שרה גייט ארויס און רבקה קומט אריין.

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
זייער נייגעריג
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 30, 2010 7:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער נייגעריג »

א גרויסן שכוח, גאר שטארק הנאה געהאט, יעדעם אינקלאדעט , ב"ב ועוד...,
דעם שבת האמיר געוויילט ביים טאטען, וועלענדיג מהנה זיין נאך אפאר אידן האב איך עס מיט געברענגט, יעדער איז געזיצן ציגענאגלט דערצי פין אנפאנג ביזן סוף,
מיין פאטער קען אביסל פין די מדרשים זאגט ער, דער שרייבער האט געמוזט אריינלייגן אסאך צייט אין דעם אין ער מוז זיכער זיין א יודע ספר צאמצושלעפן פין די אלע גמרות אין מדרשים,
זאל מען כאטש וויסן וויפיל שעה די לייגסט אריין לטובתינו, חזק ואמץ,
זאל דיר זכות פין מהנה זיין אזויפיל אידן ביישטיין, זאלסט קענען אנהאלטן א גאנץ יאר מיטן אריינברענגען א געשמאק אין די פרשה,
(אין אפשר אפילו מוסיף זיין אויף יעדן פרשה איבער'ס יאר.)
תזכו למצוות.
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

גראדער ס'קומט דיר א גרויסער ישר כוח באמת.

נו, מ'דארף געבן א שטאך הערה אויך... איר שרייבט וועגן די הספד פון יצחק אבינו ע"ה אויף מאמע שרה. לויט ווי כ'האב געזעהן ברענגן בכמה מקומות האט "יצחק נישט מספיד געווען" ווייל ער איז נאך די עקידה ארויף אין גן עדן פאר דריי יאר ביז ער איז א חתן געווארן.

ס'איז נישט קיין פראבלעם וואס איר האט געשריבן וועגן הספד, ס'נאר להערה בעלמא. ואגב, אברהם אבינו'ס הספד איז דאכט זיך געווען דער קאפיטעל "אשת חייל" ווי ער ברענגט ארויס וואס א אידישע טאכטער איז באמת.

עניוועי, ס'איז הערליך,רייך און, גאר געשמאק. תזכו למצות.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

שמעלקא טויב האט געשריבן:גראדער ס'קומט דיר א גרויסער ישר כוח באמת.

נו, מ'דארף געבן א שטאך הערה אויך... איר שרייבט וועגן די הספד פון יצחק אבינו ע"ה אויף מאמע שרה. לויט ווי כ'האב געזעהן ברענגן בכמה מקומות האט "יצחק נישט מספיד געווען" ווייל ער איז נאך די עקידה ארויף אין גן עדן פאר דריי יאר ביז ער איז א חתן געווארן.

ס'איז נישט קיין פראבלעם וואס איר האט געשריבן וועגן הספד, ס'נאר להערה בעלמא. ואגב, אברהם אבינו'ס הספד איז דאכט זיך געווען דער קאפיטעל "אשת חייל" ווי ער ברענגט ארויס וואס א אידישע טאכטער איז באמת.

עניוועי, ס'איז הערליך,רייך און, גאר געשמאק. תזכו למצות.


יעדע זאך איז דא כמה וכמה שיטות, בנוגע יצחק נאך די עקידה האב איך געזעהן דריי שיטות, איינס אווי ידידינו רבי שמעלקא ברענגט, אברהם אבינו האט למעשה געמאכט א קריץ אויף יצחק'ס האלז, (ס'דא אויך א שיטה אז ער האט אים גע'שחט'ן רוב סימנים) און יצחק איז ארויף אין גן עדן זיך היילן פאר דריי יאר ביז מ'האט אים געברענגט רבקה חתונה צו האבן, גאר אסאך שרייבן אז פון די עקידה איז ער גלייך געגאנגען לישיבת שם ועבר, אבער דער ספר הישר (הקדמון...) שרייבט יא אז יצחק איז געווען ביי די לוי' לכן יש על מי לסמוך, בנוגע אברהם אבינו'ס הספד, האב איך טאקע געזעהן ברענגען אז ער האט געזאגט דעם אשת חיל, ונקוט האי כללא בידך, מ'זוך מיר יעדע זאך צו ברענגען אויף א אופן ס'זאל זיין ווי מער ציענד און אינטערעסאנט פאר די קינדערלעך, האמיר געטראכט אז די מעשה מיטן גן עדן וועט זיין צו קאמפלעצירט.

לאמיתו של דבר איז דא אזויפיל שיטות אין יעדע זאך, אז מ'קען אפשרייבן די גאנצע פרשה נאכאמאל פון אנהויבן ביזן סוף אינגאנצן אן אנדערע מעשה... ואולי אויב די צייט וועט עס אמאל ערלויבן, אדער איבערעס יאר, וועט מען עס פרובירן בעז"ה.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

קודם וויל איך מיר עפנטליך אנטשולדיגן פארן נישט מגיב זיין פאריגע וואך פ' וירא, היות איך בין אוועק געפארן פון שטוב אויף שבת, האב איך נשיטג עהאטד י מעגליכקייט צו פארציילן און זעהן זייער ריאקציע,

פרשת חיי שרה איז א מחי', קודם האסטו געקאווערט די גאנצע סדרה, מתחילה ועד סוף, נישט ווי ביז יעצט וואס נאר א האלבע סדרה איז געוועהן געקאווערט, (אקעי איך פארשטיי אז די אנדערע סדרות זענען געוועהן גרעסער אין אינהאלט)
די איידיע פון די סיין וואס מעלד קרית ארבע איז מעכטיג, איך וואלט אפי' געמאלן א בילד אין דיין צוקומפטיגן ביכל פון א סיין קרית ארבע 1 מיל, און אונטער דעם א סטענד ווי ס'איז דא אין אלע היסטארישע פלעצער ווי אויפן סטענד שטייט געשריבן די 4 טעמים פארוואס די שטאט הייסט "קרית ארבע",

די הספדים זענען פיין, ס'איז צוקער זיס, ווי מ'איז מספיד שרה, און מ'בעט זי זאל זיין א מליץ יושר פאר די צובראכענע משפחה, און יצחק זאל טרעפן א שידוך (ס'איז נאר נישט געוועהן די הספד צו זאגן גייסט דאך ארויף אויפן עולם האמת וועסט דאך אוועדאי באגענען דעם טאטן דעם זייידן.... וועסטו זיי זאגן וואס דא טוט זיך.... ווארום דער זיידע תרח איז גאנץ א קנאפע יחסן געוועהן....)

ואברהם זקן איז אראפגעלייגט מיט אזעלכע גוטע פארבן אזש ס'איז א מחי', דער עולם פארטוישט זיך יצחק מיט אברהם, זייער גוט, זייער גוט, מיינע קינדער האבן זיך מחי' געוועהן דערמיט,

סתם לישועה בעלמא, האט מיר איינער געוויזן אז ס'איז דא א תרגום יונתן אז דער פרעה דער טאטע פון הגר איז געוועהן גאר א ברודער מיט נמרוד, (צו א קינד כ'געדענק שוין נישט) ס'קען זיין א אינטרעסאנטע פאקט צו באצייכענען,

איך ווייס נישט וועלכע קעפל דו גייסט געבן פאר פ' תולדות, איך וואלט געגעבן א קעפל "יעקב ועשו האמורים בפרשה" און שטיייצעך צולייגן דעם יעקב'ן מיט עשו'ן דער קאנטראסט, די ברכות וכו' וכו'

גראדער!!! וואס ווילסטו? איך זאל דיר קאמפלעמיטירן?, איך קען נישט אפי' ווען איך וויל, דו מאכסט א סופער דשאב, ס'איז דער געשפרעך ביי מיינע נאנטע חבירים וועלכע האבן ליב צו רעדן שבת ביים טיש, ביסט מיר מחי', ביסט מחי' מיין ווייב און קינדער, און דו טוסט אויף א וועלט, ביי אידישע קינדער,
כה לחי, גיי אן, און לאז נישט נאך, ביזן סוף, זאלסט דעליווערן לעבעדיגע סחורה,
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

שאץ מאץ האט געשריבן:(ס'איז נאר נישט געוועהן די הספד צו זאגן גייסט דאך ארויף אויפן עולם האמת וועסט דאך אוועדאי באגענען דעם טאטן דעם זייידן.... וועסטו זיי זאגן וואס דא טוט זיך.... ווארום דער זיידע תרח איז גאנץ א קנאפע יחסן געוועהן....)

;l;p-
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

טענק יו מר. גראדער; טענק יו!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דעם פרייטאג איז ביי אונז געווען היבש פארנומען, אבער צווישן צושטעלן דעם פערקיולעטאר און אפברענען די ליכט האבן מיר זיך אריינגעכאפט אין אפיס און ארויסגעדרוקט דעם פדף פונעם פרשה, ווייל אנדערש וועט דער שבת זיין אנדערש ווי די פריערדיגע 2, און דאן וועט דער מלאך רע חלילה זאגען גם לשבת הבא כן, און גראדער וועט פארלירן דעם אפעטיט פון אנזעטיגן אידישע קינדער מיט די זיסע רייד פון די הייליגע תורה.

יישר כח גראדער (בשם מיין משפחה אויך)
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

קרעמער האט געשריבן:דעם פרייטאג איז ביי אונז געווען היבש פארנומען, אבער צווישן צושטעלן דעם פערקיולעטאר און אפברענען די ליכט האבן מיר זיך אריינגעכאפט אין אפיס און ארויסגעדרוקט דעם פדף פונעם פרשה, ווייל אנדערש וועט דער שבת זיין אנדערש ווי די פריערדיגע 2, און דאן וועט דער מלאך רע חלילה זאגען גם לשבת הבא כן, און גראדער וועט פארלירן דעם אפעטיט פון אנזעטיגן אידישע קינדער מיט די זיסע רייד פון די הייליגע תורה.

יישר כח גראדער (בשם מיין משפחה אויך)

איך בין ליידער יא דורכגעפאלן און נישט געהאט די מינוט צייט צו קענען ארויספרינטן די וואכעדיגע סדרה, אבער כדי דער מלאך רע זאל נישט האבן קיין שליטה האבן מיר עס ארויסגעפרינט נאך שבת און מיר וועלן דאס אויסליינען ביז די קומענדיגע וואך וועט זיין צובאקומען...
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

ונהר יוצא מגראדער להשקות את הצאן ומשם יפרד והי' לארבעה ראשים.
ארבעה מי יודע, וואו נעמט מען די ריכטיגע ווערטער, אויסצודרוקן די דאנקבארקייט געפילן פאר אונזער מגיד מ'ישר'ים, וועלכער האט שוין צום פערטן וואך צו גוטן, אונז מהנה געווען מיט זיין פערל-שריפט.
וויל איך דיר וואונטשן, עס זאל זיין 'דרוש וקבל שכר'. וכאשר זכית לסדר אותו, כן תזכה נאך פילע וואכן אזוי שיין אפצולערנען די הייליגע סדרות, וועלכע פלאנצן איין די ריינע אמונה ביי אידישע קינדער.
__________________________________
This signature was intentionally left blank
gagongan
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 16, 2010 3:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך gagongan »

שאץ מאץ האט געשריבן: גראדער!!! וואס ווילסטו? איך זאל דיר קאמפלעמיטירן?, איך קען נישט אפי' ווען איך וויל, דו מאכסט א סופער דשאב
כה לחי, גיי אן, און לאז נישט נאך, ביזן סוף, זאלסט דעליווערן לעבעדיגע סחורה,
נו געגאַנגען
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5934
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

יישר כח הרב גראדער שליט"א

כה יתן וכה יוסיף.

הצלחה
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

גראדער, יישר כח גדול! מעכטיג איז יא דאס ווארט!


איך_הער האט געשריבן:יישר כח, שריי איך הויעך, (עה, כ'שרייב, באט שרייבן קענעך נישט צו הויעך...) האק נאך און נאך אז ס'זאל גיין א רויעך, האסט טאקע אנגעפאנגען מיט פרשת נח, זאלסטו דאס ווייטער אנהאלטן אויף די קומענדיגע סדרות אויך.

איין הערה, איך האב מער ליב די נאמבער'ס און די הערות אונטן, די סטאר'ס מיט די מקורות גראד אין די שורות, נעמט אביסל אוועק די אפעטיט פון ליינען, אויב דער עולם וועט האלטן אנדערש, בינעך מבטל מיין דעת.


כ'וויל מיך נישט קריגען מיט איכער, אבער ווען מ'פרעגט מיך ווען, זאג איך אנדערש.

פארוואס? ווייל ווען כ'זע עפעס א חידוש ווילעך גלייך זען פשיהא ווער זאגט דאס, און אין יעדע דריטע שורה ווארפט אונז רב גראדער צוזאם דברים נפלאים פון מדרשים וכדו' וואס כ'האב נישט געוויסט ביז יעצט.
ע"כ, וואלט איך יא מער הנאה געהאט ווען די מקור ליגט ווען גלייך אויפ'ן פלאץ און נישט אונטן.

ייש"כ

וואס האלט דערוילעם?
over night kugel
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 3:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך over night kugel »

אני ה"ק האלט אויך אזוי אויב ס'נישט שווער פאר הרב גראדער בשעת מען זעהט א שיינע חידיש וויל מען גלייך זעהן ווער זאגט עס !!און נישט דארפן אראפראלען צו זעה!ן מיט דאנק
הרב 11 אפשר קענסטו מאכען אן אנקעטע!!
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

באמת איז מיר ''סאך'' (פאר די מעלות ליינער, סך...) גרינגער צו שרייבן די מראי מקומות אינעם ארטיקל, דאס שטעלן די מראי מקומות ביים סוף קאסט אסאך צייט און געדולד, נאר ווי איך האב פארשטאנען ליינט זיך עס גרינגער אזוי, אדרבה, לאמיר הערן וואס דער עולם האלט.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

אפשר שרייבען אין קלענער די מראי מקומות, לכאורה איז איכער'ס פראבלעם בעיקר ווען ס'איז די זעלבע סייז.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אין מיינע פאפירן שרייב איך די מראי מקומות אלס פוס-נאטיצן אונטן פונעם בלעטל, א פאסיגע מיטל-וועג.
אוועטאר
זושאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 31, 2010 5:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושאלע »

הרב גראדער
ווי ס' קוקט אויס גייסטו אויפן וועג פונעם 'ילקוט מעם לועז'
(אפשר טאקע האסטע פון דארט נאכגעשריבן..)
פאר מיר איז עס געשמאקער אזוי ווי ביז יעצט.

אוי זאגסטו גוט, גראדער ווי גראד...
שכל קומט מיט די יארן...
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

גראדער האט געשריבן:באמת איז מיר ''סאך'' (פאר די מעלות ליינער, סך...) גרינגער צו שרייבן די מראי מקומות אינעם ארטיקל, דאס שטעלן די מראי מקומות ביים סוף קאסט אסאך צייט און געדולד, נאר ווי איך האב פארשטאנען ליינט זיך עס גרינגער אזוי, אדרבה, לאמיר הערן וואס דער עולם האלט.

ענדערש שרייבן מער, און נישט זיך ארומשפילן מיט די מראי מקומות

(ווער ס'האט טענות אויף די מראי מקומות זאל צאלן נאר העלפט פאר יעדע ארטיקל...)

מיר איז נישט קיין נפק"מ
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

מיר גלייכן ליבערשט פוס-נאטיצן, ווי קרעמער האט שוין ערווענט.
אויפ'ן קאמפיוטער אבער, קומט דאס אויס גאנץ אונטן.
אן עצה וואלט אפשר געווען, ארויפצושטעלן דעם גאנצן ארטיקל אלס ווארד פייל, אזוי - דאכט זיך - קען יעדער מיט איין קנעפל אנשטעלן לויט זיין געשמאק.
__________________________________
This signature was intentionally left blank
אוועטאר
adobe yid
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 07, 2010 11:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך adobe yid »

מי יודע האט געשריבן:
גראדער האט געשריבן:באמת איז מיר ''סאך'' (פאר די מעלות ליינער, סך...) גרינגער צו שרייבן די מראי מקומות אינעם ארטיקל, דאס שטעלן די מראי מקומות ביים סוף קאסט אסאך צייט און געדולד, נאר ווי איך האב פארשטאנען ליינט זיך עס גרינגער אזוי, אדרבה, לאמיר הערן וואס דער עולם האלט.

ענדערש שרייבן מער, און נישט זיך ארומשפילן מיט די מראי מקומות
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

איך_הער האט געשריבן:יישר כח, שריי איך הויעך, (עה, כ'שרייב, באט שרייבן קענעך נישט צו הויעך...) האק נאך און נאך אז ס'זאל גיין א רויעך, האסט טאקע אנגעפאנגען מיט פרשת נח, זאלסטו דאס ווייטער אנהאלטן אויף די קומענדיגע סדרות אויך.

איין הערה, איך האב מער ליב די נאמבער'ס און די הערות אונטן, די סטאר'ס מיט די מקורות גראד אין די שורות, נעמט אביסל אוועק די אפעטיט פון ליינען, אויב דער עולם וועט האלטן אנדערש, בינעך מבטל מיין דעת.

גם אני מצטרף
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

א ריזיגע שכוח און א קליינע הערה. אברהם האט געגעבן פאר עפרון זילבערנע שקלים נישט גאלדנע ווי געשריבען
נ. ב אפשר קען מען ציזאמברענגען אלעס ביז דא מיט די הוספות אין א פי די עף?
יאנקעל די פופציגער
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

ייש"כ פארן דאס איבערלייגן ס'איז ממש דבר יום ביומו
א ריזיגן ייש"כ
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

שלשה דברים צריך אדם לומר בתוך ביתו ערב שבת עם חשכה
הכתבתם (מדרש גראדער), הדפסתם, הדליקו את הנר
__________________________________
This signature was intentionally left blank
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”