אייער וועג צו פארדינען גרינג געלט בעז"ה - רייד יור וועי

ניו יארק און ארום

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אייער וועג
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2010 12:34 pm

אייער וועג צו פארדינען גרינג געלט בעז"ה - רייד יור וועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער וועג »

שלום עליכם טייערע ברודער.

ביי יעדן פון אונז קומט אונטער צייטן, ווען אן זייטיגער אינקאם פון אפאר דאלער וואלט גאר גוט צונוץ געקומען. מענטשן וואלטן גרייט געווען אמאל אנצונעמען "פארט טיים" דשאבס, כדאי צו האבן אפאר עקסטערע דאלער.

די פראגע איז אבער וואו קען מען האבן א "פארט טיים" דזשאב? און וואו קען מען האבן א "פארט טיים" דזשאב, וואס איך בין נישט אראפגעבינדן דערצו?

אייער ענטפער איז אונזער נייער קאמפאני "רייד יור וועי".

טעכלענאגיע שפילט היינט א גרויסע ראלע, הן אינעם פרייוואט לעבן, און אוודאי אין ביזנעס לעבן. דערפאר א דאנק פאר די טעכלענאגיע וואס השי"ת האט אהערגעשטעלט, פארשפרעכט אונזער קאמפאני צו זיין בעז"ה א סוקסעספולע פירמע, פון וואס אחינו בני ישראל וועלן מאכן גרינג א דאלער בדרך כבוד, אין פארט טיים צייטן.

יעצט צום ווארט:

הונדערטער יונגעלייט געפינען זיך צו יעדע צייט פון טאג אויף די וועגן, פארענדיג צו איין פאלאץ צום צווייטן. ביי א גרויס חלק פון זיי, זענען די איינציגסטע פאסאנדשיר אינעם אויטא, דער דרייווער אליין. צום ביישפיל: סעילסלייט וואס פארן ארום, קאר סערוויסעס וואס האבן געמאכט נאר א וואן וועי, חסד מעמבערס, וואס זייער וועג צוריק אדער אהין איז ליידיג, מענטשן פארן צו חתונות, מסיבות, מיטונגען א.ד.ג. און דער קאר איז ליידיג.

פון דער אנדערע זייט, איז דא אסאך וואס ווילן פארן מיט א קאר, ווייל עס איז באקוועמער, שנעלער, רוהיגער, בא'טעמ'טער אדער פאר סיי וועלכע אנדערע סיבה. און אז עס וועט זיין א קאר סערוויס, מיט א דורכשניטליכער פרייז, וואלטן זיי אוודאי גענומען א קאר, ווי איידער צו פארן מיט'ן באס.

דא קומט אריין טעכלאנגיע אין בילד: צוזעענדיג ווי אזוי "חסד" פירט אן מיט זייערע געוואלדיגע פעולות, איז באוואנדערט געווארן, ווי אזוי איז מעגליך, אז אין יעדע צייט איז דא נאר איין דיספעטשער, און זיי קאווערן איבער 300 טריפס טעגליך, מיט א שטארקע פונטקליכקייט? דער ענטפער וואס מיר האבן באקומען איז א פארגעשריטנעם קאמפיוטער פראגראם, וואס שטעלט אהער אז 80% פראצענט דיספעטשינג, ווערט אהערגעשטעלט דורכ'ן קאמפיוטער.

איז אונז איינגעפאלן אויפ'ן געדאנק, אז די זעלבע טעכלאנגיע וואס האט ארויפגעברענגט "חסד" צו אירע שטאפלען, קען דאך אויך ווערן גענוצט ביים אלגעמיינעם עולם אין די לאנג דיסטענס טריפס וועלט.

אין געציילטע ווערטער: מיר וועלן דינען אלץ שדכן צווישן דרייווערס וואס פארן סיי ווי, און צווישן קאסטומערס וואס ווילן פארן.

וואו אזוי וועלן מיר ארבייטן? גענוי ווי "חסד". ווען עס וועט זיין אן "אפענע קאל" וועלן מיר ארויסשיקן א טעקסט מעסעדזש פאר אונזערע איינגעשריבענע דרייווערס, און ווער עס וועט זיין עוולעיבעל אויף יענעם רוט, וועט עס קענען קאווערן.

סתם אינגעלייט וואס האבן קארס, אפילו זיי האבן נישט א געוויסע סיבה צו פארן ערגעץ, און קענען ביישטיין צו מאכן אפאר דאלער אין דער זייט, זענען אויך וועלקאם זיך איינצושרייבן פאר דרייווערס.

איין קליינע ביישפיל: עס קומט יעצט די זומער וואכן, ווען אינגעלייט זענען היבש אויפ'ן ראוד, פון און צו די קעטסקילס. זייער אסאך פארן מיט ליידיגע קארס, און אסאך וואלטן געקענט ביישטיין מיטצונעמען פאסאנדשירן פאר אן מינומים אפצאל. פון די אנדערע זייט מטבע, וויפיל מענטשן וואלטן געפארן מיט א קאר פאר א ביליגערע פרייז ווי אלגעמיינע קאר סערוויסעס און אביסל טייערער ווי די באסעס? מיט'ן נייעם סיסטעם, וועלן אייער טריפס ארויס צו די קאנטרי, אייך העלפן קאווערן אייער קינדס קעמפ.

מיר זענען היינט ב"ה ארויסגעקומען אין פאבליק, מיט אונזער אדווערטייזמענט אויף די טעגליכע צעטלעך אין וויליאמסבורג. אינעם יעצטיגן שטאפל, וועלן מיר אויפנעמען מעמבערס, וואס זענען גרייט זיך אנצשליסן. אין די קומעדיגע וואכן, וועלן מיר בעז"ה גיין פארויס מיט אונזערע פלענער, און זיך אדווערטייזן זיך צו קענען אויפסיינעןן פאר א מעמבער אין אלע אידישע געגנטער, אזוי וועלן מיר בעז"ה שטנדיג האבן א גרויסן אויסוואל פון דרייווערס פון אלע געגענטער.

ווען מיר וועלן זיין אויפגעסיינט מיט א געוויסע צאל דרייווערס, וועלן מיר זיך אדווערטייזן פאר'ן קאסטמור קרייז, און בשם השם נעשה ונצליח.

פאר מער פרטים, פילט פריי ארייצורופן אין אפיס, וואו איר וועט געענטפערט ווען מיט א העפליכקייט אלע אייערע פראגן.


די עד פון היינט זונטאג פ' שלח

פאלגט נאך די עדס די קומעדיגע טעג, און אין אנדערע געגנטער אי"ה
אטעטשמענטס
ad.jpg
ad.jpg (37.19 KiB) געזען 6026 מאל
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

געוואלדיג!!!!!!!!!!! עס איז א מעכטיגע איידיע!
איך האב שוין עטליכע מאל געזוכט מענטשן זאלן מיטקומען מיט מיר ווען איך פאר אסאך קיין קרית יואל.
איך האלט אז דער עולם וועט זיך שנעל צוכאפן צו אזא איידיע, עס קען פארגרינגערן די הויכע געז פרייזן וואס מענטשן מוטשענען זיך צו באצאלן, און דורך דעם סערוויס וועלן זיי קענען רואיג באצאלן די געז, און נאך מאכן עטליכע גראשן אין די זייט.
כה לחי, והושעת את ישראל.
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

קוקט אויס א פיינער געדאנק.

זה נהנה וזה נהנה

זאל עס זיין מיט פיל הצלחה
__________________________________
This signature was intentionally left blank
אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער בין איך? »

איך האב שוין גערופן, יעצט ווארט איך צו באקומען מיין אפליקעישן אויף אימעיל.

אזויווי איך פאר יעדן טאג קיין מאנסי און צוריק, ווארט איך שוין גאר לאנג אויף אזאנס!
קארל
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארל »

א געוואלדיגער געדאנק!
הצלחה רבה.
פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלוני »

פיין, פיין. זאל זיין מיט גרויס הצלחה!!
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)
דער קאמפיין איז נאך אקטועל https://go.thechesedfund.com/netzachvhoid/standalone
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

א הערליכן געדאנק.

אזא פראגראם וואס חסד האט קאסט אפאר טאלער ניין?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

נו, איך גלייב אז יעדע ביזנעס קומט מיט אן אינוועסטמענט.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

ס'איז אן ערענסטע אינוועסטמענט מיין איך, אבער דאס מאכט נישט אוועק די געדאנק, איך וואונטש אום גרויס הצלחה.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

א געלונגענער געדאנק, כ'אב שוין כמה פעמים געטראכט פון אזא איידיע.

אז דער פראגראם איז שוין געשריבן געווארן איז עס שוין ביליגער מסתמא. אבער פארט מוז דער דיספעטשער אויך מאכן געלט פון ערגעץ סוכ"ס איז דאס נישט קיין חסד ארגאניזאציע.
מסתם וועט אראפגיין א פערצענט פארן דיספעטשער א-ווי אלע קאר סערוויסעס.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

בערך פון וואסערע פרייזן רעדט מען דא?
הנותן לשכוי בינה...
דער גראפיסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2009 11:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער גראפיסט »

זייער א גוטע געדאנק
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
חיים של פרנסה
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2009 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים של פרנסה »

ישר כח פארן ארויפברענגען דעם געדאנק.

יעצט וועלן מענטשן שוין זיך אויסלערנען, אז א ווען יענער האט א קאר מיינט דאס נישט אז ער דארף דיר "עניוועי" מיטנעמען,

יעדער דרייווער צאלט טייער פאר זיין קאר, און אויב ער איז מוותר אויף זיין פרייוועסי (און אויף זיין שלום בית, ווייל מען דערלייגט דאס ווען מען פארט מיט נאך אנדערע) מעגסטו איהם באצאלן דאס מיני מינימום.

כ'קען מענטשן וואס טראכטן גאר פארקעט, אפילו ווען ער דארף נישט דעם טיפ נעמט ער עס כדי צו מאכן די פאסאזשירן באקוועם אז זיי זענען נישט סתם אנלייגער'ס, ווי אויך זאגט ער אז אויב יענער, (אפילו זיין ברודער) צאלט איהם עפעס צו, האט ער נישט אזוי מורא אויפצוהייבן זיין פאון קאל ווען ער קאלט איהם 20 מינוט פארן פארן.

אלענפאלס, א דאנק צו איי-וועלט פארן געבן די געלענהייט פאר אונזערע חשובע ניק'ס ארויס צוגעבן זייערע כוחות לטובת הציבור.
חיים של פרנסה,
בעזרת ה'.
אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער בין איך? »

איך האב אים גערופן, זאגט ער מיר אז אזוי מאכט ער געלט.
יעדער איז מחליט פאר זיך וויפיל געלט צו טשארדשן פאר די נסיעה און צוואנציג פראצענט דערפון גייט פאר דער קאמפאני (אכציג פראצענט פאר'ן דרייווער).
אייער וועג
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2010 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער וועג »

אויפריכטיג האט געשריבן:געוואלדיג!!!!!!!!!!! עס איז א מעכטיגע איידיע!
איך האב שוין עטליכע מאל געזוכט מענטשן זאלן מיטקומען מיט מיר ווען איך פאר אסאך קיין קרית יואל.
איך האלט אז דער עולם וועט זיך שנעל צוכאפן צו אזא איידיע, עס קען פארגרינגערן די הויכע געז פרייזן וואס מענטשן מוטשענען זיך צו באצאלן, און דורך דעם סערוויס וועלן זיי קענען רואיג באצאלן די געז, און נאך מאכן עטליכע גראשן אין די זייט.
כה לחי, והושעת את ישראל.


ישר כח פאר די חיזוק, אייערע קאמאנטארן איבער הויכע געז פרייזן איז אין איינקלאנק מיט אונזער סלאגאן "אייער קאר מוז נישט זיין אן עקספענסעס".

יואל ווייס האט געשריבן:ישר כח פאר די חיזוק, אייערע קאמאנטארן איבער הויכע געז פרייזן איז אין איינקלאנק מיט אונזער סלאגאן "אייער קאר מוז נישט זיין אן עקספענסעס".


ישר כח פאר די חיזוק, איר האט ארויסגעברענגט אונזער איידיע אין איין ווארט: זה נהנה וזה נהנה.

ווער בין איך? האט געשריבן:איך האב שוין גערופן, יעצט ווארט איך צו באקומען מיין אפליקעישן אויף אימעיל.

אזויווי איך פאר יעדן טאג קיין מאנסי און צוריק, ווארט איך שוין גאר לאנג אויף אזאנס!


ישר כח פאר'ן רופן, מיר צילן טאקע אזלעכע מענטשן ווי אייך.

קארל האט געשריבן:א געוואלדיגער געדאנק!
הצלחה רבה.


ישר כח פאר די חיזוק.

פלוני האט געשריבן:פיין, פיין. זאל זיין מיט גרויס הצלחה!!


ישר כח פאר די חיזוק.

געלעגער האט געשריבן:א הערליכן געדאנק.

אזא פראגראם וואס חסד האט קאסט אפאר טאלער ניין?


ישר כח פאר די חיזוק. עס קאסט טאקע אסאך געלט, בעזר השם וועט עס האבן געווען א גוטן אינוועסמענט.

קרעמער האט געשריבן:נו, איך גלייב אז יעדע ביזנעס קומט מיט אן אינוועסטמענט.


ישר כח קרעמער, פאר'ן עפענען די ניק, צו באקומען רשות כתיבה, און פאר אונז געבן אזא שיינעם פאלאץ, אויסצולופטערן אונזער איידיע.

שוועמל האט געשריבן:א געלונגענער געדאנק, כ'אב שוין כמה פעמים געטראכט פון אזא איידיע.

אז דער פראגראם איז שוין געשריבן געווארן איז עס שוין ביליגער מסתמא. אבער פארט מוז דער דיספעטשער אויך מאכן געלט פון ערגעץ סוכ"ס איז דאס נישט קיין חסד ארגאניזאציע.
מסתם וועט אראפגיין א פערצענט פארן דיספעטשער א-ווי אלע קאר סערוויסעס.


ישר כח פאר די חיזוק. אמת, ווי באלד מיר האבן שוין געזען אזא פאגראם, איז עס היבש ביליגער, וויל מיר האבן געהאט וואס נאכצושרייבן, באט מיר האבן געוויסע פיטשערס, וואס זיי האבן נישט, צץבץשץ מיר האבן געדארפט צולייגן פעימענטס, פינאצן א.ד.ג.

מיר גייען בעז"ה מאכן געלט דורך בעטן 20% פראצענט פון יעדן טריפ.

תרנגול האט געשריבן:בערך פון וואסערע פרייזן רעדט מען דא?


עס האלט נאך אינמיטן אויסגעארבייט ווערן, עס וועט לויפן מיט א געוויסע פראצענט ביליגער ווי אלגעמיינע קאר סערוויסעס, און עס וועט זיך ווענדן אין די טריפ ווי ווייט ס'איז.

דער גראפיסט האט געשריבן:זייער א גוטע געדאנק


ישר כח פאר די חיזוק.

חיים של פרנסה האט געשריבן:ישר כח פארן ארויפברענגען דעם געדאנק.

יעצט וועלן מענטשן שוין זיך אויסלערנען, אז א ווען יענער האט א קאר מיינט דאס נישט אז ער דארף דיר "עניוועי" מיטנעמען,

יעדער דרייווער צאלט טייער פאר זיין קאר, און אויב ער איז מוותר אויף זיין פרייוועסי (און אויף זיין שלום בית, ווייל מען דערלייגט דאס ווען מען פארט מיט נאך אנדערע) מעגסטו איהם באצאלן דאס מיני מינימום.

כ'קען מענטשן וואס טראכטן גאר פארקעט, אפילו ווען ער דארף נישט דעם טיפ נעמט ער עס כדי צו מאכן די פאסאזשירן באקוועם אז זיי זענען נישט סתם אנלייגער'ס, ווי אויך זאגט ער אז אויב יענער, (אפילו זיין ברודער) צאלט איהם עפעס צו, האט ער נישט אזוי מורא אויפצוהייבן זיין פאון קאל ווען ער קאלט איהם 20 מינוט פארן פארן.

אלענפאלס, א דאנק צו איי-וועלט פארן געבן די געלענהייט פאר אונזערע חשובע ניק'ס ארויס צוגעבן זייערע כוחות לטובת הציבור.


ישר כח פאר די חיזוק. גאנץ זיס צו ליינען דיינע געדאנקן.

ווער בין איך? האט געשריבן:איך האב אים גערופן, זאגט ער מיר אז אזוי מאכט ער געלט.
יעדער איז מחליט פאר זיך וויפיל געלט צו טשארדשן פאר די נסיעה און צוואנציג פראצענט דערפון גייט פאר דער קאמפאני (אכציג פראצענט פאר'ן דרייווער).


סארי, קוקט אויס איר האט נישט פארשטאנען קלאר, וואס די סעקרעטערי האט אייך ערקלערט. מיר וועלן האבן אי"ה באשטימטע פרייזן פאר יעדע נסיעה, און אכציג פראצענט וועט גיין פאר די דרייווער.


****


געלויבט השי"ת מיר האבן געהאט נעכטן גאר א צופרידענעם אפקלאנג, וואס מיר שאצן דורך די טעלפאון רופן וואס מיר האבן ערהאלטן, און דורך די אפליקעישענס וואס מיר האבן ארויסגעשיקט אויפ'ן פארלאנג פון אריינרופערס. ווי אויבן געשריבן, האבן מיר בעז"ה א ציל וויפיל מעמבערס מיר דארפן האבן ארויסצוקומען אין פאבליק, כדאי צו קענען אנפאנגן סערווירן דעם עולם בעז"ה.
אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהת »

זייער א פיינע זאך

אבער איין זאך פארשטיי איך נישט. וויאזוי גייט מען באקומען א קאלל? דער וואס קען די שנעלסטע ציריק טעקסטן ער גייט עס באקומען?
Normal is just a setting on the washing machine
salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך salads »

קהת האט געשריבן:זייער א פיינע זאך

אבער איין זאך פארשטיי איך נישט. וויאזוי גייט מען באקומען א קאלל? דער וואס קען די שנעלסטע ציריק טעקסטן ער גייט עס באקומען?

נאר דער דרייוער וואס פארט ממילא
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net
salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך salads »

אויפריכטיג האט געשריבן:כה לחי, והושעת את ישראל.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

עס איז שוין דא עני אפדעיטס ?
איך האב געזעהן אין איינע פון די וועכענטליכע צייטונגען א באגריסונג צום עפענונג פונעם נייעם ביזנעס, אבער אינעם אנאנס איז נישט געשטאנען וואס די ביזנעס טוט צושטעלן.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

עס איז אדווערטייזט אויף קול מבשר.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
JOELHEALTH
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 26, 2008 1:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך JOELHEALTH »

can this be a business in the non=Jewish world?
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

קוקט אויס צו זיין א געוואלדיגער געדאנק.

איך וויל נאר פארשטיין אפאר פונקטן:

1) למשל אויב איך וויל ארויספארן א' בלק וויזיטן א קינד אין קעמפ, ווען דארף איך אריינרופן? גייט דאס זיין ווי א קאר סערוויס, מ'שטיינס געזאגט אז כ'קען דאס באשטעלן 15 מינוט בעפאר איך וויל פארן?

2) די דרייווער'ס דארפן אלע זיין אפראווד'טע מיטגלידער אין די קאמפאני? און אויב יא, וויאזוי ווערט מען אפראווד?

3) אויב איך בין נישט קיין מיטגליד אין די קאמפאני, איך וויל בלויז מאכן א איינמאליגע טריפ קיין מאנסי למשל, אבער איך וויל מיטנעמען איינעם, איז דא א אפציע אז איך זאל דאס קענען טוהן?
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

1) דו דארפט פארדעם אריינגעבן די נאמען פונעם קינד און אין וועלכע קעמפ ער לערנט, און מיר וועלן נאכזוכן צו עס ליגט עפעס אמת אין דיינע רייד, (פילע מאל ביי אזאלכע פעלער שטעלט זיך ארויס אז דער רופער איז א שנה ראשונה אינגערמאן אדער גאר א בחור, אדער אפילו אן אלטער זעצער וואס וויל סתם טרייבן קאטאוועס פון אונזער סיסטעם).

2) די ערשטע זאך בעטן מיר מען זאל ארויסגעבן אלע ניקס וואס מען האט אויפן אינטערנעט. און מיר קוקן נאך די היסטאריע פונעם שרייבער.

3) בשום אין אופן, ארויסגעשטעלט האט זיך אז די אלע וועלכע האבן געוואלט טון אזאלכע "איינמאליגע טריפס" האבן געהאט בייזע כוונות, און פארטייאישע און פאליטישע אינטערסען.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

גרויזי, נומער 3 איז א וויכטיגע נקודה.

איך האף אז דאס איז טאקע די סיסטעם.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 24, 2007 11:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארום »

דארפן די דרייווערס אליין אפנעמען די געלט? ...אזוי נעמען ווי א שנארער...
און ווי באקומט די קאמפאני די 20% ? ווי קומט עס אן צו זיי?
וואסערע סיסטעם ניצט מען?
שרייב תגובה

צוריק צו “לאקאלע טרעוול”