ווער זינגט דעם "דועט" מיט יאסעלע?

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12688
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

ווער זינגט דעם "דועט" מיט יאסעלע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

אויף יאסעלע ראזענבלאט'ס טעיפס, איז דא א "טל" ניגון, וואס ער זינגט אינאיינעם מיט נאך איינעם.

ס'איז אבער נישט סתם אבי איינער פונעם כאר; ער זינגט מיט יענעם א דועט: יאסעלע זינגט איין ווארט אדער שורה, און יענער זינגט ווייטער, אמאל דעם זעלבן שטיקל און אמאל דעם קומענדיגן שטיקל.

שוין לאנגע יארן וואס איך וואונדער מיך: ווער איז דער חזן וואס האט געהאט די זכי' צו זינגען סאלא אויף יאסעלע'ס טעיפ? און נאכדערצו א דועט? איז עס אפשר זיין זון? איינער ווייסט צי זיין זון האט בכלל געקענט זינגען?
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מאשקע,
דאס איז אויפן נייעם טעיפ?

אויפן אלטן טעיפ געדענק איך אז דאס איז דער זוהן פון יאסעלע דאכציך ער האט געהייסטן 'הערי ראזענבלאט', אסאך זינגען דעם טל ניגוט אויף 'אודה' ביי של"ס.
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

איך בין נישט זיכער אבער איך מיין אז עס איז זיין ברודער, איך האב שוין לאנג נישט געהערט די טעיפ.

מיללער, די טל ניגון אויף אודה? ווי אזוי זעצט מען עס?

איך האב שוין יא געהערט שיינע בעלי תפילות זינגען פון די פאל פון 'טל נופף עלי ארץ ברוכה וכו' אויף ממקומך.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

Re: ווער זינגט דעם "דועט" מיט יאסעלע ביים טל ניגון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

מאשקע האט געשריבן:אויף יאסעלע ראזענבלאט'ס טעיפס, איז דא א "טל" ניגון, וואס ער זינגט אינאיינעם מיט נאך איינעם.

שוין לאנגע יארן וואס איך וואונדער מיך: ווער איז דער חזן וואס האט געהאט די זכי' צו זינגען סאלא אויף יאסעלע'ס טעיפ? און נאכדערצו א דועט? איז עס אפשר זיין זון? איינער ווייסט צי זיין זון האט בכלל געקענט זינגען?
א זון,
דער ווער עס איז געווען רב און באלטימאר
the SCY is the limit
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

ביי זיין ימים נוראים טעיפ ביים ניגון פון "יעלה תחנונינו" זינגט ער דארט צוזאמען מיט זיין זוהן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

צייטליך האט געשריבן:ביי זיין ימים נוראים טעיפ ביים ניגון פון "יעלה תחנונינו" זינגט ער דארט צוזאמען מיט זיין זוהן.
יא.
סע איז דער זעלבער
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

איך האב איינמאל געהערט איינער זינגען דער יטל יעסיס' שטיקעל אויף מי אדיר ביי א חופה

און באבובער שטיבעל און מאנסי האב איך איינמאל געהערט דעם באקאנטער באבובער חסיד
און בעל תפילה ר' משה יהושע צאנגער ע"ה זינגען יו"ט, יאסעלע'ס טל אויף 'כולם אהובים..' ביי שחרית.
the SCY is the limit
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12688
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

ר' שמחה, דו רעדסט פון ר' שמואל, יא? ער איז געווען רב פון ביהכ"נ בית תפלה אין באלטימאר.

איז דאס דער זעלבער "הערי" פון וועמען מיללער רעדט?
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

עס איז חזן קויפמאן, כ'דענק נישט זיין ערשטע נאמען (אויב איך האב עס אמאל געוואוסט). ס'איז נישט זיין זוהן, כ'דענק דאס פון א קלארן מקור.

דער טל האט אזויפיל פעלער, מסתמא ביי די חופות זינגט מען נאר א טייל. דאס זעלבע ביי כולם אהובים.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

איך האב אלץ געוואוסט אז ס'איז זיין ברודער. כ'קען דאס נאכקוקן אין אן אור אלטע בוך ביי מיין טאטן.

אויף ואף הוא הי' מתכוין, זינגט אויך דער זעלבער.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

סאכדעס האט געשריבן:עס איז חזן קויפמאן, כ'דענק נישט זיין ערשטע נאמען (אויב איך האב עס אמאל געוואוסט). ס'איז נישט זיין זוהן, כ'דענק דאס פון א קלארן מקור.

דער טל האט אזויפיל פעלער, מסתמא ביי די חופות זינגט מען נאר א טייל. דאס זעלבע ביי כולם אהובים.
קען זיין,
איך האב געדענקט פון מיין יוגענט נאך פון דעקעל פון א רעקארד.

לגבי דער חופה, נאר א חלק פון טל יעסיס האט יענער געזונגען,

און ר' משה יהושע ע"ה האט זיך צילאזט מיטען גאנצע 'טל תן'.
און ווייטער געגאנגען ביים נעקסטע שטיקעל 'וכולם מקבלים עליהם'

עס האט טאקע געדוירט צייט אבער סעהאט זיך געלוינט.
ער איז געווען א הערליכע בעל תפילה עס איז געווען ממש אן עונג יו"ט
the SCY is the limit
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דא איז אפשר נישט דאס פלאץ, אבער ר' יאסעלע האט אן אייניקל וואס איז א רב אין מאנהעטן אדער קווינס.
איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

לעווי האט געשריבן:איך בין נישט זיכער אבער איך מיין אז עס איז זיין ברודער, איך האב שוין לאנג נישט געהערט די טעיפ.

מיללער, די טל ניגון אויף אודה? ווי אזוי זעצט מען עס?

איך האב שוין יא געהערט שיינע בעלי תפילות זינגען פון די פאל פון 'טל נופף עלי ארץ ברוכה וכו' אויף ממקומך.

איך האב געהערט יאנקל אונגאר זינגן טל אויף אודה.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

קרעמער האט געשריבן:דא איז אפשר נישט דאס פלאץ, אבער ר' יאסעלע האט אן אייניקל וואס איז א רב אין מאנהעטן אדער קווינס.


יענער רביי האט אמאל געגעבן אן אינטערוויו איבער זיין זיידע, עס איז געווען זייער אינטערערסאנט באגלייט מיט קליפס פון יאסעלע מיט זיין קאפעלע, ווער ס'האט א לינק קען עס אהערשטעלן לטובת הציבור.

אגב, עס איז אנגענומען אז חזנות איז ערלויבט צו הערן אום ספירה און אין די דריי וואכן, עני מקור?
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12688
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

כ'האב געהערט אמאל בשם א דיין, אז אויב מיינט מען דאס זינגען און נישט די מוזיק, מעג מען עס הערן. איך נוץ דעם היתר לגבי חזנות, יו"ט עהרליך, דערציילונגען פון צדיקים, און אלע ענליכע טעיפס.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
wildturkey
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 22, 2008 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך wildturkey »

maybe i am mistaking, but i always knew that the one singing tal with yosele, is his shvugar, his wifes brother (ken zein az er hut geheisn koifman).
טרינקט נישט wild turkey אום שבת, ווייל עס פארלעשט דעם עיר קאנדיציע
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

wildturkey האט געשריבן:maybe i am mistaking, but i always knew that the one singing tal with yosele, is his shvugar, his wifes brother (ken zein az er hut geheisn koifman).


קען טאקע זיין, אבער מיר האבן דאס נישט געהערט.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

דורך טאבאקא אום זונטאג יולי 04, 2010 11:27 am

כ'וועל פרובירן דא קלאר צו מאכן אלעס
דעם שטיקל "טל" איז שוין פון לאנג באוואוסט ביי חזנים אז יאסעלע זינגט עס מיט החזן "אלימלך קויפמאן". און ס'איז דא וואס זאגן -ונראה לי דבריהם- אז דער שטיקל "ואף הוא הי' מתכוין" זינגט ער אויך מיט אים.
איך ווייס נישט מער פרטים אויף אים, אבער ס'איז מעגליך אז ער איז געווען זיין שוואגער, ווייל יאסעלע איז געווען א איידעם ביי איינעם ר' יודא קויפמאן וואס איז געווען שוחט פון בריגל.
מער פרטים אויף דעם אלימלך קויפמאן קען מען ווארשיינליך טרעפן אויף "בימים ההם בזמן הזה #1", ווי "מרדכי סובול" ברענגט דארט דעם שטיקל "טל", אויב איינער פארמאגט דעם סידי ביטע מודיע זיין צו ער שרייבט עפעס פרטים איבער דעם ר' מיילעך קויפמאן.
דער שטיקל "יעלה" זינגט יאסעלע מיט זיין זון "הענרי"
איך האב פון אים צוויי אלטע טעיפ'ס פון "גרעטער רעקארדינג" ווי ער זינגט אידישע ניגונים, דארט שטייט אז ער איז געווען א "אפערע" זינגער אויף צוואנציג [!] שפראכן
ס'איז נישט צו אינטרעסאנט (ווארשיינליך איז ער נאר געווען א זינגער צוליב זיין נאמען "ראזענבלאט") און מן הסתם וועגן דעם האט מען עס נישט איבערגעדרוקט שפעטער
ביי א קאנצערט מיט אסאך גרויסע חזנים ווי משה שטערן, בנימין מילער, הלפגוט, שטארק און נאך, וואס איז פארגעקומען לרגל די פינעף און זיבעציגסטע יארצייט פון יאסעלע, זינגט ער דארט דעם "היי לי לא לי" (ער איז שוין אויף דער עלטער און ס'איז ממש א פחד צו הערן...)
און להשלמת הענין: דאס אידישע ליד "וואס וועט זיין אז משיח וועט קומען" (עס וועט גערופן "סעודת משיח") זינגט ער די פזמון צוזאמען מיטן חזן "שמואל מלאווסקי" פון די בארימטע "משפחת מלבסקי"


דורך מאשקע אום זונטאג יולי 04, 2010 4:00 pm

יישר כח. דו פארמאגסט רייכע ידיעות.


דורך שטארק זיך אום זונטאג יולי 04, 2010 6:23 pm

אויף דעם קאנצערט צום 75סטן יארצייט זינגט נישט זיין זוהן Henry נאר ענדערש Ralph ע"ה, וועלכער איז נפטר געווארן בערך פאר צוויי יאר צוריק.

דער ראלף איז געווען א געשמאקער אידל מיט פיל ידיעות און זכרונות, א חבר מיינער האט אים אונטערוויאוט פאר עטליכע יאק צוריק.

דורך טאבאקא אום זונטאג יולי 04, 2010 7:37 pm

ביסט גערעכט, אזוי זעהט מען אויס ווען מ'שרייבט עפעס אן נאכקוקן
און ס'איז לכבוד די זיבעציגסטע יארצייט נישט די 75
איך זעה אז דו ווייסט אסאך, אפשר שרייבסטו מער אינפארמאציע וועגן דעם ראלף, (זיין אידישער נאמען שטעל איך מיך פאר איז רפאל) איז ער געווען א שותו"מ? וכדו'
ווי אויך אויב דו ווייסט מער איבער "הענרי", זיין אידישער נאמען א.א.וו.
לעצט פארראכטן דורך טאבאקא אום דינסטאג סעפטעמבער 14, 2010 5:15 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

אצינד פאר די ימים נוראים איבערהערענדיג יאסעלע'ס שטיקלעך, האב איך זיך פרובירט צו מתעמק זיין ווער עס זינגט אזוי שיין מיט אים אויפן הערליכן שטיקל "אבינו מלכינו".
ס'זעהט נישט אויס ווי הענרי, נישט ווי מלאווסקי, און זיכער נישט ווי קויפמאן. און אזוי נישטערנדיג אין מיינע טעיפס, האב איך געטראפן א טעיפ פון "בנציון מילער" ווי ער זינגט דעם שטיקל זייער שיין אויף א קאנצערט און "משה שטערן" איז די הארמאני, שטייט דארט אויסגערעכנט ביי די ליסטע ווער עס האט קאמפאזירט די שטיקלעך, "אבינו מלכינו- דוד משה שטיינבערג", ממילא האב איך געטראכט -נאר בדרך אפשר, און אויב איינער ווייסט אנדערש בין איך מבטל מיין טעאריע מעיקרא- אז דער הארמאנייזער איז טאקע דער גרויסער חזן "משה שטיינבערג", (איך קען עס נישט פולשטענדיג באשטעטיגן אויפן שטימע, ווייל איך האב נאר איין שטיקל פון אים אויף "המעביר בניו").
אגב, ער איז געווען א שומתו"צ מיט א פולע בארד. ר' בערל שווארץ שרייבט וועגן אים.
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

ציהט טאקע באצייטנס צוריק, ווייל ווי עס איז מיר באקאנט זינגט ער דאס מיט זיין ברודער "ר' לוי ראזענבלאט".
מער פרטים אויף אים, וועט נאכפאלגן אי"ה בל"נ ובלי שבועה ביי א קומענדיגע געלעגנהיייט.
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

נו נו איך ציה צוריק. ווייסט איר טאקע אויך צו זאגן אויב ס'איז קראנט אז דער שטיקל האט געמאכט שטיינבערג, ווי עס שטייט אינעם אויבנדערמאנטן טעיפ?
איך קען קוים ווארטן אויף מער פרטים. פון דעם שטיקל זעהט מען אז ער האט געהאט גאנץ א גוטע שטימע, איז דא עפעס שטיקלעך פון אים?
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

איר ווייסט גארנישט וואס איר האט מיר אנגעמאכט הרב טאבאקא...
זינט איר האט דא און אינעם אנדערן פארום פון 'נוסח התפילה לימים נוראים' גערעדט פון דעם הערליכן שטיקל, קען איך עס נישט אויפהערן צו הערן. איך האב עס אפירגעזוכט און איך קען נישט גענוג זאט ווערן פון די הערליכע תנועות וואס יאסעלע ושותפו לייגען דארט אראפ.
איך הער עס איבער איינמאל און נאכאמאל אזש מיינע קאלעגן ביי די ארבעט ווערן שוין נערוועז צו הערן נאר דאס ארויסזינגען פון מיין קאמפיוטער די לעצטע שטיק צייט.
אבער ס'איז מיר נישט אזוי מסוגל פאר פרנסה, ווייל ווען יאסעלע הייבט און דעם הערליכן "וקרב" מיט די אויסנאם שיינע הארמאני ביי די זייט, הייבן זיך מיינע הענט אטאמאטיש אויף פונעם קי-בארד און נעמען זיך ווי זיך אליינס שאקלען צום טאקט... אן דעם וואס איך זאל קענען טוהן עפעס דערצו.
ס'איז מיר נאר א ווינדער ווי אזוי אזא שיין (וואס שיין? הערליך! גארדזשעס! ביורעפעל! און איך ווייס אליינס נישט צו עס איז דא אין די ענציקלאפעדיע א ווארט וואס קען אפ'משל'ען זיין אויסערגעווענליכע שיינקייט) שטיקל איז נישט באוואוסט און פאפולער. ס'איז מעגליך ווייל ס'איז היבש שווער נאכצוזינגען. (כאטש נישט אזוי שווער, והא ראי' אז דעם גאנצן יו"ט האב איך נישט אויפגעהערט עס אונטערצוזינגען...).
אוועטאר
יצמחפורקניה
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצמחפורקניה »

טאבאקא האט געשריבן:ס'זעהט נישט אויס ווי הענרי, נישט ווי מלאווסקי, און זיכער נישט ווי קויפמאן.


ס'איז דא א דיסק פון חזן משה שולהוף "מדור דור", ווי ער האט זיך אריינגעלייגט אונעם דועט.

און ער שרייבט אז דער ארגינעלער בעל הדועט איז געווען חזן אלימלך קויפמאן.
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

א דאנק פאר די אינפארמאציע.
אבער עס שטימט נישט מיט די שטימע, מיילעך קויפמאן'ס שטימע קען מען הערן ביי די שטיקלעך טל און ואף הוא, וואס ס'איז באוואוסט אז ער זינגט דאס מיט מיילעך'ן, און דא איז דאס בכלל נישט די זעלבע ווי דארט.
(אדרבה הערט דאס אליינס און איבערצייגט אייך, מ'דארף נישט זיין קיין מבין דערפאר).

(אויב דער דיסק האט סובול ארויסגעגעבן און ער שרייבט די אינפארמאציע דארט, הייבט שוין אן ווערן אביסל אפגעפרעגט ביי מיר).
אוועטאר
יצמחפורקניה
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצמחפורקניה »

טעות לעולם חוזר

איך האב גערעדט פון טל. איך האב נישט באמערקט אז דו ביזט אריבער צו א צווייטען שטיקל. ביטע פארגיב מיר.
שרייב תגובה

צוריק צו “חזנות ווינקל”