* עפל אין האניג

ליקוטים וטעמים על ענינים שונים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

* עפל אין האניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

איינער פון די סימנים ומנהגים ר"ה ביינאכט איז די עפל אין האניג,
אויף דעם גייען די קינדערישע ניגונים און בילדער,
ווי אויך איז דאס די ערשטע סימן אויפן סדר, אין אסאך מקומות האט מען דאס געגעסן נאך פאר די המוציא נאך קידוש, און אסאך מקומות האט מען דאס געגעסן גלייך נאך המוציא, אבער הכל מודים אז דאס איז די ערשטע,
אדברה לאמיר אינאיינעם מאכן א ליקוט, פראבירן צוזאמען צו שלעפן די מערסטע טעמים וואס איז נאך מעגליך
ובזה החלי,

א) פשוט פשט, ס'זאל זיין א גוטע זיסע יאר, האניג איז זיס, עפל איז זיס,
(רמ"א)

ב) א סגולה צו קינדער, תפוח בגימ' פרו ורבו, ר"ה איז דער זמן פון פקודת עקרות
(אמרי נועם)

ג) מזכיר צו זיין עקידת יצחק, די בערגל אש אויפן מזבח האט געהייסן תפוח, מיט דעם דערמאנט מען עקידת יצחק וואס איז געוועהן אויפן מזבח.
אמרי נועם וכן בס' קרן ישועה)

ד) די שכינה הק' ווערט אנגערופן חקל תפוחין קדישין, טינקט מען איין די עפל אין האניג ממתיק צו זיין פאר די שכינה אריבער צו גיין ממדת הדין למדת הרחמים.
(אלף המגן)
(אפשר אז די שכינה גופא זאל האבן א המתקה, ס'זאל נישט זיין שכינתא בגלותא)

ה)פון ר"ה הייבט זיך אן די דינים, אבער סוכות איז שוין כולו רחמים, עס ווערט מרומז אין פסוק שמאלו תחת לראשי, ר"ה דער ראש איז בבחי' שמאל, אבער סוכות איז וימינו תחבקינו הקב"ה נעמט אונז ארום מיט די סוכה, אין די גרעסטע זמן איז שמיני עצרת וואס דאן קומען אלע השפעות, יעצט ר"ה ווילן מיר מאכן די ריכטיג המתקה, נעמט מען די תפוח, תפו איז בגימ' סכות און דער ח' פון תפוח איז קעגן שמיני עצרת.
(קרן ישועה בנו של הצבי לצדיק)

ו) עפל איז מרומז אויף די מצות ומעש"ט, האניג איז מרומז אויף די חכמה, ווייל דבש ר"ת ד'עה ב'ינה ש'כל, טונקט מען איין די עפל אין האניג צו ווייזן אז די מעשים דארפן זיין מער ווי דער שכל, כדאחז"ל חכמתו מרובה ממעשיו.
(חת"ס)

ז) מיט דריי אויתיות האט הקב"ה נישט געוואלט באשאפן די וועלט, ת' נישט ווייל ת' מאכן תמות, פ' נישט ווייל פ' מאכט פשע, און ח' נישט ווייל ח' מאכט חטא, נעמט מען א עפל תפוח, וואס האט די דריי אותיות און מ'טינקט עס איין אין האניג אז אט די דריי זאלן נמתק ווערן.
(עטרת יושעה)

ח) עס ווערט גע'פסק'נט אז מ'זאל נישט זאגן זכרינו לַחיים מיט א פתח, נאר זכרינו לְחיים מיט א שוא, ווייל לַחיים מיינט לא חיים, שטייט פון צדיקים אז באמת שרייבט מען ר"ה פאר יעדן מענטשן לחיים, נאר א צדיק באקומט גלייך דער לחיים מיט א שוא, א רשע באקומט גלייך לחיים מיט א פתח, א ביניני באקומט גארנישט ביז יו"כ וואס דעמאטס איז מען מחליט צו ער באקומען א פתח צו א שוא, עס איז ידוע אז נקודות האבן גימט' א שוא איז ווי צוויי י' צוזאמען איז עס כ', א פתח איז ווי א ו' איז דאס זעקס, וואס איז די חילוק צווישן א פתח אין א שוא, דהיינט פון 6 ביז 20, פערצן כמספר יד, דעריבער זאגט מען וחותם י"ד בו, וחותם יד אז א ביניני זאל באקומען א יד דהיינו א שוא אנשטאט א פתח, בו, ווענט זיך אין אים צו ער וועט תושבה טון, דאס איז אויך פשט אתה נותן י"ד לפושעים, יחביאנו צל יד"ו, דעריבער נעמט מען א תפוח וואס מאכט פתח ו', און מ'טינקט עס איין אין האניג, אז דער פתח ו' דער לַחיים זאל ווערן זיס און גוט.
(קרן ישועה והוא רמז נאה)

ט) ר"ה איז מען מזכיר זכות פון קבלת התורה, אידן האבן קודם געזאגט נעשה פאר נשמע, דאס איז ווי א עפל בוים וואס די פירות וואקסן פאר די בלעטער,
(הרבה ספרים)

הוספה א': אין דברי יואל ווערט אויך געטיישט דעס ענין מיט א קליינע הוספה אז הקב"ה זאל זיך פירן מיט אונז מדה כנגד מדה, געבן בקשות נאך פאר מ'בעט.

הוספה ב': ווי א עפל וואס וואקסט פירות פאר די בלעטער, האבן אידן געזאגט נעשה פאר נשמעה, דעריבער טונקט מען די עפל אין האניג צו ווייזן אויף עריבות ומתיקות התורה, ווייל ר"ה הייבן זיך אן די אלע גרויסע טעג פון אגאנץ יאר וואס איז משפיע קדושת התורה.
(פרי צדיק)

הוספה ג': נעשה איז פאר נשמע ווי עפל פאר די בלעטער, אזוי אויך איז ליל ר"ה ווייל בייטאג איז מען עוסק אין שמועה אין נשמע מ'הערט קול שופר, און ביינאכט איז נעשה איז עשי' מ'עסט די סימנים, מיטן עפל איז מען מקדים די נעשה פאר נשמע.
(תורת אמת לר' לייבל אייגער)

הוספה ד: אויב איז א עפל צו ווייזן דעם נעשה פאר נשמע ווי די עפל איז פאר די בלעטער, נעשה מיינט דאך מצות עשה, נשמע איז דאך מצות ל"ת, דאס אז נח לאדם שלא נברא איז ווייל ס'איז דא מער ל"ת ווי עשה, דעריבער נעמט מען א עפל צו ווייזן אז מיר זענען מקדים די מצות עשה די נעשה, ממילא איז שוין נח שנברא דעריבער דארף קומען א גוט יאר ווייל ס'איז נח שנברא.
(המלקט)
לעצט פארראכטן דורך שאץ מאץ אום מאנטאג סעפטעמבער 29, 2008 12:31 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

א) דב"ש איז נוטריקון שימה דמעתי בנאדך א רמז אויף די הייליגע טעג ווען ישראל קדושים פארגיסן טרערן לפני אביהם שבשמים אז די טרערן זאלן גערעכנט ווערן אז די תפלות זאלן נתקבל ווערן ברחמים וברצון.
(הרה"ק בעל תפארת צבי מ'ספינקא בשם זקנו הרה"ק בעל קדושת נפתלי מ'מעליץ)

ב) ע"ד דרך הפייטן תמוכים בדשן שה עקידה, כי אמרו חכמז"ל כי מקום הדשן נקרא תפוח ולזה ש"ה עקיד"ה עולה תפו"ח לרמז על שה עקידה שנמתקו דיני יצחק.
(אמרי נועם)
ועמך כולם צדיקים
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

שאץ מאץ האט געשריבן:ד) די שכינה הק' ווערט אנגערופן חקל תפוחין קדישין, טינקט מען איין די עפל אין האניג ממתיק צו זיין פאר די שכינה אריבער צו גיין ממדת הדין למדת הרחמים.
(אלף המגן)
ובלשונו: ומכוונים להמתיקה מדינא קשיא לרפיא.

אינטערסאנט אז דער אלף המגן שרייבט דארט (סימן תקפ"ג ס"ק ט) אז אויב מען האט נישט א עפל [תפוח עץ] קאן מען נוצן א [תפוח אדמה] ערד עפל דהיינו קארטאפעל.
ועמך כולם צדיקים
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

שאץ מאץ האט געשריבן:איינער פון די סימנים ומנהגים ר"ה ביינאכט איז די עפל אין האניג,
אויף דעם גייען די קינדערישע ניגונים און בילדער,
ווי אויך איז דאס די ערשטע סימן אויפן סדר, אין אסאך מקומות האט מען דאס געגעסן נאך פאר די המוציא נאך קידוש, און אסאך מקומות האט מען דאס געגעסן גלייך נאך המוציא, אבער הכל מודים אז דאס איז די ערשטע,
וועלן מיר מעתיק זיין דעם דרכי משה סימן תקפ"ג כתב במהרי"ל שצריך לברך תחלה בפה"ע דהוי כדברים הבאים תוך הסעודה, ומה שלוקחין תפוח כדי לרמוז על שדה תפוחים הידוע הנרמז במקרא (בראשית כ"ז) ראה ריח בני כריח השדה עכ"ל מהרי"ל, דער טו"ז אין דעם אויבן דערמאנטן סימן ברענגט אויך צו דעם מהרי"ל, דער מגן אברהם ווידער איז דן ווען צו זאגן דעם יהי רצון.
ועמך כולם צדיקים
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

א) תפו"ח נוטריקון תגלון פתגמין ותימרון חידושא.
(דרכי חיים - צאנז, קדושת נפתלי - מעליץ)

ב) בתפוח מרומז שם הוי"ה כידוע.
(זרע קודש, ועוד)
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

ביקסאד האט געשריבן: י) דב"ש איז נוטריקון שימה דמעתי בנאדך א רמז אויף די הייליגע טעג ווען ישראל קדושים פארגיסן טרערן לפני אביהם שבשמים אז די טרערן זאלן גערעכנט ווערן אז די תפלות זאלן נתקבל ווערן ברחמים וברצון.
(הרה"ק בעל תפארת צבי מ'ספינקא בשם זקנו הרה"ק בעל קדושת נפתלי מ'מעליץ)



האלט דיך צו די נומערן...
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

יא) דבש איז בגימ' אב הרחמן.
(אמרי פנחס)

הוספה: אפשר דערפאר זאגט מען טאטע זיסע....

יב) די טבע פון האניג אז ס'איז מהפך אלעס צו האניג מיט איר שארפקייט, אפי' אז ס'פאלט אריין א דבר האסור ווערט דאס כשר ווייל ס'ווערט נתהפך לדבש, דאס איז א פועל דמיוני מהפך צו זיין אלע מרירות צו זיסקייט.
(שם משמואל)

יג) דער צדיק ר' יעקב מעליצער פלעגט זיך פירן ערב שבת אויפצושניידן א עפל איבער די ברייט אין זיך איינקוקן דערון, מ'לעגט זאגן אז ער קוקט דער שם הוי', ווייל אין יעדן עפל איז דא דער שם, ווען מ'שניידט אויך א עפל זעהט מען 10 פינטעלעך קעגן י', פינעף קערלעך קעגן ה', דער שטעקן וואס האלט דעם עפל איז א ו', און אונטן ביי די בלום איז דא נאך פינעף קעגן די ה', ע"כ, ניסן איז די שם הוי' כסדרן אבער תשרי איז דעם שם צוריק צו וועגס מיט דין, דעריבער נעמט מען דעם עפל וואס האט דער שם הוי' איז מ'איז דאס ממתיק מיט א זיסע המתקה.
(המלקט)

יד) דעם ווארט מות קען מען ממתיק זיין מיט פארשידענע צירופים, איין צירוץ איז ווען מ'לייגט אריין א ק' אינעם ווארט מות ווערט דאס מתוק, א תפוח איז א עפל, דאס ווארט עפל קען מען צוטיילן ע' מיט ל' צוזאמען איז ק', אין דער פ' איז פאר די פרי זעלבסט, נעמט מען דעם פ'רי עפל דער ע' מיטן ל' וואס איז צוזאמען ק', און מ'מאכט דאס מתוק, ווייל מ'לייגט צו דעם ק' צו מות.
(המלקט בדרך רמז וצחות)
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

מיין חבר זאגט מיר אז היי יאר מאכט ער א שהחיינו אויף א...







רויטע עפל...
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

טו) ר"ה איז דער טאג וואס אדה"ר איז באשאפן געווארן, אינעם זעלבן טאג איז געוועהן זיין חופה וחתונה, חופת איז די זעלבע אויתיות ווי תפוח, דערפאר נעמט מען א תפוח צו דערמאנען אט דעם טאג.
(הרב מבוטשאטש)

טז) דער עפל קומט מתקן צו זיין דער חטא פון אדה"ר, דיש אוצרים אז דער עץ הדעת איז געוועהן א אתרוג בוים, און תוס' במס' סוכה זאגט אז א אתרוג בוים ווערט אנגערופן תפוח.
(עטרת ישועה)

יז) אין א עפל איז דא דריי מעלות א גוטע טעם, א שיינעם אויסזעהן, און א גוטן ריח, דאס איז א רמז אז דאס ניי יאר זאך אויך האבן אין זיך די אלע מעלות.
(בן איש חי)
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

יח) "תפוח" מיט "דבש" צוזאמען איז בגימ' פחד שבת.
(עטרת ישועה)

הוספה: תוס' ביאור אויף דעם ווייל ס'שטייט פון ר' שלמה קלוגער אז סתם אזוי מוז מען האבן דעם שופר זאל מאכן דעם פחד אויף מענטשן היתקע שופר והעם לא יחרדו, אבער שבת איז דא א אייגענע פחד ווייל אפי' ע"ה אימתא דשבת עליו, דאס איז די רמז "פחד שבת"
(המלקט)

יט) ווען מ'שניידט אויף א עפל זעהט מען 10 פינטעלעך (א חלק פונעם שם הוי' וואס ליגט אינעם עפל) א רמז בעשרה מאמרות נברא העולם, וואס די וועלט איז באשאפן געווארן ר"ה, זה היום תחילת מעשיך.
(מהרנ"ץ מבאבוב)
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

דער קאזניצער מגיד זי"ע האט געזאגט אז דבש איז ר"ת (עס איז פוילישע ווערטער) עס מיינט ג-ט גיב גליק
Bóg daje szczęście
למה זה תשאל לשמי...
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

אויף דעם טעם פאסט זיך גענוי דיין ניק: "והוא פלאי"!............
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

שאץ מאץ האט געשריבן:הוספה ד: אויב איז א עפל צו ווייזן דעם נעשה פאר נשמע ווי די עפל איז פאר די בלעטער, נעשה מיינט דאך מצות עשה, נשמע איז דאך מצות ל"ת, דאס אז נח לאדם שלא נברא איז ווייל ס'איז דא מער ל"ת ווי עשה, דעריבער נעמט מען א עפל צו ווייזן אז מיר זענען מקדים די מצות עשה די נעשה, ממילא איז שוין נח שנברא דעריבער דארף קומען א גוט יאר ווייל ס'איז נח שנברא.
(המלקט)

און אפשר דערפאר טונקט מען איין אין האניג, די תורה איז צוגעגליכן צו האניג, ומתוקים מדבש, ווייל אז מען לערנט תורה כל העוסק בתורת עולה כאילו הקריב עולה, איז שוין קרוב לשכר יותר מלהפסד ונוח לו שנברא עיין עצי חיים תרומה
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

אויפריכטיג האט געשריבן:אויף דעם טעם פאסט זיך גענוי דיין ניק: "והוא פלאי"!............

בפי צדיק א' הערה 1 מביאו בשם המגיד מקאזניץ, אולם בנפלאות הסבא קדישא מביאו בעמוד נ"ז בשם הראדישיצער, וידוע שהספר מקובל כמקור מוסמך
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

כ) אין ס' ברך משה פ' ויקרא טייטש ער זייער שיין די גמ' אז אידן זענען גלייך צו א תפוח וואס די פרי איז פאר די בלעטער און בלומען, זאגט ער אז קדמונים זאגן פאר מ'לערנט נסתרות התורה דארף מען ממלא כריסו זיין בנגלת התורה (דאכט זיך ס'איז א לשון הרמב"ם) מיט ש"ס ופוסקים, זאגט ער די תורה איז די פרי זעלבסט ווידער די נסתר התורה ווערט אנגערופן ציצים ופרחים ווי מ'זאגט אינעם נוסח פון בר יוחאי סוד תורה כציצים ופרחים, אידן זענען מקדים די פרי די תורה דער תפוח פאר די פרחים וואס איז נגלות התורה ע"כ ועייי"ש שהאריך,
די מלאכים האבן געטענה'ט תנה הודך על השמים איז געוועהן די תי' ווייל זיי האבן נאר עוסק געוועהן אין נסתר התורה נגלת התורה איז נישט נוגע פאר די מלאכים, ר"ה ווען מ'זיכט זכותים אויף אידן קעגן די מלאכים, נעמט מען א תפוח וואס איז קודם לעליו, צו ווייזן אז מיר לערנען נגלת התורה פאר מיר לערנען נסתר התורה און דערפאר קומט זיך אונז די תורה, און מיט תורה קומט דאך שוין מיט סגולת התורה אורך ימים בימינה ובשמאולו עושר וכבוד,
(המלקט - שאץ מאץ)
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

און דערפאר טונקט מען עס איין אין האניג, ווייל קבלה איז א רמז אויף א האניג ווי די ספרים זענען מרמז אויף (משלי כ"ה ט"ז) דבש מצאת אכל דיך פן תשבענו והקאתו, צו ווייזן קודם נגלה דערנאך נסתר
כנ"ל בדרך אפשר
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

שאץ מאץ האט געשריבן:טו) ר"ה איז דער טאג וואס אדה"ר איז באשאפן געווארן, אינעם זעלבן טאג איז געוועהן זיין חופה וחתונה, חופת איז די זעלבע אויתיות ווי תפוח, דערפאר נעמט מען א תפוח צו דערמאנען אט דעם טאג.
(הרב מבוטשאטש)


אינטערעסאנט וואס וויל מען דערמיט דערמאנען?

שאץ מאץ האט געשריבן:טז) דער עפל קומט מתקן צו זיין דער חטא פון אדה"ר, דיש אוצרים אז דער עץ הדעת איז געוועהן א אתרוג בוים, און תוס' במס' סוכה זאגט אז א אתרוג בוים ווערט אנגערופן תפוח.
(עטרת ישועה)


אויף ענגליש הייסט אויך אן אתרוג עפל - טשייניז עפל!
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

אויפריכטיג האט געשריבן:אויף ענגליש הייסט אויך אן אתרוג עפל - טשייניז עפל!

לפי ידיעתי הייסט א מילגרוים [רימון] (פאמאגרענעיט) טשייניז עפל.

http://en.wikipedia.org/wiki/Chinese_Apple
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

אויפריכטיג האט געשריבן:
שאץ מאץ האט געשריבן:טו) ר"ה איז דער טאג וואס אדה"ר איז באשאפן געווארן, אינעם זעלבן טאג איז געוועהן זיין חופה וחתונה, חופת איז די זעלבע אויתיות ווי תפוח, דערפאר נעמט מען א תפוח צו דערמאנען אט דעם טאג.
(הרב מבוטשאטש)


אינטערעסאנט וואס וויל מען דערמיט דערמאנען?


זאג נאר ווען איך קום דיך דערמאנען דיין חתונה ווערסטו נישט נתעורר צו תשובה?......

דור הולך ודור בא, מ'דארף מתקן זיין פגמי אדם הקדמון ועוד ועוד
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ביקסאד האט געשריבן:א) דב"ש איז נוטריקון שימה דמעתי בנאדך א רמז אויף די הייליגע טעג ווען ישראל קדושים פארגיסן טרערן לפני אביהם שבשמים אז די טרערן זאלן גערעכנט ווערן אז די תפלות זאלן נתקבל ווערן ברחמים וברצון.
(הרה"ק בעל תפארת צבי מ'ספינקא בשם זקנו הרה"ק בעל קדושת נפתלי מ'מעליץ)

כנראה שהאמרי נועם כבר קדמו בפרשת כי תבא, באמצע התורה הראשונה.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

כא) פון ר"ה ביז נאך יו"כ זענען פארהאן 240 שעה, (10 מאל 24) וואס איז די אותיות מ"ר - ביטער, דעריבער גלייך ווען מ'הייבט אן דעם יו"ט טינקט מען אין האניג ממתיק צו זיין דאס ביטערניש,
(המלקט)
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
קליינקעפיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 07, 2009 1:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינקעפיק »

.
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

Re: * עפל אין האניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

pdf
אטעטשמענטס
עפל אין האניג.pdf
(248.69 KiB) געווארן דאונלאודעד 66 מאל
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: * עפל אין האניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

היימישער הייקער האט געשריבן:pdf

יישר כח!
שרייב תגובה

צוריק צו “ליקוטים וענינים”