מטבעות און אנטיק זאכן
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
אנטיק מטבעות, וויפיל איז עס ווערט?
באקומען אן אנפראגע פון א חבר:
איך דריי מיך לעצטנס אסאך ביי מיין זיידן אין שטוב, און איך האב באמערקט אז ער האט א גאנצע לעדל מיט אלטע מטבעות און אנטיק זאכן וואס קענען ווערט זיין א שיינע מטבע. איז מיין פראגע: צו וועמען ווענד איך מיך? וואו קען איך געוואויר ווערן אויב די זאכן זענען טאקע אזוי ווערטפול? און ווער וועט זיי אפקויפן פונעם זיידן?

קארל האט געשריבן:לייב ארויף בילדער פון מטבעות, און געב א שאנס פאר'ן עולם זיך אנצורופן.
העכסטנס קענסטו כאטש שילדערן עטליכע מטבעות (מדינות, יאר, קוואליטעט און דענאמינאציע), און דער עולם קען פרובירן צו שענקען אינפארמאציע.
דער פראבלעם איז אז איך האב נישט קיין שום אינפארמאציע מער ווי איך האב געשריבן, און יענער האט נישט קיין צוטריט צום פארום.
יישר כח פלייוואד פאר די וועבזייטל, איך האב עס ווייטער געשיקט.
1919 איז ווערט מער, קען זיין קרוב צו 15 צענט.
דאס זענען די פרייזן פאר די געווענליכע פעניס וועלכע וואלגערן זיך ארום, און זענען נישט אין קיין ספעציעל גוטן צושטאנד. געוויסע פעניס קענען אבער זיי פיל מער ווערט אויב זיי זענען אין א גאר גוטן צושטאנד. צום ביישפיל, א 1919 פעני קען זיין ווערט אפילו ביז $30 אויב זעט עס אויס כמעט ווי ניי.

ביים פסח'דיג מאכן האב איך געפונען אן היסטארישע חפץ וואס געפונט זיך אין מיינע ארכיוון (א גאנצע מעשה וויאזוי עס איז אנגעקומען צו מיר), הכלל עס איז אן אריגינעלע בריוו פון לעצטן ליובאוויטשער רבי'ן (ממ"ש) געטייפט מיט א טייפרייטער, פארראכטן מיט א פעדער, און אן אונטערשריפט בכתב ידו.
עס איז פון יאר תשל"ט
קען מען עפעס טוהן דערמיט?
עס איז פון יאר תשל"ט
קען מען עפעס טוהן דערמיט?
- jkup50
- שר האלף
- תגובות: 1079
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
- לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!
קרעמער האט געשריבן:ביים פסח'דיג מאכן האב איך געפונען אן היסטארישע חפץ וואס געפונט זיך אין מיינע ארכיוון (א גאנצע מעשה וויאזוי עס איז אנגעקומען צו מיר), הכלל עס איז אן אריגינעלע בריוו פון לעצטן ליובאוויטשער רבי'ן (ממ"ש) געטייפט מיט א טייפרייטער, פארראכטן מיט א פעדער, און אן אונטערשריפט בכתב ידו.
עס איז פון יאר תשל"ט
קען מען עפעס טוהן דערמיט?
קענסט געבען מער דיטעלס וואסארא בריוו מען רעד דא פון?
יאנקעל די פופציגער
טאבאקא האט געשריבן:איך בין זיכער אז א ליובאוויטשער וועט צאלן געלט דערפאר
איך האב עטליכע מטבעות - פון האלבע דאלארן - פון ריין זילבער. (דאס קען מען זעהן ביי די זייט)
וויפל א שטייגער איז דאס ווערט היינט?
בריוולעך פון ליובאוויטשער רבי'ן זצ"ל זענען גראדע נישט אזויפיל ווערט, וויבאלד עס זענען פאראן טויזנטער פון זיי.
זילבערנע מטבעות האבן זייער א סך צוטאן מיט דעם מצב אין וועלכן זיי געפינען זיך, און פון וועלכן יאר זיי זענען.
קארל האט געשריבן:טאבאקא האט געשריבן:איך האב עטליכע מטבעות - פון האלבע דאלארן - פון ריין זילבער. (דאס קען מען זעהן ביי די זייט)
וויפל א שטייגער איז דאס ווערט היינט?
זילבערנע מטבעות האבן זייער א סך צוטאן מיט דעם מצב אין וועלכן זיי געפינען זיך, און פון וועלכן יאר זיי זענען.
זיי זענען אין א פארהעלטנמעסיג גוטן צושטאנד. איך האב פון 1941 און ווייטער. ווי אויך האב איך סתם גאנצע דאלארן מטבעות פון די זיבעציגער יארן.
- מיליאנער
- שר מאה
- תגובות: 215
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 9:59 am
- לאקאציע: ביים ATM מאשין
קרעמער האט געשריבן:ביים פסח'דיג מאכן האב איך געפונען אן היסטארישע חפץ וואס געפונט זיך אין מיינע ארכיוון (א גאנצע מעשה וויאזוי עס איז אנגעקומען צו מיר), הכלל עס איז אן אריגינעלע בריוו פון לעצטן ליובאוויטשער רבי'ן (ממ"ש) געטייפט מיט א טייפרייטער, פארראכטן מיט א פעדער, און אן אונטערשריפט בכתב ידו.
עס איז פון יאר תשל"ט
קען מען עפעס טוהן דערמיט?
געזען עדווערטייזט די וואך:
מיר קויפען כתבי ידות און בריווען פון אדמורי"ם און רבנים - מיר באצאלן שיין.
Email: [email protected]
732- 364 5053
מי שיש לו מנה רוצה מאתים
- יוסף שרייבער
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4589
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm
די לאטע איז פאלש,מען פאבריצירט היינט די אלע זאכען אין די טויזענטער,איך בין געווען אין קראקע (אזוי אויך אין אלע גרעסערע פוילישע שטעט ווי טוריסטען קומען)קען מען קויפען פיל פין די און ענדליכס,אפילו סס זיגלעך וכדומה,זילבערנע ידות אלעס אלעס פאלש,א גרויס חלק פין זיי קומט אן אויף איביי וידע הציבור להיזהר,כלל זה נקוט בידך, 99% פין די אלע מיני חפצים וואס דרייען זיך היינט ארום זענען ווייניגער פין אפאר יאר אלט.
-
- שר האלף
- תגובות: 1429
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
- לאקאציע: אין די העכערע ספערן...
צוריק צום נושא פון "אלטע מטבעות".
צום ערשט די לינק וואס ווערט דא געברענגט viewtopic.php?p=351031#p351031 אויף וועלכע הרב קרעמער באדאנקט זיך, ארבעט נישט. ווארשיינליך אלס רעזולטאט פונעם קראך.
ווער עס ווייסט וואו מ'קען באשטעלן א מטבעות-קעטעלאג פאר "אומזיסט", ביטע צוצייכענען א לינק.
אזוי אויך ווער עס ווייסט פון א גוטע "מטבעות-געשעפט" (coin store) אין ניו-יארק זאל זיך ביטע אנרופן.
א דאנק פון פאראויס.