ס'איז ביי מיר קלאר, ברור כשמש אז איך בין גערעכט מיט דעם פונקט........ ניין ס'איז אנדערש ווי ביי די פאריגע חודש ווייל...... יא כ'פארשטיי וואס דו מיינסט צו זאגן אבער אז דו וועסט אריינטראכטן איין מינוט מיט א רואיגן שכל וועסטו אויך מוזן איינזעהן..... אקעי איך זע אז דו ביזט אין די גיסטע זיך צו טענה'ן און איך וועל דיך עס נאכגעבן.... אבער איך בעט דיך זאלסט מיך קודם אויסהערן פאר א מינוט נאכער וועמיר הערן דיין זייט, קעי?
הער אויס, אויב איך האב פאריגעס מאל באצאלט די גאנצע גראז שניידן, און מיינע קינדער האבן אויפגעקליענט דעם גארבעדזש הייזקע, דאן אפילו דו קענסט זאגן אז כ'האב עס געטון מרצוני הטוב, אבער ס'איז נאך אלץ קלאר אז אויב מאכט זיך עפעס אן עקספענס דעם חודש בין איך דער לעצטער עס צו באצאלן, פארשטייס'עך מיין? איי וועסטו זאגן לפנים משורת הדין, האלט איך נישט דערביי!!..... דעצאיט!...... שאקס ער האלט שוין ביי הויך שמונ'עשרה...... אה מעכיל איילט אים אונטער, אייביג יאגט ער...... עה למעשה דארפסטו דאך אויך אריינגיין ארבייטן...... אךך ס'שוין טאקע שפעט.... נאכער העט זי שוין נישט וועלן מאכן פרישטאג...... איך פארשטיי נאך טאקע נישט וואס זי האט מיך נישט געקענט איבערלאזן אביסל קעז אויף איינפאסטן.... א קשיא אויף איר.... אלעמאל מיט שיינדי'ן איז זי ביזי.... שיינדי דאס, שיינדי יענץ.... ס'א חילוק.... זי העט זיך שוין נישט טשעינדזשן עניוועי..... גראדע ער ווי הייסט ער?...... נו.... דער...... נא...... אה דער טויבער..... ער האט געזאגט גאנץ אן איטערעסאנטער פונקט וואס איך קען טרייען... ס'איז ווי געגאסן אויף איר.... ווען כ'העל האב געדולד העל איך עס אפשר טרייען..... אךך דער יעקער האט שוין געענדיגט די הויך שמונה עשרה אויך..... הו מ'זאגט תחנון היינט.... געגאנגען....
קודם האב איך געוואלט פארהאלטן די אויבערשטע מגיבים, דא שרייבט מען נישט איינער צום אנדערן, יעדערער רעדט דא צו זיך אליין, הגם דאס אליין מעג איך נישט דא שרייבן/טייפן/קלאפן/זאגן/שרייען/קאמאנדעווען, מ'שטיינס געזאגט דא רעדט דאך יעדער צו זיך אליין, איז מאן יימר, אז די אויבערשטע שרייבערס/טייפערס/קלאפערס/זאגערס/שרייערס/קאמאנדעווערס האבן יא גערעדט צו עמיצין, כאלט נאך פאר'ן באשליסן צו איך זאל דאס דא ארויפשטעלן, אבער יו נאו וואט, יאך לייג עס נישט ארויף, זיכער האבן זיי גערעדט צו זיך אליין, און אויב וועל איך זיך באציען צו זייערע תגובות/הודעות, וועט דאך אויסקומען אז איך בין פארקראכן/פארפארן/פארגאנגען פונעם אשכול, סאו סיז בעסער אז איך רעדט נישט גארנישט.
איצט טראכט איך אזוי, יאך רעדט נישט מער צו דיר, דו ווילסט נאך וויסן פארוואס, כאילו דו ווייסט נישט, פארוואס איז נעכטן די סאפער נישט געווען רעדי אין צייט? הא? כ'קען נישט אזוי אנגיין מיט מיין סדר היום.
היינט זיץ מיר און פראנט פון מיין אפיס, איך פאררייכער א ציגאר, גייט ארורך א אינגערמאן וואס איך קען, רוף איך מיך אן צו אים האהא, זאגט ער מיר האהא איז גוט.
וואס אין די וועלט מיינט דאס?
נו איך הער צו וואס פרעגסטו אריין? יאנאש רעדט צו זיך אליין? חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח
כ'לאך צו מיר אליין, ווייל ווער האט דען קובע געווען אז איך הער רעדט נישט צו זיך אליין.
און איך אויך.