רבי יהודא סג"ל ראזנער אב"ד סעקלעהיד ומח"ס אמרי יהודא ז"ל-הי"ד - ו’ סיון
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
רבי יהודא סג"ל ראזנער אב"ד סעקלעהיד ומח"ס אמרי יהודא ז"ל-הי"ד - ו’ סיון
איך האב שוין ערגעץ געשריבען אביסל וועגן סעקלעהיד ולא מצאתי לע"ע, דערווייל וועל איך שרייבן ממה שמונח בזכרוני.
הרה"צ דער סעקלעהידער רב איז געווען א גאון עצום ותופס ישיבה, פון די גרעסטע ישיבות אין טראנסילוואניע, ער האט ליידער מיטגעטיילט דעם גורל פון רוב ומנין ובנין פון כלל ישראל, ווען ער מיט זיין איינציגסטער זוהן ר' שמאול חיים דער רב הצעיר פון סעקלעהיד זענען אומגעקומען עקד"ה תש"ד.
פון זיין ברודער דער טערצאל'ער רב איז פארבליבען דורות, דער פאפא רב פון מאנסי ר' משה ראזנער איז אויך א זוהן פון אים.

יגעתי ומצאתי......
דאס באלאנגט דא זכר צדיק לברכה, הגאון ר' יהודא סג"ל ראזנער הי"ד אב"ד סעקלעהיד ומח"ס אמרי יהודא, האט געהאט א זוהן ר' שמואל חיים הי"ד וועלכער איז ומגעקומען עקד"ה בשנות הזעם, נאך די מלחמה איז נישט געבליבן קיין קינדער פון אים.
עס הייסט אז רביה"ק מ'סאטמאר האט געזאגט אויפן סעקלעהידער רב אז ער איז דער חת"ם סופר בדורנו, אנדערע זאגן אז דער מארגארעטענער רב זצ"ל האט עס געזאגט, הפנים ער איז געווען א פוסק בדורו און א תופס ישיבה, פון די גרעסטע ישיבות אין טראנסילוואניע.
פון זיין משפחה באלאנגען דער טערצאלער רב און פאפא רב פון מאנסי ממשפחת ראזנער.
אני הצעיר האב שוין באזוכט די שטאט סעקלעהיד, וואו עס איז פאראן א ביה"ח אין זייער א גוטער צושטאנד, אבער ווי פארשטענדליך ליגט דער סעקלעהידער רב נישט דארט ווערנדיג פארברענט דורך די רשעים הארורים ימ"ש, זאלן די ווערטער דינען ווי א מצבה על קברו און א זכרון צו אזא גדול בישראל, רבוש"ע נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך בב"א.
בייגעלייגט איז א בילד פונעם סעקלעהידער רב ז"ל אינאיינעם מיט רביה"ק מסאטמאר זצ"ל (קרעדיט, יאסל)
זארעכפעפער ביים רבי ז"ל האט געשריבן:איז נישט סעיקלעד געווען לעצטענס פראפעגאנדירט אין די צייטונגען? דאכט זיך אז דער סעיקלעדער רב זצ"ל הי"ד האט נישט געהאט קיין קינדער, נישט אזוי? אפשר פאר די קריג יא און זיי זענען אוועק אין די קריג?
דאס באלאנגט דא זכר צדיק לברכה, הגאון ר' יהודא סג"ל ראזנער הי"ד אב"ד סעקלעהיד ומח"ס אמרי יהודא, האט געהאט א זוהן ר' שמואל חיים הי"ד וועלכער איז ומגעקומען עקד"ה בשנות הזעם, נאך די מלחמה איז נישט געבליבן קיין קינדער פון אים.
עס הייסט אז רביה"ק מ'סאטמאר האט געזאגט אויפן סעקלעהידער רב אז ער איז דער חת"ם סופר בדורנו, אנדערע זאגן אז דער מארגארעטענער רב זצ"ל האט עס געזאגט, הפנים ער איז געווען א פוסק בדורו און א תופס ישיבה, פון די גרעסטע ישיבות אין טראנסילוואניע.
פון זיין משפחה באלאנגען דער טערצאלער רב און פאפא רב פון מאנסי ממשפחת ראזנער.
אני הצעיר האב שוין באזוכט די שטאט סעקלעהיד, וואו עס איז פאראן א ביה"ח אין זייער א גוטער צושטאנד, אבער ווי פארשטענדליך ליגט דער סעקלעהידער רב נישט דארט ווערנדיג פארברענט דורך די רשעים הארורים ימ"ש, זאלן די ווערטער דינען ווי א מצבה על קברו און א זכרון צו אזא גדול בישראל, רבוש"ע נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך בב"א.
בייגעלייגט איז א בילד פונעם סעקלעהידער רב ז"ל אינאיינעם מיט רביה"ק מסאטמאר זצ"ל (קרעדיט, יאסל)
- אטעטשמענטס
-
- Satmar-Seklehid.jpg (60.51 KiB) געזען 6755 מאל
- טהור-עיניים
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5124
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm
גראדע יא, דער סעקלידער רב האט שייכות מיט דעם שלהבת סעלקלהיד, אדער בעסער, דער שלהבת האט מיט'ן רב.
אין א ניסל שאלאכץ (נאט שעלל) פונעם סעקלידער רב זענען ל"ע נישט געבליבן קיין קינדער, אבער ס'זענען געבליבן אסאך תלמידים, און פון צווישן די תלמידים האבן זיך געמאכט עטליכע בתי מדרשים און מוסדות על שמו, און איינער פון די וואס האבן געמאכט א מוסד על שמו האט פאריאר געמאכט דעם שלהבת סעקלהיד ביי דעם יארצייט פון בעל אמרי יהודה כדי צו שאפן געלט פאר זיין פראיעקט.
מער וועגן סעקליד'ער רב, ביי אן אנדער געלעגנהייט

חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
NO man is a failure who has friends
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4040
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
- לאקאציע: נעבן סאטמאר
בגזירה מן השמים נשרף הוא ויו"ח עמו הי"ד.
אבל כדי שלא תשתכח תורתו שלימד והפיץ ברבים הדפיסו תלמידיו הנאמנים כמה כרכים מדבריו וחידושיו.
מבין תלמידיו המפורסמים שהמשיכו הלאה אחר המלחמה להשקות ולדלות מתורת רבם, נמנו,
הרה"ק בעל דברי אמונה מ'תולדות אהרן זצ"ל.
הרה"ג ר' שלום ראזענטאהל מ'צפת"ו - ירושת"ו.
אדרבה תוסיפו אל הרשימה, תלמידים קרויים בנים, בני בנים הרי הם כבנים.

לעצט פארראכטן דורך ביקסאד אום דינסטאג מאי 04, 2010 4:21 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ועמך כולם צדיקים
דער מאנסיער וויזניצער רבי שליט"א איז אויך א תלמיד פונעם סעקלעהידער רב
דער פיטסבורגער רבי ז"ל דער צדקת יוסף האט געשיקט דריי זון לערנען קיין סעקלעהיד, פון ווייטען אמעריקא.
פון די חשובע תלמידים וועלכער האט זיך אויך אפגעגעבן להנציח זכרו של רבו איז געווען ר' אברהם יוסף חנוך קליינמאן ז"ל פון כפר גדעון און שפעטער אין ירושלים.
עס איז פארבליבען די חיבורים 'אמרי יהודה' אויף עטליכע מקצועות, גאר באקאנט איז זיין תשובה איבער די 'מאשין מצות' כפתיחה לספרו על סוגיות הש"ס.
פאר דעם אמרי יהודה איז אין סעקלעהיד געווען רב ר' פסח הכהן קאהן ז"ל נכד לבעל הש"ך ומנו"כ שם, זיין זוהן ר' שבתי איז געווען א דרוקער און האט געוואונט אין סעקלעהיד בנו הוא הרה"ח ר' משה הכהן קאהן לאויט"א מוומ"ס.
עפעס האט דער סעקלעהידער רב דער אמרי יהודה געהאט א שייכות, דאכציך אז ער איז געווען אן איידעם ביים פריערדיגען רב, אבער לא ברור לי.

- שאץ מאץ
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3030
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
- לאקאציע: איבעראל
- פארבינד זיך:
יא ווייל ר' משה קאהן זאגט אז ער איז געוועהן א נעפיו פונעם סעקלידער רב בפשטות ווייל ער איז געוועהן א איידעם ביים פאריגן רב פון סעקליד, ר' משה האט געלערנט אין סעקליד און געוועהן סמוך לשלחנו, אין יענע תקופה האט געלערנט דארט דער תו"א' רבי זצ"ל, מ'פלעגט אים רופן אברהם יצחק הוניאדער ווייל ער איז געקומען פון די שטאט הוניאד, די קאלוב'ע רבי פון א"י האט געהאט א ברודער א כלי וואס האט געלערנט יענע צייט אין סעקליד אוועק אין קריג הי"ד,
מפי עדותו של ר' משה קאהן שליט"א,
מפי עדותו של ר' משה קאהן שליט"א,
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
- טהור-עיניים
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5124
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm
יא, ר' משה קאנ'ס טאטע איז געווען א שוואגער פון דעם סעקלידער רב, אזוי האט ר' משה מיר פארציילט. און טאקע אויך דער פיצבורגער רבי פון א"י איז געווען א תלמיד פון אים, און איך האב אמאל געהערט אז דער קאליב'ער פון א"י אויך, אבער קען זיין אז סיז געווען זיין ברודער.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
NO man is a failure who has friends
- ללמוד וללמד
- שר חמש מאות
- תגובות: 846
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm
עס האט געוואוינט אין וויליאמסבורג הרה"ח ר' ישראל פאלאטשעק ע"ה. ער איז געוועהן א משגיח אין די ווינער ישיבה און האט דארט געוואוינט. ער איז אויך געוועהן א תלמיד אין סעקלהיד. ער האט אמאל פארציילט, אז לערנענדיג אין סעקלהיד האט ער א שטיק צייט געלערנט בחברותא מיטן תולדות אהרן רבי'ן זי"ע. זייער סדר איז געוועהן, מ'איז אויפגעשטאנען חצות און געזעצן און געלערנט ביזן דאווענען. מיט די צייט האבען זיך עפעס בחורים פארטשעפעט פאר קנאה און האבן זיי סיקירט. פלעגט ער פארציילן, אז איך האב דאס שוין נישט געקענט דולדן האב איך אויפגעגעבן, אבער די תולדות אהרן רבי האט ווייטער אנגעצויגן. האט ער אויסגעפירט בענוותנותו - נו קוק וואס איז געווארן פון איהם, און קוק ווי איך זעה אויס (ער איז אויך געוועהן א איד וואס איז עד יום מותו געזעצן און געלערנט בהתמדה און נישט פארברענגט קיין מינוט)
טעות לעולם חוזר, דער סעקלעהידער רב ר' יהודא סג"ל ראזנער איז טאקע געווען א שוואגער מיט ר' שבתי קאהן, אבער נישט ווייל ער איז געווען אן איידעם ביי ר' שבתי'ס פאטער, ר' פסח יהודא הכהן אב"ד סעקלעהיד, נאר ווייל ר' שבתי קאהנ'ס ווייב איז געווען א שוועסטער מיט דעם אמרי יהודה בני ר' מאיר יששכר סג"ל ראזנער ז"ל.
דער סעקלעהידער רב איז געווען אן איידעם ביי ר' משה יונגרייז אב"ד קאשוי זצ"ל (עי' באריכות באשכול של המנוחות אשר אודות מפשחה הכבודה הלזו).
פאלגענד איז א שטיקל פון די הקדמה פון אמרי יהודה ווי דער סעקלעהידער רב קלארט עס אויס.

- untitled.JPG (51.31 KiB) געזען 6198 מאל
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4040
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
- לאקאציע: נעבן סאטמאר
די אינגערע צוויי זענען טאקע אום געקומען עקד"ה הי"ד,מיללער האט געשריבן:דער פיטסבורגער רבי ז"ל דער צדקת יוסף האט געשיקט דריי זון לערנען קיין סעקלעהיד, פון ווייטען אמעריקא.
אבער דער עלטערער ברודער בעל אמונת אברהם זצ"ל איז געבליבן לעבן לקדש שמו יתברך.
ועמך כולם צדיקים
- שמעלקא טויב
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5396
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
- לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4040
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
- לאקאציע: נעבן סאטמאר
אמרי יהודה על סוגיות הש"ס יו"ל בחיי המחבר בשנת תרפ"ח.
אמרי יהודה על פרקי אבות יו"ל בשנת תשי"ח.
אמרי יהודה על התורה יו"ל בשנת תשכ"ט.
אמרי יהודה על פרקי אבות יו"ל בשנת תשי"ח.
אמרי יהודה על התורה יו"ל בשנת תשכ"ט.
ועמך כולם צדיקים
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4124
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
- לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז
נאך א משך זמן וואס דער ארטאדאקסישער-אשכנז'ישער קהלה אין אוהעל איז געבליבן פאריתומ'ט פונעם הסתלקות פונעם פריערדיגער רב הגה"צ רבי יואל פעללנער זצ"ל (וועמען מ'האט גערופן 'בעלעדער רב') [רבו של הגה"ק בעל תורת אלף משאפראן זצ"ל אשר בצל קורתו באוהעל נתהווה לחסיד], איז געפאלן די הכרעה אויפצונעמען דעם סעקלהידער רב זצ"ל אלץ אוהעלער רב. א דעלעגאציע פון ראשי וטובי הקהלה זענען געפארן פון אוהעל קיין סעקלהיד און דער סעקלהידער רב האט מסכים געווען אנצונעמען דאס רבנות. ביים איבער געבן דעם 'כתב רבנות' האט איינער פון די אנוועזנדע זיך אנגערופן מיט הנאה אז ס'איז גוט אז מ'נעמט אויף דעם סעקלהידער רב ווייל אזוי וועט דאס זיין א גוטן שטעקן פארן חסידישען רב דעם ה"ה הגה"צ דער בנין דוד זצ"ל. ווי נאר דער סעקעלהידער רב האט דאס געהערט האט ער תיכף ומיד צוריסן דעם קאנסוס בפניהם פון די אלע אנוועזנדע און זיך אנטזאגט פון די רבנות!
[צו באמערקן סעקלהיד איז א קליין דערפל, לעומת אוהעל וואס איז א גרויסער שטאט, געווען מלאה חכמים וסופרים.]
דער סיפור האט פארציילט הרה"ח ר' אליעזר דוב דייטש וואס איז געווען א סעקלהידער תלמיד, און דעם שבת האמיר געהערט דעם סיפור פון אן אנדערער מקור בשם הרה"ח ר' פנחס דוד וועבערמאן ז"ל (פאטער פון ר' שלום וועבערמאן שליט"א מנהל ב"ר ק"י) וואס ער אליין איז געווען בשעת מעשה.

לחיים ולברכה!
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 741
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm
עוד פרטים על הרב ראזנער הי"ד
הרב ראזנער הי"ד נולר בעיר סערעדנא שנת תרל"ט לאביו רבי מאיר יששכר, שהיה נכד הרה"ג ר"ד דייטש בעל אהל דוד.
הוא למד בעיקר אצל אביו וגם בישיבת פרעשבורג. התחתן עם בתו של רבי משה יונגרייז הרב של קאשוי.
לפני סעקלהיד הוא היה רב בטשאפ.
בנוסף להיותו הראש ישיבה, הוא גם דאג להשיג את הכסף להישיבה, ולפעמים השלים את החסר מכספו הפרטי שקיבל מהקהילה.
כשבנו קיבל נדוניה של 100,000 לעי לרגל נישואיו, הוא השתמש בכסף הזה לכסות את הוצאות הישיבה. הוא גם פנה לנדבנים בארה"ב.
הוא היה מרבה לטבול במקווה, ולפעמים גם באמצע היום וגם בלילה.
יש מקומות שכתוב היאצ"ט שלו ו' סיון.
בין תלמידיו גם היה הרב משה יעקב ווייס אב"ד נווה אחיעזר בני ברק.
אחיו היה הרב יהושע העשיל סג"ל ראזנער רב בטארצל, שם מילא את מקום חמיו רבי יעקב שפירא שהיה שם רב ונפטר בתרס"ו.
הי"ד זי"ע

"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
חלבנה האט געשריבן:אינטערסאנט צו זעהן וויאזוי דער סעקעלהידער רב שרייבט איבער זיך
א דאנק אייך הרב חלבנה, דער בריוו שרייבט דער סעקלעהידער רב צו הרב טיקטין ווי ער גיט אראפ זיינע פערזענליכע ביאגראפישע שטריכען, היינט צוטאגס איז שוין אפשר מער באקאנט דער ציל פונעם בריוו, אין די יארן צווישען תר"ץ און ת"ש האט ר' שמואל אפרים טיקטין (בטעות נכתב או נדפס שם שמו ר' צבי) וועלכער האט דעמאלטס געוואונט אין ניו יורק געארבעט ארויסצוגעבן אן אינצייקלאפעדיא איבער רבנים ויושבים על מדון ברחבי תבל בני הדור ההוא וועלכע וועט אנטאהאלטן ביאגראפישע שטריכען און אינפארמאציע איבער זיי.
עס איז געווען א מאנומענטאלע אינטערנעמונג וועלכע האט קיינמאל נישט געזעהן דעם אור הדפוס 'דער טיקטין קאלעקשאן' איז היינט א טייל פון די ייוו"א ארכיווען אין מאנהעטן וועלכע זאמלט שטויב און ליגט פארפאקט אן קיין גואל, דארט איז באהאלטן חומר עצום בתוכם אינפארמאציע אויף איבער 200 אמעריקאנער רבנים פון יענער צייט.
ליינט דא:
http://www.jewishgen.org/rabbinic/databases/tiktin.htm
אביסל דערוועגן.
ווי מ'זעהט האט דער סעקלעהידער רב עס געהאלטן פאר א חשוב'ע זאך און ער האט באוויליגט מיטצוטיילען קורות ימי חייו מיט הרב טיקטין למען יעמוד ימים רבים למשמרת, אינטערעסאנט איז אויך דעם פאראגאראף וואס ער ווידמעט פאר זיין ספר 'בחינת ישראל' וועלכער ער דערמאנט אויך אין אמרי יהודא על סוגית הש"ס, וועלכע איז קיינמאל געדרוקט געווארן וחבל על דאבדין ולא משתכחין, הכל תלוי במזל.
זכותו הגדול יגן עלינו, די יארצייט פון קדושי סעקלעהיד ובראשם רבם ומאורם הגה"ק ר' יהודא ב"ר מאיר יששכר זצ"ל-הי"ד איז נקבא געווארן אויפ'ן ערשטן טאג שבועות ווען די נאציס ימ"ש האבן צווישען אנדערע מיליאנען אידען, פארגאזט, דערשטיקט און פארברענט די סעקלעהידער אידנטום אן איבערלאזן אפי' דעם פלאץ ווי מ'זאל קענען גיין צינדען א לעכטל לעילוי נשמתם הטהורה, זאל אוודאי דדער זכות פון מקדש זיין שמו יתברך אונז אלע ביישטיין אין אלע הינזיכטען.