ר' בנימין פארכאפט ביי טעראריסטן,

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קעכער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 18, 2006 10:40 pm
לאקאציע: אין קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעכער »

אב זקן קיפ איט אפ, וויאזוי די ווילסט!!

דער עיקר האלט אן און שרייב ווייטער א יעדע טאג אדער צוויי...
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

נוי וועי ! די שרייב נאר וויאזוי ס'איז "עכט געווען" ;l;p-
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

למעלה משבעים האט געשריבן:יו יו איך בעט דיר נאר דאס נישט, בלייב ביי דעם, אדרבא ווי צומישטער אלץ אונטרעסאנטער. פינטל.

גם אני מצטרף שטובה השני מן הא' .

בכל אופן יישר כוחך!
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
אוועטאר
אב זקן
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 27, 2009 12:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב זקן »

א גרויסן יישר כח פאר אלע.

וואו איך זעה וויל דער עולם יא מ'זאל גיין ווייטער אויפן מהלך וואס מיר האבן דא גענומען,
אויב אזוי וועלן מיר אי"ה ווייטער אנגיין וואו געפלאנט,
און פאר די וואס ווערן צומישט וועלן שפעטער אי"ה מאכן א קורצע חזרה און איבער גיין יעדע נאמען מיט זיין שטעלונג, (לויט וואו איך האב פארשטאנען איז דאס וואס צומישט אביסעל)

בעילוט, דיין קשיא איז נישט ריכטיג, ביי די ערשטע העלפט מעשה איז די אפעראציע געפירט געווארן דורך די פב"א וואס דארט האט "אגענט מארס" נישט געהאט קיין גרויס צוטריט,
אבער דא ווערט די אפעראציע געפירט דורך סא"ע וואס דאס איז וואו ער ארבעט און וואו ער האט צוטריט.

אדרבה, אז איינער זעהט אז עפעס שטימט נישט זאל ער לאזן וויסן,
מיר לייגן אריין אסאך קאפ אז טאקע אט די קליינע דעטאלן זאלן שטימען,
און מיר ווילן הערן ווען איינער פארשטייט נישט אדער ווען עפעס שטימט נישט, (נאך אלעמען איז דאס די ערשטע מאל וואס איך פאבריציר א מעשה...)
הנאה געהאט?
לאזט אייך הערן!
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

shmate האט געשריבן:נוי וועי ! די שרייב נאר וויאזוי ס'איז "עכט געווען" ;-
;l;p- ;l;p-
די ביסט גיט
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
שמויגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 8:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמויגער »

;l;p- נאא ווען איז נעקסט ?????
גלייב מיר מיין ווארט איז מער ווערט ווי מיין אונטערשריפט
אוועטאר
אב זקן
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 27, 2009 12:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב זקן »

צוויי און צוואנציגסטע פארזעצונג



---------------------------------------------



פארזעצונג פון פריער.

דריי אזייגער ביינאכט.
מאחמוד איז אויפן טעלעפאון מיט אבאס העלפענדיג אום אנטלויפן פון די פאליציי.

סעם איז צוריק געפארן צום הויפט שטאט אויפן פארלאנג פון דעני.

לואיס איז אנגעקומען קיין איראן, אבער אויפן פארלאנג פון דעני טאר ער נישט אנהויבן פלאנירן די אקציע פון ארויסראטעווען מאחמוד וואו לאנג עלי איז נישט פארכאפט, לואיס פארשטייט נישט וואסערע שלאק ס'האט באטראפן דעני אבער דאס איז וואס די ארדער איז און דאס דארף ער פאלגן.

"אגענט מארס" ארבעט אויף אלע כלים, ער האלט אינפראמירט עלי אויף יעדע שריט.

א גאנצע שטאב ביי די סא"ע ארבעטן יעצט אווער טיים אויף צוקומען אויף א פלאן וואו אזוי די אקציע זאל פארקומען...

יעצט ליינט ווייטער.


און די רום פון די סא"ע.

אזוי וואו דעני האט גענומען מארק אז ער זאל זיין דער וואס שטעלט צוזאם אלעמענס מיינונגען און ער דארף זיין דער וואס גייט מארגן צופרי אריין צו דעני מיט די פארטיגע פלאן, איז מארק געווען איבער געפילט מיט ארבעט..
יעדע פאר מינוט האט נאך איינער צוגעברענגט אן איידיע אדער א קנייטש, מארק האט די אלע זאכן געדארפט צוזאם שטעלן,
בערך פיר אזייגער פארטאגס איז דעני צוריק געווען און אפיס און גראד צוגעגאנגן צו מארק זעהן וואו ער האלט,
דעני האט געשמייכלט ווען ער האט געזען אז מ'האלט שוין ערגעץ... די פלענער פאנגען שוין אן אויסצוזעהן לייטיש, ס'פעלט נאך אסאך קליינע דעטאלן אבער מער ווייניגער קען מען שוין האבן א בילד וואס דא גייט זיין....
נאך מער האט דעני געשמייכלט אז לויטן פלאן קען מען שוין אנפאנגן די אקציע מארגן נאכט....
דאס מיינט אז וואו נאר מ'איז פארטיג מיט דעם קען מען זיך נעמען ארבעטן אויף ארויסצוראטעווען מאחמוד,

"אגענט מארס" האט זיך צוגעהערט מיט א שטארקע פונקטליכקייט צו אלע דעטאלן, אבער איין זאך האט אום געשטערט, אז מארק איז דער וואס גייט באשלוסן אלע דעטאלן ביי זיך און אפיס און דערנאך גייט ער דאס איבער געבן פאר דעני,
איך דארף לייגן א האנט אויף די פייל נאך פאר מארק טראגט דאס אריבער צו דעני....

די אגענט האט געהאלטן א נאנטע אויג אויף מארק...

--

משפחת ריז פארט זיך רואיג אויפן וועג, די דרייווער פון די קאר קוקט אויף די מאפע און זעהט אז ער וועט זיך דארפן היפש אינטעריאגן צו דערגרייכן זיין ציל מיט א פערטל צו פינעף,
ער נעמט זיך פארן נאך שנעלער די זייגער ווייזט שוין אויף פיר אזייגער....

אבער דאס זיך יאגן איז געקומען פון פרעשער און נישט פון טראכטן, ווייל ווען איינער ווייסט אז ער האט פיטער אויפן קאפ זיכט ער נישט אז ער זאל שלעפן שלעכטע אויגן....

און דאס איז געווען א טראגישן טעות,
נאך צעהן מינוט פארן אזוי שנעל האט דאס א פאליס אויפגעכאפט און זיך גענומען נאכיאגן דעם קאר,

די דרייווער זעהט אונעם שפיגל וואו די פאליס פארט און זיין ריכטונג, ער סלאוט אראפ....
אבער דאס איז שוין געווען צו שפעט....
ער זעהט וואו די פאליציי אפיסער שטעלט זיך אינטער זיין קאר און רופט אויס און די מייק אז ער זאל זיך רוקן און די זייט.....

די פאליס אפיסער קומט ארויס פון די קאר, בעט זיין לייסענס, און זעצט זיך צוריק אריין און זיין קאר....

די אגענט זעהט אז ס'איז צרות, ער רופט אן סעם אויף זיין פאון און דערציילט אום אז ער איז דא אפגעשטעלט געווארן און ער ווייסט נישט וואס ס'קומט נעקסט....

נאך פאר סעם האט געהאט א טשאנס צו פרעגן וואס דא גייט פאר, האט שוין סעם געהערט אויפן טעלעפאון וואו די פאליציי אפיסער הייסט זיין אגענט ארויס קומען פון די קאר מיט די הענט אויף ארויף.....
און די טעלעפאון האט זיך אפגעהאקט....

סעם איז געווארן זייער פארלוירן, ער רופט אן דעני און דערציילט אום אז ער ווייסט נישט וואס דא איז געשעהן אבער זיין אגענט אונאיינעם מיט מאחמוד'ס ווייב און קינד זענען אט יעצט ארעסטירט געווארן ממש נעבן די גרעניץ....

דעני האט זיך גענומען שרייען אויף סעם פארוואס ער האט זיי געלאזט גיין..
האב איך דיר נישט געזאגט אז מ'זאל אלעס לייגן אויף האלד..?
ניין, די האסט מיר געזאגט אז זיי קענען גיין, און נאר מאחמוד'ס רעטונג אקציע איז אויף האלד...

דעני כאפט זיך אז סעם איז גערעכט,
אקעי רופט ער זיך אן, לאמיך זעהן וואס איך קען נאך טון....

---

אבאס זיצט אויפן טרעין און ער פארשטייט נישט וואו אזוי זיי ווייסן אז ער איז דא,
ער קלערט צו זיך אז אפשר האבן זיי איינעם אויף די טרעין וואס גיבט זיי די אינפארמאציע?
ער באשלוסט אראפ צוגיין מיט אסאך מענטשען און זיך אויסמישן מיט די מאסן, אפשר וועלן זיי אום אזוי פארלירן,

ביי די נעקסטע סטאפ האט זיך אבאס ארויסגעשלייכט פונעם טרעין די לעצטע מינוט, און זיך גוט אויסגעמישט מיט די מאסן מענטשען וואס האבן געוואקט צום פלאטפארם....
ס'גייט נישט דורך א מינוט און מאחמוד קאלט אום....

ביסטו יעצט אראפ פון די טרעין?
גיי שוין צוריק!!!
זיי ווארטן די אפ אינדערויסן און זיי גייען דיך ארעסטירן...
לויפ אראפ און כאפ די נעקסטע טרעין וואס קומט....

אבאס קען עס נישט פארשטיין, וואו אזוי ווייסן זיי דאס...??

ער לויפט צוריק אראפ די שטיגנס און זעהט אז ס'איז נישטא קיין טרעין יעצט.....

דא שטיין אויף א ליידיגע פלאטפארם איז נישט קיין אפציע, זיי קענען נאך אראפ קומען דא און מיך ארעסטירן....

אבאס קוקט זיך ארום צו ס'איז דא א וועג אז ער זאל אנקומען אויף די צווייטע זייט ווייל דארט דארף א טרעין קומען ביז א מינוט...

זיכענדיג זעהט ער אז ס'איז דא א קליינע אייזן וואס שטעקט זיך ארויס, אבאס קלערט נישט קיין צוויי, ער קריכט ארויף אויפן אייזן און מיט א קליינע שפרינג קומט ער אן צו די אנדערע זייט טרעין....
אבאס קוקט צוריק צו זעהן צו איינער האט געזעהן....
ער זעהט אז קיינער האט נישט באמערקט, און די קעמערליך פון זיין מח האט זיך שוין אריין געכאפט א קלער אז יעצט האט ער זיך איינמאל פאר אלעמאל אפגעשאקלט פון זיינע נאכפאלגערס,
אבער די געדאנק איז איבער געריסן געווארן דורך א קאלל פון מאחמוד....
מאחמוד זאגט אום אז ער הערט יעצט וואו זיי רעדן צווישן זיך אז די האסט געקראסט צו די אנדערע זייט...
זיי שיקן יעצט א נייע טיעם מענטשען וואס זאלן דיך אפווארטן...

וואס טוט מען טאקע...
וואס קען דאס זיין??
אזוי רעדענדיג כאפט זיך מאחמוד וואס די זאך איז.....
מאחמוד זאגט פאר אבאס וואס צו טון,
דערווייל איז די טרעין אנגעקומען,
אבאס זעצט זיך ארויף, ביי די נעקסטע סטאפ גייט אבאס אראפ און מישט זיך ווייטער אויס צווישן די מאסן,
אבאס קוקט זיך ארום צו איינער גייט אום נאך..
ער וואקט שנעל ארויף די שטיגן צו די גאס...
אנקומענדיג אויפן גאס לויפט ער אריבער די גאס און רופט אן מאחמוד זאגן אז ער איז אינדערויסן,

מאחמוד זיצט און אפיס און שמייכעלט,
ער הערט וואו די חברה רעדן אז אבאס גייט לכאורה דארפן אראפגיין ביז דריי מינוט... ווייל אט דערגרייכט מען שוין די לעצטע סטאפ...
אלע יוניטס זאלן זיין גרייט ביי די לעצטע צוויי סטאפס ווייל ביי איינע פון די צוויי סטאפס גייט ער אראפ גיין...

ווען די טרעין איז אנגעקומען צו די לעצטע סטאפ האט מאחמוד געהערט וואו זיי רעדן צווישן זיך אז יעצט זאל מען זיך גרייטן אויף אום ער גייט יעצט קומען....
ארעסטיר אום און דערנאך וועלן מיר טרעפן א סיבה, אויב וועט אויספעלן וועט איינער אנגעבן אז אויף די טרעין האט ער אום געשלאגן....

נאך אפאר מינוט ווען זיי האבן געזען אז אבאס קומט נישט ארויף האבן זיי אנגעפרעגט די דיספעיטשער צו ער איז זיכע אז אבאס איז נאך אויפן טרעין?
יא. אבער איך מיין אז מ'וועט אום דארפן גיין אויפוועקן, לכאורה איז ער איינגעשלאפן....

מאחמוד שיסט אויס און א געלעכטער טראכטענדיג וואו אזוי די חברה גייען זיך שפירן ווען זיי גייען זעהן וואס אבאס האט געטון מיט זיי....

מאחמוד קען נישט פארשטיין וואו אזוי ער האט דאס נישט געכאפט און די ערשטע מינוט..

ווען ער האט געזען די נאוט אז מ'זאל אום נאכפאלגן דורך די פט"ס סיסטעם איז אום נישט בייגעפאלן אז דאס מיינט פ"און ט"רעקינג ס"יסטעם, און קורצן,
אז זיי האבן זיין סעלפאון אינפארמאציע און זיי גייען אום נאכפאלגן דורך זיין סעלפאון....
און דאס איז וואו אזוי זיי האבן אום נאכגעפאלגט די גאנצע צייט....

יעצט האט אבאס איבער געלאזט זיין טעלעפאון אינטער די באנק אויף איינע פון די זיצן אויפן טרעין.... און נאך וואו עס ארבעט....

מאחמוד זיצט און ווארט אויף די קללות און ס'האט טאקע נישט געשפעטיגט צו קומען....

יוניט פיר צו די דיספעטשער: דער הינט האט אונז אויסגעשפילט,

דיספעטשער: וואס הייסט די האסט אום נישט?

יוניט פיר: די טרעין איז ליידיג קיינער איז נישט דעראויף.

דיספעטשער: וואס הייסט? איך זעה דא אויף מיין סקרין אז ער זיצט און די דריטע קאר...

יוניט פיר: די דריטע קאר איז ליידיג!!

דיספעטשער: ס'קען נישט זיין...

יוניט פיר: איך שטיי דא מיט מיינע מענטשען, זאג מיר נישט אז ס'קען נישט זיין!

אה אקעי איך זעה דער ***** האט איבער געלאזט זיין טעלעפאון דא!!!!
אז די ווילסט קען איך לייגן קייטליך אויף זיין טעלעפאון... דאס איז די גאנצע וואס איך האב פון אום....

מאחמוד שיסט אויס....

---

אויפן פארלאנג פון דעני איז לואיס זיך געגאנגען טרעפן מיט סעם און זיין אגענט, זיי זענען א טאטעל פון דריי מענטשען...

דעני האט פארלאנגט פון זיי צו גיין אויסשפיאנירן עלי'ס הויז...

אלע דריי האבן מיטגענימען מיט זיך זייערע כלים, און זיך ארויסגעלאזט צו עלי'ס הויז, זיי גייען יעצט דארפן אויסשפיאנירן פונקטליך וויפיל טירן און פענסטערס די הויז האט...
וואו די לעקטער פונעם הויז ווערט אריינגעצויגן,
צו ער האט גארדס וואס היטן אויף אום..
ווען ער שטייט אויף און ווען ער פארלאזט זיין הויז..
וואו אזוי גייט ער צו די ארבעט..
און נאך אסאך דעטאלן וואס דעני וויל וויסן פאר מ'פאנגט אן די אקציע,

אנקומענדיג נאנט צו זיין הויז האבן זיך אלע דריי צושפרייט,

סעם האט גענומען זיין פאזיציע אויף די בעק פון די הויז, ער האט זיך פלאצירט אויף די גראז צווישן די ביימער, און ארויס גענומען זיין קוקער....

לואיס מיט די צווייטע אגענט האבן גענומען די פראנט פון די הויז, לואיס איז ארויף אויפן דאך פון א הויז קעגן איבער אזוי איז ער געווען פונקטליך אנטקעגן די טיר פון עלי'ס הויז, לואיס שלעפט אויף ארויס זיין שפאקטיוו צו האבן א בעסערן בליק..

די דריטע אגענט האט זיך געדארפט ארום דרייען ארום די הויז, ער האט געדארפט ציילן די פענסטערס און די טירן און וואו אויך אלע זייטיגע זאכן...

אפגעשמיעסט האט מען אז עלעף אזייגער צופרי וועט מען זיך טרעפן און די שטאטישע פארק, און דארט וועט יעדער איבער געבן זיינע דיטעילס, ווען מ'וועט אלעס האבן קלאר וועט מען שיקן די אינפארמאציע צו דעני, און זעהן וואס ער זאגט ווייטער....

ווען יעדער האט זיכער געמאכט מיט לואיס אז ער איז אויף זיין פאזיציע האט לואיס זיי נאכאמאל אנגעווארנט נישט צו רעדן און נישט אראפצונעמען קיין אויג, יעדער זאל זיכער מאכן אז ער געדענקט יעדען דעטאל, און אין די פארק וועט מען צוזאמשטעלן אלע דעטאלן....

---

"אגענט מארס האט געהאלטן א אויג אויף מארק,
ווען דעני האט אויסגערופן אז יעדער קען שוין א היים גיין ווייל די פלענער זענען שוין מער ווייניגער גרייט, איז מארק געווען די איינציגסטער וואס איז דארט געבליבן צוענדיגן אלע דעטאלן...
מארק האט נישט געוואוסט אז איינער האלט א אויג אויף אום פונעם שפאלט פון די טיר.....
מארק האט צוגענדיגט זיין ארבעט, אינדערויסן אויפן גאס האט שוין אנגעהויבן טאגן...

ווען מארק איז פארטיג געווארן האט ער ארויף געלייגט די פלענער אויף זיין קליינע יו עס בי און דאס אריין געלייגט און טאש....

"אגענט מארס" האט אלעס מיטגעהאלטן פונעם שפאלט פון די טיר....
מארק האט זיך אויפגעשטעלט, צוגעמאכט זיין קאמפיוטער...
אנגעטוהן זיין קאוט.....
פארלאשן די לעקטער פונעם קאנפרענס רום.... און ארויסגעוואקט.....

מארק וואקט אראפ אויפן גאס....
די גאסן זענען שטיל....
א קיל ווינטל בלאזט...
מארק ווייסט נישט אז זיינע טריט ווערן נאכגעפאלגט.....

מארק זעצט זיך אריין און קאר אהיים צופארן..

אפאר קארס אינטער אום זיצט איינער וואס פארט נאך מארק,

נאך וואס מארק האט געפארקט זיין קאר און אריין אונדערהיים האט נאך א קאר געפארקט טאקע אפאר הייזער ארויפציער אבער גענוג צו קענען האלטן א אויג אויף די הויז.....

נאך צען מינוט, איז א פארמאסקירטע מאן ארויס געקומען פון די צווייטע קאר, מיט א קליין באטעל און די האנט,

ער גייט צו צום הויפט אריינגאנג...
נעמט די שטיגנס אראפ צו די סעלער...
דארט גייט ער צו צום ווענטעלאציע סיסטעם, שניידט אויף א קליינע לאך און די פייפ....
שפריצט אריין פונעם באטעל אריין און די פייפס....
נאך אפאר מינוט ווארטן, זיכער מאכענדיג אז די גאז זאל שוין זיין צושפרייט איבערן גאנצן הויז....
לויפט ער ארויף צו די הויז..

די טיר האט זיך געפענט גרינגערהייט, די מאסקירטע מאן האט אריין געוואקט און צוגעוואקט צו די קאוט קלאזעט, ארויסגענומען די יו עס בי....
איינגעפלאגט און זיין קליינע הארד דרייוו...
געקאפיט די אינפארמאציע...
צוריק אלעס וואו ס'איז געווען..

די אקציע האט נישט גענומען מער וואו דריי מינוט..... און ער איז שוין נישט דארט געווען....

"אגענט מארס" זעצט זיך צוריק און זיין קאר און פארט אפ פון דארט.......

פארזעצונג אי"ה
הנאה געהאט?
לאזט אייך הערן!
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

וואוי משוגע צו ווערן ווי די האלטסט אונז דא געשפאנט.
די ביזט גוט....
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אגענט "מאר"! ווי וואנט "מאר".

דו ביסט גוט! און גוט ביסטו!
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1039
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

ייווווששששש!!!!!!
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
די גרויסע עפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די גרויסע עפל »

יישר כח, עס ווערט בעסער אין בעסער.
הערשעלע
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 03, 2010 4:07 pm
לאקאציע: צווישן מיין קאפעלוטש מיט מיין שיך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשעלע »

אב, מעכטיג!

האלט אונז ווייטער געשפאנט!
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

זייער גוט, אבער אויב ווילסטו אלעס זאל שטימען ביטע זיי מסביר פארוואס מאחמוד קען זיך אויסבאהאלטן מיט זיין סעלפאן אנע דעם וואס מען זאל עס קענען אויפכאפן.

האסטע געהערט... א קשיא אויף א מעשה.
אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויער »

אב איך האב נישט קיין ווערטער

האסט א גוטן פעדער אין דיין הענט

גיי אן ווייטער אין זיי אונז מהנה

יישר כח
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

bailout האט געשריבן:זייער גוט, אבער אויב ווילסטו אלעס זאל שטימען ביטע זיי מסביר פארוואס מאחמוד קען זיך אויסבאהאלטן מיט זיין סעלפאן אנע דעם וואס מען זאל עס קענען אויפכאפן.

האסטע געהערט... א קשיא אויף א מעשה.


זאגנאר! די...די..ווילסט טאקע וויסן אזוי אלעס אין אין מינוט?? איך מיין וואס וועל איך ליינען נעקסטע וואך??
הער וואס כ'זאג דעך, אינז וועלמער ליינען ווייטער ווי ס'וואלט ווען גארנישט נישט געווען (אה.. וואס זאגסטו? כ'הא געשריבן 2 מאל נישט?!? אין די ביסט צי מישט וואס איך מיין ?? אז ס'איז נישט נישט נישט געווען עפעס, אדער וועא"מ?? - [ביידיוועי, כ'אב נישט קיין השגה וואס איך האב דא געשריבן, זשאסט פאר יאר אינפו]) עניוועי, אינז וועלמיר לאזן די קשיות ווען די מעשה וועט זיין פערטיג, פארבלעם ??
:?
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

די ציסט מיך זייער שטאק אן, דח מיזסט שרייבער מער און אפטער

שכוח עני וועי
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
ווילדער קאפ
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2009 2:35 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילדער קאפ »

:shock:
ס'כאפם א פחד. waaaaaaaaahhhhhhhhhhhhhhh
"Anyone who has never made a mistake has never tried anything new."
אוועטאר
אב זקן
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 27, 2009 12:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב זקן »

בעילאוט די פרעגסט זייער גוט,
אבער די פארגעסט אז יעצט און די געשיכטע איז מאחמוד נישט קיין געזוכטער, אויב וועט צוריק קומען די אינפארמאציע פון די קאר אז ער איז נישט דארט געווען דאן וועט ער האבן א פראבלעם מיט'ן זיך אויסבאהאלטן.

און זייט וויסן אז מיר האבן דאס אינזינען געהאט ביים שרייבן די שורות.

אבער איך האב הנאה ווען די פרעגסט, איך גלייך זייער ווען איינער טראכט איבער די מעשה און שטעלט פראגן.
אפשר קען איך דיר אנפאנגן צו שיקן פריוואט די פארזעצונגן פאר איך לייג עס ארויף אז די זאלסט עס איבער קוקן? איך האב שוין איינעם, אבער ס'שאדט נישט צוויי.
הנאה געהאט?
לאזט אייך הערן!
אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליינער »

יעצט געענדיגט ליינען אלע פארזעצונעגן ביז דא עס איז מוראדיג גוט געשריבען און זייער ציענד
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך
אוועטאר
אב זקן
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 27, 2009 12:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב זקן »

דריי און צוואנציגסטע פארזעצונג



______________________________________________




פארזעצונג פון פריער


די אגענט מיט מאחמוד'ס ווייב און קינד האט מען אריין געטראגן און פאליס סטאנציע, סעם און דעני זענען זייער פארלוירן און טראכטן פון א פלאן וואו אזוי זיי ארויסצוזען פון דארט.

אבאס האט זיך באוויזן ארויסצודרייען פון זיינע נאכפאלגערס מיט די הילף פון מאחמוד, אבאס איז יעצט אויפן וועג צו מאחמוד.

לואיס מיט זיינע צוויי העלפערס זענען יעצט ארום עלי'ס הויז, זיי שפיאנירן דורך יעדע ברעקל אינפארמאציע וואס זיי קענען שאפן, עלעף אזייגער גייען זיי זיך טרעפן און די שטאטישע פארק און דארט גייט יעדער איבער געבן זיין איפארמאציע, און ווען מ'וועט האבן א פארטיגן פאזל וועט מען קאלן דעני,

"אגענט מארס" האט באוויזן דורכן א כיטערישן אופן ארויסצודערווישן די אינפארמאציע וואו אזוי די קידנעפינג פון עלי גייט פארקומען...

יעצט ליינט ווייטער.


אבאס, וואו נאר ער האט אראפגעלייגט די טעלעפאון פון מאחמוד האט ער געריכטעט זיינע טריט צו די האטעל וואו מאחמוד איז איינגעשטאנען, מאחמוד האט אום געלאדענט צו זיין צוזאמען און צוזאמען זעהן וואס מ'גייט ווייטער טון,
אנקומענדיג האט אום מאחמוד אויפגענימען און אום דערציילט אז יעצט איז זיין רעטונגס אקציע אויף האלד, אבאס האט אום געפרעגט די סיבה, מאחמוד האט נישט געוואוסט אנצוצייגן די סיבה, נאר אזויפיל יא, אז זיין משפחה דארף שוין צו זיין אינדערויסן פון לאנד אבער זיין אקציע האבן זיי דערווייל אפגעשטעלט,

אזוי שמוסענדיג האט זיך מאחמוד'ס טעלעפאון צוקלינגן, אויף די אנדערע זייט ליין איז געווען דעני..
דעני האט און קורצע ווערטער איבער געגעבן פאר מאחמוד אז ס'איז נישט וואו אזוי ער האט געמיינט, און זיין משפחה איז דערווייל נישט אינדערויסן פון לאנד, און נישט נאר אז זיי זענען נישט אינדערויסן, נאר זיי זענען גאר פארכאפט....

מאחמוד האט נישט געקענט גלייבן וואס ער הערט..
מאחמוד פרעגט דעני צו ער האט א פלאן מיט זיי ארויסראטעווען?
נישט עכט זאגט דעני,
וועגן דעם רופ איך דיך, אפשר קענסטו עפעס ארויסהעלפן?

לאמיך קודם זעהן פארוואס מ'האט זיי ארעסטירט, לאמיר זען פארוואס די פאליציי אפיציר האט זיי אפגעשטעלט, וואס די חטא איז געווען,

מאחמוד כאפט זיך אריין און די סיסטעם און זעהט טאקע אז מ'האט ארעסטירט א משפחה ' די מאמע מיט די קינד' האט מען פריי געלאזט, אבער די דרייווער איז ארעסטירט געווארן פארן דרייוון א ג'גנב'טע קאר און פארן ספידן...

דאס מיינט רופט זיך מאחמוד אן, אז מיין ווייב און קינד דרייט זיך ערגעץ דארט עלנד אליין....
און די דרייווער זיצט נאך..
אבער וואס מיינט דאס א ג'גנב'טע קאר?

דעני ווייסט נישט וואס צו ענטפערן,
מאחמוד ווארפט אבער צו, אז דאס איז גאנץ גוטע נייעס, דאס מיינט אז מ'האט נישט אראפגעהאלטן זיין פאמיליע אדער די דרייווער פאר עפעס געפערליך,
דאס מיינט אז די אויטאריטעטן ווייסן נישט אז זיי זענען אויפן וועג צו אנטלויפן,
איך מיין זאגט מאחמוד אז מיר זאלן גארנישט טון, מ'גייט אום ארויסלאזן ביז אפאר שעה פון דארט, פאר א ג'גנב'טע קאר זיצט מען נישט צו לאנג, לאמיר זעהן וואס וועט זיך ענדיגן אויסקאכן דארט...
פיין, זאגט דעני,

נאך אפאר מינוט האט דעני צוריק גערופן מאחמוד און אום געזאגט אז ער האט יעצט אראפגעלייגט די פאון מיט סעם, און סעם האט אום מסביר געווען אז יעצט כאפט ער זיך, אז ווען זיי זענען ארויסגעפארן האבן זיי אינמיטן וועג ארום געטוישט די לייסענס פלעיטס, און וועגן דעם האט די פאליס זיי אפגעשטעלט פאר די ג'גנב'טע קאר...

פיין, אבי נישט עפעס ערגערס,

---

עלעף אזייגער צופרי.

לואיס האט זיך געטראפן מיט סעם און זיין שותף,

לויט וואו אזוי די פיקטשער זעהט אויס איז,
זיין הויז האט נישט קיין גארד ביים טיר, די גאנצע הויז איז ארום גענומען מיט קעמרעס, די לעקטער ווערט געצויגן צו זיין הויז אינטערערדיש, דאס מיינט אז מ'קען נישט געבן א האק אפ די לעקטער פון אינדערויסן,
אויך האט ער א גרויסן הינט און זיי בעק יארד, וואס דאס איז אויך נישט גוט אויב טראכט מען פון א איבערפאל,
און דזשאב גייט ער ווען איינער קומט און פיקט עם אויף פון זיין טיר ביז צום דזשאב טיר, דאס מיינט אז כמעט יעדע מין אטענטאט אויף אום איז אויסגעשלאסן,

לואיס קלערט צו זיך, איך גיי איבערגעבן די אינפארמאציע פאר דעני, זאל ער זאגן וואס מיר זאלן טון.

---

"אגענט מארס" פלאגט איין די יו עס בי און זיין קאמפיוטער אינדערהיים, די פלאן ליינט זיך זייער טריקן,

וואו נאר עלי איז פארכאפט זאל מען אום פארשלאפן, און זיך נישט זוימן נאר גראד זיך נעמען פארן צום גרעניץ, די בעסטע איז אויב די אקציע ווערט אויסגעפירט ביינאכט, אזוי אז אויף די אנדערע צופרי זאל ער שוין זיין אינדערויסן פון לאנד.....

די בעסטע איז אויב מ'קען אום ארויספירן דורך די איראקע גרעניץ, און אין איראק זאל מען אום צופירן צו איינע פון די מיליטערישע פעסטונגען, און פון דארט ברענגן קיין אמעריקא.....

פאר "אגענט מארס" האט נאר געבאדערט אז ס'שטייט נישט קיין פלאן וואו אזוי אום צו פארכאפן, דא שטייט נאר וואס די פלאן איז וואו נאר ער איז פארכאפט... אבער די עיקר פלאן וויאזוי מ'גייט אום פארכאפן דאס שטייט נישט דא...

דאס מיינט אז איך דארף מיך נאך אריין כאפן ביי דעני און אפיס און זעהן וואס די ערשטע חלק פון די פלאן איז, טראכט ער צו זיך,

אבער דאס האט צייט פאר שפעטער, לויט וואו איך ליין דא וועט די אקציע סייווי נישט זיין פאר ביינאכט,

"אגענט מארס" איז זיך געגאנגן צולייגן פאר אפאר שעה..

---

דעני שטעלט זיך אויף פון די מיטינג, דערווייל פארט אלעס בעסער וואו געראכטן.....

אינמיטן איז אויך אריין געקומען די רופ פון סעם אז זיין אגענט האט אום יעצט געקאלט אז ער איז אינדערויסן פון תפיסה און ער איז יעצט אויפן וועג זיך צו טרעפן מיט מאחמוד'ס ווייב, סעם פרעגט אן וואס ער זאל ווייטער טון,
דעני זאגט אום אז זיי זאלן בלייבן וואו זיי זענען אונעם האטעל רום, און נישט פראבירן נאכאמאל צו שווערצן די גרעניץ...
די אקציע זאל מען לייגן דערווייל אויף האלד,

דעני איז געווען און א אבנארמאלע גוטע גיסטע, אלעס זאל נאר אזוי גוט פארן.... ס'קען נישט גיין בעסער...

דעני פארטיגט צו איבערצוקוקן די לעצטע פאר זאכן, און מיט א שמייכל האט ער צוגעקנאקט די פאלדער און געריכטעט זיינע טריט צו די ווארטנדיגע קאר,

אנקומענדיג צו זיין אפיס און די סא"ע הויפקוואטיר האט אום מארק שוין אפגעווארט מיט זיין יו עס בי, דעני האט הנאה געהאט פון די פלאן, אבער ער האט גאזאגט פאר מארק אז ער איז נאכנישט פארטיג, ווייל באלד דארף לואיס אריין רופן מיט אלע אינפארמאציע וואס ער האט פון ארום עלי'ס הויז, און דאן דארף מען קלערן וואו אזוי די ערשטע העלפט אקציע גייט פארקומען,

ס'האט טאקע נישט לאנג גענומען און לואיס האט אריין גערופן דעני זיך דורך שמוסען וואס די פלענער זענען,
דעני האט אויסגעהערט אלעס וואס לואיס האט אום איבערגעגעבן,
דעני האט אום פארשפראכן צוריק צירופן שפעטער,

דעני האט געפעידזשט מארק צו ער קען קומען צו אום און אפיס,
מארק האט נישט באמערקט די שפיזיגע בליקן וואס איז געקומען צו אום פון "אגענט מארס'ס" ריכטונג,
דעני מיט מארק האבן זיך אראפגעזעצט איבערצוגיין וואסארא אקציע ס'איז די בעסטע אינטערצונעמען,
דאס איז אמאל זיכער אז די אקציע דארף פארקומען און די טינקעלקייט פון די נאכט,
די אקציע טאר נישט נעמען מער פון צעהן מינוט, און פון ווען עלי איז פארכאפט טאר עס נישט נעמען מער פון פינעף שעה און ער דארף זיין אינדערויסן פון לאנד...

נאכן איבערגיין אלע דעטאלן האט זיך ארויסגעשטעלט א מיינונגס פארשידענהייט צווישן דעני און מארק,
דעני האט ג'טענה'ט אז אום פארכאפן פון די קאר ארויס וועט זיין גרינגער וואו זיך אריין כאפן ביי אום אינדערהיים, אבער מארק האט געשריגן אז פארכאפן פון די קאר קען נישט געטון ווערן דורך דריי מענטשען, ווייל דאס מיינט אז די דרייווער דארף עקסטער באהאנדעלט ווערן, אויב אזוי דארף מען נאך מענטשען.... און דאס איז זיכער א זאך וואס די ווילסט נישט...
אבער ביים פארכאפן אינדערהיים קען מען סאך בעסער זיך אן עצה געבן...

ווידעראום דעני האט געשריגן אז מענטשען איז נישט קיין פראבלעם, ס'איז אייביג בעסער צו פארכאפן אויפן גאס און א שטילע געגענט וואו ביי זיך אינדערהיים וואס די ווייסט קיינמאל נישט וואסערע סורפרייזעס ס'קען דיר ווארטן..

נאכן זיך טענה'ן א האלבע שעה, האט זיך דעני אויפגערעגט.....
און אריינגערופן "אגענט מארס" אז ער זאל זיין דער פארמיטלער...

"אגענט מארס" ווען ער האט געהערט אז דעני רופט אום האט ער פארפעלט א הארץ קלאפ....
אבער ווען ער האט געהערט פארוואס מ'דארף אום האט ער נישט געקענט באהאלטן זיין פרייד....
ווען דעני זאל וויסן וויפיל קאפ וויי און ארבעט ער האט אום יעצט פארשפארט.....

"אגענט מארס" וואקט אריין מיט א געמאכטע אנגעצויגנקייט אויפן פנים, נאכן אויסהערן ביידע צדדים האט "אגענט מארס" גענויגט צו דעניס פלאן אבער.... מ'דארף צולייגן נאך מענטשען....
אזוי וואו מארק האט פארגעשלאגן....

"אגענט מארס" טראכט צו זיך...
ווען מיין מענעדזשער דעני זאל וויסן וואס די ריכטיגע סיבה פארוואס איך דאף נאך מענטשען איז....
ער וואלט מיך זיכער די ציין אויסגעשאסן.....

למעשה איז געבליבן אז די אקציע גייט פארקומען איבער מארגן נאכט....
מארגן נאכט גייט מען זיי אריין שווערצן און איראן...
היינט און מארגן נאכט זאל זיך לואיס מיט זיינע מענטשען ווייטער טרעינען....

און אזוי איז די מיטינג געשלאסן געווארן!

ארויסגייענדיג פון די מיטינג האט זיך מארק אויסגעדרייט צו אגענט מארס,
איך פארשטיי באמת נישט פארוואס די האלטסט אז ענדערש פארכאפן פון זיין קאר, איך פארשטיי באמת נישט פארוואס דעני גייט נישט אן אז נאך מענטשען זאלן זיך דרייען און די פיינטליכע טערעטאריעס,
איך האלט אז וואו ווייניגער מענטשען אלס געזונטער...
אגענט מארס האט געשאקלט מיטן קאפ, וואו איינער זאגט, איך פארשטיי דיין זייט אבער נאך אלס איז דאס וואס דעני וויל, און איך קען אום פארשטיין...
מארק האט אוועק געוואקט מיט א קרום מיט זיין נאז.

דעני האט אנגערופן לואיס און אום איבערגעגעבן וואס איז באשלאסן געווארן, מ'גייט פארכאפן עלי איבערמארגן נאכט... מארגן נאכט גייט אנקומען א שיפט פון נאך מענטשען, זיי גייען דיר נאר העלפן מיט די פארכאפונג, דערווייל פאר די נעקסטע צוויי טאג מאך זיכער צו נאשן און שפיאנירן דאס מערסטע אינפארמאציע די קענסט,

צום באפעל זאגט לואיס.

ווען קיינער האט נישט באמערקט האט זיך "אגענט מארס" ארויסגעשלייכט פון אפיס אראפגעלאפן די שטיגנס..
אנקומענדיג אויפן גאס האט ער שנעל אריבערגעשפרייזט די גאס,
און ווען ער האט זיכער געמאכט אז קיינער פאלגט אום נישט נאך האט ער אנגערופן עלי און אום איבער געגעבן די לעצטערע נייעס.....

עלי זיי גרייט, איך מיין אז די זאלסט זיי פעדערן מיט א נאכט, מארגן נאכט וואו נאר די נייע שיפט קומט אן מיין איך אז די זאלסט זיי גראד ארעסטירן...
ווארט נישט אז זיי זאלן האבן א טשאנס דיך צו פארכאפן....
לויפ זיי פאראויס מיט א נאכט!!..

און נאך אזאך!
ווען די גייסט זיי ארעסטירן מאך זיכער אז די האסט די מידיע דארט מיט דיר, די קענסט זיי שוין אנגרייטן און לאזן וויסן אז מארגן נאכט קומט א ערענסטע מעשה און זיי זאלן זיין גרייט און ווארטן אויף דיין רופ...

איך קען קוים ווארטן צו זעהן די רויטע פנימ'ער דא און אמעריקא ווען די אינטערנאציאנלע טעלאוויזיא סטאנציעס וועלן אויפשפילן די סקאנדאל....
יו וועט דאס גוט זיין....
איך קען קוים ווארטן צו זעהן וואו די פרעזידענט גייט זיך אויפשטעלן און פארענטפערן פארן פאלק....

נאר ווען איך טראכט דערפון צוגיסט זיך און מיר אזא פרייד...

איך קוק און איך ווארט ארויס אויף די מארגענדיגע טאג.....

און אזוי שפינט "אגענט מארס" אינאיינעם מיט עלי זייערע חלומות...

עלי פראבירט זיך פארצושטעלן וואו אזוי ער ווערט גערופן צום שעיך, די שעיך געט אום די הענט און זאגט אום א ווארימע שכח, אלע קעמרעס בליצן...
די נעקסטע צופרי, אייגענטליך, איבערמארגן אינדערפרי גייט אט דאס אלעס פאסירן....
יעדע קלענסטע צייטונג פון די וועלט גייט דעקן די געשיכטע.. דאס גייט זיין די סענזאציע פון דעי יאר הינדערט...
אזוי שמוסענדיג שפירט "אגענט מארס" א קלאפ און ריקן....

דעני זיין מענעדזשער שטייט נעבן אום.....

"אגענט מארס איז דערציטערט געווארן צום טויט און שנעל אראפ געלייגט די טעלעפאון,

וואס ביסטו אזוי דערשראקן פרעגט אום דעני,

גאארר נישששט, ס'איז פשוט געווען נישט עקספעקטעד..

און וואס טוסטו דא אונמיטן די ארבעט? די ווייסט אז מיר האבן אסאך צו ערלעדיגן...

גיי שנעל צוריק, און טוה מיר א טובה, און מיין אפיס ביי מיין קאמפיוטער ליגט א צעטיל, זיי אזוי גוט און מאך פיפצען קאפיס דערפון, איך וועל באלד זיין צוריק.

וואס דעני האט זיך נישט געכאפט איז, אז אויף זיין דעסק האט ער געלאזט אלע אינפארמאציע....

"אגענט מארס" האט אפגעאטעמט..
ער האט נאכגעקוקט דעני זיכער מאכענדיג אז פארט אוועק, און וואו נאר ער איז אוועק געפארן האט "אגענט מארס" געריכטעט זיינע טריט צוריק צו די בילדינג, און פון דארט גראד אריין צו דעני'ס אפיס,
דאס האט נישט געקענט זיין קיין בעסערע צייט פאר אום וואו זיצן יעצט ביי דעני און אפיס און דורך קוקן מיט א קלארקייט אלעס וואס גייט מארגן פארקומען,

אויפן טיש האט ער טאקע געטראפן דאס וואס ער האט געזוכט.....

דריי נעמען מיט בילדער פון די אגענטן וואס גייען זיך מארגן אריין כאפן....
וואו אויך די פינקטליכע זייגער, און פון וועלכע גרעניץ זיי גייען זיך אריין כאפן....
די אינפארמאציע האט נישט געקענט זיין קלארער... ס'האט זיך אום נישט געלאזט גלייבן וואסערע איפארמאציע ער האט יעצט דערווישט...

וואס קען זיין בעסער וואו כאפן די אגענטן בשעת'ן זיך אריין כאפן און לאנד...
און און די זעלבע צייט אויך ארעסטירן די וואס זענען און לאנד....
יו..... ס'קען דאך נישט זיין בעסער....

"אגענט מארס" מאכט קאפיס פון די דאקומענטן..
ער באהאלט די קאפיס ביי זיך און טאש..
דערנאך איז ער געגאנגן מאכן קאפיס פון דאס וואס דעני האט אום געבעטן,

ווען ער איז פארטיג געווארן איז ער צוריק צו זיין אפיס, און פון דארט אנגערופן עלי און אום איבער געגעבן די אינפארמאציע.... און מיט אן איבערראשונג האט ער געזאגט פאר עלי זאל טשעקן זיין פעקס.....

עלי האט זיך נישט געגלייבט וואס ער זעהט... די אינפארמאציע אזוי קלאר און דעטאלירט...

איך מיין אז די קענסט שוין אנפאנגן נאכצוקןקן די אגענטן וואס דרייען זיך דארט.... דאס מיינט אז היינט נאכט גייען זיי זיין אויסגעשפרייט אויף די גאס ארום דיין הויז, טרעף זייער פאזיציע, אזוי אז מארגן נאכט וועסטו האבן א קלארע בילד וואו זיי גייען שטיין און ס'וועט דיר זיין סאך גרינגער...

עלי האט באשטעטיגט און אום געזאגט אז היינט נאכט גייט ער אום צוריק רופן און לאזן וויסן די רגע וואס ער זעהט די דריי לאקרן אויף אום....

----

די נאכט פאלט צו, לואיס מיט זיינע מענטשען גרייטן זיך ארויסצולאזן אויף די היינטיגע נאכט,
יעדער האט זיכער געמאכט אז זייערע שפאקטיוון זענען אויסגעפיצט, וואו נאר ס'איז געווארן זיבן אזייגער האבן זיך אלע ארויסגעלאזט,
אנקומענדיג אפאר גאסן אוועק פון וואו עלי'ס קאר דארף דורך פארן האבן זיך אלע צושפרייט,
יעדער האט גענומען א פאזיציע,
לואיס איז ארויף געקראכן אויף א בוים, ווען ער האט זיכער געמאכט אז ער איז געניג באהאלטן האט ער ארויס גענימען זיין שפאקטיוו און עס אנגעשטעלט אויפן ראוד, ער האט געווארט אפצוכאפן ווען עלי'ס קאר קומט צו פארן...

די פלאן איז געווען אז און די טאג וואס מ'גייט דארפן דורכפירן די אקציע גייט מען אראפ לייגן נעגל אויפן ראוד אזוי אז עלי'ס קאר זאל כאפן א לאך אונעם רעדל, און וועט צווינגען די קאר זיך אפצושטעלן, און ווען די דרייווער גייט ארויסקומען פון די קאר וועט מען אום באפאלן...

לואיס האט געהערט אויף זיין רעדיא אז אלע דריי זענען שוין אויף זייערע פאזיציעס,
לואיס האט זיך באקוועם געמאכט און געווארט אויפן קאר.....

ווען לואיס זאל ווען וויסן אז אביסל ארויפציער זיצן פיר פאר אויגן און כאפן יעדע ריר וואס ער טוט... וואלט ער אנטלאפן פון דארט......

ווען עלי'ס קאר איז דורך געפארן האט לואיס געלאזט וויסן פאר די אנדערע צוויי וואס זענען געלעגן ארויפציער אז עלי'ס קאר קומט...

עלי האט אויך ארויסגעצויגן זיין טעלעפאון און געליינט די טעקסט וואס ער האט יעצט באקומען, און מיט א שמייכל האט ער געשיקט די טעקסט צו "אגענט מארס",
די טעקסט האט זיך געליינט וואו פאלגאנד:
זיי זענען אויף זייערע פאזיציעס, איך בין אזוי נאנט צו איינע פון זיי אז איך קען אום הערן אטעמען, אויך האב איך געהערט וואו זיין לאזן זיך וויסן אז דיין קאר איז יעצט דורך געפארן...

איך האפ אז מארגן נעמען זיי די זעלבע ספאט, אויב יא ווארט זיי גאר א גרויסע סורפרייז...

"אגענט מארס" צושמייכלט זיך....

פארזעצונג אי"ה.
הנאה געהאט?
לאזט אייך הערן!
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

WOW!!!! אן לשון!!!! סעפעס נישט פלעין דעיס!!!!! ;l;p-
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויער »

WOW

עס איז מורא'דיג אינטערסאנט און דראמאטיש

מיר ווארטן מיט שפאנונג

א ריזיגע שכוח
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
אוועטאר
ווילדער קאפ
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2009 2:35 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילדער קאפ »

סקירי...
"Anyone who has never made a mistake has never tried anything new."
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

אזא מין אנגעצויגנקייט?!! ס'לעצט געוועהן אין חדר ביים משפטים פארהער..

א אמת'ן יישר כוח, מיר ווארטן שוין מיט שפאנונג אויף די נעקסטע.
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

די מיזט שרייבען שנעל, די קענסט אינץ נישט לאזען אזוי אונגעצויגען איבער יו"ט
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”