען א'חסיד פון א'אנדערע רבי,און יעדער פון זיי האט גערעדט גדולות ונצורות פון זייערע רבי,און מ'האט מחליט געווען אז א'יעדע פארציילט א'מופת פון זיין רבי, וכך הוה, יעדער האט פארציילט אותות ומפותים פון זיין רבי.

צווישען די סוחרים איז געווען החסיד הנגיד רבי שמואל גורארי ז"ל וואס איז געווען א'חסיד פון הרה"ק רבי שלום בער פון לויבאוויטש זצוק"ל, ווען ס'איז געקומען זיין רייע' ,האט ער אזוי פארציילט.

מ'האט מיך אנגעטראגען א'גרויסע וואלד ביזנעס,אין דעם ביזנעס האט מען געדראפט משקיע זיין אסאך געלט, ס'וואלט געדארפט זיין אסאך ריווח אויב אלעס וואלט געקלאפט ווי ס'דארף צו זיין,אבער מיטן קלענסטע פראבלעם וואס ס'מאכט זיך איז עס זייער איינגעשטעלט, די גאנצע השקעה קען גיין לטמיון.

פארשטייט זייך אלס דעם רבי'ס א'חסיד האב איך מיר דוירעכגעשמיסט מיט אים ,און ער האט מיר געהייסן מאכען די ביזנעס,ס'גייט נישט דוירך אפאר טעג איז די גאנצע השקעה געגאנגען לטמיון.

די צו הערעס האבען זיך געוואונדערט ווי איז די מופת? איר פארשטייט נישט האט זיי רבי שמואל גענטפערט,דא ליגט די אמת'ע מופת פונעם רבי'ן,אז אפילו זיין מופת איז נישט געלונגען עם כל זה בין איך געבליבען די זעלבע חסיד פונעם רבי'ן,און איך גלייב און אים די זעלבע ווי ביז יעצט.


און אויב טראכט איר אז דאס איז מיין מופת ניין און ניין,דאס איז נישט מיין אמונה,דאס איז די אמונה וואס די רבי האט איינגעפלאנצט און מיר,א'ריינע אמונת צדיקים,אויך ווען מ'זעהט נישט אז אלעס ווערט מקוים ווי די רבי זאגט.

איך בין זיכער אז די מעשה איז געווען לטובתי,וויבאלד די רבי האט מיר קלאר געזאגט משקיע זיין די געלט ,און די רבי וועט מיר זיכער נישט זאגען א'זאך וואס איז נישט לטובתי,ס'איז מעגליך אז די רבי האט געזעהן עפעס א'שלעכטע גזירה אויף מיר אדער מיין משפחה פון הימעל, און די רבי האט ממתיק געווען די גזירה דורך דעם ביזנעס,וואס דארט האב איך דערלייגט א'סאך געלט,אדער האט עס א'אנדערע הסבר,אבער ס'איז מיר זיכער אז די גאנצע מעשה פון אנהייב ביז צום סוף איז א'מופת פונעם רבי'ן,
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

עדות הרה"ק מ'סלאנים זצוק"ל על הרבי רש"ב זצוק"ל מ'לויבאוויטש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

פארציילט ר' הלל זאלצמאן שיחי' פון די לובאוויטשער חסידים אין קראון הייטס,אז אין די דריי יאר פון תש"ה ביז תש"ח איז געווען די בעסטע יארן זיינע וואס ער געדענקט לערנעדיג אינעם חדר אונטערערדיש ביי החסיד ר' בנציון הנקרא ר' בענטשע מרוז ז"ל,פון די גרויסע דערהויבענע חסידים פונעם רבי רש"ב ( רבי שלום בער) זצוק"ל פון לובאוויטש און שפעטר ביי זיין זון הרה"צ רבי יוסף יצחק זצ"ל פון לובאוויטש.

ר' הלל שיחי' זאגט אלץ,ווען ער טרעפט זיך היינט צו טאג מיט זיי חברים פון יענע יארן,אז ס'בענקט זיך נאך יענע טעג וואס איז געווען געמישט ביטערקייט מיט זיסקייט,און אז די פאקט אז זייערע גאנצע אידישקייט היינט צו טאג ,וואס זיי האלטן תורה מיט מצות,האבן זיי צו פארדאנקן ר' בענטשע זצ"ל,ר' בענטשע איז נישט נאר געווען א'מלמד מומחה,נאר אויך א'וואונדערליכע מחנך,אלץ א'חסיד פונעם רבי די רש"ב זצוק"ל האט ער מיט זיינע גאנצע כוחות אריינגעפלאקערט אין זיינע תלמידים די חסידישע ברען,און זיי מחנך געווען ,אז צו האלטן תורה מיט מצות דארף מען האבן מסירות נפש.

ר' בענטשע האט זיי געלערנט תורה און אריין געגעבן א'געוואלד יראת שמים מיט א'מורא'דיגע מסירות נפש אין מחתרת אונטער די רוסישע נעגל,אין א'חצר פון די משילובין'ס הויז,וואס די מעלה דארטן איז געווען אז ס'האבן נישט געוואינט אנדערע שכנים,און אויך די פענסטערס פונעם שטוב זענען געווען געוואנדן צום טויער פונעם חצר, אז אזוי האט ר' בענטשע געקענט באמערקען וועןר ס'קומט אריין דארטן.

פארציילט ר' בענטשע, אז ווען ער איז אלט געווען ארום דרייצן יאר,איז אין לובאוויטש אנגעקומען נישט קיין לובאוויטשער בחור אזוי ארום פערצן יאר אלט,מיט לאנגע פיאות,און ער האט נישט גערעדט און נישט זיך באפריינדערט מיט די אנדערע תלמידים דארטן אין זיינע יארגאנג,און די תלמידים האבן אים דערקוטשעט ער זאל מיט זיי רעדן,ווען ער האט געזעהן אז ער קען נישט פטור ווערן פון זיי,האט ער זיי געזאגט אז ער וועט זיי פארציילן א'מעשה אויף זייערע רבי הרה"ק הרש"ב זצוק"ל (רבי שלום בער ) פון לויבאוויטש.

האט ער אנגעהויבן צו דערציילן,איך בין א'סלאנימער חסיד,אין די לעצטע יאר איז סלונימער רבי (הרה"ק רבי שמואל זצוק"ל הנקרא אצל חסידי סלונים,דער פאטער,זייענדיג די טאטע פונעם "בית אברהם" פון סלונים זצוק"ל),אסאך ארום געפארן צו באזוכן רבי'ס אין פארשידענע לענדער,ווען ער איז צוריק געקומען האט ער געפירט טיש,און געזאגט תורה,אינמיטן תורה זאגן,האט ער אויפגעהערט און געזאגט בזה הלשון,איך בין געפארן איבער דער גאנצער וועלט געזעהן צדיקים,רביים און גוטע אידן,א'אמת'ן צדיק האב איך געזעהן אין לויבאוויטש,ער זיצט מיט צוויי גאלדענע קייטן פון ביידע זייטן,און א'גאלדענעם זייגער,אבער ער איז פול מיט ענוה ושפלות,וואס קיין ילוד אשה פארמאגט דאס ניט.

און די סלונימער רבי האט ווייטער ממשיך געווען צו זאגן תורה ,ער האט אויפגעהערט און געזאגט מט א'דביקות,ווי וואויל איז צו די אויגן וואס האבן געקוקט אין די אויגן פון א'אמת'ן צדיק,און נאך אמאל איבער געזאגט,וויל וואויל איז צו די אויגן,וואס קוקן אויף די אויגן וואס האבן געזעהן א'אמת'ן צדיק,נאכן תורה זאגן,האט מען דערלאנגט עסן ,נאך ווען די רבי האט טועם געווען דערפון,האבן אלע אנגעהויבן כאפן שיריים אזוי ווי מ'פירט זיך ביי אונז,(נישט אין לויבאוויטש),איך אלץ א'תלמיד מובהק בין איך געזעצן נעבן דעם רבי'ן און אויך געכאפט שיריים,האט מיר די רבי געזאגט,"פאר דיר איז דאס ניט קיין עבודה,פאר קיין לויבאוויטש,פירט אויס די בחור וועגען דעם בין איך אהער געקומען.

אין די בילד זעהט זיך אן ר' הלל זאלצמאן שיחי' שטייענדיג אין דרויסן פון די משילובין הויז ווי ר' בענטשע האט געלערנט מיט מסירות נפש אונטער ערדיש מיט זיינע תלמידים.
אטעטשמענטס
זאל2.jpg
צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2014 6:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צושויער »

אטעטשמענטס
רשב ציונות_665x1050.jpg
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

האט איינער געהערט אמאל איבער דעם אז דער רבי רש''ב זי''ע איז געגאנגען זיך היילן ביי זיגמונד פרויד, אבי שיטת הפסכילאגיע?
(פרויד, זעלבסט א נישט פרומער איד וואס האט געקענט אידיש, איז געווען דאן א דאקטער אין וויען)
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

א נייע בילד איז אנטדעקט געווארן וואס מאנכע ווילן זאגן דאס איז פון די רבי רש"ב

rashab.jpeg
rashab.jpeg (196.42 KiB) געזען 1074 מאל

די רש"ב איז געווען זייער קעגן בילדער און די איינציגסטע אנדערע בילד וואס איז פאראן איז גענומען געווארן בשנת פטירתו פאר א פאספארט
אטעטשמענטס
Image-RebbeRashab.jpg
Image-RebbeRashab.jpg (10.65 KiB) געזען 1076 מאל
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”