אין די סעריע פון בילדער פון גדולי ישראל ווער ווייסט, שם הגדולים בארה"ב לפני מלחה"ע, אידישקייט אין אמעריקא בשנים קדמוניות אא"וו וויל איך יעצט צו שטעלן נאך אן אשכול אין דער סעריע, מיין כוונה דערמיט איז אויף צו לעבן און מאכן אן התחדשות אויף ביידע וועלטן פון זכור ימות עולם און על הצדיקים וועלכע האבן איינגענומען אן איינשלעף נאך די ביטערע טראגעדיע וואס האט לעצטנס באטראפן אייוועלט. דאס קומט אויך אלס המשך צו די לעצטע בילדער וואס ידידי היקר חכם וסופר בקי נפלא הרב פארשלאפן האט געשטעלט אין דער בפגיוו"וו אשכול.
אין דעם אשכול וועלן געשטעלט ווערן בילדער פון די רבנים ואנשי השם וועלכע האבן פראבירט מיט זייערע כוחות אויף צו האלטן דאס אידישער פונק דאהי אין אמעריקא בעת דער אמעריקאנער פונק האט געברענט מיטן פולען קראפט און געשמאלצן אלסדינג וואס איז פארבליבן ביי די אימיגרירנדע באפעלקערונג מאכנדיג איר פאר אן ארץ אוכלת יושביה.
=================================================================================================================================
וזה החלי בעז"ה:
דאס בילד וואס איך שטעל אהער איז פון איינע פון די גרעסטע גאונים אין אמעריקא און פון די גרעסטע אויטאריטעטן בימיו.
ווער ווייסט? ווער ווייסט?