כ'גיי שטארבן, זייט געבענטשט...

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

כ'גיי שטארבן, זייט געבענטשט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

בעזהשי"ת

במחילת כבודכם טייערע חברים וידידים, כ'בין ליידער נישט געווען ביכולת די לעצטערע וואכן צו שרייבן די פרשה לויט די מדרשים, מחמת כמה טירדות, לאמיר האפן אז מהיום והלאה וועט עס ווייטער אנגיין תמידין כסדרן, בעצם ווי איר וועט זעהן האלט איך נאך אינמיטן דעם צווייטן פסוק... אבער ווען כ'האב דערזעהן אז דער עולם ווערט נערוועז האב איך באשלאסן קודם דאס צו פאוסטן צו פארמיידן ראיאטן...

מדרשי ויחי

א גוטן טאג אין לעבן האט דער צדיק נישט געהאט, דא האט זיין אייגענער בלוט און פלייש, זיין ברודער עשו געמאכט פלענער אים צו הרג'נען, ווען ער איז בלית ברירה אנטלאפן איז אליפז אים נאכגעלאפן און צוגענומען אלעס וואס ער האט פארמאגט, א סענדוויטש אויפן לאנגן וועג האט ער אים נישט איבערגעלאזט, אפילו די קליידער וואס ער האט אנגעהאט האט אליפז נישט געלאזט ביי אים, ווען ער איז שוין ענדליך אנגעקומען קיין חרן האט זיך לבן גענומען איבער זיינע ביינער, איבער צוואנציג יאר האט ער געארבעט פאר לבנ'ן, און לבן האט געמאכט פון אים דאס גענאר, נאך זיבן יאר שווערע ארבעט צו באקומען רחל פאר א ווייב האט ער אים פארנארט און געגעבן לאה אנשטאט, ווען ער האט אים שוין ענדליך געגעבן רחל אויך, האט ער אים געמאכט ארבעטן נאך זיבן יאר, דערנאך האט ער געדארפט ארבעטן בייטאג און ביינאכט אין די קעלט און אין די היצן צו פארדינען עפעס שאף צו שפייזן זיין געזינדל, און דער לבן האט נישט אויפגעהערט אים צו פארדרייען דעם קאפ און פאפן ביי יעדע געלעגנהייט.

ווען ער האט שוין ענדליך פארלאזט לבנ'ן און לבן האט אים שוין אפילו געזאגט אז דער אויבערשטער לאזט אים נישט טשעפען איז אים זיין ברודער אנטקעגן געקומען מיט א מיליטער פון הונדערטער גיבורים אים צו הרג'נען, ווען ער איז געבליבן אליינס ביינאכט האט אפילו א מלאך זיך געשלאגן מיט אים די גאנצע נאכט, און זיך געזעגנט צופרי מיט אזא זעץ וואס האט אים איבערגעלאזט א הינקעדיגער, ס'נעמט נישט לאנג, און ווידער א בראך, זיין באליבטע ווייב די צדיקת צוליב וועלכע ער האט אזוי ביטער שווער געהארעוועט די אלע יארן איז נעבעך אזוי פלוצלונג אומגעקומען.

קוים האט ער זיך בארוהיגט פון דעם האבן זיינע קינדער אנגעדרייט א מעשה, אויסגע'הרג'עט א גאנצע שטאט מיט מענטשן, און גאנצע מחנות מלכים מיט סאלדאטן זענען געקומען מלחמה האלטן מיט אים.

און דאן ווען ער איז שוין ענדליך אנגעקומען צוריק אהיים און ער האט געמיינט אז אלעס האט זיך געענדיגט, ענדליך וועט ער שוין קענען זיצן אביסל במנוחה און דינען דעם בורא עולם, האט זיך פארקאטשעט א מעשה מיט זיין יוסף'ל, זיין באליבסטער קינד, זיין טרייסט נאך די מאמע וואס האט אים איבערגעלאזט, דער יוסף מיט וועם ער איז געזעצן און געלערנט בייטאג און ביינאכט, אוי, ער איז נישטא, ווער ווייסט וועלכע חי' האט אים נעבעך אזוי טראגיש פארציקט.

זיצט ער און באוויינט זיינע יארן, נישט די וועלט, און אויך נישט יענע וועלט, ער ווייסט דאך אז אויב ער וועט פארלירן א קינד מיינט עס אז ער האט פארלוירן דעם עולם הבא אויך, דער רוח הקודש האט ער אויך פארלוירן, און דא ווערט א הונגער, די קינדער גייען קיין מצרים קויפן עסן, און קומען צוריק, טאטע ס'איז ביטער, שמעון איז געבליבן אונטער ארעסט אין מצרים, און מ'קען נישט צוריקגיין נאר מיט בנימין, ער האלט עס נישט אויס, וויאזוי קען איך ארויסלאזן בנימין פון מיינע הענט, ער איז דאך דער איינציגסטער זכר וואס איז מיר פארבליבן פון רחל, וואס וועט זיין אז ס'וועט זיך מאכן אן אומגליק אויפן וועג?

פלוצלונג קומען אלע צרות צו א האסטיגן אפשטעל.

יוסף לעבט!

און נישט סתם ער לעבט, ער איז דער מלך אין מצרים, און נישט נאר דאס, נאר ער איז געבליבן אן ערליכער איד ווי ס'פאסט פאר א קינד פון יעקב אבינו!

יעקב לויפט שנעל אראפ קיין מצרים, "לאז מיר כאטש זעהן זיין צורה פאר מיין טויט, לאמיר זעהן אויפ זיין צורה צו ער איז טאקע געבליבן אן ערליכער איד."

ווי נאר יעקב האט געזעהן דעם געשטאלט פון יוסף, ער האט דערקענט אז ער איז טאקע געבליבן דער יוסף הצדיק אזוי ווי ווען ער האט אים איבערגעלאזט, אפילו ער איז געווען איינער אליינס אינעם טמא'נעם מצרים גאנצע צוויי און צוואנציג יאר, דאך איז ער פארבליבן דער צדיק און קדוש ווי ס'פאסט פאר איינעם פון די שבטי יה, האט ער זיך ארויפגעווארפן אויף יוסף'ס האלז און אויסגעפלאצט אין א שטורעמישן געוויין, (רמב"ן – ויפול על צאווריו ויבך עוד, יעקב נפל)

און יעצט האט זיך אנגעהויבן דער לעבן פון יעקב אבינו, ותחי רוח יעקב, דער רוח הקודש איז צוריק געקומען, און יעקב האט ווידער נהנה געווען מזיו השכינה, די הייליגע עבודה און לימוד התורה פון יעקב אבינו איז יעצט ווען דער צדיק איז געזעצן בשלום ובשלוה אנגעגאנגען ביתר שאת וביתר עוז, יעדן טאג האט ער געלערנט מיט זיין אייניקל אפרים, און ער האט זיך געטרייסט אויף די אלע ביטערע יארן וואס זענען אריבער.

"דו ווייסט אפרים" זאגט יעקב, "זיבעצן יאר איז דיין טאטע אלט געווען ווען ער איז צוגענומען געווארן פון מיר, זיבעצן יאר האט ער זיך געהאדעוועט ביי מיר אין שטוב און איך האב אים געשפייזט און צוגעשטעלט אלע זיינע געברויכן, און יעצט ווערט שוין זיבעצן יאר וואס איך בין דא אין מצרים און דיין טאטע יוסף צאלט מיר צוריק אויף די זיבעצן יאר, ער שפייזט מיר און שטעלט מיר צו אלע מיינע הצטרכות'ער, (דעת זקנים – מדרש הגדול) יעצט שפיר איך ווי מיינע כוחות הייבן מיר אן איבערצולאזן, איך ווער שוואך, איך שפיר אז איך וועל שוין נישט לעבן צו לאנג, רוף מיר אריבער דיין טאטן, איך וויל מיט אים עפעס שמועסן."

ס'איז ב' אלפים רנ"ה, צוויי טויזנט צוויי הונדערט פינף און פופציג יאר פון בריאת העולם, יוסף הצדיק איז זעקס און פופציג יאר אלט, שוין זעקס און צוואנציג יאר וואס יוסף איז דער משנה למלך אין מצרים, פרעה איז טאקע דער עמטליכער קעניג, אבער במציאות פירט יוסף דעם גאנצן לאנד, נאר די גאר וויכטיגע שאלות ווערן געברענגט פארן קעניג.

אין א הערליכן פאלאץ ארומגענומען מיט צענדליגער באדינער זיצט יוסף פארנומען מיט זיינע טאג טעגליכע ענינים, איינער פון די משרתים איז אים מודיע, "הער יוסף, דיין זון אפרים איז דא און וויל אריינקומען"

"זאל ער אריינקומען"

"שלום עליכם טאטע, וואס מאכסטו?"

"ברוך השם מיין טייער קינד, וואס מאכט עפעס דער זיידע? וויאזוי גייט דאס לערנען מיטן זיידן? אה, איך דערמאן זיך צוריק די גוטע צייטן ווען איך בין געזעצן און געלערנט מיט מיין טאטן אין מיינע אינגע יארן, אוי איז עס געווען געשמאק, אלעס וואס ער האט געלערנט ביי שם ועבר האט מיין טאטע געלערנט מיט מיר, איי ווי גוט איז געווען אדורכצוטון א סוגיא פון עגלה ערופה, זאג מיר טאקע, פארוואס ביזטו געקומען?"

"דער זיידע האט געפרעגט צו דו קענסט אריבערקומען קיין גושן, ער האט א וויכטיגע ענין איבערצושמועסן מיט דיר, זאג מיר טאקע טאטע, אזויפיל יארן האט זיך דיין טאטע געבענקט נאך דיר, און דו האסט זיך געבענקט נאך אים, יעצט ווען דיין טאטע געפינט זיך דא אזוי נאנט, פארוואס קומסטו נישט אפטער באזוכן דעם זיידן?"

"איך וועל דיר זאגן דעם אמת אפרים, מיין הארץ גייט מיר באמת אויס צו באזוכן דעם זיידן, יעדן טאג ווען איך זיץ דא און איך בין עוסק און די אלע מלוכה ענינים פארגליסט זיך מיר אלעס איבערצולאזן און אריבערלויפן צום זיידן פארברענגען און קונה זיין תורה מיט עבודה פון אים, אבער איך האלט זיך צוריק, איך האב בעיקר מורא פון איין זאך, איך וויל נישט בלייבן אליינס מיטן זיידן, איך האב מורא אז ער וועט מיר פרעגן וויאזוי איך בין אנגעקומען קיין מצרים, און דאן וועל איך אים דארפן דערציילן אז מיינע ברידער האבן מיר פארקויפט פאר א קנעכט, און איך האב מורא אז ווען דער זיידע וועט עס הערן וועט ער ווערן זייער בייז און ער וועט פארשעלטן די ברידער.

איך ווייס דאך אז מיין מאמע איז געשטארבן נאר ווייל דער טאטע האט זיך ארויסגעכאפט א קללה אומוויסנדיג אז מיין מאמע האט גענומען די געטשקעס פון זיידן לבן, אויב אזוי אויב דער טאטע וועט ח"ו פארשעלטן די ברידער וועט דאך זיכער זיין ביטער, דעריבער האלט איך זיך ענדערש צוריק פון גיין צו אפט, כדי דער טאטע זאל נישט בלייבן אליינס מיט מיר און מיר נישט פרעגן קיין איבריגע פראגעס. (דעת זקנים)

וואס האט יעקב געוואלט פון יוסף?

פארוואס רופט יעקב צוזאם די קינדער פארן שטארבן?

המשך יבא אי"ה
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

יויש! פליס גראדער! שטארב נישט! אונז דארף מיר דיר נאך...

עניוועי א ריזן שכויעך ;l;p-
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

מיין הארץ האט פארפעלט א קלאפ און עס איז געווארן פארקלעמט.... ביז איך האב באמערקט אז דער אשכול געפינט זיך אין דזשורנאל, דאן האב איך אויפגענומען מיט פארלייכטערונג, אז פילייכט איז דאס א 'גראדער קעפל' אויף די סדרה פון ויחי!

א גרויסן יישר כח. בשמי ובשם אשתי. ווי איך האב אנגעוויזן אין עשרה בטבת פרייטאג אשכול, איז דער ארטיקל גאר נייטיג אויף דיזע וואך, צוליב דעם וואס מען וועט דאווענען גאר פרי פרייטאג צו נאכטס, נו דארף מען דאך האבן וואס צו פארציילן ביים לאנגן שבת טיש.


א הערצליכן דאנק!
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

זייער שיין, יישר כח
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

דער קעפל איז ריזיג! דער אינהאלט גיימיר פארליינען פרייטאג צונאכטס. יש"כ.
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

אה... (אויסגעצויגן...)
א גרויסן ישר כח!
הערה: איך גלייך נישט אזוי דעם קעפל.
__________________________________
This signature was intentionally left blank
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

יואלי ווייס: דער קעפל, דאס האט יעקב אבינו געזאגט!
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

PDF
אטעטשמענטס
מדרש ויחי.pdf
(25.09 KiB) געווארן דאונלאודעד 473 מאל
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

נאכניש געליינט אבער חזקה על חבר שעושה שליחתו
;l;p-
יאנקעל די פופציגער
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

ווען כ'האב געזעהן דעם קעפל האט מיר געכאפט א שנעלקע... אבער נאכן זעהן אז ס'איז פון "גראדער" האט זיך מיר אלעס צאמגעשטעלט.... יישר כח!
אפשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 10, 2010 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפשר »

עליכם שלום.
ברוך ה' אז די ביזסט דא צוריק,
דער אויבערשטער זאל העלפן אז פון היינט אין ווייטער זאלסטו קענען אנגיין אומגעשטערט מיט דיין עבודת הקודש,
סיי בגשמיות און זיכער ברוחניות און זאלסט אונז ברענגן פרישע סחורה א יעדע וואך רואיגערהייט.
יישר כח
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

יגרסהדותא האט געשריבן:יואלי ווייס: דער קעפל, דאס האט יעקב אבינו געזאגט!


ביזט גערעכט, אבער דאך...
__________________________________
This signature was intentionally left blank
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

יואל ווייס האט געשריבן:
יגרסהדותא האט געשריבן:יואלי ווייס: דער קעפל, דאס האט יעקב אבינו געזאגט!


ביזט גערעכט, אבער דאך...


יואלי ביסט נאך אינג
לאקשען ברעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

.
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

צים פינטעל האט געשריבן:
יואל ווייס האט געשריבן:
יגרסהדותא האט געשריבן:יואלי ווייס: דער קעפל, דאס האט יעקב אבינו געזאגט!


ביזט גערעכט, אבער דאך...


יואלי ביסט נאך אינג


די עלטערע האבן ווייניגער מורא פאר'ן טויט...?

עניוועי, דער אשכול פארפארט...

גראדער, נאך נאך...
__________________________________
This signature was intentionally left blank
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

יואלי; וואס נאך? נאכאמאל שטארבן חלילה?...
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

צים פינטעל האט געשריבן:
יואל ווייס האט געשריבן:
יגרסהדותא האט געשריבן:יואלי ווייס: דער קעפל, דאס האט יעקב אבינו געזאגט!


ביזט גערעכט, אבער דאך...


יואלי ביסט נאך אינג

אזא קליינע אינגל האט נאך מורא פון שטארבן... ער וועט עלטער ווערן וועט ער פארשטיין
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 631
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2010 9:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוטשע נישט »

ברוך משיב אבידה
ברוך מחי' המתים
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

יוסף האט געלאזט איינשפאנען דעם קעניגליכן וואגן, און ער האט זיך ארויסגעלאזט קיין גושן.

מיט גרויס פרייד האט יעקב אויפגענומען זיין זון יוסף, ער האט נישט געמאכט קיין לאנגע הכנות, ער האט אים גלייך געלאזט וויסן די סיבה פארוואס ער האט אים גערופן.

"ברוך השם די לעצטע זיבעצן יאר זייט איך בין אראפגעקומען צו דיר קיין מצרים האב איך געלעבט במנוחה ובשלוה, סיי איך האב געקענט לערנען אומגעשטערט אן קיין דאגות, סיי איך בין ב"ה געבענטשט געווארן אז מיינע קינדער און אייניקלעך האבן זיך אזוי פארמערט אז אין די קורצע צייט איז געווארן פון זיבעציג נפשות זעקס הונדערט טויזנט! (מדרש רבה עט א) און אפילו די מצריים זענען מיר אזוי מכבד, זיי זאגן אז אין מיין זכות האט זיך דער הונגער אפגעשטעלט נאך צוויי יאר, און ס'איז נישט געווען די גאנצע פולע זיבן יאר, אויך זאגן זיי אז זייט איך האב געבענטשט דעם קעניג פרעה, קומט די וואסער פונעם טייך נילוס ארויף צו אים ווען ער קומט אהין.

זאלסט אבער וויסן מיין טייער קינד אז איך ווער שוין שוואך, איך שפיר אז מיינע כוחות לאזן זיך אויס, וויל איך דיר בעטן צוויי טובות, און איך וויל דו זאלסט מיר שווערן אז דו וועסט עס טון פאר מיר."

"זיכער טאטע, וואס איך קען וועל איך טון צו מקיים זיין דיין ווילן, זאג מיר נאר וואס דו פארלאנגסט פון מיר."

"די ערשטע זאך וויל איך דיר בעטן, דו זאלסט מיר נישט באגראבן אין מצרים, אפילו נישט פאר א קורצע צייט, זאלסט מיר ניטאמאל אריינלייגן אין א ארון דא, כדי די מצריים וואס זייער מנהג איז נישט צו באגראבן נאר צו לייגן אין א ארון, זאלן נישט זאגן אז דאס איז שוין גענוג און איך קען שוין אזוי פארבלייבן." (ספורנו)

"אבער הייליגער טאטע, פארוואס? דו ווייסט דאך אז דיינע אייניקלעך פארבלייבן דא אין גלות, און מ'ווייס מיר דאך וואס דער אויבערשטער האט געזאגט פאר דעם זיידן אברהם אז מ'וועט זיי פייניגן און פארקנעכטן, זיי וועלן דורכגיין גאר שווערע צייטן דא, פארוואס זאלן זיי נישט האבן א מקום קדוש וואו צו קומען זיך אויסגיסן דאס הארץ אויף דיין קבר?" (ימע"ל בשם זוהר)

"איך וועל דיר זאגן יוסף, איך האב אסאך טעמים דערביי, קודם האב איך מורא אז נישט נאר מיינע אייניקלעך די אידישע קינדער וועלן קומען מתפלל זיין ביי מיין קבר, נאר אויך די מצריים, ווען ס'וועט קומען די מכות אויף זיי, וועלן זיי קומען צו לויפן און מתפלל זיין ביי מיין קבר, אויב וועלן זיי געהאלפן ווערן איז נישט גוט, זיי וועלן נישט באקומען זייער פארדינטע שטראף, אויב וועלן זיי נישט געהאלפן ווערן וועט דאך זיין א גרויסער חילול השם, איז בעסער אז איך בין נישטא. (מדרש הגדול)

נאך א סיבה, איינע פון די מכות וואס דער אויבערשטער גייט ברענגען אויף די מצריים וועט זיין אז די גאנצע ערד וועט ווערן לייז, און איך וויל נישט אז אויף מיין קערפער זאלן קריכן לייז, איי וועסטו זאגן אז מ'קען מיר אריינלייגן אין אן אייזערנעם קאסטן, אזוי אז די לייז וועלן נישט קענען אריינקריכן, האב איך נאך א סיבה, אזוי ווי איך זעה זענען די מצריים זייער גלויביגע מענטשן, און איך זעה דעם גרויסן כבוד וואס זיי גיבן מיר דא, האב איך מורא אז נאך מיין טויט וועלן זיי מאכן א גאנצע געטשקע פון מיר, און ווען ס'וועט קומען די צייט וואס די אידן וועלן ארויסגיין פון מצרים וועט דער אויבערשטער שטראפן און צוברעכן אויך אלע מצרישע געטשקעס, וויל איך נישט דעמאלס זיין איינע פון די געטשקעס..." (מדרש רבה צ"ו)

"גוט טאטע, איך זעה אז דו ווילסט נישט מ'זאל דיר באערדיגן אין מצרים, נו וואו יא?"

"דאס איז טאקע די צווייטע זאך וואס איך וויל דיר בעטן, דו זאלסט נעמען מיין קערפער און ארויפטראגן קיין ארץ ישראל."

"קיין ארץ ישראל?"

"יא, דווקא קיין ארץ ישראל, ווייל ווען ס'וועט קומען די צייט נאכן לעצטן גלות ווען ס'וועט זיין תחית המתים, אלע טויטע וועלן צוריק לעבעדיג ווערן, וועלן קודם אויפשטיין די וואס זענען באערדיגט אין ארץ ישראל, די וואס זענען באגראבן אין אנדערע לענדער וועלן דארפן דורכגיין א גרויסן צער ביז זיי וועלן פון אונטער דער ערד דורך טונעלן אנקומען קיין ארץ ישראל און דארט אויפשטיין תחיית המתים.

אין ארץ ישראל זאלסטו מיר באגראבן אינעם מערת המכפלה, דארט ווי ס'ליגן שוין דער זיידע אברהם מיט שרה, מיין טאטע יצחק מיט מיין מאמע רבקה, און דארט ווי איך האב באערדיגט מיין ווייב לאה, איך האב שוין אויסגעגראבן דארט א קבר גרייט פאר מיר, כדי צו מאכן א חזקה מיין ברודער עשו זאל נישט טראכטן אז ער וועט מצליח זיין צו ליגן דארט.

באמת גלייב איך נישט אז עשו וועט זיך קעגנשטעלן נאכדעם וואס ער האט מיר שוין צוויי מאל פארקויפט דעם פלאץ, איינמאל בשעת ער האט מיר פארקויפט די בכורה פארן טאפ לינזן, איך האב זיך קלאר אויסגענומען מיט אים דעמאלס אז דער קבר אינעם מערת המכפלה איז אריינגערעכנט אינעם געשעפט, אויך שפעטער ווען איך בין צוריקגעקומען פון חרן פאר איך האב באגראבן לאה האב איך אים געגעבן א גאנצן בארג גאלד מיט זילבער, און ער האט מיר אונטערגעשריבן א שטר אז דער קבר איז מיינס, אבער דאך זאלסטו זיין גרייט אויב עשו וועט דיר וועלן שטערן מיר דארט צו באערדיגן."

"יא טאטע, קענסט זיין רואיג, איך וועל פונקטליך אויספירן דיין פארלאנג."

"איך בעט דיר מיין קינד, שווער מיר אז דו וועסט עס טון."

"איך פארשטיי נישט טאטע, ביזט מיר דען חושד אז איך וועל נישט איינהאלטן מיין צוזאג? פארוואס פעלט אויס צו שווערן? איך זאג דיר אז איך בין אזוי שטארק איבערצייגט אין די חשיבות פון באערדיגן אין ארץ ישראל אז איך וועל אויך אנזאגן אז איך וועל אויך אנזאגן מ'זאל מיר ארויפטראגן קיין ארץ ישראל נאך מיין טויט."

"איך בין דיר ח"ו נישט חושד, איך ווייס אז דו וועסט טון אלעס אין די וועלט מקיים צו זיין דיינע ווערטער, איך האב נאר מורא אז אויב וועט עס זיין נאר דיין צוזאג וועט פרעה נישט צולאזן דו זאלסט מקיים זיין דיינע ווערטער, אבער ווען פרעה וועט הערן אז דו האסט געשוואוירן וועט ער פארשטיין אז ער האט נישט קיין ברירה און ער מוז דיר לאזן מיר ארויפטראגן קיין ארץ ישראל, דעריבער בעט איך דיר, כאפ אן א חפץ של מצוה און שווער."

"איך בעט דיר טאטע, לאמיר עס נישט מאכן אזוי אויפפאלענד, אז די ארומיגע מענטשן זאלן נישט טראכטן אויף מיר אז מיין טאטע גלייבט מיר נישט אן קיין שבועה."

"גוט מיין קינד, לאמיר עס מאכן שטילערהייט קיינער זאל נישט כאפן אז דו שווערסט, (כלי יקר)

"נאך א געדאנק הער צו מיין קינד, נאך מיין טויט זאלסטו מאכן גרויסע הספדים דא אין מצרים, אזוי אז די מצריים וועלן זיך שוין האבן אויסגעגעבן וועלן זיי גרינגער מסכים זיין מ'זאל מיר ארויספירן פון דא. (ספורנו)

יוסף האט געשוואוירן מקיים צו זיין די צוואה פון יעקב אבינו.

יעקב האט זיך גאר שטארק דערפרייט, ער האט נאכאמאל געדאנקט דעם אויבערשטן פאר דעם גרויסן חסד אז אפילו יוסף איז געווען אזויפיל יאר אין מצרים איז ער דאך געבליבן אזוי ערליך, ער האט זיך אויסגעדרייט צום עק פונעם בעט ווי די שכינה רוהט און ער האט זיך געבוקט געלויבט און געדאנקט דעם אויבערשטן אז אלע זיינע קינדער די הייליגע צוועלעף שבטי קה זענען צדיקים וקדושים.

נאך א תפלה האט יעקב יעצט געבעטן פון רבש"ע, ביז דעמאלס ווען ס'איז געקומען די צייט פון א מענטש צו פארלאזן די וועלט, האט ער געגעבן א ניס, (געמאכט א האפטשו...) און ער האט אויסגעהויכט די נשמה, האט יעקב יעצט געבעטן דעם רבש"ע:

"גרויסער באשעפער, ווען א מענטש גייט אוועק פון די וועלט פלוצלונג האט ער נישט קיין צייט צו זאגן ווידוי און תשובה טון פארן טויט, אויך ווייסט ער נישט אז ער דארף זיך שוין געזעגענען פון זיינע קינדער, בעט איך דיר, מאך דעם מענטשן אביסל קראנק א שטיקל צייט פריער, כדי ער זאל וויסן אז אט אט פארלאזט ער די וועלט און ער זאל קענען זיך צוגרייטן ריכטיג." (ימע"ל בשם כסף נבחר)

דער רבש"ע האט אויסגעהערט יעקב'ס תפלה, און ער האט אים געזאגט, "זייער א גוטע זאך האסטו געבעטן, און טאקע ביי דיר וועט זיך עס אנהויבן."

יוסף איז צוריק געפארן צו זיין פאלאץ אין הויפט שטאט פון מצרים.

די ברידער פון יוסף פלעגן זיך כסדר צוזאמקומען ביי יוסף אין פאלאץ, צו פארברענגען און עסן סעודות דארט, אויפן באפעל פון יעקב איז יוסף געזעצן אויבן אן, ביי די קומענדיגע סעודה האט יוסף דערציילט פאר די ברודער די בקשה פונעם טאטן, דער שמועס האט זיך געצויגן:

"אינטערעסאנט אז ער האט נישט געבעטן די טובה פון ראובן דעם בכור."

"אדער פון יהודה, דער מלך."

"זייער פשוט, קודם כל איז יוסף דער צוליב וועם דער טאטע איז אראפגעקומען קיין מצרים, איז דאך נישט מער ווי יושר אז ער זאל זיין דער וואס זאל אינזין האבן מ'זאל אים צוריק ארויפטראגן קיין ארץ ישראל, צווייטנס, ליגט עס דען אין אונזערע הענט, קענען דען יהודה צו ראובן טון דא אין מצרים וואס זיי ווילן, אפילו יוסף וועט דארפן אנקומען צום רשות פון פרעה, ער האט די מערסטע שאנסן עס צו קענען ערלעדיגן, פארשטייט זיך אז דער טאטע האט דווקא אים געבעטן."

ווען יוסף האט איבערגעלאזט זיין טאטן יעקב אין גושן האט ער געזעהן אז יעקב איז שוין זייער שוואך, האט ער אוועקגעשטעלט אפאר שומרים וואס זאלן אים כסדר מודיע זיין וואס דער מצב איז מיט זיין טאטן, (פסיקתא רבתי פרק ג') ס'האט נישט גענומען לאנג ווען זיי זענען אים געקומען זאגן די שלעכטע נייעס:

"אדוני המלך, גאנץ גושן פארט אויף רעדער, זייט די וועלט שטייט האט מען נאכנישט געהערט אז א מענטש זאל קראנק ווערן, און דא איז פלוצלונג דער גרויסער צדיק קראנק געווארן, (פרקי דר"א פנ"ב) דיין טאטע שפירט זיך שטארק נישט גוט.

יוסף האט געכאפט זיינע צוויי קינדער, מנשה און אפרים, ער האט געוואוסט אז צדיקים פירן זיך צו בענטשן די קינדער פאר זייער פטירה, (תנחומא) איז ער איז גלייך אריבער געלאפן קיין גושן.

יעקב איז געלעגן אין בעט, און סרח בת אשר וואס האט שטענדיג באדינט דעם זיידן יעקב איז געשטאנען נעבן זיין בעט. פלוצלונג האט זי געזעהן פונדערווייטנס ווי דער פעטער יוסף קומט, איז זי שנעל געלאפן מיט גרויס פרייד זאגן פאר יעקב אז יוסף קומט, זי האט געוואוסט אז יעקב וועט זיכער אויפלעבן דאס צו הערן. (ילקוט נר השכלים)

און אזוי איז טאקע געווען, ווי שוואך און קראנק יעקב איז שוין דעמאלס געווען האט ער זיך געשטארקט און אויפגעזעצט אויפן בעט, נישט סתם אונטערגעהויבן דעם רוקן אביסל אזוי אז ס'זאל אויסקוקן ווי ער זיצט אנשטאט ער ליגט, נאר ער האט אראפגעלייגט די פיס אויף דער ערד און ממש געזעצן, (רשב"ם) כדי צו געבן כבוד פארן קעניג.

חוץ פון דעם האט יעקב געוואלט אז זיינע קינדער זאלן זעהן ווי שטארק ער שטרענגט זיך אן מיט זיינע לעצטע כוחות מכבד צו זיין יוסף, כדי זיי זאלן אים אויך מכבד זיין. (פסיקתא רבתי פרק ג')

יעקב האט זיך זייער געפרייט אז יוסף איז געקומען, אפילו ער האט געפלאנט צו רופן אלע קינדער שפעטער און זיי בענטשן, דאך האט ער געוואלט גיבן א ספעציעלע ברכה פאר יוסף באזונדער.

"הער זיך איין יוסף, דער גרויסער באשעפער האט זיך באוויזן צו מיר אויפן וועג צוריק פון חרן, אינעם שטאט לוז אין לאנד כנען, ס'געווען פאר דיין ברודער בנימין איז געבוירן געווארן, און ער האט מיר געזאגט אז ס'וועט נאך ארויסקומען פון מיר דריי שבטים, אויך האט ער מיר דעמאלס געזאגט אז דער לאנד כנען וואס ער האט צוגעזאגט פאר מיין זיידן אברהם און מיין טאטן יצחק, וועט ער געבן פאר מיינע קינדער, דעריבער אזוי ווי איך האב למעשה געהאט נאר איין קינד, פעלט מיר דאך נאך צוויי שבטים, וועל איך אריינלייגן מנשה מיט אפרים צווישן די שבטים, ווען מ'וועט צוטיילן ארץ ישראל צווישן אלע שבטים וועט מען עס צוטיילן אויף צוועלעף גלייכע חלקים, לוי באקומט נישט קיין באזונדערן חלק, גיב איך דיר א דאפעלטן חלק, איינס פאר מנשה און איינס פאר אפרים! (רמב"ן)

אבער אויב דו וועסט האבן נאך קינדער וועלן זיי נישט ווערן גערעכנט ווי א דריטער שבט אונטער דיין נאמען, ס'וועט נישט זיין קיין שבט ''יוסף'', נאר זיי וועלן ווערן גערעכנט אונטער שבט מנשה און אפרים."

יעקב איז ספעציעל געזעצן ווען ער האט עס געזאגט פאר יוסף, חוץ די אויבענדערמאנטע סיבות האט ער נישט געוואלט די שבטים זאלן טענה'ן אז יעקב איז שוין געווען גאר שוואך, און ס'הייסט א מתנת שכיב מרע וואס מ'קען צוריק ציען דערפון, איז ער געזעצן מיט די אייגענע כוחות צו ווייזן אז ער ווייסט פונקטליך וואס ער טוט. (חזקונו)

יעצט איז יעקב געווארן גאר ערענסט, "איין זאך מיין קינד וויל איך נאך מיט דיר אויסשמועסן פאר מיין פטירה. איך ווייס אז דו קענסט האבן אביסל א שווער הארץ אויף מיר צוליב דעם וואס איך האב באגראבן דיין מאמע אינמיטן וועג, ביז היינט האסטו געטראכט אז אפילו ס'איז נישט אזא לאנגער וועג פון בית לחם קיין חברון, ס'איז אפשר א האלבער טאג צו גיין, דאך איז די סיבה פארוואס איך האב נישט באגראבן דיין מאמע רחל אין מערת המכפלה פשוט ווייל ס'נישט קיין כבוד צו שלעפן א מת אונטערוועגנס, אבער דא ווען ס'קומט צו מיין קבר בעט איך דיר דו זאלסט מיר ארויפטראגן דעם גאנצן וועג פון גושן קיין חברון, נאך מער קענסטו זיך וואונדערן, פונעם פלאץ אינמיטן וועג וואו דיין מאמע איז נפטר געווארן ביזן בית הקברות פון בית לחם איז נאר א קורצער גאנג, ממש א תחום שבת, פארוואס האב איך איר כאטש נישט אריינגעפירט אין שטאט,(ספורנו) זאלסטו וויסן א זאך וואס איך האב דיר נישט נישט געוואלט דערציילן ביז היינט.

אפילו איך קען זיך פארענטפערן אז איר האט מען כאטש באגראבן אין ארץ ישראל, און איך וויל נישט ווערן באגראבן אין מצרים, אדער וואלט איך זיך געקענט פארענטפערן אז מיט די אלע קליינע קינדער, שאף און רינדער וואס איך האב פארמאגט וואלט מיר דער וועג קיין חברון גענומען סאך לענגער ווי נארמאל, איז דאס נישט די ריכטיגע סיבה. (רמב"ן)

דער אמת'ער טעם איז, אז אזוי איז געווען דער באפעל פון רבש"ע, מ'זאל איר באערדיגן דווקא דארט אינמיטן וועג! ווייל ס'וועט קומען א צייט וואס אונזערע אייניקלעך די אידישע קינדער וועלן פארטריבן ווערן פון הייליג לאנד, דער רשע נבוזראדן וועט זיי פירן אין גלות, וועלן זיי דורכגיין דעם זעלבן וועג, און דאן ווען זיי וועלן זיך אפשטעלן מתפלל זיין אויף איר קבר וועט דיין מאמע רחל גיין איינרייסן פארן כסא הכבוד ביז דער רבש"ע וועט איר צוזאגן אויסצולייזן אירע קינדער.

אפילו איך האב געוואוסט די אלע יארן אז דו וועסט זיין סאך רואיגער ווען דו וועסט וויסן אז איך האב איר באגראבן אינמיטן וועג אויפן באפעל פון אויבערשטן, דאך האב איך דיר נישט געוואלט פאראשפן צער און דערציילן אז די אידן וועלן אמאל גיין אין גלות און דארפן וויינען אויפן קבר, איך האב געוואלט באהאלטן פון דיר די שלעכטע בשורה ווי לאנג איך קען, (גור ארי')

און דאן האט זיך יעקב גענומען גרייטן צו בענטשן יוסף'ס קינדער...

המשך יבא אי"ה
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהת »

איך ווארט שוין צו פרינטען די גאנצע פי די עף.... א דאנק!!
Normal is just a setting on the washing machine
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

קהת האט געשריבן:איך ווארט שוין צו פרינטען די גאנצע פי די עף.... א דאנק!!


האפענטליך וועט מארגן אינדערפרי זיין נאך. כ'וועל פרובירן צו לייגן אויך א פידיעף
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוישע_יאכעס »

גראדער גראדער וואו גראד ביסטו
אההההה חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו, וכו' וגו' וק"ל
איים ספיטשלעס, גראדער איז בעק פול טיים
נו?! מיר ווארטן אויפן צווייטן חלק!!!
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

ריזיג שכויעך

PDF "נאר" פון חלק ב'
אטעטשמענטס
פרשת ויחי 2.pdf
(37.41 KiB) געווארן דאונלאודעד 342 מאל
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

און דאן האט זיך יעקב גענומען גרייטן צו בענטשן יוסף'ס קינדער, אבער דא האט פאסירט א מורא'דיגע זאך, דער רוח הקודש האט זיך פלוצלונג אפגעטון פון יעקב אבינו, ער האט געשפירט אז ער קען זיי נישט בענטשן, יעקב האט אנגעהויבן צו טראכטן אפשר איז עפעס נישט אין ארדענונג מיט די קינדער, אפשר איז זייער מאמע א מצרית און צוליב דעם זענען זיי נישט ראוי צו באקומען די ברכות.

"זאג מיר יוסף, פארוואס האט דאס פאסירט צו מיר אז דער רוח הקודש האט מיר איבערגעלאזט פונקט ווען איך האב זיי געוואלט בענטשן, אפשר האסטו נישט כשר חתונה געהאט מיט זייער מאמע?"

"טאטע, ווייסט ווער ס'איז זייער מאמע? בכלל נישט קיין מצרית! גיב א קוק אויף די קמיע וואס איז געשריבן מיט דיין אייגענעם האנט שריפט!" (תרגום יונתן)

יעקב האט איבערגענומען דעם גאלדענעם בלעכל וואס יוסף האט אים געגעבן, פון גרויס אלטקייט איז האט ער שוין שווער געקענט זעהן, ער האט זיך געדארפט אונטערהייבן די אויגן ברעמען, (מדרש) און ער האט עס געליינט:

"ווער עס וועט מיט איר חתונה האבן, וועט האבן די זכי' זיך צו באהעפטן צו די קינדער פון יעקב."

"איך האב דאך געשריבן די קמיע! הייסט דאס אז דיין ווייב איז די טאכטער פון דינה וואס איך האב אוועקגעשיקט נאך די מעשה אין שכם, איז זי דאך מיינסט אן אייניקל!"

"און דא האסטו טאטע דעם שטר תנאים און די כתובה, מיר האבן חתונה געהאט כדת משה וישראל, אויך האב איך זיי כשר גע'מלה'ט דא אין מצרים, (מדרש רבה צז)"

יוסף האט אריינגערופן זיין ווייב אסנת, און ער האט זיך געבעטן ביי יעקב, נאר צוליב די צדיקת אליינס איז שוין כדאי דו זאלסט זיי בענטשן. (פסיקתא ג')

"איז וואס דען קען זיין די סיבה אז זיי זענען נישט ראוי איך זאל זיי בענטשן, אפשר פירן זיי זיך נישט אויף ערליך ח"ו? ניין, ווען איך בין געקומען קיין מצרים האב איך זיך נישט גערישט דיר צו טרעפן אויף אזא הויכע מדריגה, איך האב נישט געטראכט אז נאכן זיין אזויפיל יארן אין אזא טריפה'נע מצרים ביזטו דאך געבליבן ערליך, צום סוף האב איך זיך אזוי געפרייט צו זעהן אז אפילו דיינע קינדער זענען אויך ערליך.

איך טראכט אז אפשר זענען זיי נישט ראוי פאר די ברכות צוליב די אייניקלעך זייערע, איך זעה אז ירבעם בן נבט און אחאב המלך וואס וועלן מאכן זינדיגן די אידן, וועלן ארויסקומען פון אפרים, און אויך פון מנשה וועט ארויסקומען דער רשע יהוא."

"איך בעט דיר טאטע, נאר די רשעים וואס וועלן ארויסקומען פון זיי זעסטו, און דאס וואס זייערע קינדער און אייניקלעך וועלן שטיין ביים ים סוף און זאגן זה קלי ואנוהו זעסטו גארנישט? (מדרש אגדה)

נאך א זאך, דער אויבערשטער האט געבענטשט דיין טאטן יצחק אפילו ס'איז ארויסגעקומען אן עשו פון אים, קען מען דאך זעהן פון דעם אז אפילו אין צוקונפט וועלן ארויסקומען נישט ערליכע קינדער, גיבט דער אויבערשטער די ברכה אין זכות פון די גוטע קינדער וואס וועלן ארויסקומען." (כלי יקר)

יעקב האט זיי גאר שטארק געוואלט בענטשן, האט ער זיי ארומגענומען און געקישט, ער האט געהאפט אז דורך די שמחה וועט צוריק קומען צו אים דער רוח הקודש, אבער ס'איז נישט געגאנגען, דער רוח הקודש איז נישט געקומען און יעקב האט געשפירט אז ער קען זיי נאך אלץ נישט בענטשן. (פסיקתא רבתי)

ווען יוסף האט דאס דערזעהן האט ער גענומען מנשה מיט אפרים און ער איז ארויס פון יעקב' שטוב, ער איז געפאלן אויף זיין פנים און זיי האבן אנגעהויבן צו וויינען און בעטן דעם אויבערשטן אז דער רוח הקודש זאל צוריק קומען צו יעקב ער זאל זיי קענען בענטשן, ווען דער אויבערשטער האט דאס דערזעהן האט ער געזאגט, ווילאנג נאך וועט דער צדיק יוסף זיין בצער? און דער רוח הקודש איז צוריק געקומען צו יעקב אבינו. (פסיקתא רבתי)

יוסף מיט די קינדער זענען צוריק אריינגעקומען צו יעקב, אזוי ווי יוסף האט שוין געהאט געזעהן פריער ווען יעקב האט אים געזאגט אז זיינע קינדער וועלן ווערן גערעכנט ווי די שבטים האט ער געזאגט אפרים פאר מנשה, האט יוסף געוואלט זיכער מאכן אז די בכורה ווערט נישט צוגענומען פון מנשה, האט יוסף געשטעלט מנשה דעם בכור צו יעקב'ס רעכטע זייט, און אפרים צו יעקב'ס לינקע זייט, (פסיקתא) יעקב אבינו האט דורכן טאפן געשפירט ווער ס'איז מנשה און ווער ס'איז אפרים (ספורנו) ער האט געלייגט זיין רעכטע האנט אויף אפרים און די לינקע אויף מנשה, און ער האט זיי אנגעהויבן צו בענטשן:

"דער באשעפער וואס מיין טאטע יצחק און מיין זיידע אברהם האבן געדינט מיטן גאנצן הארץ, דער באשעפער וואס האט מיר געשפייזט, און איז געווען נאנט צו מיר פון ווען איך בין געווען יונג ביזן היינטיגן טאג, דער מלאך וואס איז געווען דער שליח פון באשעפער מיר אויסצולייזן פון אלע שלעכטס וואס האט מיר פאסירט, ער זאל בענטשן די קינדער, זיי זאלן זיין ערליך און ראוי אז מיין נאמען און דער נאמען פון די אבות הקדושים אברהם און יצחק זאל ווערן גערופן אויף זיי, (ספורנו) אזוי ווי די פיש אין וואסער זאלן זיי זיך מערן, און ס'זאל נישט שאטן קיין עין הרע אויף זיי, און ווען ס'וועט קומען די צייט וואס די מצריים מיט זייער רשעות וועלן צונעמען די ניי געבוירענע אידישע קינדער און די אידישע מאמעס וועלן באהאלטן די קינדער אין פעלד, ווען די מצריים וועלן זיי קומען זוכן וועלן די קינדער ווערן איינגעשלינגען אין דער ערד, און זיי וועלן זיך מערן "אין" דער ערד." (גמ' סוטה)

ווען יוסף האט געזעהן ווי יעקב האט פארטוישט די הענט, ער האט געלייגט די לינקע האנט אויפן בכור מנשה, האט ער מורא געהאט אז יעקב ווייסט נישט וואס ער האט דא געטון, דאס הייסט אז דער רוח הקודש רוהט נישט אויף אים, וועט די ברכה נישט מקויים ווערן, (רמב"ן) ער האט געטראכט אז מן הסתם מיינט יעקב אז ער האט זיי אוועקגעשטעלט אז דער בכור איז ביי יוסף'ס אייגענע זייט, דאס הייסט צו יעקב'ס לינקע זייט, דעריבער האט יעקב געלייגט זיין רעכטע האנט אויפן קינד וואס איז געשטאנען צו לינקס.

יוסף האט מורא געהאט פון נאך א זאך, ער האט געטראכט אז אפשר איז אים זיין טאטע חושד אז ער איז נישט בייגעשטאנען דעם נסיון מיט פוטיפר'ס ווייב, און ער האט יא געהאט א קינד מיט איר, קומט אויס אז מנשה איז נישט דער בכור, און דאס וויל דא יעקב יעצט מרמז זיין, (זוהר) האט ער גענומען יעקב'ס רעכטע האנט און עס געוואלט לייגן אויף מנשה'ס קאפ, צו פארזיכערן יעקב אז ער איז געבליבן ערליך און מנשה איז זיין אמת'ער בכור.

יעקב האט אבער גאר גוט געוויסט וואס ער טוט, ער האט ספעציעל געלאזט יוסף אוועקשטעלן די קינדער אויפן סדר אז דער עלטערער מנשה זאל זיין צו זיין רעכטע זייט אפילו ער האט געוואלט לייגן די רעכטע האנט אויף אפרים, ווייל ער האט נישט געוואלט פארשעמען מנשה'ן, (ילקוט מעם לועז) ער האט פארשטאנען אז וועלכע האנט ער האט ארויפגעלייגט וועלן זיי אפשר נישט באמערקן, אבער גיין מאכן אזא שטארקע שינוי צו הייסן לייגן דעם אינגערן ביי די רעכטע זייט קען זיין א שטארקע בזיון פארן בכור.

האט יעקב געזאגט פאר יוסף: "מיין קינד, איך ווייס זייער גוט וואס איך טו, אפילו זאכן וואס מ'זאגט מיר נישט ווייס איך, די מעשה פון ראובן מיט בלהה האט מיר קיינער נישט דערציילט, און אויך נישט די מעשה פון יהודה מיט תמר, דאך האב איך אלעס פונקטליך געוואוסט, איך ווייס אפילו זייערע מחשבות אז זיי האבן אינזינען געהאט לשם שמים (מדרש רבה) און ווייל איך האב דיר כסדר געפרעגט וויאזוי דו ביזט אנגעקומען קיין מצרים מיינסטו אז איך ווייס נישט?... (פסיקתא) איך ווייס אפילו וואס מ'זאגט מיר נישט, און זיכער דאס וואס מ'זאגט מיר יא, איך ווייס באמת אז דו ביזט געבליבן מיינס א קינד פון די שבטי דורך דעם וואס דו ביזט בייגעשטאנען דעם נסיון מיט פוטיפר'ס פרוי, און מנשה איז טאקע דער בכור, פון מנשה וועט טאקע ארויסקומען ערליכע קינדער, און אפילו גדעון וואס וועט זיין א שופט ביי אידן, אבער פונעם קלענערן אפרים וועט ארויסקומען א גרעסערער צדיק, די גאנצע וועלט ווען רעש'ן ווען יהושע בן נון וועט אפשטעלן די זון אין גבעון, דעריבער האב איך געלייגט מיין רעכטע האנט אויף אים.

יעקב האט ממשיך געווען צו בענטשן:

"אין דיר מיין קינד יוסף זאל זיך יעדער טאטע בענטשן און זיך וואונטשן אז זיינע קינדער זאלן אויסוואקסן ווי אפרים און מנשה."

יעקב האט ממשיך געווען זיי צו וואונטשן ברכות אן קיין סוף אזוי אז ס'זאל זיך טאקע לוינען צו בענטשן אין מנשה מיט אפרים. (אור החיים)

יעצט האט יעקב זיך אויסגעדרייט צו יוסף:

"ס'איז געקומען די צייט און איך גיי שוין נפטר ווערן, צוליב מיין גרויס ליבשאפט צו דיר, און אויך צוליב דעם וואס דו וועסט זיך אפגעבן מיט מיין קבורה וויל איך דיר גיבן נאך א מתנה, חוץ פון דעם וואס איך האב דיר שוין געגעבן א דאפעלטן חלק אין ארץ ישראל, גיב איך דיר יעצט נאך עפעס, דער אויבערשטער וועט זיכער איינהאלטן זיין צוזאג און אויסלייזן די אידן זיי ארויפצוברענגען קיין ארץ ישראל, דעמאלס וועלן זיי ארויפברענגען דיינע ביינער און עס באגראבן דארט, גיב איך דיר דעם שטאט שכם אז מ'זאל דיר דארט באערדיגן.

ערשטנס קומט זיך עס דיר ווייל שכם האט עס געגעבן פאר דינה, און אזוי ווי דיין ווייב אסנת איז דאך א טאכטער פון דינה איז דער שטאט שכם דיינס. (ילקוט מעם לועז)

צווייטנס האבן דיינע ברידער דיר דאך פארכאפט אין שכם, פון דארט האבן זיי דיר אראפגעשיקט קיין מצרים, פאסט גוט אז ווען מ'ברענגט דיר צוריק זאל מען דיר צוריקברענגען קיין שכם. (מדרש רבה פה ג)

נאך א מתנה גיב איך דיר, דעם שיינעם מאנטל וואס דער אויבערשטער האט געגעבן פאר אדם הראשון, (מדרש רבה) און עשו האט עס צוגענומען פון נמרוד, און די מאמע רבקה האט עס נאכדעם צוגענומען פון עשו מיט די טענה אז ס'געהערט פארן בכור, און וויבאלד עשו האט מיר פארקויפט די בכורה קומט זיך מיר דער מאנטל אויך, גיב איך דיר יעצט במתנה דעם הייליגן מאנטל."

ווען יעקב האט געענדיגט בענטשן יוסף האט ער געשפירט אז זיין צייט אויף די וועלט איז שוין זייער קורץ, האט ער שנעל געלאזט רופן אלע קינדער זיי אויך צו בענטשן. (מדרש שכל טוב)

א מלאך איז ארומגעגאנגען אין גאנצן לאנד מצרים און צוזאמגענומען אלע קינדער פון יעקב (מדרש רבה) די הייליגע שבטי קה זענען אריינגעקומען צו יעקב און ארומגענומען דעם גאלדענעם בעט אויף וואס יעקב איז געזעצן. (תרגום יונתן)

"מיינע טייערע קינדער" האט יעקב אנגעהויבן רעדן צו זיינע קינדער מיט רוח הקודש "שלום און אחדות איז די וויכטיגסטע זאך, איר זאלט אייך אלעמאל האלטן צוזאמען! אזוי וועט איר זוכה זיין אין די גאולה שלימה (מדרש רבה) אויב וועט איר זיך האלטן צוזאמען באחדות וועט קיינער אייך נישט קענען קיין שלעכטס טון! (מדרש החפץ)

וויסן זאלט איר, ס'ווארט אייך אפ א שווערער גלות דא אין מצרים, אבער ביים סוף ווען ס'וועט קומען די צייט וועט דער רבש"ע שיקן זיין שליח אויסצולייזן די אידן פון דא."

יעקב האט גענומען זיין שטעקן און עס געגעבן א ווארף אויף דער ערד, ס'איז געווארן א שלאנג! ער האט אריינגעלייגט זיין האנט אין טאש און ס'איז געווארן קרעציג, ער האט עס נאכאמאל אריינגעלייגט איז ס'איז געווארן פארהיילט!

"ווען ס'וועט קומען איינער און ווייזן די סימנים, זאלט איר וויסן אז ער איז דער שליח וואס דער אויבערשטער האט געשיקט אויסצולייזן די אידן. (מדרש ילמדינו)

ס'וועט קומען נאך שפעטערע גלות'ער, דער לעצטער גלות וועט זיין זייער א לאנגער און א שווערער, אבער דאך וועט עס קומען צו א סוף און דער אויבערשטער וועט אויסלייזן די אידן דורך משיח צדקינו.

ווען איך בין געווען אויפן וועג פון מיין טאטנס הויז קיין חרן האב איך זיך גע'חלומ'ט אז איך זעה א לייטער ווי מלאכים גייען ארויף און אראפ פון הימל, דאן האב איך געזעהן אלע שרים פון די לענדער ווי די אידן וועלן זיין אין גלות ווי זיי גייען ארויף אזויפיל טרעפ וויפיל יאר די אידן וועלן זיין ביי זיי אין גלות, דערנאך טראסקען זיי אראפ, דאס הייסט נאך די יארן וועלן די אידן ווערן אויסגעלייזט פון זייערע לענדער. (מדרש רבה ויצא - דעת זקנים)

אויך דעם שר פון אדום, דאס איז דער לעצטער גלות, האב איך געזעהן ארויפגיין אויפן לייטער, לויט די טרעפ קומט אויס אז די יארן וואס די אידן וועלן זיין אין גלות איז...

וואס גייט פאר? פארוואס שפיר איך אז דער רוח הקודש האט זיך אפגעטון פון מיר? אפשר זענט איר נישט ראוי אז איך זאל אייך מגלה זיין דעם סוד? וויי איז מיר! אפשר אזוי ווי דער זיידע אברהם האט געהאט א ישמעאל, דער טאטע יצחק אן עשו, איז אפשר אויך דא צווישן אייך איינער וואס איז נישט א מאמין בה' הונדערט פראצענט?

די שבטים זענען געווארן אויפגעשוידערט פונעם חשד.

"הער צו אונזער טאטע ישראל (שמע ישראל) אזוי ווי דו גלייבסט נאר אין איין באשעפער, אזוי גלייבן מיר מיטן גאנצן הארץ נאר אינעם איין איינציגן באשעפער, (ה' אלוקינו ה' אחד)"

ווי יעקב האט דאס דערהערט האט ער גלייך געזאגט: ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד.

"קוקט אויס אז ס'איז נישט דער רצון השם איך זאל אנטפלעקן ווען די גאולה וועט קומען, דער רבש"ע וויל אז אין יעדן דור אין יעדע צייט זאלן אידן ווארטן האפן און בעטן אויף די גאולה, נישט אז מ'זאל זיך באקוועם מאכן אינעם גלות, זיך בויען שיינע הייזער, און טראכטן ס'דאך נאך דא אזויפיל צייט ביז די גאולה, אזוי אז מ'וועט נישט וויסן ווען די גאולה וועט זיין וועלן אידן כסדר בעטן אז משיח זאל שוין קומען, און זיי וועלן יעדן טאג האפן אז היינט קומט משיח. (כלי יקר)

במהרה בימינו אמן...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
איך וויל פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך וויל פארשטיין »

גראדער, זאג מיר פארוואס די ביזט נישט געווען מיין מלמד אין חדר, אדער עט ליעסט מיין מגי"ש אין ישיבה, איך וואלט דאך אויף געוואקסן מיט אזא אפעטיט צו לערנען די הייליגע 'געשמאקע' תורה, באט עני וועי א ריזיגען שכח, עס איז ממש א מחיה צו הערן פון דיר. קיפ אפ שכרך הרבה מאד!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”