וואו קען מען זיך אריבער כאפען פאר וויקענד

קעטסקילס, פלארידע, און האטעלן לענגאויס אמעריקע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

כ'האב שוין באקומען אנפראגעס אין פרטית בנוגע וואקאציעס, כ'וואלט געוואלט בעטן אלע חשוב'ע חברים און קרעטשמע באזוכער, ביטע שרייבט איבער אייער געלונגענע וואקאציעס, (און אויך איבער נישט געלונגענע אויב ס'איז נישט קיין לשון הרע) אויב ווילט איר נישט מפרסם זיין מיט אייער ניק ווייל ס'קען ברענגען צו גילוי, אדער ווייל ס'איז דא וואס ווייסן שוין ווער איר זענט. דאן ביטע שיקט עס צו מיר אלץ הודעה פרטית,
יאך וועל עס אזוי ארויפלייגן אז מ'וועט נישט קענען חלומ'ען צו ס'איז טרעגער, אדער קרעמער, גרויזאמער אדער וויכי, שמערי אדער צייטי, וכו' וכו'
אז מ'לעבט דערלעבט מען
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

איינער אין אישית האט געשריבן:דו ווייסט אפשר צו ס'איז דא בתי מדרשים ארום אושען פלעיס אין דיעל, כ'מיין אז ס'איז דא ספרד'ישע שוהלן. ווייסט אפשר וואו ס'איז דאס מערסטע באקוועם פאר א חסידישע יונגערמאן? און אויב ס'איז דא ערגעץ א מקוה?

אויך, וואו איז דא כשר'ע סופערמארקעטס אין געגנט?


נו, איינער ווייסט?
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

חיים ברוך,

עס איז נאך נוגע ?
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ביקסאדער צדיק;

ר' חיים ברוך וועט אייערע ווערטער נישט זעהן, דען ער האט זיך אפגעזעגנט פונעם נעט מיט א וויילע צוריק.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

פאר די דורות הבאים איז נאך פארט אינטערסאנט די ידיעת הדברים....
אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער בין איך? »

איך זוך צו דינגען א אינדאר סווימינג פאאל פאר א גרופע פאר א פאר שעה אין די קעטסקילס פאר א מוצאי שבת אין געגענט פון עקזיט 113, אויב איינער ווייסט פון עפעס וואס איז עוועילעבל, פליז קאנטעקט מיר אין אימעיל אדער טאלק.
[email protected]
יישר כח
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3090
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

ווייסט איינער צו די סאלאמאן סוויטס ווען עס איז דא א שמחה דארט איז אויך באטעמט, אדער שטערט עס די מנוחה אינעם גאנצן פלאץ (פאר איינער וואס גייט נישט לכבוד די שמחה).

און בכלל וויאזוי גיבט מען זיך א עצה מיט א בעבי, עס איז דאך נישט דא קיין עירוב דארט.

ב.ד.וו. איז די "בעלל הארבער פלאץ" נאך אפען? זיי הייבן נישט אויף און רופן נישט צוריק.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
זייער נייגעריג
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 30, 2010 7:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער נייגעריג »

ביקסאד האט געשריבן:חיים ברוך,

עס איז נאך נוגע ?


מיר איז עס נוגע
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2803
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

איך זוך צו גיין - נישט פאר שבת, נאר פאר צוויי נעכט אינדערוואכן - אין א שיין (אפשר אפילו לוקסעריזע) געשמאקע האטעל (פון איין שטוב), עסן דארף איך נישט (די האטעלס בעטן איבערגעטריבענע סכומים היות זיי לייגען דערצו א לוקסעריזע עסן פעקל, וואס דאס איז נישט אין מויל אריין צו נעמן פאר אחב"י), כ'דארף פשוט א צוויי נעכטיגע וואקאציע זיך אויסצורוען פון קאפוויי און ארבעט. כ'זוך כלל נישט היימיש.

שכוח!
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

פרוביר אושען פלעיס אין דיעל ניי ג'ערסי.
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2803
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

שכוח, שמערי! ביסט אמאל געווען דארט, אדער ווייסטו אנדערע וואס האבן געהאט עקספיריענס דארט?
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער בין איך? »

ווילסט גיין צו א לוקסעריזע האטעל? אין מאנהעטן איז די מעריעט מארקי (Marriot Marqius), א הערליכע פאלאץ!
אוועטאר
Sprint
שר האלף
תגובות: 1054
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 08, 2010 10:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Sprint »

איינער גייט צו האיט האטעל אין CT דעם שבת??
אבי.גערעדט
שר האלף
תגובות: 1321
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 13, 2009 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבי.גערעדט »

גיי אריין צו www.roomsaver.com זיי האבן א אויסוואל פון צענדליגער האטעלן אין יעדן געגנט אין נאך דערצו מיט ריזיגע קיופאנס אין סעיווינגס, לייגסט אריין דיין זיפ קאוד אין זיי געבן דיר א ליסט פון צענדליגע האטעלן אין די גאנצע 50-100 מייל ארום, אין צוגאב ווייזן זיי דיר אלע סערוויסעס אין מעלות פון די האטעלן באגלייט מיט בילדער, איך אין נאך פון מיינע באקאנטע ניצן נאר דאס ווען אימער מיר טרעוולען אין עס קומט זייער צוניץ פלאס מען שפארט זיך זייער אסאך
your friend
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 09, 2009 3:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך your friend »

געווען דען וואך-סוף אין מי מנוחות וואס געפונט זיך אין מאנרא. עס איז זייער רילעקסינג און רואיג. די סעודות שב"ק סערווירען זיי אין די שטובער. שבת ביינאכט און אזוי אויך מנחה און מעריב מוצש"ק האמיר געדאווענט אונטען, און שב"ק צופרי האט מען שפאצירט א צען פופצען מינוט צו איינע פון די געגענט בתי מדרשים
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3090
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

ישר כח יורפרענד.
וויאזוי איז די עסן? און די שטובער איז אהערגעשטעלט? איז דא פלאץ זיך צו דרייען אין א לאבי וכדו'?
אינפארמיר אונז ביטע.

BTW אויב איינער האט אינפאו וועגן "נארט מיאמי", זאל זיין זיין אזוי גוט און מודיע זיין (צו ברבים אדער אישי) ולמצוה גדולה יחשב!
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

עמיצער גייט דעם שבת אין ראלי האטעל?
An article a day keeps the babies away
מיניסטער לעהמאן
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 9:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניסטער לעהמאן »

האניג האט געשריבן:שכוח, שמערי! ביסט אמאל געווען דארט, אדער ווייסטו אנדערע וואס האבן געהאט עקספיריענס דארט?
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

מאשקע, זוכסט קאמפעני? וויפיל קאסט עס?
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

האניג און מיניסטער לעהמאן, איך בין שוין געווען אין אושען פעלעס און כ'האב זייער הנאה געהאט. ס'איז אבער זייער טייער, וועגן דעם גייט מען געווענליך גלייך נאכ'ן טעקס ריטוירן. אויף שבת איז עס לכאורה נישט קיין עסק.

פאר די בעסטע עקספיריענס נעמט מען א טייערערע צימער מיט'ן פנים צום וואסער. כ'זאג ענק אז ס'לוינט זיך. באקומסט א פריוואטע פארטש וואו דו קענסט הערן און זעהן דעם וואסער פון דער נאנט.

ס'איז בערך א האלבע שעה פון לעיקוואוד אן קיין טרעפיק.

*

שמערי, יא. ס'קאסט 499 א פארפאלק, אלעס אריינגערעכנט. קינדער איז עקסטער, דאס דארפסטו שוין רופן און פרעגן.

845-434-7000
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8736
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

האניג האט געשריבן:איך זוך צו גיין - נישט פאר שבת, נאר פאר צוויי נעכט אינדערוואכן - אין א שיין (אפשר אפילו לוקסעריזע) געשמאקע האטעל (פון איין שטוב), עסן דארף איך נישט (די האטעלס בעטן איבערגעטריבענע סכומים היות זיי לייגען דערצו א לוקסעריזע עסן פעקל, וואס דאס איז נישט אין מויל אריין צו נעמן פאר אחב"י), כ'דארף פשוט א צוויי נעכטיגע וואקאציע זיך אויסצורוען פון קאפוויי און ארבעט. כ'זוך כלל נישט היימיש.

שכוח!

גם אני מצטרף לראה"ק פרוביר אשען פלעיס, איך בין אמאל דארט געווען, ס'איז הערליך שיין און פיין, בערך 10 מינוט פון ביהמ"ד מיט א קאר, זיי האבן אויך א מקוה נעבען די באן סטאנציע דארט, ס'איז באמת דא דארט עטליכע בתי מדרשים, אבער מיר האט דאס מערסטע געפאלן די כולל ביהמ"ד און דארט האבן איך קונה שביתה געווען פאר עטליכע טעג, מען לערנט זיך אביסל אויס די ספרדישע נוסח, און ס'איז פיין "רוח והצלה" (ווער ס'איז דארט געווען ווייסט וואס כ'מיין)

ס'איז אויך דא דארט אין די געגנט ממש א 2 3 מינוט פון ביהמ"ד א גראסערי וואס האט א גרויסע אפטיילונג מיט כשר'ע עסן, כ'מיין ס'הייסט FOOD TOWN, און ס'האט אפילו א טעיק אוט אויך דארט.

בקיצור, ס'איז פיין רואיג רילעקסינג, כ'מיין אבער ס'איז נאר א אפשען פאר ווינטער, ווייל זומער איז עס א ביעטש
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
מיניסטער לעהמאן
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 9:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניסטער לעהמאן »

מי יודע איך האב געהערט אז ווינטער קאסט עס זייער ביליג, איז דאס אמת?
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

דאכט זיך אז כ'האב געצאלט 200 א נאכט פאר א שטוב מיט'ן פנים צום וואסער. איך בין געווען אום פעברואר.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8736
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

איך בין אויך געווען אינמיטן ווינטער אין די זעלבע, ס'איז געווען 200 מיטן פנים צום וואסער (פלאס טעקס, פלאס עפעס א פי וכו' וכו') הכל בכל איז עס אויסגעקומען בערך 240 א נאכט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

פארוואס האסטו מיר נישט געזאגט העלאו?
An article a day keeps the babies away
שרייב תגובה

צוריק צו “וואקאציע”