הצלה ראטעוועט.. מיין/דיין טייערע משה'לע .....!!

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

קאפמאן
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 04, 2010 2:39 pm

הצלה ראטעוועט.. מיין/דיין טייערע משה'לע .....!!

תגובהדורך קאפמאן » דינסטאג יוני 08, 2010 6:34 am

קים משה'לע, כאפ אן טאטיס הענט שיין...
מע גיימער אין חדר..
קים דא אין די קאר סיט... לאמיר דיר גיט ציבינדען...

אזא הייסע טאג ווי היינט איז דאך א רעקארד... די שווייס גיסט זיך ווי וואסער....
מען קען דאך ח"ו אויסגיין פאר הוץ..
מיט די פענסטערס אפען וועל איך מיך נישט באגאניגן, לאמיר פארמאכן די פענסטערס אין אנצינדן די עיר קאנדישאן אויף די העכסטע...
אהה א מחיה פיין קיל....

פינגגג!!! די רויטע גאז לעמפל האט זיך אנגעצינדן...  עס קיקט נישט אויס ווי איך וועל דאס מאכן ביזן חדר.. לאמיר אריינפליסן דריי פיר גאלן פאר דערווייל...
אין א וועיגס וועל איך שוין קויפן א קאלטן וואסער....

לאמיר ארויסנעמען די שליסל,  ס'איז דאך ממש א שאד די גאז זאל ברענען
אימזינסט....
....

איצי וואס מאכסטע?! וואס גייט פאר מיט דיר
איך טריי דיר שוין צי ריפן צוואציג מאל..

הע איך האב שוין דריי מאל געטשענזשט נומערס זייט דריי יאר ציריק...

סא וויזוי גייט עס אזוי...

וואס דארפען מיר שטיין דא אינדרויסן עס איז דאך קעלטער אינעווייניג נישט אזוי?!...
...

טאטי ס'הייס..! טאטי ס'הייס! איך וויל ארויסגיין... טאאטי טטאאאטטטייי!!
מיין קאפ טיט וויי.... טטטאאאאטטטייי....!!!
טאטי איך וויל ארויסגיין אבער כ'בין ציגעבינדן....טטאאאאטטטייי....!!
טרערן געמישט מיט שווייס גיסן זיך פינעם קליינעם זיסן משה'לע, אבער טאטי האט אינגאנצן פארגעסן פין אים......

או קעי איצי איך דארף לויפן אין זשאב ווי וויל טאלק...

...
אוי משה'לע איך האב אינגאנצן פארגעסן פין דיר... משה'לע משה'לע הערסט
נישט
טאטי??.... משה'לע...!! הצלה משה'לע....
ביז צוויי מינוט איז שוין משה'לע געוועין אינעם הצלה... אין טאטי האט מען נעבעך איינגעשפארט אין אנגעקלאגט פארן איבערלאזן א קינד אין א קאר פאר איבער א
שעה. וואס איז געוועין איבער 120 דעגראד.....

הצלה אין עסקינים האבן ארויסגעגעיבן א רוף צו פארמיידן אזאלאכע ווייטערדיגע טראגעידיעס ב"ה...

* אין קיין שום פאל נישט איבערלאזן א קינד אליין אין קאר, אפילו פאר א מינוט.


* אייביג פארמאכט די קאר, אין מאכט זיכער צו האלטן די שליסלען אויף א פארזיכערן ארט, אז אייער קינדער זאלן נישט קענען ציקימען דערצו.

* ווארן אייער קינדער נישט צו שפילן אין אדער ארום קארס

*לייגט אריין א trunk release mechanism  אזוי די קינדער קענען נישט פארכאפט ווערן

אוועטאר
קראצער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:46 am

תגובהדורך קראצער » דינסטאג יוני 08, 2010 7:00 am

קויפן קויפט מען ביי קויפמאנן
אז ס'קראצט, קראצט מען נישט צוריק ווייל ס'וועט קראצען שטערקער. (קרעדיט. מאסקיטוי)

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » דינסטאג יוני 08, 2010 7:01 am

פארוואס צוויי מאל די זעלבע אשכול און פארוואס אין פארברענגען?

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » דינסטאג יוני 08, 2010 8:54 am

פארוואס אהער און פארוואס אהין פארוואס דא און פארוואס דארט, דער עיקר איז צוויי זאכן, איינס אז דער נושא איז א "ברענענדיג" וויכטיג יעדער זאל עס גוט ארייננעמען אין קאפ, און צווייטנס, ס'איז הערליך שיין אראפגעלייגט...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » דינסטאג יוני 08, 2010 10:03 am

גאר גוט ארויסגעברענגט און זייער הערליך אראפגעלייגט, ספעציעל פאר די ערשטע תגובה.
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11977
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג יוני 08, 2010 10:33 am

הערליך שיין.
זייער הומאריסטיש.

חיים של פרנסה
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2009 6:23 pm

תגובהדורך חיים של פרנסה » דינסטאג יוני 08, 2010 12:32 pm

פארוואס הומאריסטיש? סאיז א שרעק.

יעדער וואס גייט אריין אין א קאר טעגליך ווייסט נעבעך וואס ער מיינט.

אוי סווערט מיר הייס..
חיים של פרנסה,
בעזרת ה'.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8769
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דינסטאג יוני 08, 2010 12:56 pm

שרעקעדיג... א אויטענטישע געשטיכטע?
איז אזוי, עכט איז מיין חתימה:
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אבער יעצט טויש איך מיין חתימה, צו:
https://www.dryveup.com/yoely/iVelt/

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דינסטאג יוני 08, 2010 1:43 pm

זייער שרעקעדיג!
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » דינסטאג יוני 08, 2010 2:59 pm

אוי א שרעק!
א טייערע נשמה משה'לע האלצבערג שיחי'.

אוועטאר
גיי_ווייס
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2009 12:34 am

תגובהדורך גיי_ווייס » דינסטאג יוני 08, 2010 9:56 pm

שלום עליכם
זייער א שיינע אשכול
קיפ אופ
_________________________x

פינטעל
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 22, 2009 5:41 pm

תגובהדורך פינטעל » דינסטאג יוני 08, 2010 10:28 pm

שכח קאפמאן, עקספיריענס און ארענטלעך

טרעגער
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 10, 2010 11:13 pm

תגובהדורך טרעגער » דינסטאג יוני 08, 2010 10:42 pm

שרעקעדיג, און אמת'דיג.

קאפמאן, גוט אראגעלייגט, כאף סאל מער נישט פאנסירן.

אוועטאר
פעטריטשקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2009 6:37 am

תגובהדורך פעטריטשקע » מיטוואך יוני 09, 2010 8:47 am

שמערי בערי האט געשריבן:שרעקעדיג... א אויטענטישע געשטיכטע?


מ'האמיר שוין ליידער געהערט אזאנע אויטענטישע געשיכטעס,
דאכצימער פאראיאר אין לעיקוואד? נעבעך אוועק.....

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2678
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מאנטאג יולי 29, 2019 9:10 am

מענין לענין

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1754
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

זייער וויכטיג

תגובהדורך ברוינע באנאנע » מאנטאג יולי 29, 2019 9:29 am


שטומפיג
שר האלף
תגובות: 1890
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

תגובהדורך שטומפיג » מאנטאג יולי 29, 2019 11:40 am

ווער בין איך? האט געשריבן:פארוואס צוויי מאל די זעלבע אשכול און פארוואס אין פארברענגען?

ווייל מ'האט שוין אזויפיל מאל געזאגט און דערוילעם פארשטייט נאכאלץ נישט, ברויך מען זאגן נאכאמאל.
זייער גוט אראפגעלייגט, ליינט זיך געשמאק.
שכח
כל ישראל יש להם חלק לעולם הבא (סנהדרין, פרק י', משנה א')
עולם הבא באקומען אלע אידן, אבער עולם הזה האבן נאר ערליכע אידן!


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט