בד"ה דער ריז פון ספרים דעקלעך: ר' חיים מושקין ז"ל

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

ארטיסטראפאל
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2009 1:18 pm

בד"ה דער ריז פון ספרים דעקלעך: ר' חיים מושקין ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטיסטראפאל »

http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=25902

ר' חיים מושקין ז"ל איז היינט אוועק. זיין נאמען קען אפשר זיין אומבאקאנט, אבער ער האט ממש געטוישט די שיינקייט פון ספרים דעקלעך, ספרים שאפעס האבן באקומען אן אנדערע בליק אין די לעצטע צענדליגע יארן וואס ער איז געווען אין די ליין.

עס וועט זיין אוממעגליך אויסצורעכענען די אלע ספרים וואס ער האט אויסגעשטעלט די קאווער. פאר כפתור ופרח פלעגט ער מאכן זייער אסאך.

עס ממחיש צו זיין וועל איך אים מעגליך מדמה צו זיין טיילווייז צו ווקסברגר וואס האט ממש געטוישט די עיצוב אין די חסידישע וועלט.

ר' חיים איז געווען זייער א פריינדליכער מענטש, גערעדט א היימישע אידיש. זיינע דעקלעך וואס פארמאגן פילע ארנימענטן און באצירונגען זענען אלעס געמאכט געווארן דורך אים יעדן פיצינקע דעטאל, ער האט ממש גארנישט גענומען פון שאטערסטאק צו פון אנדערע פלעצער. ער איז געווען א מומחה עצום אין צוזאמענשטעלן וואונדערבארע אויגפארכאפענדע קאמבינאציעס פון קלענערע ארנימענטן, וואס מען זעט היינט אויף די אינעווייניגסטע זייט פון אסאך ספרים (וואו אויבן אויף די לינקע זייט געפונט זיך א ליידיגע פלאץ געאייגנט אריינצושרייבן די נאמען, און אונטן געפונט זיך די נאמען פון די מכון וכדומה). זיינע טאלאנטן זענען געווען אויסערגעווענליך.

אינעם רוחניות'דיגן טייל, איז אים זיכער צו פארדאנקן טויזנטער שעות פון לימוד התורה וואס מענטשן האבן געלערנט אין ספרים בלויז ווייל זייער שיינע אויסקוק און געשמאק, וואו ר' עקיבא אייגר שרייבט שוין אין די שבח פון דרוקן "שיינע" ספרים אז מען זאל ווילן לערנען דערין.

יהא זכרו ברוך.
אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. פאטאשאפ »

He will surely be missed...
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

איז ער געווען א יונגער מענטש? קראנק?
הנותן לשכוי בינה...
אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהת »

ער איז געוועהן 65 יאר אלט, ער איז שוין לאנג נישט געזינט

דא האסטו א בילד פון עהם
אטעטשמענטס
article1_2DD4E5C6C6794C81905A724E59045A27.jpg
article1_2DD4E5C6C6794C81905A724E59045A27.jpg (61.34 KiB) געזען 3697 מאל
Normal is just a setting on the washing machine
באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2010 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באמבאסטיש »

45.JPG
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2794
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

שרעק! כ'האב יעצט באמערקט דעם אשכול! ברוך דיין אמת! וואס טוט מען יעצט???
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2010 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באמבאסטיש »

וועט ארטיסטראפאל און אנדערע דעזיינער וואס פארשטייען גוט צו חסידישע גרעפיק זיך ארויפשארצן די ארבל און ארויסגעבן הערליכע ווערק.
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

יעצט באמערק, בד"ה. כ'האב געוואוסט ער איז נישט געזונט, אבער כ'האב איך נאך געהאפט צו נוצן.

צו וועמען קען מען יעצט גיין פאר א גוטן דעקל?
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
משה פאלאפל
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 21, 2010 12:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה פאלאפל »

לחיים ולברכה האט געשריבן:יעצט באמערק, בד"ה. כ'האב געוואוסט ער איז נישט געזונט, אבער כ'האב איך נאך געהאפט צו נוצן.

צו וועמען קען מען יעצט גיין פאר א גוטן דעקל?
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

ווער דא אין אמעריקא מאכט שיינע ספרים דעקלעך?
הנותן לשכוי בינה...
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

נישט געוויסט אוו נישט געהערט; געמוזט מיינען אז שיינע דעקלעך וואקסען אויפען בוים. ברענג אונז ביטע א פאר דעקלעך לדוגמא. אויך, אפשר קען איינע פון אונזערע טאלאנטפולע ארטיסטען עפענען א אשכול אויף דער נושא פון ספרים דעקלעך, פאפיער, וכו'. אזוי ארום, ווער עס וויל ארויס געבען א שיינע זאך זאל זיך באקענען מיט א נושא וואס ווייניג (גם אני בתוכם) זענען באקאנט.

מען דארף נישט זיין א מבין צו גוט שטיקעל קוגעל; מען דארף אויך נישט זיין א מבין צו א שיינע דעקעל פון א ספר; אז עס איז שיין איז עס שיין. אבער פארט, איז כדי צו פארשטיין וואס מאכט א ספר טייער געדריקט און געשמאקער צו לערנען אין דעם.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

SPUSMN האט געשריבן:נישט געוויסט אוו נישט געהערט; געמוזט מיינען אז שיינע דעקלעך וואקסען אויפען בוים. ברענג אונז ביטע א פאר דעקלעך לדוגמא. אויך, אפשר קען איינע פון אונזערע טאלאנטפולע ארטיסטען עפענען א אשכול אויף דער נושא פון ספרים דעקלעך, פאפיער, וכו'. אזוי ארום, ווער עס וויל ארויס געבען א שיינע זאך זאל זיך באקענען מיט א נושא וואס ווייניג (גם אני בתוכם) זענען באקאנט.

מען דארף נישט זיין א מבין צו גוט שטיקעל קוגעל; מען דארף אויך נישט זיין א מבין צו א שיינע דעקעל פון א ספר; אז עס איז שיין איז עס שיין. אבער פארט, איז כדי צו פארשטיין וואס מאכט א ספר טייער געדריקט און געשמאקער צו לערנען אין דעם.

וואס הייסט די שלחן ערוך צורת הדף, ש"ס ווילנא, זייער משנה ברורה, עיין יעקב, וכו' דאכט זיך מיר די ארטרסקרול ש"ס וכו'
די איידיע אז א דעקל זאל זיין צוטיילט און צוויי אזוי ווי די ש"ס ווילנא קומט דאך פון ר' חיים
אסאך אסאך מער אבער איך האב נישט קיין כח יעצט צו טראכטען וואס צו שרייבען ווען מען רעדט פין א ריז אין די פעלד
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

כ'האב נישט משים לב געווען צו דער נאמען, און (פארדאן מיי איגנארענס) וואס מיינט אז א דעקל איז צוטיילט אין צוויי?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

SPUSMN האט געשריבן:כ'האב נישט משים לב געווען צו דער נאמען, און (פארדאן מיי איגנארענס) וואס מיינט אז א דעקל איז צוטיילט אין צוויי?

אזוי ווי די שלחן ערוך צורת הדף ש"ס ווילנא משנה ברורה עמוד השלחן וכד.
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

משה יענקל האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:כ'האב נישט משים לב געווען צו דער נאמען, און (פארדאן מיי איגנארענס) וואס מיינט אז א דעקל איז צוטיילט אין צוויי?

אזוי ווי די שלחן ערוך צורת הדף ש"ס ווילנא משנה ברורה עמוד השלחן וכד.

האסט נישט מסביר געווען, וואס מיינט דאס א דעקל וואס איז צוטיילט אין צוויי?
הנותן לשכוי בינה...
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

ער פלעגט מאכען פאר כפתור ופרח זייערע דעקלעך
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

אנע בילדער וועל איך נישט וויסן וועלכע ספרים דעקלעך ער האט דעזיינט.
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

תרנגול האט געשריבן:
משה יענקל האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:כ'האב נישט משים לב געווען צו דער נאמען, און (פארדאן מיי איגנארענס) וואס מיינט אז א דעקל איז צוטיילט אין צוויי?

אזוי ווי די שלחן ערוך צורת הדף ש"ס ווילנא משנה ברורה עמוד השלחן וכד.

האסט נישט מסביר געווען, וואס מיינט דאס א דעקל וואס איז צוטיילט אין צוויי?

אז עס האט צוויי סעקשאנס, [עס איז שוין היבש ארויס פון סטייל].

ווי למשל די ש"ס ווילנא איז די גאנצע דיזיין אויף די לינקע זייט.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

משה יענקל האט געשריבן:
תרנגול האט געשריבן:
משה יענקל האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:כ'האב נישט משים לב געווען צו דער נאמען, און (פארדאן מיי איגנארענס) וואס מיינט אז א דעקל איז צוטיילט אין צוויי?

אזוי ווי די שלחן ערוך צורת הדף ש"ס ווילנא משנה ברורה עמוד השלחן וכד.

האסט נישט מסביר געווען, וואס מיינט דאס א דעקל וואס איז צוטיילט אין צוויי?

אז עס האט צוויי סעקשאנס, [עס איז שוין היבש ארויס פון סטייל].

ווי למשל די ש"ס ווילנא איז די גאנצע דיזיין אויף די לינקע זייט.

דאס?
בילד
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

yes
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

נישט געוויסט אז דאס איז מושקין'ס חידוש. אין פאקט איז דא אזעלכע שיינע דעקלעך פון מושקין וואס איז יא געהעריג געסענטערט אויפן דעקל, אדרבא ווער קען זיך יאווען און ארויפלייגן אפאר שטיק?
הנותן לשכוי בינה...
שרייב תגובה

צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”