farshlufen האט געשריבן:http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=3994&start=7525
הרב פארשלאפן איר האט רעכט, איך ווייס נישט ווי אזוי איך האב עס דעמאלטס פארזעהן.
אינטערסאנט איז נאר ווי אין דעם גליון איז די בילד אסאך העכער (מ'זעט די חופה מיט א ביימעלע) און אויך אין די ברייט איז עס אסאך גרעסער (מ'זעט אסאך מער אידן) חוץ וואס עס איז דארט מורא'דיג קלאר. (לכאורה האבן זיי באקומען די ארגינעלע).
איך וועל איבערשרייבן די פרטים וואס ס'שטייט דארט:
הגה"צ ר' חיים יעקב טייטלבוים זצ"ל אבד"ק לימאנוב (חתן כ"ק מרן אדמו"ר הראשון זצ"ל' וחותן כ"ק מרן אדמו"ר מהר"ש זצ"ל בזוו"ר). צוזאמען מיט טובי העיר לימאנוב, זענען מקבל פנים דעם פוילישן פרעזידענט ביי זיין באזוך אין די שטאט לימאנוב, זומער שנת תרפ"ט לפ"ק.
צווישן אנדערע ווערן אויך געזעהן עטליכע באבובער חסידים פון לימאנוב' ר' גדלי' צינץ הי"ד (פרטים אודותיו) ר' יהושע וויינפעלד הי"ד (פרטים אודותיו) און ר' שלמה לאנגער הי"ד (פרטים אודותיו).
באמערקונג: דער לימאנובער רב זצ"ל איז נישט געגאנגען אין א קאלפיק, א שטייגער פון אדמורי"ם, נאר כ"ק מרן הקדושת ציון זצ"ל, הערנדיג אז דער פוילישער פרעזידענט גייט באזוכן די שטאט לימאנוב, און עס וועט פארקומען א פרעזידענטליכע אויפנאמע מצד די אידישע קהלה אין שפיץ פון זיין שוואגער דער מרא דאתרא, האט ער צוגעשיקט זיין קאלפיק צו זיין שוואגער לכבוד המאורע (מפי בנו הרבני הישיש ר' שלום שליט"א לרפו"ש).
מ'דארף באהלטן א ספאדיק אן אלטן, בחדרי חדרים זייער גוט, עס זאל זיין א וואונדער, פאר אונזערע קינדער, אז אזוי איז געגאנגען אן ערליכען איד