שוידערליכע עקסידענט אויפ'ן פאליסעידס

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

שוידערליכע עקסידענט אויפ'ן פאליסעידס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

"בערעלע, שמחה'לע, גייטס אריין אין טאטיס קאר!"

"אבער טאטי, פארוואס? כ'האלט אינמיטן שפילן קליקס!"

"אונז גיימיר פארן קיין מאנסי צו באזוכן פעטער ליפא לכבוד חמישע אסער בישבאט!"

WOW WEE, באמבל ביע, גיימיר, לויפמיר, כ'פריימיך אזוי שטארק.

"אבער שמחה'לע" שרייט בערעלע "צופאטשקע נישט מיין קליקס בוים, כ'דארפעס האבן אויף מארגן ווען מ'גייט עסן די אתרוג מיט די פיטעם! יוי טאטי, שמחה'לע האטעס אינגאנצן צושנאשקעט..."
אקעי קינדער, כאניש קיין כח צו ענקער קריגעריי, ווילט עטס קומען קיין מאנסי אדער ניין?

יא יא! איך וויל! איך וויל! – שרייען אויס די קינדער מיט עקסטאז.

ערלעדיגט, גייטס אריין אינעם קאר, זעצענק אריין אינעם קאר סיט, און טאטי קומט שוין ארויס טשעקן אויב עטס זענטס גוט צוגעבינדן, פיין?

די קינדער לויפן ארויס מיט איין אטעם, זעצן זיך אריין יעדער אין זיין קאר סיט, ווען דער טאטע האט שוין פון פריער אנגעצונדן די מאטאר פונעם אויטא אז ווען ער קומט אריין אינעם קאר זאל זיך דוכטן ווי פונעם קאלטן שנייאיגן קאר אינדערפרי צום הייסן מקוה.

דער טאטע איז זיך מסדר מיט די לעצטיגע צוגרייטונגען צום נסיעה, ער מישט מיט'ן לעפל זיין היימיש געמאכטע קאווע אינעם גרויסן הייסע קעפעלע (האט קאפ בלע"ז), ווען אינצווישן איז עם דער סעלפאון מפחיד (ווייבערעיט בלעז"י טייט"ש) אז זיין הארץ ווארפט זיך פאר שרעק, אבער עס בארואיגט זיך גאנץ שנעל ווען דאס האנט נעמט איבער דעם טעלעפאן און דאס ווארפט זיך פאר עטליכע סעקונדען ביז ער האט שוין אויפגעכאפט ווער עס איז דער וואס האט אקטיוויזירט דעם ציטערניש אינעם טעלעפאן, און דאס איז גראדע נחום בער, א גוטע חבר זיינע. נו, פאר נחום בער מוז דאך אלעמאל אויפהייבן דאס פעלעפאון, אבער דאסמאל מוז ער אויפהייבן אויף אזויפיל צו מעלדן אז ער וועט אים צוריקקאלן ביז 5 מינוט ווען ער וועט זיין אויפ'ן וועג קיין מאנט וואלי.... כ'מיין מאנסי – ספרינג וואלי.

דער טאטע שפאצירט ארויס מיט זיין שמעקעדיגע שאל קאווע, ווען דער שאליק הענגט אים פון פארענט און דאס אנדערע עק פון אונטן, "נו, קינדער, לאמיך זעהן" רופט ער אויס צו זיינע ליבע קינדערלעך, "אקעי, דו ביזט זייער גוט צוגעבינדן אבער דו בערעלע, לאמיך... הופ, איין מינוט, אזוי, יעצט אידאס גוט געפיקסט. פיין, עטס זענטס סעיף, זאגסט ביי פאר מאמי, זי שטייט ביים פענסטער, ביי מאמי, עמיר זיך זעהן, יא? א גוטן טאג".

און די בת קול מאכט נאר זיכער צו האבן דאס לעצטע ווארט "דרייוו שטייט און סעיף, וואטש אויף די קינדער". "יא, נישט געזארגט" שרייט ער צוריק, "אלעס איז בסדר, ביי".
און מ'פארט.

"קינדער, ווען מיר פארן אויף ניו יוטריק, ציילטס אפ וויפיל טרעינס ס'פארן אריבער העכער אונז, קעי?"

ארויף אויפ'ן פראספעקט, בי"ת קו"ף אל"ף, דער ברוקלינער בריק, דעם פרענקלין דילענאו רוזעוועלט (נישט זיך פארמישן מיט אייוועלט), און דערנאך אויפ'ן דזשי דאבעליו בי און ארויף אויפ'ן פאליסיידס פארקוויי.

אינצווישן, איבער די גאנצע וועג הערט זיך אזוי שיין מוזיק מיט קינדער טעיפס, אזש ס'אמעכייע. די קינדער זענען אזוי רואיג, זיי הערן זיך צו, און דער טאטע זינגט נאך מיט מיט די זיסע קינדערלעך, און ס'פאאאארט.

אבער מיטאמאל פילט זיך ווידער א ציטער נעבן הארץ, אה, אפשר איזעס יעצט די אשת מפחידי? "אוי, נחום בער, מוזט מיר אנטשולדיגן, כאב בכלל נישט פארגעסן פון דיר, כ'בין נאר געווען אזוי ביזי, ממש שרעקליך. ווייסטעך, די קינדער האלטן אויף, שוין, באכאשעם פארדעם. איין מינוט נאר, לאמיר דא שטילער מאכן די מוזיק ווייל כערדעכניש אזוי גוט, אה פיין".

"עי, טאטי"! האט שמחה'לע געבראכן די שטילקייט "כ'קען גארניש הערן, ס'איז אזוי שטיל".

"אקעי שמחה'לע, לאמיר דיר מאכן העכער, לאמיר זעהן, אה דא. אין פראנט לעשעך אינגאנצן אויס און אין די בעק מאכעכעס צוריק הויעך, יעצט איזעס גוט?"

און אזוי פארענדיג אויפ'ן פאליסעידס ווערט דער טאטע זיסער פארטיפט אין א זאפטיגן שמועס מיט זיין לאנגיאריגן חבר, און באטראכט אזוי די אייזיגער ביימער וואס שטייען זייטיג פונעם שאסיי, ווי אויך קען ער נישט פארזעהן די פילצאליגע אומגעפאלענע ביימער פון די שווערע געוויכט פונעם שניי-מענטש... אופס, פונעם שניי, און מ'שמועסט און מ'שמועסט זיך אזוי געמיטליך.

אבער דער שמחה'לע וואס האט פריער געבראכן די שטילקייט, איז נישט שטיל געווארן, ער האט זיך אנגעהויבן ענדזשויען מיט זיין בערעלע ברודער, און אפילו זיך אנגעהויבן קריגן. זיי ווייסן זייער גוט אז דער טאטע לאזט נישט עפענען די פענסטער אינמיטן דרייווען, אבער דא אז דער טאטע איז עניוועי נישטא, עריז פארטיפט אינעם סעלפאון טורעם ערגעץ וואו, אידאך דער פאסיגסטע צייט צו זיך שפילן מיט'ן פענסטער.

"טאטי" שרייט בערעלע, "שמחה'לע עפענט דעם פענסטער אגאנצן צייט".

"וואס? איין מינוט נחום בער, עם, וויין נישט בערעלע, מ'קומט שוין אן, נאך א 10 מינוט. סאו וואס זאגסטו נחום בער?".

"אבער כ'בין אזוי קאלט, טאטי" געט נישט אויף בערעלע.

"יויש, מיינע קינדער, דו הערסט? איך לאזט מיך צורוה קיין איין מינוט. כאב געוואוסט אז מ'קען אים נישט מיטנעמען, שוין, כאמיר געלאזט פארפירן פון מיין ווייב. קוקטויס זי האט געוואלט האבן מנוחה פון זיי. שוין א כפרה. אהא, איז וואס נאך?"

און אזוי גייט דער שמועס ווייטער און ווייטער, ווען דער טאטע באמערקט ניטאמאל וואס גייט פאר אונטער זיין רוקן. איינער עפענט דעם פענסטער, גייט דער צווייטער, און בינד זיך אויף די סיטבעלטס, און רוקט זיך צום צווייטן זייט און מאכט צו דעם פענסטער.

אבער דער ערשטער בלייבט נישט שולדיג, ער עפענט זיך אויך זיין סיעט בעלטס, און עפענט גאר דער אנדערע פענסטער, להכעיס. און אזוי קריגט מען זיך ארום און מ'מאכט א לעבן. און דער טאטע ווייסט נישט פון גארנישט!!! ער איז אזוי פארטיפט אז ער וואלט געקענט אזוי קעיר נעמען פון נאך 12 קינדער, און די מאמע וועט זיך מחיה זיין. ער אויך, ווייל ער ווייסט ניטאמאל וואס זיי טוען. ער לעבט זיך אין זיין וועלטל.

און אזוי פארטזעכעס אויפ'ן וועג קיין מאנסע נו יורק.

און דאן אידאס געשעהן, דער טאטע, רעדנדיג אויפ'ן טעלעפאן, האט זיך פארטראכט עפעס אין די דריטע וועלט וואו זיין קאפ פליעט אים יעצט, און ער שפאצירט אזוי ארויף פלינקערהייט אויף די אייז אינעם זייט פונעם שאסיי, און טראךךךךך, א האק אריין אינעם בוים.......

"יוי, נחום בער, וואס טוסטו דא? עםםם. יויש, כאב אריינגעקראכט! ווער האט דא געמאכט אזא געדרייטע הייוועי, פארשאלטן זאלן זיי זיין, אקעי כ'מוז אראפלייגן, ביי."

קינדער! עטס זענטס בסדר? הא? בערעלע? שמחה'לע? נו? ענטפערטס!!! יוי, וואו זענט עטס? יוישששש, הצלה!!!!!!!!

"ביידע פענסטערס זענען אויסגעשאסן, און די קינדער ליגן...... כ'גלייב נישט..... דו לעבסט? יא! ב"ה זיי לעבן נאך, יויש. אקעי, וואס איז די מאנסי הצלה נאמבער. יוי, רבונו של עולם. כ'גלייב נישט. עטס קענסט נישט אויפשטיין? יויש. אךךך. כאגעוואוסט אז מ'קען זיי נישט מיטנעמען... אך. שוין."

"האלאו? כ'בין דא ערגעץ אויפ'ן פאליסעידס, א בוים האט אריינגעקראכט אין מיין קאר, די פענסטערס האבן זיך אויסגעשאסן און מיינע קינדער זענען אויפ'ן פלאר. ב"ה זיי לעבן..... אבער.... "

"אקעי, מיר שיקן ארויס צוויי באסעס, און אונזערע וואלונטירן וועלן זיין דארט ביז געציילטע מינוט."

פארשטייט זיך אליינס, אז דער שאסיי איז באלד געווארן אפגעשטעלט, און די פאליציי זענען דארט געווען ביז עטליכע סעקונדן, ווי אויך זענען די הצלה אמבולאנסן געקומען שנעל צו פארן און אפגעפירט די קינדער אין שפיטאל מיט נישט אזוי ערענסטע וואונדן, אבער מיט עטליכע צובראכענע ביינער.

די הצלה מיט די קינדער זענען שוין לאנג אינטערוועגנס צום שפיטאל, אבער, די פאליציי וועלכע זענען געווען אויפ'ן סצענע, זענען געבליבן מיט דער טאטע, וועלכע איז בדרך נס גארנישט באטראפן געווארן, און מ'האט צוזאמען אנגעהויבן צו אינוועסטיגעיטן דעם עקסידענט, וואס האט זיך ארויסגעשטעלט ביטערליך.

די פאליציי הייבן אן צו אויספרעגן דעם אידל, "זענען דיינע קינדער געווען צוגעבינדען?" אויף וואס ער ענטפערט אוודאי געוויס, כ'האב אפילו געטשעקט פאר'ן ארויספארן.

"איז ווער האט זיי אויפגעבינדן? מיר זעהן אז די קאר סיעטס זענען נאך אינעם קאר, וויאזוי קען דאס זיין אז די קינדער האבן זיך אפגעטיילט פון די צוגעבונדענע קאר סיעטס?"

דער טאטע שטייט געפלעפט, ער ווייסט טאקע נישט. ס'מוז זיין אז זיינע קינדער האבן זיך אליינס אויפגעבונדן, אדער לכה"פ איינער האט געהאלפן דעם צווייטן זיך אויפבונדן. און ווי פון טיפן חלום דערמאנט ער זיך אז ער האט טאקע געזעהן זיינע קינדער ארומטאנצן אינעם קאר. ס'מוז זיין אז זיי האבן זיך דערלערנט צו אליינס אויפבינדן זיך. יוי רבוש"ע, ער האט קיינמאל נישט גע'חלומ'ט אז זיי קענען דאס אליינס. ער האט דאך א סאפיסטיקירטע בענדל אז ס'איז שווער צו דאס עפענען, יאפ, מיינע קינדער זענען קלוגער פון מיר.

"און קוק אן די פענסטער" זאגט שטרענג די סטעיט פאליס "אזוי פארט מען אינמיטן די ווינטער? מיט ברייטע אפענע פענסטערס?"

דער טאטע שטייט פארגליווערט, אבער נישט צוליב די קעלט, נאר פון גרויס שאק. ער קען זיך נישט גלייבן וואס דא גייט פאר. קוים האט ער זיך דערזעהן מיט א מעידזשער עקסידענט ווי זיינע 2 קינדער זענען ארויסגעפלויגן פון פענסטער, און דא ווערן אים אנטפלעקט שוידערליכע בילדער. ער האט באמת געמיינט אז די פענסטער האבן זיך אויסגעשאסן און זיי זענען ארויסגעפאלן פונעם אויסגעשאסענעם פענסטער. און דא כאפט ער זיך טאקע, אז בשעת'ן רעדן צו נחום בער האט בערעלע געוויינט אז ס'איז אים קאלט. און ער דערמאנט זיך טאקע אז ער זעלבסט האט אויך געפילט די שטארקע הייוועי ווינטן אריינדרינגען אינעם קאר, אבער ער האט גארנישט געכאפט זייענדיג צוגעשמידט צום בלויע ציין וואס איז מחובר צום טעלעפאן.

אוי רבונו של עולם, אסאך וואכן איז ער געווען פארנומען מיט די עקסידענט. ער האט געמוזט קומען צו זיך פון די שרעקליכע אינצידענט וואס האט זיך אפגעשפילט, זיך אפגעבן מיט די צוויי קינדערלעך וואס זענען ביידע אפגעליגן עטליכע וואכן אין שפיטאל דערנאך אין ריהעב פאר צובראכענען רוקן ביינער, און אוודאי אויך מיט די פאליציי און אינשורענס קאמפאניס וואס האבן אלע געוואלט "פונקטליך" וויסן וואס דא איז פארגעגאנגען.

*


אט די זעלבע מעשה האט פאסירט ליידער אין די נישט ווייטער פארגאנגעהייט, און כ'האב מורא אז ס'טוט נאכאלץ פאסירן, אין היימישע אידישע שטובער, אינדערהיים און נישט אויפ'ן גאס. א טאטע/מאמע וואס האט איינע פון די טעכנאלאגישע כלים ביי זיך אינדערהיים, צו וועגן ביזנעס, אדער וועגן תורה לערנען, צו סיי וואספארא סיבה ס'זאל נאר נישט זיין, טוט זיך געווענליך באווארענען אז ס'זאל חלילה נישט שאדן זיינע קינדער. צו דאס הייסט פעסווארדס, אדער פילטערס, אדער א גרויסן שלאס אויפ'ן שטיבל וואו דער כלי געפונט זיך. אלעס צו אפהיטן זיינע קינדער פון נכשל ווערן חלילה אין וואס פילע (און אפשר די עלטערן אליין אויך) ווערן געשטרויכלט.

און אזוי לאזט ער זיך ארויס אויפ'ן וועג פון לעבן, אלעס פארט ב"ה כשורה, די קינדער זענען גוט מחונך, די מלמדים זענען צופרידן פון זייער אויפפירונג, אינדערהיים זענען זיי וואויל און פאלגן וואס מ'זאגט זיי. ממש צדיקים. זעסטו? איך קען גוט מחנך זיין מיינע קינדער, איך האלט א שטרענג אויג אויף זיי אז זיי זאלן חלילה נישט אריינפאלן און נכשל ווערן. זיי האבן נישט קיין שום צוטריט צו שלעכטס, אויף קיין שום אופן. נאכמער, איך האב אלעס אינדערהיים, אזוי אז איך אדער מיין ווייב וועלן אלץ וויסן וואס די קינדער טוען, זיי קענען גארנישט נישט שפילן אן אונזער וויסן. ב"ה אז איך האב דעם שכל וויאזוי צו זיי מחנך זיין.

אבער מיטאמאל, טראך!!!!!!! אן עקסידענט!!!!! דער מנהל רופט אראפ ביידע עלטערן פאר אן עמערדזשענסי זיצונג. דיין שמחה'לע איז היינט געקומט אין חדר און פארציילט אזוי און אזי, אלעס וואס ער האט געזען און געשפילט ביי ענק אינדערהיים אויפ'ן קאמפיוטער, ס'איז ממש שוידערליך צו טראכטן דערפון, אבער ס'איז א פאקט. איר דארפט אים זאפארט שיקן צו גרויסע טעראפיסטן זאלן אים ארויסהאקן די אלע שרעקליכע בילדער פון קאפ, אפשר אזוי וועט ער צוריקקומען צו זיין מדריגה ווי שנעלער.

די עלטערן רייסן זיך דאס האר פון קאפ, וואס??? מיר זענען דאך נעכטן געווען אינדערהיים.... אופס... טאקע, אונז זעמיר געווען ביי א חתונה פאר איין שעה, און כ'האב געגעבן א מאניטאר פאר א שכן צו וואטשן די בעיבי, אבער שמחה'לע? עריז שוין לאנג געשלאפן דעמאלטס... און חוץ דעם, אונז האמיר דאך שטארקע פעסווארדס מיט פילטערס..... כ'פארשטיי נישט..... וואס איז דא געשעהן?

אבער גאנץ שנעל האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער 12 יעריגע שמחה'לע האט מיט זיין כיטרישקייט זיך אן עצה געגעבן מיט די אלע סיטבעלטס, און אויפגעבראכן די רינג ארום דעם קאמפיוטער, און אנגעקומען טיף טיף אין שאול תחתית רח"ל. אסאך חדשים האט גענומען ביז ווילאנג ער איז ארויסגעקראכן פון דעם קארגע שעה זיין אויפ'ן קאמפיוטער.

* * *


רבותי, דאס איז נישט א פאבריצירטע מעשה, נאר די נעמען און דעטאלן זענען אפשר פאבריצירט. דאס זענען מעשים בכל יום ויום. טוט צו דער זאך, און שליידערט ארויס דעם שוידערליכס פונעם דור פונעם אייגענעם שטוב, פונעם טאש, און אזוי וועלן מיר כאטש פרובירן צו ראטעווען אונזערע דורות.

אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, וועל איך שוין ליידער נישט האבן פארוועם צו טוהן.

איך ווייס נישט ווען כ'וועל זעהן די תגובות אויף דעם ארטיקל, יעצט פערצופאל האבעך (ליידער) צוטריט צום אינטערנעט. האטס מיר און זייטס מיר! בעטס אויף א גוטן אתרוג, א גוטן הארץ, די קינדערלעך זענען די הארץ פון כלל ישראל. רייסט איין פאר זיי אז זיי זאלן זיך האלטן ביי אידישקייט. צום ווידערזעהן אין א יאר (?).
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיי_דריי »

קודם שאמאלייכעם. יעצט גיימער עס ליינען...
א חתימה ברויך מען האבן ?
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

דעס איז עפעס נישט נארמאל גוט!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

כה לחי! ;l;p-

(אגב, דעם בלעקבערי האסטו אויסגעלאזט..... :wink: )
אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיי_דריי »

עס איז א מוראדיגע ארטיקל וואס צונעמט דאס הארץ פון אונז אלע איי וועלט שרייבער וואס מוזן האבן אויבערנעט דא צו שרייבן!

שכח
א חתימה ברויך מען האבן ?
אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 26, 2010 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moshele11211 »

יוא איז דעס א גוטן שטיקעל..! אמת און נאכאמאל אמת
1
;l;p- ;l;p- און ס'קומט זיך דיר נאך..
מורא'דיג מורא'דיג
לעצט פארראכטן דורך moshele11211 אום מיטוואך יאנואר 19, 2011 4:44 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
זייער נייגעריג
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 30, 2010 7:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער נייגעריג »

וואאאאאס חיים ברוך????
אויף אזאנס האב איך מיר שוין נישט געראכטן, ס'פאקט איין אלע מיינע 3 ארטיקלען,
פליז דו איט מאר אפטען

------

ווען איך ווייס ווען אז דאס(..............) קען דיר צו העלפן ארויס צו ברענגען דיינע סחורה טי איך עס ווען אפטער.........
תג נוצער
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 28, 2010 3:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תג נוצער »

תן תודה
מער ווערטער האב איך נישט
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

אינטערעסאנט, קול מבשר מעלדט גארנישט וועגן דעם עקסידענט
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

ער איז שוין נישט דא, ס'איז נישט דא וועם צו באדאנקן
אבער סיי וויזוי: א יישר כוח
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

קיין יאוש איז נישט פארהאנדן האט דער רבי געזאגט... מיר האבן זיך נאכנישט מייאש געווען פון חיים ברוך'ן, און דא דערלאנגט ער אונז סחורה איינס און אזאלכעס, יעדעס ווארט איז מתוק מדבש!
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

כאלאו כאלאו, כ'בינאכדא. שקויעך פאר די זאפטיגע תגובות. גיימיר דאווענען מנחה, און דערנאך זיך ארויסלאזן אויפ'ן וועג (אבער נישט מיט'ן פאליסעידס), צו זיך טרעפן מיט גדולי העסקנים איבער ניו יארק צו העלפן ראטעווען אונזערע קומענדיגע דורות.

הצלחה אידן, מסתם וועלן מיר אלטע חברים ווייזן אויף זייער ווערימדיגע בלעקבעריס די תגובות, סאו ס'איז נישט קיין נגע לריק... שרייבטס נאר שרייבטס.

ר' ווינקל, ביזט צופרידן? כאב אויף בלעקבערי אויך אסאך צו זאגן, אבער נישט איצטער, און נישט אזוי שנעל (לכאורה).

ווי האט דער רבי געזאגט? מ'דארף טוהן און נישט אויפטוהן.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך זעה גוט? א מיטינג מיט עסקנים? פשיהא צו וואס חיים ברוך'ל האט זיך אויפגעארבעט

איך האב הנאה אז מיט די אלע זאכן פארגעסטו נישט פון אונז אידעלעך אויפן אייוועלטל
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

הערליך איז נישט די אויסדריק אויף אזאנס! א ריכטיגע אמאליגע ארטיקל מיט אלע טעמים. (אויב מעג איך פרעגן, איך האלט און איין זעהן שרייבן אז קינדער בייפעסן פעסווארדס,פילטערס,לאקס. אפשר קען מיר איינער מסביר זיין דאס? איך בין ב"ה גרויס, איך האב א שטיקל קנאלידזש וואס דאס קאמפיוטער איז און וויפיל איך פראביר נאר וועט מיר אין מיין לעבן נישט געלונגען צו בייפעסן די סעקיורעטי קאודס, וויאזוי אין גיהנום קענען דאס קינדער? איז דאס נאר אן אויסדריק אדער דאס פאסירט טאקע? "צוועלף יעריג יונגלעך קענען ברעכן קאודס און איך וואס איך קען זיין זייער טאטע קאן דאס נישט?)
אוועטאר
זייער נייגעריג
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 30, 2010 7:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער נייגעריג »

איבער 12 יעריגע קינדער ווייסעכניש אבער איבער בחורים קען איך יא, איינס למשל האט א בחור געלייגט אזא שטויב אויף די באטאנס, אין געזאגט פארן טאטען ער זאל עס עפענען א רגע, (כדי דער טאטע זאך נישט דריקן די אנדערע קנעפלעך) פין דא אין ווייטער דארף איך שוין נישט זאגן,
די פארשטייסט עס אפשר נישט אבער די עלטערע דור איז זייער אומוויסנד אין זיי קענען נישט די שטיקלעך וויזוי מ'ווערט געווארן די קאוד,
ס'נישט ממש דורך ברעכן קאודס אבער געניג אויף געוואר צו ווערן.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

הערליך הערליך!!

א דאנק חיים ברוך'ל.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

יישר כח נייגעריג. איך האב שוין ערענסט אנגעפאנגן טראכטן צוריק צו גיין צו די 12.... (דאס וואס די רעדסט איז פון די פעסווארד צום קאמפיוטער אבער נישט צו ברעכן פילטערס. רעכט?)
אוועטאר
זייער נייגעריג
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 30, 2010 7:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער נייגעריג »

קודם עלטערע אידן האבן ווייניגער פילטערס ווי די אינגערע (וואס איך בין דערווייל איבערצייגט - גראדע פארשטיי איך זיי אביסל) כ'האף כ'בין מיר טועה, צווייטענס מ'קען געניג אנקומען אן אינטערנעט, זיי באקומען פין חבירים סידיס וכדו', אדער קענען זיי האבן א ספרינט שטיקל, אין דאס איז פילטערלאז אויב די טאטע האט דזשעינעט,
בקיצור ווילסט כ'זאל דיר זאגן אלע וועגן וויזוי מ'ברעכט דורך? כ'וויל נישט אויסלערנען פאר די בחורים וואס ליינען דא :wink:

צוריק צום ארטיקל..
איך וויל פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך וויל פארשטיין »

חיים וברכה א גרויסן שכח, ממש הערליך, אבער וואס מאכן די קינדער, זיי האבן זיך שוין ערהוילט? (אוי איך בין נאך אינטער די איינפליס פון די משל........)
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

יא, א גוט שטיקל, שערקויעח, אויך א גוטן פסק פאר מיך דערשרעקן.

און איך קען נאך אסאך אזעלכע עקסידענטן וועלכע האבן פאסירט ביי אידן וועלכע האבן נישט די כלים אינדערהיים, נאר די קינדער זענען אנגעקומען דערצו דורך א שכן, אדער זענען טאקע נישט אנגעקומען דערצו נאר זענען מושפע געווארן פון שלעכטע פריינט, אדער אריינגעבלאנדזשעט אין א סטאר וועלכע פארקויפט ............ (פיל אין די בלענק) און איז דורך דעם אנגעקומען אין שאול תחתיה...
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליקו »

סאיז איייזן פעסט ארויסגעבראכט

נכוועל ענק מגלה זיין א סוד, אסאך מאל איז דער מענטש ביים נמשל דער זעלבער ווי ביים משל

עם הארץ על גופו לא חש על נשמתו עאכו"כ
אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער בין איך? »

געלעגער האט געשריבן:הערליך איז נישט די אויסדריק אויף אזאנס! א ריכטיגע אמאליגע ארטיקל מיט אלע טעמים. (אויב מעג איך פרעגן, איך האלט און איין זעהן שרייבן אז קינדער בייפעסן פעסווארדס,פילטערס,לאקס. אפשר קען מיר איינער מסביר זיין דאס? איך בין ב"ה גרויס, איך האב א שטיקל קנאלידזש וואס דאס קאמפיוטער איז און וויפיל איך פראביר נאר וועט מיר אין מיין לעבן נישט געלונגען צו בייפעסן די סעקיורעטי קאודס, וויאזוי אין גיהנום קענען דאס קינדער? איז דאס נאר אן אויסדריק אדער דאס פאסירט טאקע? "צוועלף יעריג יונגלעך קענען ברעכן קאודס און איך וואס איך קען זיין זייער טאטע קאן דאס נישט?)


קאנטעקט מיר אין טאלק וועל איך דיר אויסלערנען וויאזוי צו העקן א קאמפיוטער
אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער בין איך? »

קויף דאס וועסטו זיך אביסל אויסלערנען.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

קוק נאר ווער ס'איז דא! חיים ברוך?! די ביסט דאס?

פשיהא! א הערליכער מאמר. גאר שיין און גוט באשריבן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

שכוח איז צי וויינוג געזאגט we want more
יאנקעל די פופציגער
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

שוידערליכע נייעס!!!
שרעקליכע עקסידענט אויף איי וועלט, א לאנגע ערפארענע דרייווער וועלכער פלעגט דעליווערן פעקלעך (ארטיקלען) וועכנטליך צו זיינע קליענטן, האט נאכן ריטייערן א לענגערע צייט, גענומען א שנעל פארנדיגע וויעקל און אריין געריסן צווישן די פארזאמלטע און ממש צופיצילט מענטשן אויף שטיקער....

אזאנס?, קעניינע הארע, כה לחי,
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”