אריאל האט געשריבן:ביקסאד האט געשריבן:איהר זענט זיכער אז יגאל עמיר איז געווען דער רוצח ?
זייט מוחל, וואס איר זאגט איז לעכערלעך. יגאל עמיר איז געכאפט געווארן ביי דער האנט בשעת מעשה, און דער מארד גופא איז פאטאגראפירט געווארן דורך רוני קמפלר, אן אמאטארישער פאטאגראף.
אין דעם פאקט איז נישטא קיין צווייפל.
לעכערליך, הא? ווער איז דאס
רוני קמפלר, ווייסטו? איז דאס טאקע די איינציגסטע ווידיאו פון די מארד? ווי איז דאס מעגליך?
נישטא קיין צווייפל? וואו האט זיך יגאל עמיר געלערנט? און ווער איז געווען אבישי רביב? און ווער האט צוגעשטעלט די וואפן פאר יגאל?
שוין איינמאל דא א צווייפל.
לייען נאך אביסל, און זוך אליין דעם ווארהייט. אפשר וועסטו מיט די צייט אויפהערן גלויבן די אפיציעלע ווערסיע וואס די שב"כ פיטערט פאר די מאסן. דערווייל באטראכט די צוויי לינקס, און זעה טאמער ס'איז מתקבל על הדעת. האלט אן אפענע קאפ, וועסטו אליין טרעפן נאך אסאך סתירות אין די אפיציעלע ווערסיע.
ווער האט טאקע געהארגעט רבין? גיי ווייס! ר' משה הירש נישט, און יגאל עמיר מסתמא אויך נישט. איין זאך איז זיכער. עפעס שמעקט דא נישט ריכטיג. און אז א פיש שטינקט פון קאפ, האסטו שוין אמאל געהערט?