פארדינגען יענעמ'ס דירה

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

פארדינגען יענעמ'ס דירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

לאמיר אייך פרעגן אן אינטערעסאנטע שאלה:

אויב איך האב געוואוינט אין א דירה פאר רענט, וואס איז אגב געווען גאר ביליג רענט, דער באשעפער האט געהאלפן און צו מזל און ברכה צי איך מיר אריבער צו אן אייגענע הויז. מיין שאלה איז אויב מעג איך האלטן די דירה פאר מיר און עס פארדינגען ווייטער פאר טייערער רענט און אזוי מאכן אפאר דאלער אין די זייט. מיט מיין פריעדיגע לענדלאר האב איך זיך גארנישט אויסגענומען דערוועגן, ווי אויך וואוינט ער אין א צווייטע שטאט און וועט נישט אזוי שנעל כאפן וואס עס טוט זיך, און עס קען זיין אז ער וועט מסכים זיין אין דע פורסט פלעיס. מאידך גיסא קען זיין אז איך האב נישט קיין רעכט דאס צו טון, ממילא וויל איך הערן דעם דעת הקהל איבער דער ענין.
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

.
צוערשט "מזל טוב" צו דיין נייעם דירה. נוץ עס געזונטערהייט, און ס'זאל ווערן שנעל איבערגעפולט מיט געזונטע ערליכע אידישע קינדער.

שנית
פארוואס פרעגסטו דעת הקהל?
דאס איז דאך אן אפענער דין אין שו"ע.
ליבערשט פרעג א דיין [חושן משפט].

[וויפיל עס ליגט מיר איצט אין קאפ, איז די הלכה בערך אזוי: אויב די משפחה וואס דו נעמסט אריין, איז נישט גרעסער ווי דיינע, און נישט קיין באוואוסטע מזיקים, און דו נעמסט זיך אויס מיט זיי צו פארלאזן דעם דירה גלייך ביים ענדע פון דיין טערמין, דאן אז דא אופנים להיתר. אבער איינמאל עס קען ברענגען א שאדן פארן לענדלארד - צב"ש ווען די משפחה איז א גרעסערע, אדער מיט קלענערע קינדער וכדומה - דאן חוץ וואס דו קומסט אים די ערזאץ פארן שאדן, קומט נאך אויף א דין פון "אין אדם עושה סחורה בפרתו של חבירו". ד.ה. וויבאלד דיין לענדלארד קען דאך מאכן מער, נאר די גאנצע סיבה פארוואס ער מאכט נישט איז נאר וועגן דעם ליעס וואס ער האט מיט דיר, מאכסטו געלט אויף זיין חשבון. נאר כל זמן עס ברענגט אים נישט קיין בפועל'דיגער שאדן, איז עס זה נהנה וזה לא חסר, ווייל ער האט עס דאך ממילא פארדינגען פאר דיר. אבער איינמאל ער האט שאדן, קען מען דאך נישט זאגן "וזה לא חסר", אויב אזוי קען ער פון דיר בעטן אויך די ריוח.
דאס איז אלעס וואס שווימט מיר אין זכרון לעת עתה, אבער ווי געזאגט, באלאנגט דאס פאר א דיין].

.
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7215
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

אינטעלישענט כשמו כן הוא, אבער זיסקייט איין זאך געדענק, לכאורה איז בעסער צו פרעגן דיין בעל הבית קודם אויב די האסט מורא אז ער וועט געוואלדיגע טענות האבן צו דיר ווען ער וועט -זיכער- געוואר ווערן לאחר המעשה, טראכט עס דורך.
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

איך טראכט נאר, אז אויב איך וועל אים לכתחילה פרעגן וועט ער נישט מסכים זיין קלערנדיג אז ער קען פארדינען די פאר דאלער, אבער אויב איך וועל אים נישט מודיע זיין וועט ער בדיעבד מסכים זיין צו וואס איך האב געטאן
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

.
צוערשט "מזל טוב" צו דיין נייעם דירה. נוץ עס געזונטערהייט, און ס'זאל ווערן שנעל איבערגעפולט מיט געזונטע ערליכע אידישע קינדער.

און בעלזא פלעגט מען צילייגן נאך א ברכה זאלסט קענען געבן א ווארימע טעלער עסן פאר געסט
מיין לענדלער זאל געזינט זיין
האט זיך אויסגענימען אז איך טאר דאס נישט איבער געבן פאר א צווייטן אדער פארדינגען
באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2010 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באמבאסטיש »

פאר עטליכע וואכן צוריק האב איך פארדינגען א טישל ביי מיר אין אפיס פאר א אינגערמאן. היינט צופרי קומט זיך אן א פרעמדער אינגערמאן און באזעצט זיך ביי דעם טישל וואס איך האב פארדינגען, מיט די אויסרייד אז דער טענענט מיינער האט אים געגעבן רשות.

איז יעצט די פראגע, האט דער אינגערמאן רעכט דאס צו טון? מעג ער געבן רשות פאר עניבארי אריינצוקומען צו מיר אין אפיס זיך באזעצן ביי דעם טישל?
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

בשו"ע מבואר להדיא להיתר כשאין בני ביתו מרובים, ומבוא בשו"ע הרב (סי' יא) הל' שאלה ושכירות וחסימה סעיף ב'
אבער דער אמרי יעקב אין די ביאורים איז מסופק ביי דירות בזמנינו צו די הלכה איז אזוי, ווייל עס איז דא זאכן אין דירות וואס זענען ווי מטלטלים וואס ביי דעם איז די הלכה אין השוכר רשאי להשכיר
אויך ביי די זאכן שפילט א גרויסע ראלע אין הלכה, דינא דמלכותא, בפרט קובע צו זיין דער מנהג המדינה, און אין נ"י סטעיט טאר מען נישט בלי מעלדען, עי' כאן
http://www.housingnyc.com/html/resource ... ide.html#7
ועי' בפתחי חושן הל' שכירות פרק ד' הל' ח' בהערות דבדברים אלו הולכים אחר החוק, דזה קובע מנהג המדינה, עיי"ש
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

ווי ווייט איך געדענק שטייט אין מיין ליס אז איך טארס נישט פארדיגען ווייטער
יאנקעל די פופציגער
imzist
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 07, 2010 6:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך imzist »

איך האב גראדע געטראכט וועגן די פראבלעם פון אין השוכר רשאי להשכיר לגבי אינגעלייט וואס פארדינגען זייער לעכל פאר שמחת תורה וכדו', יעצט זע איך אז דער ת"ח רב פלאי שרייבט אז דאס גייט נאר אן ביי מטלטלין. ייש"כ.
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”