כת ש"ץ והמסתעף (שם האשכול מלפנים 'נענועים')

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

גלויב מיר אז איך האב אפילו נישט נאכגעקוקט וואס מען האט געמעקט.

אדרבה! - אפשר שיקסטו מיר אין אישי פונקטליך וואס און וואו מען האט געמעקט... איך בין נייגעריג.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

טאבאקא האט געשריבן:די מיינונג פונעם חיד"א
אסאך איז געשריבן געווארן וואס איז געווען די מיינוג פונעם חיד"א אויף ש"צ, אבער אויב מען קוקט גוט אין זיינע כתבים און ספרים זעט מען ווי ער האלט אז זיי זענען נישט גערעכנט, ער רופט זיי אן "די פארשאלטענע כת", ער שרייבט אויף זיי כת הארורה שעוברים על כריתות ומיתות בית דין דתלו עצמם בלשונות הזוהר בדברי שוא ושקר, לכן הראה פנים לקעקע ביצתם (שם הגדולים ערך ספר הזוהר). אויך אין כתבי ידות וואס מען האט געטראפען שרייבט דער חיד"א מידי עוברי עולם חשך לראות גדולי ישראל נאחזו בסבך ונתפתו, וגם כי ידעו מה מאי דהוה לא שמו לבם. מה אענה ומה אומר, ה' הטוב יכפר בעד.[1] דאס הייסט: איך האב געזען א פינסטערע וועלט ווי גדולי ישראל זענען פארכאפט געווארן, השי"ת זאל זיי פארצייען. אויך דעם גאון רבי אברהם רוויגו שרייבט ער "רב מאמין אשר היה נפתה בעוה"ר בהבלים ושאל שלא כהוגן (מעגל טוב ע' 9), אויך שרייבט ער: מי האיש ירא ה' ירחיק עצמו מהכל.

פון דער אנדערער זייט זעט מען אויך אז גדולי ישראל וואס אין זייער צייט ווען זיי האבן געשריבן זייער חיבור האבן זיי יא געהאלטן פון ש"ץ דאך ברענגט דער חיד"א פון זיי, אבער עס טוט אים וויי פארוואס זיי האלטן פון ש"ץ. ווי מיר זען ער ברענגט אסאך דעם ספר חמדת ימים, און האט דערין אסאך עוסק געווען און איבערגעשריבן פון זיי תפלות, ווי אויך דעם ספר לקט שמואל פון רבי משולם פייביש כ"ץ (שם הגדולים, ערך לקט שמואל, וערך קצור תקפו כהן). אויך דעם גאון מהר"ש פרימו ברענגט ער גאר אסאך אין זיינע ספרים, כאטש עס איז וואויל באקאנט ער איז אנהייב זייער נאנט געווען מיט ש"ץ זעלבסט.!


א אפהאנדלונג איבער'ן מהר"ש פרימו, און דעם חיד"א וועלכער ברענגט פון אים:
http://www.otzar.org/forums/viewtopic.php?f=7&t=2325
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

איך האב מיטגעהאלטן דעם גאנצן פאלעמיק דא, (און זיך געוואונדערט פארוואס מ'האט ווייטער עפעס אויסגעמעקט ווען ס'איז פארשוואונדן פון קרעטשמע, ביז כ'האב עס דא באמערקט) און זייער הנאה געהאט פון די פילע היסטארישע ידיעות וואס מען ווערט דא געוואר. אבער איך האב נישט געוואלט קאמענטירן ביז איצט ווייל איך האב גאנץ קנאפע ידיעות אין די ענינים.

אבער היינט איז אנגעקומען לידי דער ספר "חמדת הימים" וואס איז איבערגעדרוקט געווארן אין "שנת תשס"ד", האט ער דארטן א לענגערער מבוא צו פארענטפערן די אטאקעס אויפן חה"י, און כ'מוז זאגן (ביטע שלאגט מיך נישט) אז ער זאגט דברים של טעם. איך וועל נישט דא אלעס אראפברענגען, ווייל איך גלויב נישט אז דער עולם איז אינטרעסירט דערין, אבער איין ראי' וואס האט מיר געכאפט וועל איך שרייבן.
ער זאגט אז דער יעב"ץ האט א גאנצן ביאור אז דער זוה"ק האט דער רשב"י נישט מחבר געווען, א זאך וואס ס'ווילט זיך נישט גלויבן. נאר וואזשע דען? זאגט ער אז דער יעב"ץ האט אלס "עת לעשות לה' הפרו תורתיך" געזעהן פאר נוטיג דאס צו שרייבן כדי מ'זאל זיך אפשאקלען פונעם ש"ץ, און מ'זאל נישט נמשך ווערן נאך זיינע נאכשלעפער, דעריבער האט ער פרובירט אפצואוווענדן אלע ראיות און זאכן פון וואס ער ברענגט, אבער באמת האט ער אליין נישט געהאלטן אזוי.
איך וואלט געוואלט הערן וואס זיס האט צו זאגן דערויף.
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

איך האב געזען דער מבוא, עס איז זייער א קאנטערווערשל מבוא, און עס האט בשעתו אויסגערופן א שטורעם אין די וועלט. הגם ער זאגט דארט דברים של טעם, אבער מען דארף האבן ברייטע ביינער אזוי צו רעדן.

קען זיין אז איך וועל האבן אביסל צייט, וועל איך שרייבן פונקטליך וואס יענער טענה'עט...

בכלל איבער חמדת הימים איז פאראן צו רעדן א וועלט, עס איז הם יכלו והזמן לא יכלו. אדרבה! פרעג נאר ביקסאד אדער מיללער, אדער אנדערע פון אונזערע קענער דא אין קרעטשמע.
imzist
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 07, 2010 6:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך imzist »

דאס איז א באקאנט ווארט, מתאמרא משמי' ד"היימישע צדיקים" זי"ע, וועגן דעם יעב"ץ, די צדיקים הנ"ל האבן אויך אנגענומען אז דער חמדת הימים איז יא א מקור, אויב עפעס איז אריינגעמישט דערין פון מזייפים. וכן אמר מרן הק' מסאטמאר זי"ע משמי' דאבוהי הגה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע, וואס האט געהאט דעם ספר ביי זיך אין דערהיים.
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

לאמיר אפירנעמען דעם ספר חמדת הימים, לאמיר באטראכטן וואס טוט זיך מיט דעם ספר און פראבירן צו פארשטיין וואס עס האט אזוי אויפגעשטורעמט די וועלט מיט דעם ספר.

ובזה החלו:

וואס איז "חמדת הימים"?
איידער מיר הויבן אן צו רעדן איבער'ן חמדת הימים, לאמיר קודם זען וואס דער ספר איז, וואס עס ענהלט אין זיך.

"ספר חמדת הימים", א סעריע פון פיר בענדער (שבת, ימים נוראים, שלוש רגלים, חנוכה פורים וראש-חודש), איז געדרוקט געווארן צום ערשטן מאל אין איזמיר, אין יאר תצ"א. אין דער הקדמה שרייבט דער מוציא-לאור אז מען האט דאס געפונען אין א כתב-יד אין צפת און מען ווייסט נישט ווער דער מחבר איז.

דער ספר ענטהאלט דברי מוסר, הנהגות און תפילות, און איז מעורר דעם מענטש צו אהבת ה' און יראת ה' און צו גיין אין ערליכע גוטע וועגן. צווישן אנדערע שרייבט ער אז יעדן שבת ביי כתר פלעגט ער פארגיסן טייכן טרערן צוליב דער התעוררות פון זיין נשמה, אבער זיין הארץ פלעגט אים קלאפן צי מען מעג וויינען אום שבת. ער האט דעריבער פראבירט זיך צוריקצוהאלטן, אבער אן ערפאלג; ביז ער האט געפונען די אגדה אז די תלמידים פון רבי עקיבא האבן אים געפונען וויינען און זיי האבן אים געפרעגט ווי אזוי מען מעג וויינען שבת, האט ער זיי געענטפערט אז ער האט אן עונג דורך דעם, ווייל זיין דביקות צום באשעפער האט אים געברענגט צו וויינען.

אינעם ספר ווארפט ער צוזאמען שטיקער פון גמרא בבלי און ירושלמי, אגדה, תנ"ך, און אלע ספרי הזוהר און ר' חיים וויטאל. פונעם ספר איז גאר שטארק קענטיג דעם מחבר'ס למדנות און בקיאות (וואס ער האט באוויזן אן קיין קאמפיוטער).

ווען דער ספר איז ארויסגעקומען צום ערשטן מאל, איז דאס אויפגענומען געווארן נאטירליך ביי כלל ישראל, אזוי ווי יעדער ספר וואס קומט ארויס.

דער שטורעם
עטליכע יאר שפעטער, צווישן די יארן פון תצ"ה און תצ"ז, איז דער ספר איבערגעדרוקט געווארן אין קושטא. דער ספר האט דאן פאראורזאכט א גרויסן שטורעם, וואס האלט נאך אן ביזן היינטיגן טאג. פארשידענע השערות זענען געזאגט געווארן אויף ווער דער מחבר דערפון איז.

טראצדעם וואס דער ספר איז געדרוקט געווארן זעכציג יאר נאך שבתי צבי'ס שמד, זענען נאך פאראן מיינונגען אז דער מחבר פונעם ספר איז נתן העזתי שר"י אדער איינער פון זיינע תלמידים.

אינעם ספר איז פאראן א שיר אין וועלכן די ערשטע אותיות פון די חרוזים ליינען זיך "אני בנימין נתן בן אלישע חיים חזק" – דער נאמען פון דער באקאנטער נתן העזתי, אויך באקאנט אלס נתן הנביא וואס האט מכתיר געווען שבתי צבי אלס משיח, און געשטאנען אונטער דער גאנצער גערודער פון כת ש"ץ (אויף אים אליין וואלט מען געדארפט שרייבן א גאנצער ארטיקל). דער שיר איז לכאורה אן אפענער סימן אז דער ספר האט א שייכות מיט כת ש"ץ. פארט זענען פאראן אזעלכע וואס ווילן זאגן אז דער ספר שטאמט בעצם פון א הייליגן מקור, נאר מענטשן פון כת ש"ץ האבן אריינגערוקט דארט איינצלנע תפילות און פיוטים.

איינע פון די ראיות אז דער ספר שטאמט פון א שבתאי'שן מקור איז דער פאקט אז עס ווערט נישט דערמאנט קיין ווארט איבער הלכות בין-המצרים און תשעה באב. מאידך גיסא ווערט יא דערמאנט אין הלכות פסח איבער תיקון חצות, א זאך וואס נתן העזתי האט מבטל געווען אין זיין צייט.

למעשה איז פאראן אין אנהויב פונעם ספר א הסכמה פון רבי יעקב בן רבי יום-טוב אלגאזי זצוק"ל, בעמח"ס שלמי ציבור ועוד, אן אנגענומענער גדול בישראל. עס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז אזא גדול זאל געבן א הסכמה אויף א ספר וואס האט א שמעק פון שבתאות.

בעילום שם
מיר געפינען דעם ספר אין א נייעם דרוק, אין וועניציע, שנת תקי"ח. מאיזה סיבה שטייט נישט דער פלאץ וואו מען האט עס געדרוקט און די נעמען פון די דרוקערס, איינצלהייטן וואס ווערן דערמאנט כמעט אין יעדן ספר. דאס אליין ווייזט שוין אז עפעס ליגט דערין; ווי טייל טייטשן עס אפ, איז דאס צוליב דעם טומל וואס דער ספר האט אנגעמאכט. אנדערע שרייבן עס אבער צו צום חרם וואס איז ארויסגעגעבן געווארן נאך שבתי צבי'ס שמד, אז מען זאל נישט דרוקן קיין נייע ספרים וועלכע זענען געדרוקט געווארן אין די פארגאנגענע הונדערט יאר.

(מיר האבן שוין דערמאנט פריער אין אשכול, מיר וועלן עס נאר איבער'חזר'ן, כדאי מען זאל אביסל פארשטיין וואס דא האט זיך געטאן: נאך דער הסתלקות פונעם אריה"ק האט רבי חיים וויטאל אנגעהויבן פארשפרייטן דעם דרך הקבלה צווישן אידן. קבלה איז דאן געווארן א לימוד ווי אלע אנדערע לימודים, און יונגע קינדער אין בחורים האבן גענומען עוסק זיין דערין. נאך שבתי צבי'ס שמד האבן די גדולי ישראל איינגעזען אז דאס לערנען קבלה אין די יונגע יארן קען ברענגען גרויסע חורבנות, ווי עס האט טאקע פאסירט מיט שבתי צבי. עס זענען דעריבער ארויסגעקומען דאן עטליכע גזירות פון די רבנים פון אה"ו, צום-ביישפיל, יונגעלייט אונטער פערציג יאר זאלן נישט לערנען קבלה, און אז מען זאל עס לערנען בקדושה ובטהרה. צווישן אנדערע האט מען אויך גוזר געווען אז מען זאל נישט דרוקן קיין ספרים וועלכע זענען נתחדש געווארן אין די לעצטע הונדערט יאר, וויבאלד זיי פארמאגן פיל קבלה'דיגע מושגים, און אויך ווייל פיל פון זיי ענטהאלטן גאר שבתאי'שע רמזים. פערציג רבנים פון איטאליע האבן אונטערגעשריבן די גזירות, און עס זענען אנגענומען געווארן אין אלע אידישע קהילות. אין בערלין איז ארויסגעקומען אן ענליכע גזירה, נישט צו דרוקן ספרים פון די פארגאנגענע זיבעציג יאר, דאס-מיינט פון יאר תכ"ה – דאס יאר פון דער התגלות פון שבתי צבי ימ"ש.

ביי חסידים איז אנגענומען אז עס האט געהערשט א קטרוג אין הימל אויפן דרך פון אריז"ל, ווייל די תורות און כוונות פון קבלה ברענגען נישט ארויס דעם למעשה'דיגן חלק פון דער עבודה. צוליב דעם האט מען געשיקט פון הימל די מעשה מיט שבתי צבי, וואס זאל ווייזן פארן דור אז עס איז נישט אזא פשוט'ע זאך. שפעטער איז געקומען דער הייליגער בעל-שם-טוב און מתקן געווען דעם ענין, דורך דעם וואס ער האט ארויסגעברענגט דעם דרך פון אריז"ל אויף למעשה.)

די מתנגדים פונעם ספר
אצינד לאמיר צונעמען און זען וועלכע גדולים עס האבן זיך קעגנגשטעלט דעם ספר, און ווער עס האט יא מחשיב געווען דעם ספר.

אין ציצת נובל צבי שרייבט דער מחבר אז אין חמדת הימים ווערט אויף יעדן דף דערמאנט רמזים פון שטות איבער שבתי צבי ימ"ש.

אויך דער יעב"ץ (חלק ב' סימן פג) שרייבט צו זיין תלמיד:
אבל מה ענין ספר מירוס חמדת הימים לדברי חכמי המשנה קדושי עליון אבות העולם, אך דבר זה יצא מפי איש הרוח העזתי המזוהם ומטונף בצואה רותחת, על האשפה ההיא בנה כמוש טירות כזב של ספרו מקור משחת, לא מהם ולא מהמהם ולא בהם נחת, ה' ישמור רגלי חסידיו מלכד בפחת והיה מקום איתי להאריך בזה אלא שאין פנאי...

אין אידישע איבערזעצונג:
אבער וואס איז דער שייכות פון דעם ספר חמדת הימים צו די רייד פון די חכמי המשנה קדושי עליון? דער ספר איז ארויס פון דעם לופטיגן מויל פון דעם עזתי, דער שמוציגער פון צואה רותחת. אויף די מיסט האט ער געבויט זיינע פאלשע בנינים פון זיין ספר וועלכער איז פון א מושחת'דיגן מקור. נישט פון דעם קען מען געפינען נחת, דער אויבערשטער זאל אפהיטן די טריט פון זיינע קנעכט פון ווערן אריינגעכאפט אין דעם נעץ. איך האב נאך געוואלט מאריך זיין דערמיט אבער איך האב נישט קיין צייט...

ווער איז טאקע דער מחבר?
אין ספר כבוד חכמים (ירושלים תרנ"ו) איז ער מחולק מיט דער השערה פון רבי יעקב עמדין, און ער טענה'ט אז דער ספר איז נישט פון נתן העזתי. אין ספר חמשה מאמרים (הרה"ק ממונקאטש זצוק"ל) איז פאראן דארט א מאמר "משיב מפני הכבוד", דארט ענטפערט ער בנוגע דעם חמדת הימים אז עס קען זיין אז דער מחבר איז געווען א הייליגער מענטש אבער עס איז נישט קיין ספק אז עס איז דארט אריינגעפאלן זאכן וואס טויגן נישט. צווישן אנדערע ברענגט ער אראפ וואס עס שטייט דארט אויף די כוונות פון פסח, אז דער בכור בן הצנועה איז נתגדל געווארן איז ליל התקדש חג הפסח און דערנאך איז נשפך געווארן זיין בלוט בעצם היום וכו', אז עס איז א רמז אויפן אותו-איש ימש"ו, וועלכער איז גע'הרג'עט געווארן אום פסח, און ער רופט אים אן "בן הצנועה", ווייל דער אותו-איש איז געבוירן געווארן דורך א זינד פון זיין מאמע און די נוצרים שעמען זיך דערמיט, דעריבער שרייבן זיי אז ער איז א "בן הצנועה" עפ"ל.

אין תעלימות ספר (א. יערי) איז ער משער אז דער מחבר איז רבי בנימין הלוי, דער מקובל פון צפת, א תלמיד פון רבי חיים וויטאל, דער תלמיד פונעם אר"י-הק'. ער בויט זיין סברה אויף דעם וואס אלע ספרים פון רבי בנימין זענען באזירט אויף דעם ווארט חמדה, צום-ביישפיל: "חמדה גנוזה", "חמדת הלבבות", "ארץ חמדה", "מחמד עין", "חמדת ישראל" און נאך. דאס איז אבער נאר א השערה, וואס האט נישט קיין קראנטער מקור אדער יסוד.

אנדערע השערות זענען פאראן אז דער מחבר איז רבי חייא דיין, פון די רבנים פון איטאליע, וועלכער האט מרמז געווען זיין נאמען אינעם נאמען פון ספר. רבי חייא איז צוערשט געווען אן אנהענגער פון שבתי צבי, און האט שפעטער צוריקגעצויגן, ווי רוב מנין ובנין פון כלל ישראל. אינצווישן זענען זיינע חיבורים פארלוירן געווארן און ער האט נישט געקענט מבער זיין די שבתאי'שע שטיקלעך, אדער האט ער יא געקענט, אבער וויבאלד די שירים און מאמרים זענען מעורר אידישע קינדער האט ער נישט געפונען פאר וויכטיג זיי צו מבער זיין, טראצדעם וואס ער האט געוואוסט ווער דער מחבר דערפון איז.

עס זענען פאראן אזעלכע וואס טענה'ן אז עס קען נישט זיין אז דער גאנצער ספר איז נתחבר געווארן דורך נתן העזתי, ווייל עס זענען פאראן דערין שטיקלעך וואס לייגן זיך נישט אויפן שכל אז עס זאל קומען פון נתן. צום ביישפיל, עס ווערט דארט געברענגט אז דער מחבר האט זיך מפלפל געווען מיט מהר"ש הלוי, און דער מהר"ש הלוי איז נפטר געווארן איידער נתן איז געבוירן געווארן... עס זענען דעריבער דא וואס האלטן אז נתן האט אנגעהויבן מיט דעם חיבור און אן אנדער חכם האט עס צוגעענדיגט, אדער אז דער חיבור קומט נישט פון נתן נאר עס זענען אריינגערוקט געווארן שטיקלעך פון נתן העזתי.

ברענגען דעם ספר
עס זענען פאראן אויפן ספר פיל מימינים און מישמאלים. עס זענען דא וועלכע טענה'ן אז מען טאר נישט לערנען דעם ספר; אנדערע, ווידער, זענען נישט חושש דערין און שרייבן אז עס איז א גוטער ספר.

אין סידור "חסד לאברהם", פון רבי אברהם טוביינא זצ"ל, וואס איז געבויט אויף כוונת האר"י, ברענגט ער פיל אראפ דעם ספר חמדת הימים. אויך אין סידור "עבודת תמיד", פון רבי אלישע חבילייוו זצ"ל, ברענגט ער אים אראפ, אבער צום סוף איז ער זיך מתנצל און שרייבט אז אצינד איז ער געוואויר געווארן אז דער בעל חמדת הימים איז געווען חשוד בנגע הצבי, און ער האט חרטה פארן אראפברענגען זיינע רייד.

קובע זיין א שיעור
למעשה ברענגט אים אראפ דער מקדש מלך אויפן זוהר איבער פופציג מאל, ווי אויך דער משנת חסידים ברענגט אים אראפ און פסק'נט להלכה ווי אים, כאטש עס איז קעגן שולחן ערוך. אויך ברענגען אים אראפ דער חיד"א, רבי חיים אבואלעפיא, דער חתם-סופר, רבי אהרן קארלינער און נאך.

דער יסוד ושורש העבודה שרייבט אז דער ספר חמדת הימים איז ראש וראשון לכל ספרי המוסר, דערנאך קומט דער ספר ראשית חכמה און דערנאך אלע אנדערע מוסר ספרים. ענדליך ברענגט דער בעל שמן משחת קודש אין דער צוואה פאר זיינע קינדער אז זיי זאלן קובע זיין א שיעור אין ספר חמדת הימים און ראשית חכמה.

עס זענען געווען צדיקים וועלכע האבן געהייסן לערנען דעם ספר חמדת הימים, זאגנדיג אז מען קען נישט שפירן קיין טעם אין שבת און יום טוב אן לערנען דעם ספר.

דער חמדת הימים איז זיך נוקם
רבי חיים פלא'גי שרייבט אז ווען עס זענען ארויסגעקומען עוררים אויפן חמדת הימים, איז אנגעקומען פון ארץ-ישראל קיין איסקאפה, טערקיי, א שד"ר מיטן נאמען ר' שבתי ווינטוריי. דער מנהג דארט איז געווען אז ווען אן אדם גדול האט באזוכט די שטאט האבן אלע איינוואוינער אים באגלייט אויפן וועג צוריק, און וויבאלד דער בית-החיים האט זיך געפונען אינדרויסן פון שטאט האט דער ציבור זיך דאן משטתח געווען אויף קברי צדיקים.

ווען ר' שבתי איז דורכגעפארן דעם בית-החיים און זיך משטתח געווען אויף די קברים, האט מען אים געוויזן אויף אן ארט אז עס איז מקובל אז דא ליגט דער חמדת הימים. הערנדיג דאס האט ער געגעבן א מאך מיט דער האנט, ווי איינער וואס זאגט אז עס איז נישט אינטערעסאנט. פון דארט איז ער ווייטער געפארן.

ארויספארנדיג פון שטאט איז ער אראפגעפאלן פון אייזל און זיך צובראכן די האנט. ר' שבתי האט געהאלטן אז דאס איז א קפידה פונעם חמדת הימים, און איז צוריקגעפארן צו דעם קבר, אים איבערגעבעטן און זיך פארגענומען צו זאגן יעדן טאג אכצן קאפיטלעך תהילים לעילוי נשמתו.
מיט יארן שפעטער איז ר' שבתי'ס זון, ר' אברהם, אנגעקומען קיין איסקאפה, און אין דער ערשטער נאכט פון זיין באזוך איז ער נסתלק געווארן. נאך דער לוויה האט מען באמערקט אז מען האט אים באהאלטן נעבן דעם חמדת הימים. דאן האבן זיך די זקנים דערמאנט אין דער מעשה, און באוואונדערט ווי די השגחה האט צוגעפירט אז זיין זון זאל ליגן נעבן דעם חמדת הימים.

אשכנזים און ספרדים
צווישן די אשכנזים האט מען זיך על-פי-רוב צוריקגעהאלטן פון לערנען אין חמדת הימים. הגם עס זענען פאראן פון די תלמידי הגר"א וועלכע ברענגען אים אראפ, און עס זענען אויך פאראן השערות אז דער גר"א אליין האט זיך פארלאזט אויף אים אין זיינע פסקים, האבן רוב אשנז'ישע גדולים זיך דאך צוריקגעהאלטן פון לערנען דעם ספר. דאקעגן צווישן ספרדים ברענגען רוב גדולים יא אראפ דעם חמדת הימים.

עס איז אינטערעסאנט צוצוברענגען וואס איינער פון די גדולי ספרד, רבי יהודה פתייה זצ"ל, שרייבט, אז איינמאל, פארן גיין שלאפן, האט ער מעיין געווען אין ספר חמדת הימים, מגילת אנטיוכוס, און אין חלום האט מען אים מגלה געווען אז דער מחבר פון ספר חמדת הימים איז געווען א רשע.

אונטערן טיש
צווישן די חסיד'ישע גדולים הערשט א צעמישעניש אין דעם ענין, און עס איז נאכנישט געהעריג אויסגעפארשט געווארן.

אין שבחי בעל-שם-טוב ווערט געברענגט אז דער מחבר איז געווען ביים תולדות אויף שבת, און האט דארט געהערט אז דער בעל-שם-טוב איז געווען אויף שבת פרשת נח אין שאריגראד. מוצאי שבת האט דער בעל-שם-טוב זיך געפירט צו זאגן אלע זאכן וואס ער האט געזען יענע וואך אויבן אין הימל. יענע וואך האט ער געזאגט אז אין דער פארגאנגענער וואך איז נסתלק געווארן דער מעשה רוקח, דער רב פון אמסטערדאם. דערנאך האט דער בעל-שם-טוב געזאגט ווי פאלגנד: "דעם קומענדיגן יאר וועט ארויסקומען א נייער ספר, דער נאמען פון דעם ספר ווייס איך נאכנישט ווייל עס האט נאכנישט קיין נאמען. דער מחבר פונעם ספר איז איינער פון כת-ש"ץ ימ"ש. עס וועט זיין געשריבן אויף א געשמאקער שפראך און מענטשן וועלן עס גלייכן און דאס וועט אראפברענגען א טמאה אויף דער וועלט."

יענעם יאר איז ארויסגעקומען דער ספר "חמדת הימים". רבי יואל, דער מגיד פון נעמירוב, האט געקויפט דעם ספר. איינמאל איז דער בעל-שם-טוב געווען אין נעמירוב ביי רבי יואל'ן, און זעענדיג דעם ספר האט ער געזאגט: "א ספר פסול ליגט אויף דיין טיש?" דער בעל-שם-טוב האט דאן גענומען א שמוציגע שמאטע, איינגעוויקלט דעם ספר דערין און עס געלייגט אונטערן טיש.

די מעשה איז נישט מדיוק, ווייל דער מעשה רוקח איז נסתלק געווארן אין יאר תק"ב, בעת דער חמדת הימים איז געדרוקט געווארן אין יאר תצ"א, איבער צען יאר פריער.

דער שמד חלום
נאך ווערט געברענגט אין שבחי בעל-שם-טוב, אז איינמאל האט דער בעל-שם-טוב גע'חלומ'ט אז איינער פון זיינע תלמידים וועט זיך שמד'ן רח"ל. דער חלום האט זייער באזארגט דעם בעל-שם-טוב, האט ער גענומען נאכזוכן ביי זיינע תלמידים, ביז איינער פון זיינע תלמידים, רבי אליעזר פון טאניספאלי (וועלכער איז, אגב, געווען א שארפער לוחם קעגן כת ש"ץ) האט אים געזאגט אז ער האט מעיין געווען אין ספר חמדת הימים איידער ער איז געגאנגען שלאפן, און דער בעל-שם-טוב האט געזאגט אז דאס איז דער פשט פון דעם חלום.

חסידי'שע רביים מיטן חמדת הימים
פון דער אנדערער זייט איז באקאנט אז דער בעל תיקוני שבת, וועלכער איז געווען מקורב צו חסידי'שע רבי'ס, ברענגט דעם ספר חמדת הימים עטליכע מאל. אויך דער בית אהרן פון קארלין ברענגט אים, און דער מקדש מלך, אויף וועלכן דער בארדיטשובער רב זצוק"ל גיבט א הסכמה, שרייבט נאך פון חמדת הימים. ווען הרה"ק רבי הערשעלע זידיטשובער זצוק"ל פלעגט לערנען אינעם ספר מקדש מלך האט ער אויסגעלאזט יעדן שטיקל וואו עס איז געווען דערמאנט דער חמדת הימים, זאגנדיג "בהדי הוצא לקי כרבא".

אין ספר תורת חיים (מהרה"ק ר' חיים מקאסוב זצוק"ל), ברענגט ער א שטיקל פון מקדש מלך, בנוגע יום-טוב שני של גליות. דער מקור דערפון איז פונעם חמדת הימים, אבער דער תורת חיים שרייבט נישט ארויס אז עס קומט פונעם חמדת הימים. פון איין זייט זעט מען אז דער תורת חיים ברענגט פון דעם ספר, אבער פון דער צווייטער זייט דערמאנט ער נישט דעם חמדת הימים.

עס וועט זיין א ליצנות
ווי באקאנט זענען פאראן דריי סידורים פונעם אר"י הק': סידור אר"י לר' שבתי, סידור אר"י לר' קאפיל, און סידור אר"י שתיקן ר' אשר (פון די חכמי בראד).

ווען מען האט געדרוקט דעם סידור אר"י פון ר' אשר, איז מען געקומען צום עטרת צבי אז ער זאל געבן זיין הסכמה דערויף. בלעטערנדיג אין סידור האט ער געזען ביי תשליך א תפילה וואס איז גענומען פון ספר חמדת הימים, האט ר' הערשעלע געזאגט אז מען זאל נישט אריינלייגן די תפילה, ווייל אויב יא וועט עס זיין א ליצנות. למעשה האבן די מדפיסים יא אריינגעלייגט די תפילה, און הפלא ופלא, צום סוף פון דער תפילה שטייט "יהיו לרצון אמרי פי", אבער דא איז בטעות ארויסגעפאלן דער ר' פון "לרצון", און עס איז אויסגעקומען "לצון". די קפידה פונעם עטרת צבי האט געשאדט און עס איז טאקע געווען א ליצנות...

היינט מעג מען עס שוין לערנען
עס איז מקובל אז א חסיד האט אמאל געפרעגט דעם עטרת צבי פון זידיטשוב אויב ער זאל קויפן דעם חמדת הימים, און דער עטרת צבי האט אים געזאגט אז ער זאל עס נישט קויפן. יארן זענען אריבער און דער חסיד האט נאכאמאל געוואלט קויפן דעם ספר, און צו זיין וואונדער האט דער רבי אים געגעבן ערלויבעניש עס צו קויפן. אויף זיין פראגע פארוואס אמאל האט ער עס נישט געלאזט קויפן און היינט לאזט ער יא, האט ר' הערשעלע געענטפערט אז עס איז אראפגעקומען א צדיק אויף דער וועלט, וועלכער איז א גלגול פונעם בעל חמדת הימים, און ער האט שוין מתקן געווען די נשמה פונעם חמדת הימים.

דאס זעלבע ווערט געברענגט פון הרה"ק משינאווא זצוק"ל אין נאמען פונעם ראפשיצער רב זצוק"ל, אז וויבאלד עס איז אראפגעקומען אויף דער וועלט א געוויסער צדיק מעג מען שוין לערנען אינעם חמדת הימים, ווייל יענער צדיק איז געווען דער גלגול פונעם חמדת הימים און ער האט שוין מתקן געווען זיין נשמה.

רבי חיים פאלא'גי, וועלכער פארטיידיגט שטארק דעם ספר חמדת הימים, שרייבט אז עס איז מקובל אז דער חיד"א האט געהאט א ניצוץ נשמה פון דעם חמדת הימים.

לדוד ה' אורי
א פרשה פאר זיך איז דער מנהג פון זאגן לדוד ה' אורי וישעי אין די טעג פון חודש אלול און תשרי. עס זענען געווען צדיקים וועלכע האבן דאס נישט געזאגט, האלטנדיג אז דער מנהג שטאמט פונעם חמדת הימים. אזוי האט זיך געפירט כ"ק מרן בעל דברי חיים מצאנז זצוק"ל און דער מנהג ווערט נאך אנגעהאלטן ביי זיינע ממשיכים, די אדמור"י צאנז, באבוב. מאידך גיסא איז פאראן א שמועס פון כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק מצאנז-קלויזנבורג זצוק"ל, אז אין צאנז האט מען נישט געזאגט א זאך וואס שטייט נישט אין שלחן-ערוך, דערפאר זאגט מען נישט "לדוד ה' אורי" ווייל עס ווערט נישט אראפגעברענגט אין שלחן ערוך.

צווישן די צדיקים וועלכע האבן דאס נישט געזאגט געפינען מיר דעם חוזה פון לובלין, אוהב ישראל מאפטא, זרע קודש מראפשיץ, יהודי הקדוש מפרשיסחא, הצדיקים לבית זידיטשוב, קאמארנא, ספינקא, ועוד.

הגה"צ רבי פנחס חיים טויב זצ"ל מראזלא שרייבט אין א בריוו אז ער איז אמאל געווען אין קארלסבאד, וואו עס האט זיך דאן געפונען הגה"צ מפאריסיב זצ"ל, און ער האט געהערט פון אים אז ער האט מקובל איש מפי איש פון זיין זיידן דער יהודי הקדוש אז ער האט נישט געזאגט לדוד, ווייל אזוי האט זיך געפירט זיין רבי, דער חוזה פון לובלין, וויבאלד דער מנהג שטאמט פון ספר חמדת הימים. נאך האט ער צוגעלייגט, אז די צדיקים וואס האבן דאס יא געזאגט האבן זיכער נישט געוואוסט אז עס שטאמט פונעם חמדת הימים, וויבאלד זיי האבן דאס געזען אין סידור אריז"ל, און זיי האבן געמיינט אז עס שטאמט פונעם אריז"ל; אבער דער אמת איז אז עס שטאמט פונעם חמדת הימים.

באמת געפינען מיר שוין דעם מנהג נאך פארן חמדת הימים, אבער פון דעם אז מען זאל עס זאגן בציבור אין בית-המדרש איז דער חמדת הימים דער ערשטער מקור.

אנגענומענער ספר
רוב חסידי'שע גדולים ברענגען צו דעם חמדת הימים, צווישן זיי אדמור"י חב"ד, סאטמאר, זידיטשוב, גור, און נאך. כ"ק מרן אדמו"ר מהרמ"מ מליובאוויטש זצוק"ל האט געזאגט פאר איינעם וועלכער האט אים געפרעגט צי ער זאל לערנען אינעם חמדת הימים, דער רבי האט אים געענטפערט בלשון תמוה: "איר האט שוין אלעס געלערנט אז יעצט ווילט איר שוין דאס לערנען?".

אין ספר מושיען של ישראל ברענגט ער אראפ בשם כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר זצוק"ל, אז ער האט בקבלה פון זיין טאטע'ן אז דער מחבר פון ספר חמדת-הימים איז געווען אן איש קדוש. אין ספר ויגד משה ברענגט ער בשם דעם ברך משה זצ"ל אז ער האט געהאט א ספר חמדת הימים, בירושה פונעם ישמח משה זצוק"ל.

עס זענען פאראן וועלכע ברענגען אים אין ראשי-תיבות, ווי "חמדה"י", "חמד"י" אדער "חמ"י" און אפילו "ח"י" צי "חה"י". עס זענען אויך פאראן אזעלכע וואס ברענגען אים אן דעם נאמען פונעם ספר, נאר סתם "בספר אחד" א.א.וו.

אין גליון אור ישראל איז געווען געדרוקט עטליכע מאמרים איבער דעם ענין. ער קומט צו דער מסקנה אז דער ספר "חמדת הימים" איז א ליקוט פון עטליכע ספרים און דער מחבר האט נישט געקוקט פונקטליך פון וואו ער נעמט.

למעשה זענען פאראן פיל תפילות און מנהגים וועלכע מיר זאגן היינט פון וועלכע דער מקור איז דער חמדת הימים. אינ'אמת'ן אבער קען מען נישט פונקטליך וויסן, ווייל עס קען זיין אז דער חמדת הימים ברענגט עס סתם צו און דער מקור איז שוין א פריערדיגער.

סוף כל סוף איז דער ספר אנגענומען צווישן אידן אלס א הייליגער ספר, הגם עס זענען געווען וועלכע האבן זיך צוריקגעהאלטן פון לערנען דערין (בעיקר די אשכנז'ישע גדולים).

די פרשה פונעם חמדת הימים איז נאך ווייט פון קלאר ווערן, מיר האבן דעריבער געברענגט נאר דעם אויבערפלאך מיט די דעת פון גדולי ישראל, מיר וועלן זיך דעריבער דא אפשטעלן און לאזן יעדן אננעמען לויט זיין מנהג.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

זיס, נאכנישט אנגעקומען צו לייענען אבערעס קוקט מיר אויס העכסט אינטערעסט אינטערסאנט. יישר כח
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

זיס האט געשריבן: זענען פאראן אזעלכע וואס טענה'ן אז עס קען נישט זיין אז דער גאנצער ספר איז נתחבר געווארן דורך נתן העזתי, ווייל עס זענען פאראן דערין שטיקלעך וואס לייגן זיך נישט אויפן שכל אז עס זאל קומען פון נתן. צום ביישפיל, עס ווערט דארט געברענגט אז דער מחבר האט זיך מפלפל געווען מיט מהר"ש הלוי, און דער מהר"ש הלוי איז נפטר געווארן איידער נתן איז געבוירן געווארן... עס זענען דעריבער דא וואס האלטן אז נתן האט אנגעהויבן מיט דעם חיבור און אן אנדער חכם האט עס צוגעענדיגט, אדער אז דער חיבור קומט נישט פון נתן נאר עס זענען אריינגערוקט געווארן שטיקלעך פון נתן העזתי.


קודם כל א גרויסן ישר כח ר' זיס, פאר די הערליכע היסטארישע ידיעות מיט וואס דו בארייכערסט אונז.

לכאורה דארף שטיין: אן אנדער חכם האט אנגעהויבן דעם חיבור און נתן האט עס צוגעענדיגט.
__________________________________
This signature was intentionally left blank
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

זיס האט געשריבן:למעשה איז פאראן אין אנהויב פונעם ספר א הסכמה פון רבי יעקב בן רבי יום-טוב אלגאזי זצוק"ל, בעמח"ס שלמי ציבור ועוד, אן אנגענומענער גדול בישראל. עס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז אזא גדול זאל געבן א הסכמה אויף א ספר וואס האט א שמעק פון שבתאות.

לויט דיין הנחה אז אלע גדולים וצדיקים פון יענעם דור זענען אויך געווען פארכאפט אין שבתאית דעמאלט וואס איז די שאלה?
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

אויפריכטיג האט געשריבן:
זיס האט געשריבן:למעשה איז פאראן אין אנהויב פונעם ספר א הסכמה פון רבי יעקב בן רבי יום-טוב אלגאזי זצוק"ל, בעמח"ס שלמי ציבור ועוד, אן אנגענומענער גדול בישראל. עס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז אזא גדול זאל געבן א הסכמה אויף א ספר וואס האט א שמעק פון שבתאות.

לויט דיין הנחה אז אלע גדולים וצדיקים פון יענעם דור זענען אויך געווען פארכאפט אין שבתאית דעמאלט וואס איז די שאלה?

דער תירוץ איז "עד ולא עד בכלל".

ביזן שמד פון שבתי צבי איז טאקע אזוי געווען, אז אלע זענען געווען פארכאפט אין שבתאות, אבער איינמאל שבתי צבי האט זיך גע'שמד'ט, איז געווארן א מאסיווער יו-טורן ביי כלל ישראל, און כמעט קיינער איז נישט נאכגעגאנגען ווייטער שבתי צבי, אלע האבן זיך אויסגעדרייט און שבתי צבי איז געווארן מוחרם און טמא ביי כלל ישראל.

ווען דער חמדת הימים איז ארויסגעקומען, איז דאס שוין געווען עטליכע צענדליגע יאר נאך שבתי צבי'ס שמד, אזוי אז א געהעריגע אנגענומענער גדול בישראל וואלט נישט געגעבן קיין הסכמה אויף אזא זאך.

קלאר?
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

זייער קלאר. ייששר כח הרב מתוק מדבש שליט"א

זיס האט געשריבן:עס זענען געווען צדיקים וועלכע האבן געהייסן לערנען דעם ספר חמדת הימים, זאגנדיג אז מען קען נישט שפירן קיין טעם אין שבת און יום טוב אן לערנען דעם ספר.

וועלכער צדיק איז דאס געווען?
אוועטאר
זאמלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 12, 2010 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאמלער »

איך האב נישט וואס צו צולייגען דא נאך די אלע ידעות פון די חברים דא. נאר אפאר בילדער אין דאקימענטען צו מאכן א ביסעל קאלירפול 1 א בילד פון שבתי צבי און נתן העזתי
אטעטשמענטס
Untitled-12_copy.jpg
לעצט פארראכטן דורך זאמלער אום פרייטאג אקטאבער 22, 2010 8:44 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

הרב מתוק, דער ענין פון חמשה עשר בשבט וואס דו האסט דערמאנט פריער אז עס איז דא וואס קלערן אז דאס שטאמט פון כת ש"ץ, איז אויך די סיבה ווייל עס שטאמט פון דעם ספר חמדת הימים.
דער בעל חמדת הימים האט א גאנצן קונטרס מיט'ן נאמען "פרי עץ הדר" אין וועלכע ער איז מחדש דעם גאנצן יום טוב מדעתו.
ער האט דארט א גאנצע תיקון אויף דעם טאג, מעןעסט 30 מיני פירות פון ארץ ישראל און מען זאגט תפלות און ברכות אויף יעדן פרי, און מען לערנט מאמרי חז"ל און זוהר.

אגב, די אידן וואס זענען מקפיד נישט צו האבן דעם ספר אין שטוב, זאלן וויסן אז אויפ'ן תקליטור איז אויך פאראן דער ספר...
אבער אויפ'ן תקליטור האב איך נישט געפונען דעם קונטרס "פרי עץ הדר".
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

בנוגע דער בילד פון שבתי צבי:

עס זענען פאראן פיל וועלכע צווייפלען אין די ריכטיגקייט פונעם בילד. אנדערע גיבן אן אנדערע בילדער אלס שבתי צבי. באמת שטימט נישט די בילד מיט דאקיומענטן וועלכע באשרייבן די צורה פון שבתי צבי. דער יעב"ץ שטעלט אים פאר אלס "פרצופו יפה הדר, וזקנו שבולת זקן, שחור ועגול" א שיין געשטאלט און זיין בארד איז שפיציג, שווארץ און רינדעכיג. די אלע זאכן שטימען נישט מיט דעם דאזיגן בילד.

עס זענען פאראן אנדערע אנגעבליכע בילדער פון שבתי צבי, וועלכע שטימען מער מיט די פאקטן, איין בילד איז גענומען געווארן דורך א מעהלער פון פאריז וועלכער האט געלעבט אין די צייטן פון שבתי צבי ימ"ש און האט אראפגעמאלן זיין צורה, דאס איז פיל מער פארלעסליך ווי דער אנדערער בילד וואס עס איז נישט באקאנט פון וואו דאס קומט. אן אנדערן בילד זעט מען שבתי צבי רייטנדיג אויף א לייב, באזירט אויף די ווערטער פון דער נביא שקר, נתן העזתי. איך ווייס נישט פונקטליך ווי אזוי מען לייגט ארויף די בילדער, און ווי אזוי מען פארקלענערט עס אז מען זאל עס קענען לייגן, דעריבער האב איך עס דערווייל נישט געלייגט.

אויסער די צוויי אנגעבליכע בילדער, איז אויך פאראן השערות אויף א באקאנטער בילד פונעם בעל שם טוב, אז דאס איז גאר די ריכטיגער בילד פון שבתי צבי ימ"ש (לויט רוב דיעות איז די בילד פונעם בעל שם טוב - פון דער בעל שם פון לאנדאן).

בכלל איז וויכטיג צו באמערקן אז אלע בילדער און מאלערייען פון יענע טעג איז זייער אומקלאר און מען קען זיך כמעט נישט פארלאזן אויף זייער ריכטיגקייט.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

דער בילד פון בעל שם טוב איז פאראן אין דעם ספר משיחי שקר ומתנגדיהם.
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

פאראן וואס טענה'ען אז דער גאנצער עסק פון עסן פירות און אנדערע מנהגים אום חמשה עשר בשבט, שטאמט נאר פון די שבתאים, הגם דער יום טוב ווערט געברענגט שוין פון חז"ל, אבער דער עסק ארום דעם געפינט מען נישט אין די ספרי קודש פארן חמדת הימים, און ווי באקאנט קאכן זיך די שבתאים פיל אין חמשה עשר בשבט, דאס ווערט אנגערופן ביי זיי דער יום טוב פון אמיר"ה (דער טיטל אויף שבתי צבי און ראשי תיבות "אדונינו מלכינו ירום הודו"), דעריבער איז פאראן פיל שפעקעלאציעס אויב דער גאנצער מנהג קומט נישט פון זיי.

פאלגענד וועל איך אראפברענגען א שבתאי'שע שיר אויף חמשה עשר בשבט, צוזאמען מיטן פירוש אויף לשון קודש.

קאנטי די ראש השנה [ל]אילן


שיר לראש השנה לאילן




אדייו איסטאס אלטו אי גראנדי אי סאנטו
גָּדוֹל וְרָם אַתָּה וְקָדוֹשׁ, אֱלֹהֵינוּ

דיסקוב'רי אדונינו קירידו אמאדו
גַּלֵּה כְּבוֹד נֶחְשָׁק וְאָהוּב אֲדוֹנֵנוּ

קי מונג'ו לו קיירו אי מונג'ו לו אמו
כִּי אוֹקִירֶנּוּ מְאוֹד וְאוֹהֲבֶנּוּ

די אויי אינדילאנטרי ב'ינגה אינקורונאדו
מִכָּאן וָאֵילָךְ יָבוֹא מֻכְתָּר אֵלֵינוּ.

פאן
לחם

בינדיסייוניס טי דאן די טודאס לאס פארטיס
מִכָּל עֵבֶר יַרְעִיפוּ עָלֶיךָ בְּרָכוֹת

די אבאש'ו אריב'ה אי די קואטרו פארטיס
מִלְּמַטָּה מִלְּמַעְלָה, מִכָּל אַרְבַּע רוּחוֹת,

איל קין איסקוז'יסטיס אי אינב'ילונטאסטיס
אִישׁ בּוֹ בָּחַרְתָּ וְחָפַצְתָּ נְכוֹחוֹת

אב'רירה טו אור מאס אי מאס קי אנטיס
יִפְתַּח אוֹרְךָ יַרְבֵּהוּ עוֹד בְּלִי לִפְחֹת.

זייטון
זיתים

גראנדי איס סו נומברי למעלה אי למטה
שִׁמְךָ גָּדוֹל מִתַּחַת וּמַעְלָה בַּמָּרוֹם

איסטי פואיב'לו פרוב'י דיסחואילה אליב'אנטה
מַלֵּט עַם זֶה מֵעֹנִי תְּנָה לוֹ פִּדְיוֹם

אה שבת"י צב"י מירה אי לו קאטה
אֶל שַׁבְּתַי צְבִי הַבֵּט, הַשְׁקֵף הַיּוֹם

דאלי ייה סו ריינו סין נינגונה פ'אלטה
וּמַלְכוּתוֹ לוֹ תֵּן בְּלִי חִסָּרוֹן עַד תֹּם.

קיריז
דובדבן

דיזיינדו אסטה קואנדו ב'ירי טו פ'יגורה
אָמַרְתִּי אֵימָתַי דְּמוּתְךָ לִי תִּגָּלֶה

ריי אינקורונאדו איל דייו די לה אלטורה
מֶלֶךְ מֻכְתָּר, אֵל מְרוֹמָם וְנַעֲלֶה.

אי לה ישועה לואיגו אפריסורה
יְשׁוּעָתְךָ הָחֵשׁ וְלָנוּ תְּגַלֶּה,

אי קיטה טו פואיב'לו די טאנטה אמארגורה
מִמְּרוֹרִים חַלֵּץ עַמְּךָ וְתַעֲלֶה.

קורמה
תמר

האסטה קואנדו די נוס טיראראס טו סאנייה
אֵימָתַי עֶבְרָתְךָ מֵעָלֵינוּ תָּסִיר

אי אב'רירה סו לוז קומו לה מאנייאנה
וְאוֹר שַׁחֲרִיתְךָ שׁוּב עָלֵינוּ יָאִיר

אליב'אנטה פואיב'לו קי אטי איסקלאמה
הָקֵם מִשִּׁפְלוּת עַם לְךָ מַעְתִּיר

אבאש'ה איל פואיב'לו קי אטי אינסאנייה
וְהַשְׁפֵּל גּוֹי אֲשֶׁר זַעַמְךָ פֹּה מַבְעִיר.

ג'יב'יז
אגוז

ויאה אין מוזוטרוס קומו קאמינאמוס
לַהֲלִיכוֹתֵינוּ שְׁעֵה נָא, הַבֵּט.

סו אמונה סאנטה קומו לה איסטימאמוס
אֱמוּנָתוֹ הַקְּדוֹשָׁה נְכַבֵּד בֶּאֱמֶת.

מוס אריפינטימוס די מואיסטרוס פיקאדוס
נִחַמְנוּ כֻּלָּנוּ עַל עָווֹן וְעַל חֵטְא,

סיירטו קי איל ריי ב'ייני נו מוס דיקולגאמוס
אַל עוֹד בִּיאַת מַלְכֵּנוּ תְּהִי מִשְׁתַּהֵית.

פ'ינדיק
אגוז קטן

זכות גראנדי איזו קון טודוס מוזוטרוס
זְכוּת רַבָּה וּגְדוֹלָה גָּמָל הוּא עִמָּנוּ

סו אמונה סאנטה ריקוז'ו מוזוטרוס
בֶּאֱמוּנָתוֹ הַקְּדוֹשָׁה יַחַד קִבְּצָנוּ,

קון מונג'ו טימוריס איסטימוס מוזוטרוס
חִיל-רַעַד וּפַחַד גָּדוֹל אֲפָפָנוּ

טאנביין אאונאדוס איסטמוס מוזוטרוס
דְּבֵקִים זֶה בְּזֶה בְּיַחַד כֻּלָּנוּ.

קישטאני
ערמון

חי וקיים איל איס מואיסטרו ריי איל סאנטו
חַי וְקַיָּם הִנּוֹ, מַלְכֵּנוּ קָדוֹשׁ,

קי איז'ו פריסייאדו איס דיל דייו סאנטו
בֵּן אָהוּב וְיָקָר לֶאֱלֹהַּ קָדוֹשׁ.

לה סו לוז גראנדי איס מונג'ו מי איספאנטו
מֵאוֹרוֹ הַגָּדוֹל אֶתְיָרֵא וְאֶחְשׁשׁ,

סיינפרי די קונטינו איספירו אי קאטו
אַךְ אֵלָיו אֲיַחֵל עַד עוֹלָם, אַל אֵבוֹשׁ.

ג'ינג'יברי (זנגביל)
זנגביל

טו קי סאב'יש' טודו סיקריטו אב'יירטו
אַתָּה שֶׁגָּלוּי לְפָנֶיךָ כָּל דָּבָר,

דיסקוב'רי אדוננו קי איסטה אינקוב'יירטו
גַּלֵּה אֲדוֹנֵינוּ, מֵאִתָּנוּ נִסְתַּר,

טודוס לוס ב'ירימוס מויי ביין דיסקוב'יירטו
נִרְאֶנּוּ כֻּלָּנוּ מְגֻלֶּה וּמְבֹרָר,

אה איל איספיראמוס ריחמידור פור סיירטו
בּוֹאוֹ נְצַפֶּה, גּוֹאֵל וַדָּאִי וְנִכָּר.

גוזוס
תאנה

ישראל איספירארה איסטה אליגריאה
יִשְׂרָאֵל יְקַוֶּה נָא לְיוֹם שֶׁל גִּילָה

אה שבתי צבי קי איס לה לוז דיל דיאה
בְּבוֹא שַׁבְּתַי צְבִי, הוּא אוֹר יוֹם וְהִלָּה,

אי אה נוס ייב'ארמוס אין ארב'ול די ב'ידה
יְבִיאֵנוּ מְקוֹם עֵץ חַיִּים בּוֹ נִגְלָה,

אליי איס סוב'ידה נו איי מאז קאיידה
מִשָּׁם עֲלִיָּה יֵשׁ וִירִידָה חֲדֵלָה.



איך לייג דא צו א שבתאי'שע טאץ, ספעציעל מיוחד אויף חמשה עשר בשבט
אטעטשמענטס
t.0.2801.1.2.9[1].jpg
t.0.2801.1.2.9[1].jpg (19.6 KiB) געזען 2721 מאל
אוועטאר
זאמלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 12, 2010 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאמלער »

2 אגרת הכתרה פון קהילת אמסטרדם צו שבתי צבי
אטעטשמענטס
Untitled-11_copy_2.jpg
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

אויב איך האב נישט קיין טעות, ליגט דער דאקיומענט אינעם אידישן מוזעעים אין אמסטרדם, זייט ביי זייט מיטן בילד פון רבי יעקב ששפורטש.

זאמלער: בין איך גערעכט?
אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליקו »

פארשריבן האט געשריבן:

ער זאגט אז דער יעב"ץ האט א גאנצן ביאור אז דער זוה"ק האט דער רשב"י נישט מחבר געווען, א זאך וואס ס'ווילט זיך נישט גלויבן. נאר וואזשע דען? זאגט ער אז דער יעב"ץ האט אלס "עת לעשות לה' הפרו תורתיך" געזעהן פאר נוטיג דאס צו שרייבן כדי מ'זאל זיך אפשאקלען פונעם ש"ץ, און מ'זאל נישט נמשך ווערן נאך זיינע נאכשלעפער, דעריבער האט ער פרובירט אפצואוווענדן אלע ראיות און זאכן פון וואס ער ברענגט, אבער באמת האט ער אליין נישט געהאלטן אזוי.
איך וואלט געוואלט הערן וואס זיס האט צו זאגן דערויף.


מען טרעפט די אופן פון אימרות אדער פסקים פון חזל אויף נאך ערטער
און אפשר דערוועגן האט די רבי זיע נישט געוואלט אז סזאל אריינגיין אין זיין ספר זיין דעת איבער ...(אוי כגעדענק נישט כמיין איבער בר כוזיבה)
זיס האט געשריבן:דער תירוץ איז "עד ולא עד בכלל".

ביזן שמד פון שבתי צבי איז טאקע אזוי געווען, אז אלע זענען געווען פארכאפט אין שבתאות, אבער איינמאל שבתי צבי האט זיך גע'שמד'ט, איז געווארן א מאסיווער יו-טורן ביי כלל ישראל, און כמעט קיינער איז נישט נאכגעגאנגען ווייטער שבתי צבי, אלע האבן זיך אויסגעדרייט און שבתי צבי איז געווארן מוחרם און טמא ביי כלל ישראל.

ווען דער חמדת הימים איז ארויסגעקומען, איז דאס שוין געווען עטליכע צענדליגע יאר נאך שבתי צבי'ס שמד, אזוי אז א געהעריגע אנגענומענער גדול בישראל וואלט נישט געגעבן קיין הסכמה אויף אזא זאך.

קלאר?


יעצט די ווערטער אויסדרוק אז די גדולי ישראל זענען געווען "פארכאפט" געט מיר טשילס, נאכדערצו ווען אונז קליינע קעפ נוצן עס (הגם ענליכע ווערטער קענען גענוצט ווערן דורך גדולים)

פארוואס קען מען נישט זאגן אז סאיז געווען אן עת רצון, און באמת איז אריין אין אים נשמת משיח און ווען די אידן האבן נישט זוכה געווען האט זיך די גאנצה פרשה ארויסגעשטעלט
אפילו סדא מעשיות אז מהאט מגלה געווען למפרע אז ער האט נישט געטויגט, אזוי גייט עס אומער ווען מפסלט גייט למפרע ווערן אלע מעשים לעוולות

די הייליגע פשעוארסקע רבי זצל רבי יענקעלע האט פארציילט אז ווען נישט די בעשט הק וואלט געווען באפריינדעט מיט גדולי ישראל פארן התגלות וואלט ער געהאט די זעלבע סוף ווי שבתי צבי ימש

אדרבא אפשר קען מען זיך אפלערנען אז די ריזן און לייבן גדולי ישראל וואס האבן געגלייבט אין א גדול ובקי בתורה אז ער קען זיין די גואל אחרון, אז אונז זאלן נישט חלומן אויף א תחיית המתים פון הימל - על אף דאס איז נישט איזאלירט אויף א סעקונדע - נאר אונז דארפן מיר אלייןס טיהן אלעס מעגליך אז כלל ישראל זאל שוין נתאחד וווערן אין זיך לאזן מקבל מרות זיין אונטער איין מענטש וואס זאל אונז פירן, און מרעד מיר נישט פון מוותר זיין על קוצו של יוד נאר פשוט אנערקענען אנדערע אידען וואס פירן זיך אנדערש וואו דער גרויסער "איך" און מיין "גרויסע הייליגיסטע" רבי,

נו כדרכה של ישראל עד ימינו איז צום ערווארטן אז מיין פארשלאג זאל אפילו נישט ארויפגיין אויפן קרעטשמע טיש
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

קליקו האט געשריבן:און אפשר דערוועגן האט די רבי זיע נישט געוואלט אז סזאל אריינגיין אין זיין ספר זיין דעת איבער ...(אוי כגעדענק נישט כמיין איבער בר כוזיבה)

עס איז דאך למעשה יא פארשריבן אין דברי יואל ווי פריער דערמאנט.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

איך בעט דיר הרב קליקו, דער בעל שם טוב הקדוש איז געווען א קדוש מנעריו, קיינמאל נישט געטון קיין זאך וואס איז נגד רצונו יתברך, דער ש"ץ ימ"ש איז געווען א געוואלדיגע בעל גאווה שוין מנעריו, און דאס האט אים צום סוף פארפירט.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

הרה"ח ר' סענדר דייטש ז"ל אין זיין ספר בוצינא קדישא שרייבט אז ער האט געהאט א שמועס מיט'ן רביה"ק מסאטמאר זי"ע איבער דעם ספר "חמדת הימים".
דער רבי האט אים געזאגט אז דער עצם ספר איז הייליג און ערליך נאר די מענטשן פון ש"ץ האבן פארקרומט און פארדרייט און אריינגעלייגט פארשידענע ענינים פאר זייער תועלת.
צווישן אנדערן ברענגט ער אז דער רבי האט אים געזאגט אז רבי אליעזר מטאמאשפאלי ז"ל איז געווען דער צדיק וואס איז געווען א גילגול פונעם בעל מחבר און ער האט דאס מתקן געווען.
ער ברעגנט דארט אויך אז דער רבי האט געזאגט אז ער האט געזען דעם ספר ווען ער איז געווען גאר גאר יונג, און ער האט דארט געזען דברים נפלאים!
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

רבותי, רעגט אייך נישט אויף הרב קליקו, און הרב קליקו זעלבסט זאל זיך נישט האלטן אזוי קליין מיט זיינע מיינונגען, ווייל אויב מען רעדט פון דער בעל שם טוב, האט ער אליין געזאגט אז שבתי צבי האט פון אנהויב פארמאגט נשמת משיח, און דער דור איז ראוי געווען דערצו, נאר ער האט דאס פארפאטשקעט מיט כעס און גאוה, און אזוי איז ער געווארן א משיח שקר.

אין ספר לקט גורני אין פרשת וישלח ווערט געברענגט, אז עס איז שוין טאקע געווען דער זמן פון דער גאולה, און דער באשעפער האט געוואלט שיקן א נסיון פאר'ן דור, האט ער דעריבער געשיקט א מגיד פון דער סטרא-אחרא וואס זאל פרואוון די גדולי הדור. דער מגיד איז געקומען קודם צום מגלה עמוקות קיין קראקא, וועלכער האט אים מדחה געווען און אפגעשאקלט פון זיך. דערנאך איז ער געקומען צום ב"ח, וועלכער האט אים אויך פארשיקט. דאן איז ער געגאנגען קיין איזמיר צו שבתי צבי, וועלכער האט אים אנגענומען און געלערנט מיט אים.

לויט ווי עס שרייבט הרה"ק ר' יעקב עמדין אין זיין ספר תורת הקנאות, און אזוי ברענגען אויך אנדערע גדולים, איז טאקע געווען אן עת פקידה, און דער גלות האט זיך דאן געזאלט ענדיגן. דער שטן האט אבער פארלייגט כוחות און צוגעברענגט דערצו אז דער קץ זאל נישט צושטאנד קומען.

דער יעב"ץ שרייבט אז דאס איז געקומען דערפאר ווייל אידן האבן דוחק געווען דעם קץ און אליין אויסגעקליבן דעם מלך המשיח, נישט ווארטנדיג אז דער באשעפער זאל שיקן משיח און אויסלייזן די אידן.

הרה"ק ר' יעקב ששפורטש זצ"ל, דער יחיד בדורו וועלכער האט זיך געטרויט ארויסצוקומען קעגן שבתי צבי אין דער עפנטליכקייט אין זיין ספר "ציצת נובל צבי", וואס האט אים געקאסט פיל רדיפות, (אגב, אויך ער האט פון אנהויב געגלייבט אין שבתי צבי, נאר שפעטער האט ער איינגעזען דעם ביטערן אמת) שרייבט אויך ענליך צו דעם, און זאגט אז אויב כלל ישראל וואלט געווארט נאך אביסל וואלטן זיי אין יענער צייט זוכה געווען צו א גאולה.


בנוגע וואס דו שרייבסט איבער אליין טון עפעס צו ברענגען משיח, איז דאס נישט אזא אפגעפרעגטע זאך: כבר דשו בו רבים און עס זענען געווען פיל גדולי ישראל וואס האבן אזוי געהאלטן, ואין כאן מקומו להאריך, ווייל דאס וועט אוועקפירן דעם שמועס פון די רעלסן. אבער אויף אזויפיל איז כדאי צו דערמאנען אז דאס איז אן אלטער מחלוקת צווישן גדולי ישראל, אויב מיר דארפן טון השתדלות און פעולות אז משיח זאל זיך קענען מתגלה זיין, אדער דארפן מיר ווארטן מיט געדולד עד אשר ירא השם וישקוף ממרומים. למעשה איז היינט אנגענומען דער צווייטער מהלך.
אוועטאר
זאמלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 12, 2010 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאמלער »

זיס האט געשריבן:אויב איך האב נישט קיין טעות, ליגט דער דאקיומענט אינעם אידישן מוזעעים אין אמסטרדם, זייט ביי זייט מיטן בילד פון רבי יעקב ששפורטש.

זאמלער: בין איך גערעכט?

עס קען זיין אבער פין ווי איך האב עס גיט ער נישט אן דעם מקור
דא איז א שער פון א ביכל וואס איך האב אין באזיץ ארויס אין ווילנא תרמ''ד וואס.
ווער עס וועט עס לעיזן וועט וויסען וואס איז געווען.אין וועט גאט לויבען.דאס מיר זענען נאך געבליבען ביי אונזער גלויבען.
אטעטשמענטס
Untitled-12 copy 2.jpg
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

זיס האט געשריבן:איך בין אביסל שווער אין קאמפלעמענטן, ביי מיין חתונה האט מען מיר אביסל אויסגעלערנט ווי אזוי דאס צו טון, אבער פארט מיט אנדערע מענטשן איז דאס נישט ווי אינדערהיים,

טוט מיר א פריוואטע טובה און שפירט אייך ווי אינדערהיים... דא איז אלעס היימישע אידן, אלזא האב נישט מורא...


במשך די לעצטע פאר טעג האט זיך אנגעזאמלט אין מיין מוח אסאך ענינים וואס ברויך דא אריינגעלייגט צו ווערן, און כ'וועל פרובירן יעצט צו שרייבן וויפל עס גייט, און דאס איבריגע וועט אי"ה נאכקומען.

די הקדמה אין חמדת הימים האב איך אויך געזעהן, און ער זאגט טאקע דברים של טעם, אבער איך האב א טבע אז איך ווער געווענליך נישט צופיל נתפעל פון דברים של טעם... מ'קען אנפילן גאנצעטע בלעטער מיט זאכן וואס לייגן זיך אויפן שכל (כידוע המעשה מיונה קרעפל) אבער ס'קען זיין אויסגעזויגן פון פינגער. און טאקע א גרויסן דאנק פאר ידידינו וידיד כל בית ישראל הרב זיס, פארן זיך נעמען די מיה און אביסל קלאר מאכן די נושא. אבער איך וויל אייך בעטן איין זאך, פונעם מושיען זאלט איר נישט נאכברענגען. (איך קען נישט פארברייטערן, ווייל מ'וועט עס כמעט זיכער אויסמעקן). און טאקע א דאנק פאר אויפריכטיג וואס האט צוגעברענגט פון בוצינא, ובזה נחה דעתי הקלושה.

אזוי ווי ביקסאד האט אנהייב פון דעם אשכול דערמאנט א זאך וואס פאראינטרעסירט מיר פונעם ספר "פי צדיק", האב איך זיך ארויסגעלאזט אויף די יארכע דאס אפירצוזוכן, אבער ליידער האב איך עס נאכנישט געפינען. אינצווישן מיינע סטאנציעס האב איך אפגעשטאט א באזוך אין איינע פון די לאקאלע ספרים געשעפטן, האב איך דארט געפינען דאס ספר "משיחי שקר ומתנגדיהם". צופיל צייט מעיין צו זיין דערין האב איך נישט געהאט, אבער אויף וויפל די צייט האט מיר ערלויבט האב איך געזעהן אז ער נעמט נישט אן ווי זיס. מתוך דבריו קומט ארויס אז די רבנים זענען בדרך כלל יא געווען אקעגן אים, נאר דאס רוב -ווי די רבני איזמיר, בראש פונעם כנה"ג- האט מורא געהאט זיך ארויסצושטעלן ווייל מ'איז געווען אייגעשטעלט מיטן לעבן, ווי זיס האט שוין דערמאנט, און א טייל איבריגע רבנים האבן אפי' געהאלטן אז כאטש ער איז נישט משיח, אבער למעשה איז עס א גוטע זאך ווייל אידן טוען דאך תשובה און אפשר צוליב דעם וועט משיח קומען. און טאקע נאר ר' יעקב ששפורט האט געהאט די גבורה לוחם צו זיין. (אויך ברענגט ער דארט אז די 'חכמי ירושלים' זענען געווען קעגן אים, און מ'האט אים פארטריבן פון דארט. אבער דאס איז לכאורה געווען נאך פאר ער איז געווארן אויפגעכאפט איבער גאנץ אייראפע). קומט אויס אז ס'איז מער ווי איך האב געוואלט זאגן, ווי צו די גירסא פון זיס וואס טענה'ט אז "ממש אלע רבנים" האבן געהאלטן פון אים. אבער למעשה ווערט שוין ארומגערעדט אינעם דערנעבנדיגן געהענגל צו מ'קען זיך פארלאזן אויף אים, עיי"ש.

לגבי די מעשה פון בעש"ט וואס מיר האבן דערמאנט, און זיס האט נישט געוואוסט דערוועגן. איך האב געזעהן אין 'תורת החיד"א' וואס הרב בלום האט ארויסגעגעבן, ווי ער ברענגט נאך פון "אהל אלימלך" א ענליך ווארט פונעם רבין ר' מיילעך, אז דער חיד"א איז אראפגעקומען צו פארשפרייטן מיט זיינע ספרים קדושה א קעגן די ספרי מינות (ער מיינט לכאורה פון רמ"ד) והשכלה וואס זענען דאן פארשפרייט געווארן.
מעגליך אז דאס שטימט בעסער מיט די יארן.

איך האב געהערט דעם אינפארמאטיוון דרשה פון ר' אהרן קאהן וואס כ'האב דערמאנט אין דעם אשכול, און איך האב קונה געווען אסאך ידיעות. צוויי נקודות וויל איך דא דערמאנען, ער זאגט דארט אז אסאך פוסקים האלטן אז מ'טאר נישט אריינברענגען די קראים צוריק צו כלל ישראל. לויט דעם ווערט אביסל אפגעפרעגט די הנחה וואס זיס האט דערמאנט פון ר' יוסף חיים (איר געדענקט נישט? מישט צוריק צו גאנץ אנהייב) אז ס'איז אשאד אז זיי ווילן זיך נישט אויסמישן מיט כלל ישראל (היל"ת) און אזוי זאלן זיי האבן א תיקון.

נאך א נקודה, ער דערמאנט אז "ענן" דער מייסד פון די קראים האט געפרעדיגט אז דער אותו האיש און מוחאמאד האבן געהאט א תפקיד אויף דער וועלט. און זיס האט עס אויך נאכגעברענגט פונעם ש"ץ ימ"ש, און אזוי שרייבט אויך דער "משיחי שקר ומתנגדיהם".
איך ווייס אז מ'וועט מיר וועלן פארשטיינערן, אבער דער הייליגער רמב"ן זאגט שוין אזוי. איך געדענק נישט פונקטליך ווי און ווען, אבער ער זאגט אז כדי צו ברענגען די אומה"ע נענטער צו הכרת אלקי ווען משיח וועט קומען במהרה, פעלט זיך אויס אז זיי זאלן אננעמען א רעליגיע און ווערן אויס געצן דינער, כדי זיי זאלן פארשטיין אזא מושג ווי אז ס'איז דא א באשעפער אויף דער וועלט. (זיי גלייבן טאקע נאר דורך א ממוצע אדער א נביא, אבער זיי זענען נענטער צו הכרת אלקי ווי די עכו"ם).

מיין חברותא איז שוין אויפגעשטאנען, דעריבער וועלן מיר צוריק איבערגעבן דאס ווארט פאר זיס.
בעק טו יא זיס...
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”