ס'גייט קלעפ!...
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- איך_הער
- סעקרעטאר
- תגובות: 18580
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
- לאקאציע: אין אפיס
- פארבינד זיך:
סישוין זונטאג, באט מ'האלטעך נאך אינמיטן די קלעפ, סאו צו שפעט בינעך נישט, ער' גראדער, לאמער דיר זאגן, האבעך דען נישט געוואוסט אז ס'איז געגאנגען קלעפ? שוין איינמאל האבעך געוואוסט, אבער ווען מ'זעט ווי די קלעפ קומען צו פליען, אישוין גאר עפעס אנדערש, אין דאסיז וואס כ'האב יעצט געפילט, כאמעך ארום געדרייט אין מצרים ווי ביים פאטער אין וויינגארטן, און מיטגעהאלטן לייוו ווא דארט גייט פאר, גראדער יו אר עמעיזינג, א ריזיגן און הארציגן יישר כח.
- יגרסהדותא
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 3686
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
- לאקאציע: קאר וואש
חגי, הערט זיך א געשריי אויף די עברי'שע גאסן. חגי, קומט שוין אהיים און ברענגט מיט יכי.. שרייט די מאמע האלטענדיג די אנדערע פיר קליינע אויף איר שויס. די ווילדע חיות איז נישט קיין דזשאק, מ'קען זיי טאקע גלעטן אבער ביזן אריינקריכן אינעם עליגעטער'ס מויל איז גיי פאלג מיך א גאנג..
*
איך האב נישט קיין ווערטער, מלא טעם מלא חיות [תרתי משמע..], איך וועל אראפגעבן א ריפארט וויאזוי ס'איז צוגעגאנגן דער שבת טיש ביי מיר, איך גיי דיר - גראדער - צו'גזל'ענען אביסל צייט וואס ס'דויערט דיר צו ליינען, אבער דו האסט אויך גע'גנב'ט מיין צייט דעם שבת.. און ווי מיר ווייסן האלטן מיר דאך נאך יעצט פאר קבלת התורה, מיר זענען דאך נאך יעצט אין גושן אה יא?!, און דער "לא תקום" איז נאכנישט קיין עבירה..
מ'האט געענדיגט זינגן דעם שלום עליכם אשת חיל, געזאגט דעם זוהר, און מ'האלט מיר ביי קידוש, מיר האבן דאן געהאלאטן 10 מינוט פאר זיבען, האב איך געזאגט, נו, אויף 10 מינוט לאמיר שוין צוווארטן ביזדערווייל וועלן מיר פארציילן א שטיקל פון די פרשה
הערסט, דעם "זכר ליציאת מצרים" ביי קידוש, האט אזוינס געהילעכט, זייט ס'לעצטע מאל ווען מיר זענען נעבעך ארומגעלאפן לקושש קש לתבן דענקען נישט מיינע קינדערלעך אזא קידוש..
פארשטייט זיך אז די גאנצע סעודה האט געהאט אן אנדערע טעם, מיר האבן געשמועסט פון בלעם [מ'מעג ביי אזא הייליגע שבת טיש?], מ'האט גערעדט פון פרעש און היישעריג, און מיר האבן עס גערעדט אויפן אידישען שפראך, אזוי אז אפי' א מצרי וואס וואלט ווען זיך געוואלט אינטערהערן וואלט קיינמאל נישט פארשטאנען וואס מיר רעדן יעצט
ביי ערוב האט מיין בחור'ל געזאגט אז ער פארשטייט נישט פארוואס ס'האט אויסגעפעלט אזויפיל חיות, ווען דער אייבערשטער זאל אריישיקן איין מייזל צו די פרעה'טע רשע'נטע, וואלט זיך גלייך ארויסגעלאזט אלע אידן.. אזוי האלט ער, און די רביצין האט אפי' מסכים געווען
נאך די סעודה האבן מיר ווייטער פארציילט פונעם הייליגן גליון, איך שעם מיך נישט עס אזוי אנצורופן, ס'רביצין וואס כדרכה לויפט זי אין קיך מסדר צו זיין נאך די סעודה, האט זיך יעצט צוגעזעצט און געזיצן ביזן ענדיגן. גראדער; ס'האט נאך "קיינמאל" נישט פאסירט
אינמיטן פארציילן האב איך געבעטן פון איין קינד אריינצוברענגן סעלצער, ווייל מיר האבן געגעסן ניסלעך און פאפקארן לענג את השבת ולהשלים מאה ברכות, האט דאס קינד - גראדע נישט קיין יכין און נישט קיין חצרון - געזאגט: טאטי; פארצייל נישט ווייטער איך וויל אלעס הערן
מקיים געווען דעם ולמען תספר מיט אלע מפרשים, נאר די מצה ומרור מונחים לפניך האט געפעלט..
*
ניין, נישט פארטיג
מוצשב"ק האט מען זיך געאייסערט מיטן ברודער, ער האט עס געטראפן ביי זיך אין שול, ער איז מוראדיג איבערגענומען דערפון, ער טענה'ט נאר אז אזא זאך געשריבן אין אידיש ברויך אן הסכמה! איך האב מיך מיט אייזערנע קייטן איינגעהאלטן אים צו זאגן, אז ווען ער זאל זעהן די תגובות פונעם ציבור, וואלט ער אויך אנערקענט אז אן הסכמה פון סיי וועלכע רבנישע אויטאריטעט איז ווי א לעבעדיגע קעמל אינמיטן מכת דבר...
שיק עס
אויששש, אינגאנצן פארגעסן זיך צו באדאנקן פאר גראדער...

- ווינקל
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7788
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
- לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל
אזא מין שקויעך קען נאר יגר!
וואט אן עקספרעשן!יגרסהדותא האט געשריבן:מוצשב"ק האט מען זיך געאייסערט מיטן ברודער, ער האט עס געטראפן ביי זיך אין שול, ער איז מוראדיג איבערגענומען דערפון, ער טענה'ט נאר אז אזא זאך געשריבן אין אידיש ברויך אן הסכמה! איך האב מיך מיט אייזערנע קייטן איינגעהאלטן אים צו זאגן, אז ווען ער זאל זעהן די תגובות פונעם ציבור, וואלט ער אויך אנערקענט אז אן הסכמה פון סיי וועלכע רבנישע אויטאריטעט איז ווי א לעבעדיגע קעמל אינמיטן מכת דבר...
- גראדער
- שר האלף
- תגובות: 1097
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
- לאקאציע: אין די הויזן
א גרויסן יישר כח פאר אלע באדאנקער'ס ובראשם ידידי הרב יגר שליט"א
מ'האף מיר אז דער קאך איז ביינסוף געווארן מסודר...
בנוגע די קשיא פון דיין בחור'ל איבער די מייז, ווערט טאקע געברענגט אז מייז האבן באלאגערט פרעה נעבן טייך נאכדעם וואס ער האט געהאט צו טון מיט די געדערים און זיך משמח מיט די סחורה... נאר אזוי ווי איך זעה אז אפילו פון וואס איך האב געשריבן אויפן שפיץ גאפל האט דער איידעלער עולם נישט געוואלט אויסזאגן פאר די הייליגע קינדערלעך, האט מען דאס אויך געלאזט באתכסיא.
נ.ב. גיב איבער דיין ברודער אז איינע פון די סיבות וואס איך לאז עס נישט מפרסם זיין אין אנדערע פלעצער ווי גלגל און לדעת וכדו' איז טאקע ווייל איך האלט אויך אז א זאך וואס מ'גיבט פאר קינדער דארף זיין מנופה בי"ג נפין, און היות וואס איך שרייב דא האב איך ניטאמאל די צייט איינמאל מגיה צו זיין, ס'ווערט געשריבן און תיכף געשיקט, איז ממש אומאחריות'דיג עס צו לאזן עמטליך מפרסם זיין, אויף די תושבי הקרעשמע והגלילות פארלאז איך זיך שוין אז זיי וועלן ווויסן בורר צו זיין דעם אוכל מתוך הפסולת, ווי שוין ערווענט אמאליגע צייטן.
צו דעם וואס האט געפרעגט צו די זאכן האבן א מקור, 99 פראצענט ווערט דערמאנט אין די מדרשים און ראשונים, אמאל ברייטערט מען עס אביסל אויס לסבר את האוזן, אבער איך פרוביר צו שרייבן דווקא נאר וואס האט א מקור מוסמך פון די פריערדיגע, נישט אלעמאל צייכן איך צו דעם מקור, אמאל ווייל ס'ווערט געברענגט אין מערער פלעצער, אמאל געדענק איך נישט אויף די סעקונדע וואו פונקטליך איך האב עס געזעהן און ס'איז א שאד די צייט צו גיין זוכן, און אמאל איז עס א צוזאמשטעל פון אפאר מקורות צוזאמען.
זייטס מיר געזונט.

אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
- גראדער
- שר האלף
- תגובות: 1097
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
- לאקאציע: אין די הויזן
רבי האט געשריבן:איך ליין די מדרש א יעדע וואך און איך האב זייער הנאה און מיין ב"ב האט אויך זייער הנאה פון די מדרש
א גרויסן ישר כח הרב גראדער ביסט ממש מחי נפשות א יעדן שבת עס איז אן עונג שבת
הערסט יגר? כ'האב שוין א הסכמה פונעם רבי'ן אליינס... (כ'קען נישט אויספיגערן צו ב"ב מיינט די רביצין אדער די בלעקבערי... אבער עכ"פ דעם רבי'ן האמיר זיכער...)
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
איינער ווייסט ווי איך בין געווען ביז היינט ? איך בין שוין נישט געווען אין קרעטשמע פאר עידשעס.... איך בין יעצט אריינגעקימען (אויך נאר בטעות, עכ"פ בדרך הטבע, ווייל ווי סקיקט אויס איז עס שוין גארנישט אזוי בטעות......)
עלעך מיך באדאנקען יעצט פארן גראדער..
"""שכח גראדער פאר די הערליכע ארבייט!!!!!"""", כאב שוין אפשר פארפאסט היי יאר עניני דיומא, אבער אינז האמער נאך א וואך פין קלעפ סוי מעט מיזען זיין מיט איין וואך שפעטער..... טאא בעעדד.

עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
באקומען אין אימעיל:
און נאך איינס:
Hello .
Can you hear me ?
Hold the wire
Don’t tell me that its Over ….
Cant do this to us .
Thousands of ppl. Around the world.
Are waiting for that .
The holy “Macluchem “who are coming home from Sull Friday night .
Will take a peak on the table if its there…
We can do this for the Yaldi Tashaba”r
Oh My N ………………….
און נאך איינס:
{the name are hidden & changed due to the fact …………..Credit Yidish Lecht ]
John: hey mike whts up?
Mike: bug off
John: oh my N . What happened?
Mike: don’t u c im in a bad Mood
John “ of course I c .what happened ?
Mike: Don’t ask . I had a treble expernciece last night
Jhon: talk talk stoop to pay around
Mike: as you know for many years my Friday night Tabel { oh. I didn’t know that Mike is A Jew -… didn’t I tell you in the beginning that I changed the names …}
Was one chain of fights & yelling & crying from my Pitzlech { cr. Yisrol Duvid Wiess } & it all came to end since someone Strait- one …………………………..
But this week I didn’t got it , so it was a disaster . ……………………….
Nu nu Go Out from the Mekvah Shaboos Mornnig to talk in Mekvah DON’T you know what happens with all this talk …….
So Jhon & Mike left the Bor Tavelah ……………………………
DTF
- דזשעב 012
- שר האלף
- תגובות: 1356
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2010 6:52 am
- לאקאציע: על אדמת אמעריקע
ברעיקינג: גראדער לאזט אונז נישט איבער.
פון גאר קראנטע מקורות האב איך געהערט, אז גראדער האט פארגאנגענע וואך נישט געקענט שרייבען דא, משום איזה סיבה שהוא. אבער ער פלאנט אי"ה די וואך ווייטער ממשיך צו זיין.
לאמיר אלע אים טאקע אנוואונטשען, ער זאל אונז קענען ווייטער מהנה זיין לאורך ימים, מיט הרחבת הדעת וכל טוב סלה.