אינטערנעט פילטערס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

אינטערנעט פילטערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

אין אמת'ן טוה איך מיך באציהען אויף די אשכול "צניעות", נאר כ'האב באשלאסן צו עפענען א באזונדערע אשכול צו הערן די מיינונג פון די קרעטשמע יודעי דבר, ווייל כ'וויל זיין סעקיורד מיט די בעסטע פילטער וואס איז מעגליך.

אלזא, איך גלייב אז מ'דארף נישט צופיהל שרייבן דא אין קרעטשמע וועגן דעם חומר הדבר וואס דאס מיינט אינטערנעט. יעדער, און נאכאמאל 'יעדער' וואס איז מחובר צום אינטערנעט אויף סיי וואספארא אופן און מיט סיי וואספארא פילטער, קען מעיד זיין אויף 100 פראצענט אז אינטערנעט איז שעדליך. (איי איך אליין שרייב איצטער אויפ'ן אינטערנעט, כ'גיי נישט אריין אין דעם פרט.) איך האב איינגעטיילט די שעדליכקייטן אין 3. 1) מיאוס'ע בילדער. 2) נישט-אויסגעהאלטענע ארטיקלען. 3) זיך טרעפן מיט וועם מ'דארף/טאר נישט (אין דעם איז נכלל אימעיל, טשעט וכו' וכו'.)
מ'קען האבן די בעסטע פילטערס און מ'וועט אלץ קענען צוקומען צו שעדליכע סייטס.

ס'איז פארהאן 2 ערליי פילטערס, קאנעקשאן בעיסד און סאפטוועיר בעיסד. קאנעקשאן בעיסד מיינט, אז די אינטערנעט קומט אריין צום קאמפיוטער געפילטערט, און עני קאמפיוטער וואס דו ברענגסט אריין צו דעם קאנעקשאן וועט זיין געפילטערט. די חסרון דערפון איז אז בדרך כלל זענען די פירמעס נישט די בעסטע, ס'איז פארהאן קאנעקשאן פראבלעמס און אנדערע פראבלעמען. אויך איז דא א חסרון, ווען איינער וועט אנשטעלן זיין קאמפיוטער זאל כאפן א ווייערלעס קאנעקשאן וועט ער האבן די שעדליכע אינטערנעט אומגעפילטערט.
די אנדערע סארט סאפטוועיר בעיסד זענען פארהאן הונדערטע קאמפאניס, רוב זענען גארנישט ווערד, איך פערזענליך ווייס פון א פאל איינער מיט א גוטע סאפטוועיר פילטער איז ליידער אפגעפארן דורך אנקומען צו שרעקליכע סייטס. אויך קען יעדער יודע דבר ארויסנעמען פון קאמפיוטער. פון די אנדערע זייט, אויב האט מען א גוטע סאפטוועיר ביזטו לעולם געפילטערט.

אין די 2 סארט פילטערס איז אויך דא דרגות וואס כ'גיי נישט אריינגיין דערין. אבער מ'קען נישט אויסלאזן די אפשען פון "ווייט ליסט" וואס מ'קען זיך אליין אויסקליבן וואסערע סייטס מ'דארף. ביז יעצט איז נאר געווען ישיבה נעט, זיי זענען מורא'דיג שטרענג און האבן נאר געלאזט ממש וואס מ'דארף און פארשטייט זיך אויסגעהאלטן 100 פראצענט. זייער סערוויס איז געוואלדיג און בדרך כלל האבן זיי נישט קיין קאנעקשאן פראבלעמס. יעצט איז דזשעי-נעט אויך ארויפגעקומען מיט א ווייט ליסט (אליין כשר'ן פלייש....), ס'האט אסאך מעלות וואס ישיבה נעט האט נישט וואס כ'וועל אויסרעכענען אי"ה אין אן אנדערע געלעגנהייט.

וואס זאגט דער עולם דא? וואס וואלט איהר רעקאמנדירט?
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15461
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

איך האלט אז די קנעקשאן בעיסד איז בעסער ווי סאפטווער בעיסד, טאקע וועגן די פראבלעם פון עס איז זייער גרינג ארויסצוזעהן פונעם קאמפיוטער.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

און יאך האלט פונקט פארקערט. און איך האב א סאפטוועיר בעיסד פילטער, און כ'בין נאך נישט אנגעקומען אפילו בטעות צו קיין אומגעוואונטשענע סייט.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

דער לחיים ולברכה האט אבער א פינטל, אז דו וואס קענען זיך יא אביסל בעסער אויס אינעם קאמפיוטער, קענען יא אנקומען וואו מ'דארף נישט.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15461
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

מאשקע האט געשריבן:דער לחיים ולברכה האט אבער א פינטל, אז דו וואס קענען זיך יא אביסל בעסער אויס אינעם קאמפיוטער, קענען יא אנקומען וואו מ'דארף נישט.
און זיין פוינט איז קלאר אמת, למשל איך קען איינעם וואס האט דזעי נעט, אבער ער נוצט זיין שכן'ס ווייפיי ווען ער וויל עס דאבל קראס'ן, אבער איך האב שוין פרובירט ביידע, און ווען מיר האבן געהאט די סאפטווער און עס איז געווען א פראבלעם אז זיי האבן געבלאקט א סייט איז עס ארויסגעפלויגן פונעם קאמפיוטער, און עס האט גענומען א וויילע ביז איך האב עס צוריקגעלייגט, משא"כ דזעי נעט, עס מאכט זיך אז איך בייפעסס עס אבער בדרך כלל זיצט ער מיר אויפן קאפ.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

כ'בין נישט דער גרעסטער יודע ספר, אבער קיין עם הארץ אויך נישט. כאב זיך נאך נישט געמוטשעט צו ברעכן דעם פילטער, אבער מיר קוקט נישט אויס אז מ'זאל עס קענען ברעכן.

JNET האט מיר איינער געזאגט קען מען אויך ברעכן.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

סאכדעס: דזשעי נעט קען מען ברעכן, אבער וועסט נישט האבן קיין אינטערנעט קאנעקשאן.
אגב, וואספארא פילטער האסטו סאכדעס, פילטערנעט?
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

דזשעי נעט האב איך פיינט בתכלית. איך האב שוין געהאט אזויפיל פראבלעמען מיט זיי, חוץ מזה וואס מיין DSL סערוויס איז גאנץ שטאט (אפשר קען מען פארדאנקען ווערייזאן דערפאר, ווייל דזשעי-נעט לויפט אונטער ווערייזאן, נאר זיי האבן צוגעלייגט א פילטער). חוץ מזה, בין איך שוין עטליכע מאל אנגעקומען צו נישט איידעלע פלעצער מיט דזשעי נעט לעוועל 3 - דאס מיינט א טעות אין די בלאקינג. נישט אלץ נעם איך די מיה און צייט אריינצושיקן אן אי-מעיל פאר דזשעי-נעט, אבער דאס מיינט אז עס איז נישט 100% געפילטערט. איך האב נישט ב"ה קיין קאמפיוטער אינדערהיים, נאר אין די ביזנעס, אבער ווען איך זאל דארפן האבן אינדערהיים, וואלט איך נישט געקענט טראסטן און זיך פארלאזן אויף דזשעי-נעט אז זיי וועלן אפהיטן מיין הויז גענצליך.

אבער די אונטערשטע שורה איז: מען קען נישט זיין אינגאנצן רואיג. קייננמאל. יעדער אויבער-חכם קען צוברעכן א סיסטעם, און איבערקלוגן פילטערס. אז מען וויל דווקא קען מען. מען רעדט דאך נישט פון איינעם וואס זוכט מיט אלע מיטלען אנצוקומען צו שלעכטס. אטו ברשיעי עסקינן. מען רעדט דאך פון איינעם וואס זיצט דערויף ווייל ער דארף, און וויבאלד אין אפוטרופוס, קען אנכאפן א שלעכטע מינוט, און זייענדיג אליינס אין שטוב קען מען אנקומען וואו מען דארף נישט, האט מען דעם פילטער, וואס לאזט נישט אדורך צו דעם געוויסן סייט, לכה"פ נישט אזוי גרינג.

איך וואלט אריבער געגאנגען צו ישיבה-נעט, איך וואלט נאר געוואלט הערן פון איינעם וואס נוצט דאס ווי שטארק ער איז צופרידן דערמיט, און וויפיל זיי טשארדזשען, (דזשעי נעט טשארדזשט 80 טאלער א חודש פאר סערוויס וואס איז כמעט אזוי שטאט ווי דייעל-אפ), און צי זיי זענען מער פארלעסליך ווי דזשעי-נעט.
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

מיר דא האבן J-NET

איך בין זייער זייער צופרידן.

(שמעק; איך ווייס נישט פארוואס דו רעדסט זיך אפ אויף שטאחטקייט, ביי אונז פליהט עס א מחי').
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

ס'ווענדט זיך ווי אמאל. פילייכט איז עס ווערייזאנ'ס פראבלעם.

דייעל-אפ דארף לויפן כמעט 56 קילאבייט פער סעקונדע. DSL דארף לויפן לכה"פ פון 500 קילאבייטס און ארויף. ווענדט זיך אין פארשידענע סיבות. אסאך מאל לויפט מיין קאנעקשאן זייער שטאט וייניגער ווי 200 קבפ"ס.

עסזענען פאראן מערערע פלעצער וואו איר קענט טשעקן אייער קאנעקשאן ספיד. למשל דא:

http://reviews.cnet.com/7004-7254_7-0.html
הפך בה והפך בה דכולה בה!
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

דארט דארף מען דרוקן צופיל זאכן און אריינלייגן אינפארמאציע. ס'איז געמאכט פאר אדווערטייזינג צילן.
דא האט איר א בעסערע און גרינגערע לינק, מ'דארף נאר אויסקלויבן אין וועלכע געגנט מ'איז. פון אלע היימישע געגנטער קען מען אויסקלויבן ניו יארק סיטי.
http://www.speakeasy.net/speedtest/
אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cano »

יגר איך מיין אז די האסט נאכנישט פראבירט DSL אנע J-NET אז די זאגסט אזוי, איך ווייס אז J-NET איז פיל שטאטער פון געווענליכע DSL, אבער איך זאג נישט אז עס לוינט זיך נישט, איך האב שוין געזעהן א סך זאכען וואס איך האב שפעטער חרטה געהאט דערויף, וואס וואלטען לכאורה נישט אדורעך געגאנגען J-NET.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

איך באציה זיך אויף אלע תגובות אינאיינעם.
יאך פלעג האבן ישיבה נעט (דייל-אפ), און כ'בין געווען זייער שטארק צופרידן. כ'האב כמעט נישט געהאט קיין פראבלעם מיט זיי. זייער סערוויס איז ווי אויבן געשריבן איינס אין די וועלט, ממש געוואלדיג! איך האב גערעדט צום בעה"ב אסאך מאל איבער DSL, ער האט מיר געזאגט אז ער לויפט אויך אונטער ווערייזאן און ס'איז די זעלבע ספיד. פארגעס נישט אז זיי האבן נאר א ווייט ליסט, פארשטייט זיך, אז מ'קען כסדר צולייגן נאך סייטס. איבער פרייזן איז אזוי: דייל-אפ - אימעיל אליין איז 9.95 א חודש, מיט וועבסייטס איז 24.95. DSL - אימעיל אליין איז דאכט זיך 50, מיט וועבסייטס איז 65. פאר מער אינפארמאציע וויזיט www.yeshivanet.com

דערנאך האב איך גענומען ווערייזאן DSL, קודם האב איך געהאט א רעזידענשאל פלען פאר 14.95 א חודש, ס'איז געווען שרעקליך שטייט (אבער בעסער ווי דייל-אפ). שפעטער האב איך געטוישט אפיס און מיט די זעלבע פלען און ס'איז געווען אסאך בעסער. יעצט האב איך ביזנעס DSL און ס'פארט א מחיה.

איבער דזשעי נעט איז אזוי, כ'ווייס אז אסאך באקלאגן זיך סיי אויף די קאנעקשאן און סיי אויף די פילטער (ד"ה אז מ'קומט אהן צו נישט איידעלע סייטס.) אבער ס'איז דא אסאך וואס זענען צופרידן דערפון.

איך נוץ יעצט א סאפטוועיר פילטער וואס כ'בין 80% צופרידן דערמיט, ד"ה אז בדרך כלל לאזט ער נישט אריין צו שמוציגער סייטס, אבער ליידער ליידער איז דאס אויך ווייט פון גוט. קיצור, א תיקון השלם איז נישטא. אינטערנעט בלייבט טריפה מיט אלע מכשירים.

הצד השוה שבהם, איבער קאנעקשאן איז ביי מיר ברור אז ס'ווענט זיך אין די ווייערס אין יעדע לאקעישאן, אמאל איז עס גוט און אמאל נישט. אזוי ווי ביי טעלעפאן ווייס איך פון חברים וואס האבן יעדע וואך א פראבלעם און ביי מיר איז ב"ה כמעט נישטא קיין פראבלעם. ס'ווענדט זיך 'כמעט' נישט אין דער פראוויידער.
און בנוגע פילטערס, האב איך שוין אויבן דערמאנט וועגן ווייט ליסט. לפענ"ד איז דאס דער בעסטע פילטער פאר דער וואס קען זיך באגיין דערמיט.
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

אין אמת'ן איז דא אן אנדערע מהלך, אדער אפשר אן הוספה צו די אנדערע פילטערס.
דאס איז אן 'עין רואה', דאס הייסט אז מ'שטעלט אהן דורך פארשידענע פראגרעמס אז א חבר צו ווער זאל קענען מיטהאלטן פונקטליך וואו מ'איז אלץ געווען. דאס קען זיין דורך א רעפארט יעדן חודש, אדער דורך אימעיל וכדו'.

וואס זאגט דער עולם דערצו?
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

איך טראכט פון מאכן א ווייט ליסט. איך וואלט געוואלט וויסן מער פרטים. למשל, אז איך וויל האבן UPS אויף די ליסט, איז גענוג UPS.COM? אדער אז איך וויל ארדערן סופלייס, טרעקן פעקעדזשעס, וכדומה, מוז איך האבן אלע סייטס באזונדער? (יעדע קאמפאני האט א מעין פעידזש, אבער אז מען גייט אריין אין די פרטי פרטים טוישט זיך דער אדרעסס.), אדער צב"ש, איך נוץ מקעעפי סעקיוריטי סאפטוועיר. צי איז גענוג MCAFEE.COM, אדער ווען איך וויל אפדעיטן, און עס גייט צו UPDATE.MCAFEE.COM וועט עס שויו נישט ארבעטן?
הפך בה והפך בה דכולה בה!
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

ב"ה כ'האב שוין די זכיה צו העלפן אידן אין דעם ענין.
שמעק, כ'האב אויך אמאל געהאט די שאלה, כ'דענק שוין נישט די תירוץ. קאל אהן ישיבה נעט אויף 718-937-4482, ווי ווייט איך ווייס איז דא דארטן 2 אירע, א מאן און א פרוי, ס'קען אפילו זיין דער מאן און זיין פרוי, כווייס נישט. דער מאן הייסט יוסף גרינפעלד - א ליטווישע, ער וואוינט אין קיו גארדענס - קווינס, ער רעדט אידיש, די פרוי רעדט נאר ענגליש. פרעג זיי, וועסטו פונקטליך געוואויר ווערן.

אגב, פרעג דיך נאך איבער די נייע ווייט ליסט פון דזשעי-נעט, ס'קען זיין אז זיי האבן בעסערע אפשענ'ס, אבער סערוויס איז לכאורה ישיבה-נעט בעסער.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

עין רואה, איז א גוטע זאך. אבער אויב באקומט עס א גרינער, איז עס זייער נישט גוט. למשל יעדע יאהו פאטואס, איז געלעוועלט מיט א רויטן מארק. וואס דאס באדייט אז רחמנא ליצלן. איך האב אמאל געהאט די אויפגאבע אויף עמיצין צו טשעקן, כ'בין געווען אויפגעשוידערט, למעשה איז עס געווען פלעין יאהו פאוטאוס. אלזא, דו באקומסט א ליסט פון דא ביז פאריז, און דו דארפסט קענען בוחן זיין וואס איז געפערליך, און וואס נישט. און דערויף, גיי רוף יענעם אן, דו ביסט געווען פאר פינף מינוט אין א שמוציגע סייט. וועט ער דיר זאגן: סיז געווען א פאפ אפ, און כ'בין געווען אוועק פון קאמפיוטער פאר פינף מינוט. אדער סיז געליגן אונטער אנדערע ווינדאויס. נו גיי ווייז איהם אויף אז נישט.

ס'איז אויף אזויפיל גוט, אז מ'זאל האבן א פחד. אויב האט מען עס אנדעם איז דאך זעכער גוט.

פילטער'ס ביניך זעהר צופרידן פון פילטערנעט. JNET וווייסעך פון אזעכע וואס רייטן עס אווער. פילטערנעט, זעה איך נישט קיין וועג עס אויסצוקראויסן.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

איך וויל נישט עפענען קיינעמס אויגן, אבער יעדע שלאס האט א שליסעל.
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

וואס זאגט דער עולם צו כשר-נעט, איינער זאגט מיר אז ס'איז די זעלבע פון דזשעי-נעט נאר ביליגער.
ווער ס'ווייסט זאל זיך ביטע מעלדן.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

איך ווייס נישט וועגן כשר-נעט. לויט ווי איך געדענק, איז דאס געווען די ערשטע אויף די מארקעט, און האט געפלאפט. זינט דעמאלט זענען ערשינען דזשעי-נעט און ישיבה-נעט. אין היינטיגן צייטונג האב איך געטראפן דעם אדווערטייזמענט.
אטעטשמענטס
KosherNet.jpg
KosherNet.jpg (41.22 KiB) געזען 9427 מאל
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

שכח שמעק_טאביק, דו האסט נישט באמערקט מיין פריערדיגע תגובה. זיי זענען אויף די זעלבע סיסטעם פון דזשעי נעט, זענען געווען צונעזאם און האבן זיך איצטער צוטיילט.
אדרבה, ווער ס'ווייסט וועגן כשר נעט זאל זיך ביטע מעלדן.
דאכט זיך זיי זענען פיהל ביליגער.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

אויב אזוי, דאן וואס איז די "רעוואלושען"?
הפך בה והפך בה דכולה בה!
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

אזא גוטע פילטער פאר אזא פרייז קען בשעת הדחק אנגערופן ווערן א רעוואלושען.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ווי ווייט איך ווייס איז זשעי נעטס פילטער נישט הונדערט פראצענט אויסגעהאלטן, כלשעצמי ווען כאב געהאט זשעי נעט בין איך אויך צוגעקומען צו געפערליכע סייטס דורך טירד פארטיס אדער אדווערטייזערס וכדומה, מאידך פלעג איך זיין געבלאקט צו פשוטע אויסגעהאלטענע סייטס על לא סיבה.

השקפה ראשונה זאגט מיר אז 'קאננעקשאן פילטער' איז פול בעסער ווי סאפטוועיר פילטער, דערפאר וואס די קאנטענט קומט שוין אן געפילטערט און דו קענסט דיך נישט ארומשפילן דערמיט, משא"כ ביי סאפטוועיר קענסטו טוישן סעטטינגס און לעוועלס דורכן פעסווארד אדער אנאינסטולן וכו'.

לגבי ישיבה נעט ווייס איך צו זאגן אז זיי זענען זייער שטרענג און לאזן נישט קיין בילדער בכלל נישט, קען עס איינער קאנפירמירן?

און וואס זאגט דער עולם צו S4F.COM
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

און לגבי שאלת החברים בנוגע DSL וואס ארבייט שטייט. זייט וויסן אז די דסל טעכנאלאגיע איז באזירט אויף א מעין סערווער וואס איז געווענליך פלאצירט אינעם הויפטקווארטיר פונעם טעלעפאן קאמפאני, דער כלל איז אז וואס נענטער דו ביסט צום סערווער וועסטו האבן א שנעלערע און מער רעלייעבל קאננעקשאן, און וואס ווייטער וועט דער קאנעקשאן אפעקטירט ווערן צוליב די דיסטענס. וכן אויב איז די טערמינאל פון דיינע פאון ליינס אלט און די קאננעקשאן פון די ווייערס זענען לויז וכדומה קענסטו אויך האבן פראבלעמס ביי דסל כאטש ביים רעדן שפירסט עס נישט אזוי ווייט.

די עצה הפשוטה ווען די דסל פאנפעט אונטער איז צו מאכן א 'דאמפ' אדער 'פאוער סייקל' ווי זיי רופן דאס, דאס הייסט לעש אויס דיין דסל מאדעם פאר צען פופצן מינוט אדער 'קלער' דעם מאדעם פון אלע זיינע סעטטינגס דורך דריקן א דינע זאך אויף די בעק אויף די 'ריסעט באטטאן', און דערנאך צונד צוריק אן קודם די מאדעם און נאכער די קאמפוטער, אויב האסט געדריקט ריסעט וועסטו דארפן נאכאמאל אריינשטעלן דיין יוזערנעים און פעסווארד וואס דו האסט איינגעגעבן ביים עפענען דעם דסל אקאונט (אויב דו נוצט PPPOE). טיילמאל דארף מען אויסשאלטן בפועל די עלעקטרישע פאווער פונעם דסל און אזוי אויך די טעלעפאן און נעטווארק קעיבל און נאכער איינשטעקן און אנצונדן. ואם תלכו עמו קרי גם בזה דאן לאז אויסגעלאשן דורך די נאכט און צופרי צונד אן, זאג צו [במחשבה] מער נישט קוקן קיין שמוציגע סייטס, א קאפיטל תהלים קען אויך נישט שאטן, און לרוב ביסטו א געהאלפענער. כשלעצמי מאך איך דאס איינמאל א יאר לפחות.

עס זענען אויך דא פארשידענע סעטטינגס אינעם מאדעם גופא, דהיינו טייפ אריין אין די אדרעסס באר 192.168.0.1 (די לעצטע צוויי נומערן קענען זיין פארשינדארטיג געוואנדן אינעם מאדעל אדער ברענד מאדעם וואס דו פארמאגסט, עס קען לויפן 0.0; 0.1; 1.1; 1.2; 0.2; 2.2 ) אזוי קומסטו אן צום מאדעם אינעווייניג אין די קושקעס, און דארט קענסטו אנשטעלן וויאזוי די קאננעקשאן זאל זיך עסטאבלישן. רוב מאדעמס האבן אן אינטעגרעטעד פילטער וואס קומט מיט א ווייט ליסט אדער בלעק ליסט, ווי אויך קענסטו דארט צוריקקוקן אלע סייסט וואס מען האט געוויזיט ווען אימער. די ווייערלעס מאדעמס האבן אן אפציע פון DISABLE SSID BROADCAST וואס מיינט אז קיינער וואס זוכט ווייערלעס ווייפיי קען דיך נישט טרעפן וואס די ווייערלעס בראודקעסטינג פונעם מאדעם איז פארלאשן. (פארשטייט זיך אז דאס קענסטו נאר טון נאכדעס וואס דו האסט דיך שוין קעננעקטעד צום מאדעם דאס ערשטע מאל, ווייל אויב נישט דאן וועסטו אליינס נישט טרעפן דעם מאדעם קיינמאל).
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
שרייב תגובה

צוריק צו “אינטערנעט און אימעיל”