אשירה ואזמרה - ישראל ווערדיגער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

אשירה ואזמרה - ישראל ווערדיגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

שלום עליכם, ענד וועלקאם בעק, דיס איז וויכי בעק עט די נגינה דיפארטמענט אן די ק.נ.א נעטווארק, מער מענטשן קייען טשונגאם, ווי וואטעווער...

מיר האבן ערהאלטן א ידיעה, אז דער אלעמען באקאטער זינגער ר' ישראל ווערדיגער, ארבייט אויף א נייע אלבוים, און לויט ווי מיר הערן פון געוויסע קוועלער, האט מען די פארגאנגענע וואך געמאכט גאר אסאך פראגרעס.

ווער ישראלי ווערדיגער איז מיינעך דארפעך נישט שרייבן, איך דארף פלעין דערמאנען זיין פאריגע אלבוים "בית נאמן בישראל", און נאכדעם דארף איך שוין נישט זאגן קיין איין איבעריג ווארט.

לאמער טאקע גראד צוגיין צום נייעם אלבוים.

צום אלעם ערשטען, גענוי ווי זיין פריערדיגע אלבוים גייט ער ארייבטן מיט "טיעם פראדאקשן", (ווער ס'האט נאכנישט געהערט פון זיי, זאל אויפהייבן די הענט.) טיעם האט אין זיין פאריגע אלבוים אריינגעלייגט געוואלדיגע כוחות, און בע"ה באוויזן אהערצושטעלן א הערליכע ארבייט, דעריבער איז נישטא קיין שום סיבה צו טוישן די פראדאקשן ביי די היצטיגע אלבוים.

אלץ א באווייז אז די אלבוים איז געווען סוקסעפול, (נישט ווייל מ'דארף א באווייז, מ'דארפעס פלעין הערן, אבער פאר די וואס האבן עס נישט געהערט.) וועלעך פארציילן, ווען איך האב געבעטן ישראלי אז איך וויל ארויסגיין מיט עם עסן אין די נעקסטע פאר וואכן איין טאג, האו ער מיר געענטפערט, סארי, איך האב יעדע נאכט חתונות, און איך מוז שלאפן בייטאג, כ'זאל קענען זינגען, אפשר סוף חודש...

זעלבסטפארשטענדליך אז ווען מ'ארבייט אויף א צווייטע אלבוים, פראבירט מען אז ס'זאל זיין שענער, אדער עכ"פ אזוי שיין ווי די ערשטע, און לויט ווי מיר הערן איז מען געזיצן אויף די ניגונים סעלעקשן אליין א לאנגע צייט, און ב"ה ס'איז שוין גרייט, און ס'איז שוין 99 פראצענט קאנפוירמד אלע ניגונים.

צווישן די ניגונים ציילן זיך עטליכע ניגונים פון יאסי גרין, יעדער פארשטייט אליין וואס דאס מיינט... אבער ישראלי באטיטל'ד די ניגונים אלץ "העווי סטאף".

און אז ער האט געהאט א סוקסעס מיטן ניגון "בית נאמן בישראל" וואס איז היינט אויפגעכאפט, און ווערט געזינגען ביי אלע היימישע חתונות, איזער צוריקגעגאנגען צו "מאטי אלאוויטש" פאר נאך א ניגון.

פינקי וועבער, עם דארפעך נישט אינטרעדוסן, מ'וועט אין די נאנטע טעג קענען ליינען א אינטערוויא מיט עם, דא אין היכל הנגינה. ער האט אויך א ניגון.

משולם גרינבערגער. אוי ואתם הדבקים בשם... אוי אידאס א ניגון... האט אויך א ניגון.

יצחק וואלדנער, איך געדענק נישט אויף די מינוט ווער דאס איז, האט עטליכע ניגונים.

אויך עטליכע ניגונים פון נייע אומבאקאנטע קאמפויזער'ס, ישראלי זאגט די ניגונים זענען אזוי שיין, ער קען מיר גאראנטירן אז נאך די אלבוים, וועלן זיי שוין "אומבאקאנט" מער נישט זיין...

ווען כאב געפרעגט ישראלי צו ער האט שוין א נאמען פאר די אלבוים, זאגטער אז קיינער האט נישט קיין נאמען פאר מ'ווערט געבוירן, אבער ער האט מיך פארזיכערט אז ער גייט נישט מאכן די זעלבע קאווער א_וואו שלומי גערטנער.

דיסטריביוטער גייט זיין ישראלי'ס פאטער, זיין נאמען איז פאר יעדן באקאנט ר' מענדל ווערדיגער, (ער ארבייט אליין אויף א אלבוים) און זיין קאמפאני נאמען איז אדרת.

וואס נאך? איינער ווייסט?

צום ערשטן מאל.

צום צווייטן מאל.

און צום... דריטן מאל... טשאבעס...

בעק טו יו, ארבייט.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

אה! פון דעם וויכי האבן מיר גערעדט אלעמאל.

אטא דא איז ער צוריק מיט זיינע אינסייד אינפארמאציע איבער א נייער אלבום אין די חסידישער וועלט.

א גרויסן יישר כח וויכי פאר די נייעס. ישראלי קען איך גוט, ער איז זייער א וואוילער און צוגעלאזענער מענטש און זיין פאריגע - ערשטע - אלבום איז געווען א הערליכער ב'טעם'טער אלבום, האפענטליך אזוי אויך אויף די נעקסטע.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהת »

וואו!!!! ווי קענט וועיט.
די פריעדיגער סי די האט געהאט נאר שיינע ניגונים ממש א זעלטענע זאך אז א סי די זאל האבען נאר שיינע ניגונים. איך בין זיכער אז דעיע סי די גייט אויך זיין א היט!!! :lol:  
Normal is just a setting on the washing machine
ברייטליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברייטליך »

איז אזוי...

וויכי דו מאכסט זיכער א JOKE ווען דו זאגסט וועגן איצי וואלדנער אז די געדענקסט נישט ווער דאס איז?
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

שאקס!!!!!!!!
ווען איך ווייס ווען אז מ'מעג שוין רעדן פון דעם אלבוים אין פובליק.. אוי!! ברררררר.. כ'בין ברוגז יעצט! איך האב שוין געהאט אזויפיל נייעס ארום דעם אלבוים, און דא האט מיר עס וויכי ארויסגעכאפט פון אונטער די הענט..
ער איז שוין געווען פארטיג צוויי וואכן צוריק מיטן סעלעקטן די ניגונים, און איך האב געשוויגן!
ער איז געווען אין ארץ ישראל לעצטענס וועגן דעם נייעם אלבוים, און איך האב געשוויגן!
און דא גייט שוין וויכי אויף סאפפערס מיט איהם... הישמע כזאת?!

נו נו, יעצט העמיר גיסן אינפא אן א רחמנות.
קודש קול, איינס פון די אומבאקאנטע קאמפאזערס וואס דער ישראלי רעדט איז א נייער שטערן אין עולם הנגינה, א שטערן האב איך געזאגט??? נעה! א אויפגייענדער זון אין עולם הנגינה! עס רעדט זיך פון החתן אברהם זופניק.
דער חתן דינן האט שוין אונטער זיך א רייכע רעזומעי פון קאמפאזיציעס, אויך ישראלי'ס טעיפ גייט ארויף א ניגון וואס וועט פארבלייבן פארצייכענט אלס ניגון פון די יאר! א הערליכער שטייטער ניגון.. שוין וואס האבעך צו רעדן?!
בעק טו יו מושי קרויס מיט א באשרייבונג אויף זופניק..
און בעק טו יו וויכי מיט די אפדעיטס!
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך האב הנאה אז דער פריינט פון די קרעטשמע איז ב"ה מצליח און גייט אן ווייטער מיט זיין עבודה.
אוועטאר
שלמי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2009 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמי »

זיין ערשטע טעיפ איז טאקע געווען א געלונגענע טעיפ (פאר ווער עס האט עס נישט געהערט... וויל וויכי זאגט אז ווער עס האט עס געהערט ווייסט אליינס...)
עמער האפן אז דאס מאל וועט אויך זיין אזוי גוט, און אפשר גאר נאך בעסער.
אוועטאר
mk-studio
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 01, 2010 9:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mk-studio »

א גוטן אוונט (גוט מארגן פאר אלע וואס וועלן עס ליינען מארגן)
קודם האבעך מורא'דיג הנאה פון די רעפארטער, ר' מאכער, אויב מאכט מען אפ אמאהל צו גיין לייוו שטעל איך צו די פאם פאם פאמפאאאאם פאר די לאגא...
צווייטנס וואס מיינט ק.נ.א.?
יעצט אזוי קוק איך מיך סתם אום דא, אבער זעענדיג דעם אפטיילונג (אשכול?) האב איך מיר געמוזט עפעס אנרופן.

ר' שרולי ווערדיגער דארף איך נישט דא אנפאנגען צו זאגן וועגן זיין אלבום ווייל ווער עס האט עס געהערט קען מעיד זיין אז די איז בלי ספק געווען דער אלבום פונעם יאר, איך פערזענדליך האלט זייער שטארק פון זיין שטימע, עס איז זייער א זיסע שטימע, יעט גענוג פאוערפול ביי לייוו דזשאבס, ממש ער הייבט א שמחה, דאס זאג איך און דאס האב איך געהערט פון צעהנדליגע אנדערע, (פרעגט נאר וויכטיג מאכער וועט איר זעהן ווי ביזי ער איז), אקעי דאס איז געווען בעסיידס די פאוינט.

וואס איך וויל רעדן איז וועגן די קומענדיגע זאך, איך האב אביסל מיטגעהאלטן מיט די ניגונים סעלעקציע, און איך מוז אייך זאגן אז די ניגונים זענען מיר נישט ארויסגעגאנגען פון קאפ ווען איך האב עס געהערט, הערליכע תנועות און זייער שיינע זאכן,די ניגונים האבן געארבייט ביי מיר אויף ריפיעט repeat און איך בין נישט זאט געווארן דערפון.

איך קען אייך זאגן אז די צווייטע וועט איבערשטייגן די ערשטע, די ניגונים די מוזיק, אקיצור סטעי טונד....

יעצט וועגן דעם נייעם שטערן (אדער זון - לויטן ארעסטאנט'ס גירסה) אברהמי זופניק.
דער אברהמי האט רעקאדעט ביי מיר רוב פון זיינע זאכן, און כ'מוז אייך זאגן דער האט געוואלדיגע חידושים, עס איז דא עמך ניגונים און עס איז דא קאמפליצירטע חידושים ניגונים וואס דער הערער שפרינגט אויף ווען ער הערט עס, דער זופניק'ס מעלה איז ער האט טיפיקל עמך ניגונים וואס האט זייער דיפרענט קנייטשן, און ער מאכט דאס אליין זיין א חידוש, אויך האט ער גרויסע חידושים, אבער עס האט מיר זייער געפאלן די סטייל וויאזוי ער מאכט אזא פשוטע ניגון זיין אזוי אינטערעסאנט און אזוי דיפערענט
לעצט פארראכטן דורך mk-studio אום דאנערשטאג יאנואר 28, 2010 2:58 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

(וויפיל מאל דארף מען שרייבן די נוטריקון פון ק.נ.א.?

איינמאל פאר אלעמאל:

ק'רעמער נ'ייעס א'גענטור)
ברוך_שמו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך_שמו »

mk-studio האט געשריבן:א גוטן אוונט (גוט מארגן פאר אלע וואס וועלן עס ליינען מארגן)
קודם האבעך מורא'דיג הנאה פון די רעפארטער, ר' מאכער, אויב מאכט מען אפ אמאהל צו גיין לייוו שטעל איך צו די פאם פאם פאמפאאאאם פאר די לאגא...
צווייטנס וואס מיינט ק.נ.א.?
יעצט אזוי קוק איך מיך סתם אום דא, אבער זעענדיג דעם אפטיילונג (אשכול?) האב איך מיר געמוזט עפעס אנרופן.

ר' שרולי ווערדיגער דארף איך נישט דא אנפאנגען צו זאגן וועגן זיין אלבום ווייל ווער עס האט עס געהערט קען מעיד זיין אז די איז בלי ספק געווען דער אלבום פונעם יאר, איך פערזענדליך האלט זייער שטארק פון זיין שטימע, עס איז זייער א זיסע שטימע, יעט גענוג פאוערפול ביי לייוו דזשאבס, ממש ער הייבט א שמחה, דאס זאג איך און דאס האב איך געהערט פון צעהנדליגע אנדערע, (פרעגט נאר וויכטיג מאכער וועט איר זעהן ווי ביזי ער איז), אקעי דאס איז געווען בעסיידס די פאוינט.

וואס איך וויל רעדן איז וועגן די קומענדיגע זאך, איך האב אביסל מיטגעהאלטן מיט די ניגונים סעלעקציע, און איך מוז אייך זאגן אז די ניגונים זענען מיר נישט ארויסגעגאנגען פון קאפ ווען איך האב עס געהערט, הערליכע תנועות און זייער שיינע זאכן,די ניגונים האבן געארבייט ביי מיר אויף ריפיעט repeat און איך בין נישט זאט געווארן דערפון.

איך קען אייך זאגן אז די צווייטע וועט איבערשטייגן די ערשטע, די ניגונים די מוזיק, אקיצור סטעי טונד....

יעצט וועגן דעם נייעם שטערן (אדער זון - לויטן ארעסטאנט'ס גירסה) אברהמי זופניק.
דער אברהמי האט רעקאדעט ביי מיר רוב פון זיינע זאכן, און כ'מוז אייך זאגן דער האט געוואלדיגע חידושים, עס איז דא עמך ניגונים און עס איז דא קאמפליצירטע חידושים ניגונים וואס דער הערער שפרינגט אויף ווען ער הערט עס, דער זופניק'ס מעלה איז ער האט טיפיקל עמך ניגונים וואס האט זייער דיפרענט קנייטשן, און ער מאכט דאס אליין זיין א חידוש, אויך האט ער גרויסע חידושים, אבער עס האט מיר זייער געפאלן די סטייל וויאזוי ער מאכט אזא פשוטע ניגון זיין אזוי אינטערעסאנט און אזוי דיפערענט


ארעסטאנט, דו זעסט וואס דער בעל הסטודיאו שרייבט??
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

כ'וויל דא ארויפשטעלן א שטיקל מחאה!

יא, דער שרולי ווערדיגער איז אייזן, אמת.

זיין אלבוס איז געווען א היט, אמת.

זיין צוויטע אלבום גייט זיין נאך א גרעסערע היט - א ספאדיק, אמת.

אבער:
פארוואס קומט ער מיט א פארטיגן פלאן, דא אין 'היכל הנגינה העולמי' ברויך מען קומען אנהייב פונעם פלאן, און געבן די געלעגנהייט פאר די שותי שכר דא אריינצלייגן זייערע צוויי קאפיקעס, און דא קומט זיך אן דער שרולי ווערדיגער לאחר המעשה? ער פרעגט גארנישט אונזערע וועלט בארימטע מבינים מיט מומחים. הזאת ראקאט קראמפלי?

דאסמאל וועלן מיר עס אדורך לאזן, אבער נעקסטיים....

און שוין.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

שטארק זיך, נאכן ליינען דיינע תגובות ביי יואלי גרינפעלד'ס אשכול, האטער שוין מורא געהאט צו פרעגן.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

קהת האט געשריבן: ממש א זעלטענע זאך אז א סי די זאל האבען נאר שיינע ניגונים. ! :lol:  
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:שטארק זיך, נאכן ליינען דיינע תגובות ביי יואלי גרינפעלד'ס אשכול, האטער שוין מורא געהאט צו פרעגן.
חחחח
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליינער »

http://twitpic.com/109qtf - די באקאנטע זינגער ר' שרולי ווערדיגער קויפט איין פרוכט לכבוד חמשה עשר בשבט
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך
אוועטאר
my_music
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 22, 2009 6:32 pm
לאקאציע: נאך אויפן זעלבן פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך my_music »

mk-studio האט געשריבן:
ר' שרולי ווערדיגער דארף איך נישט דא אנפאנגען צו זאגן וועגן זיין אלבום ווייל ווער עס האט עס געהערט קען מעיד זיין אז די איז בלי ספק געווען דער אלבום פונעם יאר, איך פערזענדליך האלט זייער שטארק פון זיין שטימע, עס איז זייער א זיסע שטימע, יעט גענוג פאוערפול ביי לייוו דזשאבס, ממש ער הייבט א שמחה, דאס זאג איך און דאס האב איך געהערט פון צעהנדליגע אנדערע, (פרעגט נאר וויכטיג מאכער וועט איר זעהן ווי ביזי ער איז), אקעי דאס איז געווען בעסיידס די פאוינט.

וו

איך קען אייך זאגן אז די צווייטע וועט איבערשטייגן די ערשטע, די ניגונים די מוזיק, אקיצור סטעי טונד....



ברוך הבה מ.ק. כ'זעה אז איר האט אייך שוין געמאכט היימיש, א שאד כ'האב נאך געוואלט דיך זאגן "קום אריין מאכט אייך היימיש", שוין, דאם האבעך שוין פארפאסט, נן מעהאפמער הנאה צו האבן פון דיינע אפדעיטס.

יעצט וועגן ר' שרולי, א חוץ דעם וואס זיין שטימע איז אזוי גוט קענעך אים גראדע פרעזענדליך, און ער איז א צוגעלאזענער מענטש, עס וועט איהם פאסן זיך אפצושטעלן שמועסן מיט וועמען עס זאל נאר זיין, איך האב אפאר מאל מיטגעהאלטן ווי מענטשן קלעבן זיך צו צי איהם נאך א גרויסע דזשאב וכדו' און ער הערט זיי אויס בסבר פנים יפות און מיט א שמייכל, עס איז זעלטן צו געפונען איינעם וואס איז אויף אזא מצב ווי איהם און עס זאל איהם פאסן צו גיבן א שמייכל און א גוט ווארט פאר וועמען אימער.
איך האב נישט עכט וואס צוצולייגן עס איז מיר א שטארקער הנאה צו הערן אז ער רירט זיך שוין מיטן נעקסטן פראדזשעקט, די ערשטע ארבייט נאך ביי מיר כסדר, און אז די זאגסט אז די צווייטע וועט זיין בעסער הייב איך שוין אן אפצושפארן א גראשן נאך א גראשן דאס צו קויפן.
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

קוק וואו אייוועלט האלט שוין היינט, מ'דארף שוין צוקומען צו אונז...!

Translated with permission from Ivelt.com

וויכי ;l;p-
אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

יוסי גרין, שרולי ווערדיגער גרשי מאשקאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליינער »

אטעטשמענטס
IMAG0081-684x1024.jpg
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

מ'האט אנגעהויבען דריי וואכן צוריק צו ריקארדען די וואוקעלס פונעם אלבום:

With Gershy from @teemproductions on the first day of recording vocals for the new album beshooh toivah umetzlachas
אטעטשמענטס
91514886.jpg
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

1x1 האט געשריבן:מ'האט אנגעהויבען דריי וואכן צוריק צו ריקארדען די וואוקעלס פונעם אלבום:

With Gershy from @teemproductions on the first day of recording vocals for the new album beshooh toivah umetzlachas

מער ווי 5 חדשים שפעטער, יוסי גרין מיט 'טיעם' ענדיגען צו די וואוקעלס.
אטעטשמענטס
180159198.jpg
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אוי ויזכו לראות בית נאמן בית נאמן בישראל... א בית נאמן אן פראבלעמען... אוי מאטי מאטי... אזא ניגון קומט אראפ איינמאל אין א כ'ווייס נישט ווען...

ווארט ווארט א מינוט!!! איך הער אז ס'שוין דא עפעס א פרישע ראק... אוי דורות ישרים ומבורכים... מאטי האט ארויסגעגעבן א פרישע ניגון, און טאקע פאר "ישראלי ווערדיגער" - זיין ערשטן קאסטומער.

אין א שמועס מיט ישראלי ווערדיגער האט ער מיר דערציילט אז מ'האלט שוין אינמיטן מיקסן! ביז אפאר טאג איז די סידי פארטיג, און אי"ה אויף חנוכה איז עס ארויס.

נו אז מ'האלט שוין אזוי ווייט מוז מען דאך אפדעיטן דעם עולם דא, און ישראלי - א אלטער אייוועלט פריינט - האט גערן מסכים געווען ארויסצוגעבן די אינסייטס...

איז אזוי, קודם איז דא 11 ניגונים, די ערשטע ניגון (נישט די ערשטע אויפן אלבוים) "הנני העני ממעש" האב איך געהערט פון יאסי גרין אליין, און איך קען מעיד זיין אז אזא ניגון הערט מען נישט יעדן טאג, א שטייטע ניגון ס'הייצעך אן מיט אזא חזנות, און גייט שפעטער ארויף אויף א ביעד, דערנאך צוריק חזנות, און צוריק אויף א ביעד, א הערליכע ניגון... קעש, זאג זיי...

נאך א ניגון האט יאסי גרין, פאר די וואס האבן מער ליעב די אלטע ניגונים פון יאסי וועלן דאס זייער ליעב האבן, אין פאקט האט יאסי דאס שוין געמאכט א שיינע פאר יאר צוריק, ס'איז א וואלץ ניגון אויף די ווערטער "אשת חיל", און ס'גייט אויף גאנץ אשת חיל, איך האבעס נאכנישט געהערט, אבער ישראלי זאגט אז ס'איז דא וואס צו הערן.

אקעי, איך מוז גיין, אבער פאר איך גיי מוז איך נאך דערמאנען איין זאך, די קווייער... ישראלי זאגט מיר אז מושי קרויס האט געמאכט די קווייער, ער זאגט אז ס'איז אזוי שיין אז ממש מ'קען מיינען אז ס'איז... כ'מיין ס'איז ממש אמממ.. ממש מושי קרויס.

מער דעטאלן וועלן נאכפאלגן.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2009 8:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעש פאר קלאנקערס »

די ניגון הנני העני איז א מעסטער פיעס שבמעסטער פיעס, פון ווען יוסלע ראזענבלאט האטו געמאכט זיין ניגון אויף הנני העני איז נאכנישט געווען אזאנס גלייכען.
און צו דעם קומט צו די ארענדזשירונגן פון שוע פריד וואס האט אריינגעלייגט דא פידלעך "חבל על הזמן"

אשת חיל איז אויך גאר א שיינע ניגון, ס'דא וואס צו הערן.

אזוי אויך אב הרחמים פון יוסי גרין, און נאך.
איך זאג עשה!
אוועטאר
jewish_audio
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 14, 2009 12:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jewish_audio »

אויוועעעייי היננעננני העעעאאאאני מימעעעעשש, באם באם... טאראראראםבאם... כיייייי האאאאשששעעם הואאאא... אוקעי, נעווער מיינד, כ'בין מודה כ'האב נאך דעם ניגון קיינמאל נישט געהערט... אבער נאכאלץ, איך הער די ניגון, אין אלע אנדערע ניגונים זענען עפעס אויסערגעווענדליך, אוואו מיין זיידע פלעגט זאגען, אזאנס לא היה לא הווה ואחריו לא יהיה כן...
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”