הערליכע נייע ניגון פון "שטראוס אייזקרים"

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

איז דאס לכבוד די נייע השגחה ?
ועמך כולם צדיקים
your friend
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 09, 2009 3:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך your friend »

איז עס טאקע "אזוי" הערליך?
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

איך האף אז זייער אייז קריעם איז בעסער ווי דעם ניגון...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהת »

פון ווי שטאמט די ווערטער פון די ניגון??? :wink: :wink:
Normal is just a setting on the washing machine
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

גראדער האט געשריבן:איך האף אז זייער אייז קריעם איז בעסער ווי דעם ניגון...


איר מיינט אפשר צו דער הכשר איז אזוי גוט ווי דער ניגון...
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ניגון:

איך וויל אייך לאזן וויסן
אז אויב איר ווילט געניסן
דאן קויפט די שטראוס אייזקריעם

אן עונג יו"ט וועט איר האבן דאן
מילכיג פארעווע האט די זעלבע טעם
זאלט איר טאקע וויסן
פון יו"ט צו געניסן
דאן קויפט די שטראוס אייזקריעם

פרישט אייך אויף פון דעם הייסן זומער קלימאט
הרב לאנדא'ס הכשר באקאנט פאר נאנט און ווייט
זאלט איר אלעמאל וויסן אז פון דעם צו געניסן
דאן קויפט די שטראוס אייזקריעם

קויפט די שטראוס אייזקריעם
קויפט די שטראוס א-י-י-ז-ק-ר-י-ע-ם
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

אויפן פיצי פריוויא אויף קולמע - פאר די אפטיילונגען, די ערשטע צוויי פעלער דוכט זיך ווי זיי זינגען דעם סאטמאר'ן שהשלום שלו....
פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלוני »

נו וואו קען מען זינגען דעם ניגון שבועות אין ביהמ"ד...
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)
דער קאמפיין איז נאך אקטועל https://go.thechesedfund.com/netzachvhoid/standalone
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

שמערי בערי האט געשריבן:אויפן פיצי פריוויא אויף קולמע - פאר די אפטיילונגען, די ערשטע צוויי פעלער דוכט זיך ווי זיי זינגען דעם סאטמאר'ן שהשלום שלו....

כהאב געזעהן אז די ניגון איז מיר באקאנט, יעצט כאפ איך שוין.
יעצט וועסטו זיין שולדינג אויב איך גיי זיך צולאכן די וואך ביי שאלעשידעס, ווען מ'גייט זונגען שהשלום שלו.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
פינטעל
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 22, 2009 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינטעל »

איך ווייס נישט ווי שיין די ניגון איז, אבער א גוטע 'עדווערטייזינג פיטש' איז עס זיכער
היינט בעת מאכענדיג מיין וועכענטליכע שבת ארדער ביי סענטרעל מארקעט האב איך געזעהן ווי א יונגערמאן זינגט זיך אינטער-שפאצירענדיג לענגאויס די לאנגע פריזערס- "אוי אוי קויפטס דעם שטראוס אייזקריעם..."
לעצט פארראכטן דורך פינטעל אום דאנערשטאג מאי 13, 2010 9:34 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פינטעל
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 22, 2009 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינטעל »

בכלל איז עס א לעצטענסדיגע סטייל אין עדווערטייזינג, איר געדענקט?....
איך וויל קלינען מיין געלע טלית.........
מילך מילך, א נייע מין גאלדען פלוי מילך......
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

מילכיג פארעווע האט די זעלבע טעם

און זיי ווילן איך זאל עס נאך קויפן???!!!
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

פינטעל האט געשריבן:היינט בעת מאכענדיג מיין וועכענטליכע שבת ארדער ביי סענטרעל מארקעט האב איך געזעהן ווי א יונגערמאן זינגט זיך אינטער-שפאצירענדיג לענגאויס די לאנגע פריזערס- "אוי אוי קויפטס דעם שטראוס אייזקריעם..."

האסטעס אויך באמערקט? אה. וואס איז געווען די ענד פון די מעשה? ער האט עס געקויפט? מ'האט עם אריינגעפירט?
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

להוי ידוע אז די מילכיגע שטראוס אייז קרעים ווערט געמאכט מיט חלב עכו"ם [פאודער],
כפי פסק הגר"י לאנדא מ'בני-ברק זצ"ל אז וואו באלד עס איז נשתנה מעג מען.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

איך ווייס נישט וועגן שטראוס, אבער קול מבשר גייט צוביסלעך אראפ פון טיש פון באזעסענע מענטשן.

ער האט צוגעלייגט א קאלום פון ביזנעסלייט וואס האט מיך מוראדיג מחיה געווען, די נייעס איז אויך אינטערסאנט, אבער אויב גייט דאס אויפן חשבון פון מיך מאכן פילן ווי א קליין קינד, זיי מיר געזונט.

אין א עקסקלוסיוו אויפדעקונג בין איך געוואויר געווארן די מעין אדווערטייזמענט פון נעקסטע וואך:

"יעעעעעעיייי, יענקי האט געמאכט אין טוילעט, יעייייי!, (קלאטעשערייען....)" פאר מער דרוקט 6".
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

גרויזאמער האט געשריבן:איך ווייס נישט וועגן שטראוס, אבער קול מבשר גייט צוביסלעך אראפ פון טיש פון באזעסענע מענטשן.

ער האט צוגעלייגט א קאלום פון ביזנעסלייט וואס האט מיך מוראדיג מחיה געווען, די נייעס איז אויך אינטערסאנט, אבער אויב גייט דאס אויפן חשבון פון מיך מאכן פילן ווי א קליין קינד, זיי מיר געזונט.

אין א עקסקלוסיוו אויפדעקונג בין איך געוואויר געווארן די מעין אדווערטייזמענט פון נעקסטע וואך:

"יעעעעעעיייי, יענקי האט געמאכט אין טוילעט, יעייייי!, (קלאטעשערייען....)" פאר מער דרוקט 6".


גרויזי, ביזט נישט דער איינציגער. כ'פלעג קיינמאל נישט הערן קול מבשר צוליב זיינע קאלירטע נייעס וואס ער קען צומאל ארויפלייגן, ווי נייעס פון א רציחה אין א לאנג איילענד קאלעדזש וכו' וכו' וכו' וואס האט מיר געגרוילט צו הערן. לעצטנס האבעך אנגעהויבן הערן די "קול מעבאשער איווענינג ניוס" פון זיבן אויפדערנאכט, אבער די אדווערטייזמענט נעמט מיר ארויס פון די כלים. אנגעהויבן מיט פארקאש טליתם און געענדיגט יעצט ביי שטראוס אייז קרעם, ס'נאריש שבנאריש, אבער יעדער לאכט וויילאנג מ'מאכט געלט...
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
איוואן
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איוואן »

גרויזאמער טייערע, כהאב הנאה אז די האלסט דיר פאר אזא נארמאלע מענשט, אז די ווייסט שוין וואס אנדערע נארמאלע מענשטן גייען טאן.

זייענדיג אין די ליין פון אדווערטייזינג, ווייסעך אז די סטייל עדס ברענגן פאר די קאסטומער דריי מאל אזופיל רעזולטאטן ווי די פשוטע עדס, אין אויב ח"ו די וועסט אמאל צוהערן די ראדיאו, וועסטו הערן נאך ערגערס.

כגיי טרייען דיר באלד צו ברענגן אפאר קאמערשאל'ס פון ראדיאוס סטאנציעס, וועלכע די וועסט זיכער אויך אויסשפייען, אבער דארט איז דאך אנדערשט די הלכה ווייל דארט איז עס פראפעשאנאל ווייל עס איז אויף די ראדיאו, אין דא איז עס דער חסידישער קול מבשר.

אין מיין פירמע ווי איך ארבייט, האט מען שוין אנגעטראגן פאר א קאסטומער די סטייל עדס, ער האט עס געמאכט אומווילענדיג, אין ער איז ממש משוגע געווארן פון די רעספאנד, אפילו פון אזאנע נארמאלע מנשטן ווי גרויזאמער.

כהאפ באלד צו האבן עפעס טריפענע קאמערשעלס אלס סעמפעלס.
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

איוואן, דער גרויזאמער איז בכלל נישט קיין נארמאלער מענטש.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

גרויזאמער האט געשריבן:איך ווייס נישט וועגן שטראוס, אבער קול מבשר גייט צוביסלעך אראפ פון טיש פון באזעסענע מענטשן.

ער האט צוגעלייגט א קאלום פון ביזנעסלייט וואס האט מיך מוראדיג מחיה געווען, די נייעס איז אויך אינטערסאנט, אבער אויב גייט דאס אויפן חשבון פון מיך מאכן פילן ווי א קליין קינד, זיי מיר געזונט.

אין א עקסקלוסיוו אויפדעקונג בין איך געוואויר געווארן די מעין אדווערטייזמענט פון נעקסטע וואך:

"יעעעעעעיייי, יענקי האט געמאכט אין טוילעט, יעייייי!, (קלאטעשערייען....)" פאר מער דרוקט 6".

איך האב נישט קיין צוטריט צו די עקסקלוסיווע אינפארמאציע, אבער איך ווייס אז דיין תגובה איז אויפן וועג אראפצוברענגן די ניווא (וועא"מ) פון די קרעטשמע 8.)
אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויער »

די אדווערטייזמענטס אינמיטן די נייעס איז נישט געפערליך ווייל מען קען מישן

די ערגסטע איז די ערשטע אדווערטייזמענט וואס מען קען עס נישט אוועקמישן
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
אוועטאר
א גוטע זאך
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 17, 2009 10:41 am
לאקאציע: אין א גוטע פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטע זאך »

ס'איז מיר אינטרעסאנט צו הערן דעם ניגון. קען איינער ברענגען א לינק צו עס דאונלאדן?
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

שמערי האט רעכט, ער הייבט אן גוט, דעם שהשלום שלו אבער ער פארט אוועק ערגעץ.
אךך, פארדרייט א גינון.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

ביקסאד האט געשריבן:להוי ידוע אז די מילכיגע שטראוס אייז קרעים ווערט געמאכט מיט חלב עכו"ם [פאודער],
כפי פסק הגר"י לאנדא מ'בני-ברק זצ"ל אז וואו באלד עס איז נשתנה מעג מען.

ביסט זיכער אין דעם? מיר איז אויסגעקומען פונקט צו זעהן א פראדוקט פון א שוואכע הכשר שרייבן זיי ארויס אז ס'האט די גוי'שע שטויב, א היימישע העכשר וואלט דאס זיכער געדארפט ארויס שרייבן
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

פורסם בדרשה שנאמרה בחול המועד פסח העעל"ט.
ועמך כולם צדיקים
גאון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאון »

צום זאך האט געשריבן:
פינטעל האט געשריבן:היינט בעת מאכענדיג מיין וועכענטליכע שבת ארדער ביי סענטרעל מארקעט האב איך געזעהן ווי א יונגערמאן זינגט זיך אינטער-שפאצירענדיג לענגאויס די לאנגע פריזערס- "אוי אוי קויפטס דעם שטראוס אייזקריעם..."

האסטעס אויך באמערקט? אה. וואס איז געווען די ענד פון די מעשה? ער האט עס געקויפט? מ'האט עם אריינגעפירט?


גם אני בחלומי האב געהערט ווי א אינגערמאן זינגט זיך אינטער אין גראסערי

" איך וויל אייך לאזן וויסן.
אז אויב איר ווילט געניסן "

דאן קויפט די שטראוס אייז קרים, קויפט די שטראוס אייז קרים

אין דערנאך ביים רעכענען זעה איך אז יא! ער לייגט דאס ארויס צו רעכענען
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”