אויטא אינדוסטריע בעילאאוט, פארוואס און פארוועם טויג עס?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

אויטא אינדוסטריע בעילאאוט, פארוואס און פארוועם טויג עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

קאנגרעס'נס פלאן צו האבן א פאנעל פון אויפזעהער אנגעפירט דורך א 'קאר צאר' פאר די אויטא אינדוסטריע איז דוקא שלעכטע נייעס. נישט נאר וועלן די אן קיין ערפארונג מיט אויטאס אדער די אינדוסטירע עס פאקטיש קאנטראלירן, נאר זיי וועלן אויך זיין באאופטראגט ארויסצושלעפן געלט פון די טאשן פון שטייערצאלער זיכער צו מאכן אז די אינדוסטירע לעבט און לאכט.

וואלט דען נישט ענדערש געווען א 'פרי-פעקעדזשט באנקראט' אין וועלכע די אויטא פראדוצירער פארהאנדלען מיט סיי די יוניאן'ס און קרעדיטארס איבערצובויען די אינדוסטירע פונדאסניי אין אויסטויש פאר א בעילאאוט?

אמת טאקע, דאס וואלט מן הסתם צוגעברענגט דאס אנולירן פון עטליכע אויטא מאדעלן און פעקטאריס וואס ברענגען נישט קיין פראפיטן. יוניאן פירער וואלטן אויך געצוואונגען געווען ווידער אויפצומאכן זייערע קאנטראקן און פארהאנדלען איבער די טערמינען, אזש ביז נאכצוגעבן אויף נארמאלע באדינגונגען אזוי ווי איינגעפירט ביי אלע אנדערע אויטא פירמעס אויפ'ן כדור העולם.

אבער די געפלאנטע דעמאקראטיש-אנגעפירטע $15 ביליאן בעילאאוט וועט נישט ברענגען די אויבענדערמאנטע געוואונטשענע רעזולטאטן. עס טוישט פשוט אויף די נאטירליכע מארקעט געבוי וועלכע געניסט פון באנקראט געזעצן, און נעמט די רעגירונג אלס אפוטרופוס. עס עפענט אויך די טויערן פאר א ענדלאזע שטראם פון רעגירונג סובסידיעס פאר דורכגעפאלענע אויטא פראדוצירער וועלכע האבן נאכאנאנד דערלייגט מארקעט שעירס זינט די פריע 70'גער יארן.

אט אזוי זעהט אונז אויס די צוקונפט פון די 'גרויסע דעטרויט דריי' אויטא פירמעס, לויט די פלענער וואס קאנגרעס האט ביז אהער געמאלדן. א בילד פון ריכטיגע נאציאנאליזאציע, כאטש אויף אביסל א שענערן אופן ווי די ווענעזועלא סיסטעם פון נאציאנאליזירן פריוואטע פירמעס.

• די רעגירונג וועט באשטימען א 'קאר צאר' (בערך אזוי ווי דער 'דראג צאר') וועלכער וועט רעגירן איבער דעם אויטא אינדוסטירע מיט אן אייזערנע פויסט וועלכע רופט זיך "וועטא מאכט" איבער יעדע גרעסערע געשעפט אונטערנעמונג פון די גרויסע דריי פון $25 מיליאן און העכער.
• די רעגירונג וועט באקומען שעירס אין די פירמע אויף 20 פראצענט פון די בעילאאוט, וואס הייסט בערך האלב פון די היינטיגע מארקעט ווערד פון די גרויסע דריי. אין אנדערע ווערטער, די רעגירונג וועט זיין דער פאקטישער אייגענטימער פונעם אינדוסטריע.
• די רעגירונג וועט אויך קאנטראלירן דעם 'פעי-טשעק' פון די עקזעקיוטיוון פון די גרויסע דריי, רעדוצירן דיווידענד צאלונגען צו שעירהאלטערס, און גיבן פאר די רעגירונג-חובות זכות קדימה איבער פריוואטע באנד האלטער.

דאס מיינט גאנץ פראסט די טויט פון אמעריקאנע-סטייל קאפיטאליזם, וואו דער געדאנק פון "אויסגערעכנטע צוזאמפאל" (פריפעקעדזש באנקראט) האט געהאלפן בויען דעם מערסטען פראדוקטיוון, רייכסטען עקאנאמיע זייט ווען אימער.

לאמיר אבער אפשיבן דעם הספד אויף אמעריקאנע קאפיטאליזם אויף אן אנדער געלעגענהייט, און זיך נעמען צו די פראבלעמען פון די גרויסע דריי. יעדער ווייסט דאך אז זיי זענען אנגעקומען אויפ'ן שוועל פון באנקראט צוליב געציילטע אורזאכן, פון וועלכע די צוויי שטארן ארויס: איינס, די שוואכע און אומקאמפאטענטע אנפירערשאפט פון די פירמעס וועלכע זענען געווען פארשווענדעריש, און נישט רעאליסטיש בנוגע דעם פאראויסלויפנדע מארקעט. צווייטנס, די יוניאן'ס וועלכע האבן זיכער געמאכט אז דער פשוטער פעקטארי ארבעטער מאכט א לעבן אויפ'ן חשבון פון די גרויסע דריי און ברענגט אהיים אן אנגעבלאזענע טשעק'ל יעדע וואך אפגעזעהן צו ער טויג יא צו נישט, צו ער ארבעט אדער איז שוין פון לאנג אהיימגעשיקט געווארן, אזוי ארום אויפטרייבנדיג פראדוקציע קאסטן.

אינטערסאנט אבער אז קיינע פון די פראבלעמען זענען נישט אדרעסירט געווארן. די ביל פאדערט גארנישט פון די אויטא יוניאן'ס, כאטש זיי זענען איינע פון די עיקר שולדיגע אין אונטערהאקן די הינער פיס אויף וועלכע די אינדוסטריע וואקלט זיך.

אזוי ווי ברייט באריכטעט, צאלן אמעריקאנע אויטא פראדוצירער פאר זייערע ארבעטער אין דורכשניט $73 דאלער א שעה, ווען טאיאטע, ניסען און אנדערע צאלן נישט מער פון $48. מען רעדט נישט פון טאיאטע אין יאפאן, נאר טאיאטע אין אמעריקע, זייערע גרויסע היגע פעקטאריס. די זעלבע קוואליטעט ארבעטער, דאס זעלבע לאנד, א קנאפע $30 א שעה חילוק. וואס פונקטליך וועט דער "קאר צאר" טוען דערוועגן?

די קאנטערווערסיאלער בעילאאוט, האט אבער אסאך שטיצער, און נישט אומזיסט. ווען מען קוקט אויפ'ן געשאצטע $7.6 טריליאן וואס עס וועט קאסטן פאר'ן שטייער צאלער די בעילאאוט פון די פינאנציעלע אינסטיטוציעס לויט די 'בלומבערג נייעס סערוויס' באריכט, און מען נעמט אין באטראכט אז אט די בענק'ס געלט לוסט און נארישע ריזיקירטע אונטערנעמונגען זענען היבש שולדיג אין די איצטיגע איבערקערניש, דאן זעהט אויס די אויטא אינדוסטריע בעילאאוט ווי קליין געלט.

דער געוועזענער מישיגן סענאטאר ספענסער אבראהאם שרייבט טאקע אין די נ.י. טיימס אז די בעילאאוט איז א גרויסע מציאה. "באלד 3 מיליאן דזשאבס וועלן פארלוירן גיין אין די ערשטע יאר אויב אלע דריי פירמעס וועלן זיך שפארן און זייערע סופלייער וועלן כאפן דעם זעץ לויט א באריכט פון די 'צענטער פאר אויטאמאטיווע ריסערטש'," שרייבט אבראהאם. "דאס מיינט אז די צענדליגע ביליאנען דאלארן אין פענסיע לייעביליטיס וועלן טראנספערירט ווערן צו די 'פענסיע בענעפיט גאראנטי קארפאראציע', די פעדעראלע אינשורענס פאנד וועלכע באשיצט די פענסיע פון באלד 44 מיליאן אמעריקאנע ארבעטער און ליידט שוין פון א $10.7 ביליאן דעפיציט."

ממילא, אויב מיר וועלן ארויסבעילן וואל סטריט, פארוואס נישט דעטרויט אויך? די צווייטע ענטפער איז ווייל סוף כל סוף וועט דער שטייער צאלער עס נישט קענען דערהייבן.

וואס איז דער ערשטער און וויכטיגערער ענטפער פרעגט איר? גוט, א צייכן אז איר האלט קאפ... ווייל א בעילאאוט וועט נאר אפשטופן דעם אומפארמיידליכן באנקראט, און עס וועט אין ענדע קאסטן טייערער. די אלגעמיינע נוסח אין וואשינגטאן איז, מיר קענען "נישט ערלויבן" די אויטא קאמפאניס זאלן באנקראטירן. אבער דאס איז הוילע נארישקייטן. דער אמת איז, מיר קענען עס נישט פארמיידן.

אוודאי האבן די הויכע גאזאלין פרייזן דעם זומער און די סטאק מארקעט קראך דערויף פארשנעלערט זייער צוזאמפאל, אבער עס איז נישט קיין סוד אז זיי דערלייגן שוין געלט א לענגערע צייט. און יעדער ווייסט אז די סיבה איז ווי אויבענדערמאנט. ווען מען צאלט אזוי פיל מער פאר די ארבעטער, דארף דאך יעדע אויטא קאסטן אומגעפער מיט $2,000 מער פון ענליכע אויסלענדישע מאדעלן. און ווען די פירערשאפט ארבעט נישט מיט שכל און שפארזאמקייט, ווי אזוי קען מען באקעמפען די קאמפעטישן?

דזשי.עם. האט 8 פראדוקציע ליניעס, ווען טאיאטע האט נאר דריי. GM האט 7000 דילערס, טאיאטע 1,500. כדי אז דזשי.עם. זאל זיך קענען געהעריג שטעלן אין פארמעסט מיט טאיאטע דארף זיי שניידן די פראדוקציע ליניע מיט לכל הפחות 50 פראצענט, די דילער נעץ אויף האלב, און די לעיבאר קאסטן מיט 30 פראצענט.

מען דארף נישט זיין קיין גאון אויסצורעכענען די חשבון. אבער ווען די דעמאקראטן אין קאנגרעס ווילן פארמיידן א שטיקעלע ציפ פאר די יוניאן ארבעטער, דאן שטעלט מען ארויס אן אומפראדוקטיווע בעילאאוט פלאן, אזוי ווי די וואס איז איצט אויפ'ן טיש.

עס דארף דא אויך דערמאנט ווערן לגנאי די ענווייראנמענטאלע אגענדע וואס ליגט באהאלטן אין דעם דיעל. אויטא פראדוצירער וועלן דארפן אויפגעבן זייערע רעכטן צו באקעמפען אין געריכט די סטעיט-רעגולירטע רויך-שטאפל געזעצן. אט די געזעצן, אינאיינעם מיט די נייע געז סטאנדארטן וועלכע שרייבן פאר וויפיל געז אן אויטא דארף ברענען פער מייל וואס קאנגרעס האט פאראיאר דורכגעפירט, וועלן קאסטן פאר די אויטא פירמעס א געשאצטע $85 ביליאן ביזן יאר 2020, און זענען אויך איינע פון די פראבלעמען וועלכע פלאגן די אויטא פירמעס.
אבער די $85 ביליאן איז בלויז א קליינער קרבן אויפ'ן מזבח פון דעם 'גלאבעל ווארמינג' גלויבונג.

איין פראגע קומט אונז כסדר ארויף אין געדאנק ווען מיר זעהן די אנטוויקלונגען פון די אויטא אינדוסטריע בעילאאוט במשך די פארגאנגענע וואכן. פארוואס קומען כסדר די סי.אי.או'ס פון די אויטא פירמעס קיין וואשינגטאן, און בעטן זיך ברחמים צו די פאליטיקאנטן אויף קעפיטעל היל (וועלכע זענען זעלבסט די עיקר שולדיגע אין דעם איצטיגן גלאבאלע פינאנציעלן צוזאמפאל) אז זיי זאלן ראטעווען די גרויסע דריי פון באנקראט? לכאורה פארשטייען מיר אז באנקראט איז זייער בעסטע אויסוועג.

אט אזוי וואלט עס אויסגעזען ווען זיי דערקלערן באנקראט. די פירמעס קומען אין געריכט מיט א קלארע פלאן ווי אזוי זיי האפן ארויסצוקריכן פונעם גרוב. דאס איז טייטש: אן טאטאלע איבערבוי פון די פירמעס אומקאמפאטענטע פירערשאפט-ווירטשאפט און פינאנץ סיסטעם. מען וועט אראפשינדן האלב פון די פירמע, די אומפראדוקטיווע האלב וועלכע שלעפט זיי נאר אריין אין תהום. די יוניאן'ס מוזן בלית ברירה איינגיין אויף א דיעל 'אויב' זענען זיי אינטערסירט צו ראטעווען די דזשאב'ס פון זייערע ארבעטער און נישט בלייבן קיין 'מלך בלא עם'. פאליטיקאנט'ן שטייען אלע אין א זייט אן צו האפן אויף מוציא'ס (וואס זיי וועלן זיכער באקומען איצטערט אונטער'ן קאנגרעס פלאן). און וואס פארדינען מיר די שטייערצאלער דערפון? אלעס, ס'וועט דאך אונז גארנישט קאסטן!

פון דער אנדערער זייט דארף מען אין אכט נעמען, אז א בעילאאוט אדער 'רעגירונג איבערנעמונג = נאציאנאליזאציע' וועלכע פאדערט נישט קיין ערנסטע רענאוואציע פון די פירמעס וועלכע געפינען זיך אויפן שנעל צוג צום אונטערגאנג סטאנציע, וועט שאפן א פרעצעדענטלאזע געפאר פאר קאפיטאליזאציע אויפ'ן גרויסן פארנעם. פון היינט און ווייטער, וועט יעדע גרויסע אינדוסטריע וואס ליידט פון שוואכט ווירטשאפט נישט דארפן פאסן קיין שווערע איבערבוי באשלוסן און\אדער זיין אויסגעשטעלט צו די קאנסעקווענצן פון א רעסעסיע. וואס איז דען? אנקעל סעם האט נישט גענוג געלט? די שטייער צאלער האבן דאך דערווייל נישט אויפגעהערט צו צאלן. דארף מען בלויז כאפן א פריוואטע פליגער קיין וואשינגטאן, און זיך שטעלן אין די רייע אונטער די 'גרויסע דריי' פאר די אייגענע בעילאאוט. נישט געפערליך, פאר די שטייער צאלער וועט נישט אויסמאכן נאך עטליכע ביליאן...

און לויט דעם ווערט דאך שוין פארענפערט אונזער פראגע - וואס טראכטן די אנפירער פון די אויטא אינדוסטריע ווען זיי בעטן זיך פאר א בעילאאוט, ווען באנקראט איז אין זייער פירמעס בעסטע אינטערעסע? איין ווארט: באקוועמליכקייט. עס איז זיי פיל גרינגער און באקוועמער צו באקומען פונעם קאנגרעס עטליכע ביליאן און בלייבן אויפן זומפ אויבערפלאך פאר נאך עטליכע מאנאטן, ווי איידער דורכגיין די שוועריגקייטן פון באנקראט ווען מען דארף אייגענטליך אויפקומען מיט פראקטישע איבערבוי פלענער און מען האט נישט די לוקסוס צו צאפן פונעם שטייערצאלער קאסע ווען דאס הארץ גלוסט. זיי פארשטייען אויך גאנץ גוט, אז איינמאל קאנגרעס וועט זיך זען אלס שותף אין די אינדוסטריע, וועלן זיי שוין נישט אזוי שנעל צולאזן עס זאל אונטערגיין.

איי, זיי וועלן דאך פאקטיש נישט קענען אזוי חגא'ן אויף שטענדיג? די געדולד און געלד פון די שטייערצאלער וועט מוזן קומען צו א סוף? א כפרה! חיי שעה איז אויך געלעבט...
לעצט פארראכטן דורך יודל מענדלזאהן אום דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2008 4:04 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

יישר כח יודל זייער זייער גיט ארויס געברענגט איר האט א כח צי שרייבען אזוי קלאר ווי מען רעדט
Liberalism is a mental disorder
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

ברעקינג

געשפרעכן אין סענאט בנוגע די בעילאט פלאן פאר די אויטוי אינדארסטריע איז דורכגעפאלן און איז נישט געקומען נאך אן אפשטומונג, ווי געפלאנט.
עס איז דא שוואכע שאנסן אז מארגן זאל עס יא דורכגיין.
GM גרייט זיך שוין צו דערקלערן באנקראט.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
זאנוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל »

ביי די פארשלאסענע סעסיע האבן די רעפאבליקאנער געפאדערט אז טייל פון די פלאן דארף זיין אז די יוניאן פירער זאלן איינגיין צי שניידן ביז א יאר די פרייזן פון די ארבייטער, און זיי זאלן ווערן באצאלט פונקט אזויפיל וויפיל די יאפאנעזישע קאר קאמפאניס צאלן, און ווען יוניאן פירער זענען נישט איינגעגאנגען דערויף איז עס דורך געפאלן.

פרישע נייעס קומט אז דזשי עם האט אויפגענומען עטליכע מענטשען, וואס זאלן אנגרייטן דעם באדן פאר א באנקראט דעקלעראציע פון דזשי עם.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

ער' יודל, געוואלדיג, איר דארפט ווען דאס שרייבן אויף ענגליש, און אריבער שיקן צום סענאט און קאנגרעס.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

יודל מענדלזאהן האט געשריבן:לאמיר אבער אפשיבן דעם הספד אויף אמעריקאנע קאפיטאליזם אויף אן אנדער געלעגענהייט,
מארגן מארגן נאר ניקס הויטע, זאגן אלע פוילע לויטע, מצוה שבא לידך אל תחמיצנה:
שרייבט יא איצטער א לאנגס און א ברייטס איבער די נושא, אריין געפלאכטן מיט אט די ענינים וואס די קאמיוניסטן-ליבעראלן -הנקראים דעמאקראטן- ווילן אונז באשענקן, א טייל האט איר שוין בארירט וואו עמאציאנאלע העלט-סקעיר, וירא הקהל וישפוט.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

געוואלדיגע ארטיקל פון וואס איז האב זייער זייער הנאה געהאט, און איך שטים מיט מיט דיר אויף יעדע פונקט וואס דו ברענגסט ארויס.

יישר כח ר' יודל.
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

שוין אריבער א יאר זינט מיר האבן געשריבן דעם ארטיקל, און אצינד האבן מיר באגעגענט א פרישע פילם, וועלכע צייגט א טרויעריגער בילד פון וואס איז געווארן פון די שטאט דעטרויט, באקאנט אלס 'מאטאר סיטי', צוליב די 'דריי גרויסע' אויטא פראדוצירער וואס האבן זיך דארט געפינען.

ער ווייזט קלאר ווי אזוי סאציאליזם און די יוניאן'ס האבן אין ד'רערד געלייגט נישט נאר די אויטא אינדוסטריע, נאר אויך די עדיוקעישאן און דאס לעבן אין וואס איז אמאל געווען די סאמע רייכסטע שטאט אין לאנד.

ס'זאל אייך נישט איינפאלן אז ער האט געלעזן אונזער ארטיקל. די זאכן זענען ברור כשמש. בלויז קרומע ליבעראלן וועלכע האבן קיין שכל אין קאפ, זעהן נישט איין ווי אזוי זייערע פאליסיס באגראבן אמעריקע.


א שרעק!


נאט אייך אן ארטיקל וואס דערציילט ווי אזוי סאציאליזם און די יוניאן'ס האבן חרוב געמאכט א לאנד.

מען קען פרובירן עס צו לייקענען, אבער די פאקטן רעדן פאר זיך.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

יודל מענדלזאהן - לוח הציבור (ב בה"ב)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

קאנגרעסלייט פאול רייען (R-WI), דזשעב הענסארלינג (R-TX) און סקאט גערעט (R-NJ) האבן געשיקט א בריוו צו טרעזשורי סעקרעטאר טים גייטהנער קריטיקירנ'דיג דזשי.עם און די אבאמא אדמיניסטראציע פאר'ן פארפירן דעם פאבליק מיט'ן ליגנט אז דזשי.עם. האט שוין צוריקפגעצאלט די בעילאאוט געלטער אין די רעגירונג קאסע. פאול רייען האט אויך פארעפענטליכט א ווידיאו אין רעאקציע צו דזשי.עם'ס ברייטע אדווערטייזמענט קאמפיין.

א ציטאט פון די בריוו:

"איר האט ווארשיינליך געלייענט באריכטן פון די אבאמא אדמיניסטראציע אדער געזען עדס וואס זאגן אז דזשענעראל מאטארס האט פולקאם צוריקגעצאלט וואס עס איז שולדיג פאר דיר, דער שטייערצאלער.

די באהויפטונגען זענען מיר פארגעקומען מאדנע און פארפירעריש. די פעדעראלע רעגירונג איז נאך אלס א 60% אייגענטימער פון די אויטא פירמע. די א.ג. צוריקצאלן איז אייגענטליך א טראנספער פון $6.7 ביליאן פון איין שטייערצאלער-געשטיצטע בעילאאוט קאנטע צום צווייטן."

די פאדערן קאנגרעסלייט פון טרעזשורי סעקרעטאר גייטהנער א פונקטליכע, אויפריכטיגע חשבון פון די שטייערצאלער געלטער אויף וועלכע די עקזיסטענץ פון GM איז געוואנדן.

ענדע וואך האבן קאנגרעסלייט דערעל איססא און דזשים דזשארדען געשיקט א שארפע בריוו צו GM הויפט עקזעקיוטיוו עד וויטקעיר. נאך א לענגערע דיסקוסיע וואס ווייזט אויף די פאלשקייט אין דזשי.עם'ס אדווערטייזמענט, באשולדיגן זיי די פירמע אין פארפירן די אמעריקאנע פאלק.



נאך אלטע ווארע איבער דזשי עם זעהט אויך דשי. עם. דארף הילף! און GM באנקראט.
ועמך כולם צדיקים
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

יעצט געליינט דעם ארטיקל, יודל, די ארטיקל רעדט פאר זיך, יעדעס ווארט איז איבעריג!

טענקס.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

די תגובה האט מער א שייכות מיט די לעצטע פאר תגובות מיינע דא אין אשכול.

די וואל סטריט זשורנאל שרייבט אן ארטיקל אויף די שרעקליכע "עקסאדוס" (יציאת מצרים) פון דעטרויט, וואו אפילו שווארצע ציען אפ פון דארט, אבער ער ציהט נישט קיין מסקנות.

דער בלאגגער האט צונויפגעזאמלט א שלל מיט לינקס אויף די נושא, ממש עד להפליא! נאכ'ן לייענען זיינע לינקס קען אפילו אן עקסטרעם לינקער אויך האבן ספיקות אין זיין ליבעראלע אמונה...

איך וועל בלויז ציטירן איין פאראגראף, דאס איבריגע וועט איר מוזן לייענען דארט:

Just in case you're wondering, Detroit is not in ruins because of the national economy, or the dip in the auto inductry, or the millions of other excuses that will fly because of the above. No. Detroit is in ruins for one simple reason: 50 years of Democrat hegemonic domination. Cancer destroys the infrastructure of your body by corrupting it at the cellular level. Liberalism destroys the infrastructure of any community by corrupting it at the individual level. Witness Detroit - the most liberal city in the nation by voting record - after 50 years of Democrat hegemonic domination
מאנסיאנער
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 4:53 pm
לאקאציע: אינעם גרויסן עפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסיאנער »

Chrysler repays bailout money to Treasury department
Obama: Payback is a 'significant milestone'
http://www.msnbc.msn.com/id/43155011/ns/business-autos/
מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אן אריינגיין אין אנדערע דעטאלן, איך האב געעפנט די לינק, דארט שטייט אז קרייסלער האט באצאלט א "חלק" פון די חוב, און זיי זענען נאך שולדיג געבליבן געלטער, און זיי שרייבן אז די רעגורונג האט שוין אנערקענט אז זיי וועלן קיינמאל נישט צוריקזעהן די גאנצע געלט!

ועוד, אפילו די חלק וואס זיי האבן יא צוריקגעצאלט קומט פון "פארקופן באנדס, און א פרישע לאון", ד.מ. זיי האבן געבארגט געלט פון ראובן צו באצאלן פאר שמעון.

און די סיבה איז זייער פשוט, די גאווערמענט לאון איז זייער טייער געווען פאר זיי, און יעצט האבן זיי ביליגערע לאונס. פלאס קרייסלער האט געפיהלט אז געוויסע קאסטומערס האלטן זיך צוריק פון קויפן זייערע קארס, ווייל זיי זענען קעגן די בעילאוט...

אלעס וואס איך שרייב איז גענומען פון דעם ארטיקל. סאו אויזער די מעידזשער העדליין "קרייסלער צאלט צוריק פאר די גאווערמענט" זעה איך גארנישט אין דעם ארטיקל.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
מאנסיאנער
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 4:53 pm
לאקאציע: אינעם גרויסן עפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסיאנער »

עס שטייט דארט אז מאסט אוו די מאני דאס מיינט רוב געלט האבן זיי צוריקגעצאלט פון 12 ביליאן האבן זיי צוריקגעצאלט 7.6 גאנץ א שיינער נאמבער נעמענדיג אין באטראכט אז די רעפובליקאנער האבן געשריגן אז קיין איין פעני וועט נישט צוריקקומען.
די איבריגע 4.4 ביליאן וועלן זיי אויך לכאורה צריקצאלן נאכדעם וואס זיי האבן געמאכט פראפעט די ערשטע מאל זינט 2005 אבער איך בין זיי מוחל ענדערש געבן פאר זיי די 4 ביליאן דאלער וואס וועט אונטערהאלטן א שיינע פאר זשאבס. ווי איידער פאר די רייכע אויל באראנען וועלעכע שטאפן זיך מיט ביליאנען אין מאכן ערגער פאר די עקאנאמיע מיט די הויעכע געז פרייזן.
אין די פרישע לאונס וואס זיי האבן געמונען איז צוליב דעם וואס זיי האבן אויסגעקויפט די פיאט קאמפעני זייער א נארמאלע זאך.
מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

קען זיין אז דאס וואס דו זאגסט איז אמת, אבער פון די לינק וואס דו האסט אראפגעברענגט שטייט נישט אזוי.

שנית, פון דיין תגובה זעהט מען וואו דו ווארפסט ליבעראלע שנאה צו די אויל קאמפאניס אן קיין טראפ בעקינג... זיי זענען שולדיג אין הויעכע גאז פרייזן... יענץ געלעכטער.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
מאנסיאנער
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 4:53 pm
לאקאציע: אינעם גרויסן עפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסיאנער »

קען זיין אז נישט אבער דאס איז זיכער אז רעקארד פראפיטן דעי יאר האבן זיי געמאכט מילא האלט איך אז זיי טארן נישט באקומען 4 ביליאן טעקספעיער דאלער
מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

חא חא חא, ניטאמאל ענגליש קענסטע? קוק וואס דארט שטייט.

To pay off the governments, Chrysler raised $3.2
billion through a bond sale and took out $3 billion in
lower-interest bank loans. It also will use a $1.3
billion investment from Fiat.

נישט נאר זיי האבן פארקויפט באנדס און ארויסגענומען א לאון, זיי האבן גאר גענוצט געלט פון FIAT, נישט זיי האבן אויסגעקויפט FIAT.

ואגב, דארט שטייט אז די גאנצע לאון פאר קרייסלער איז געווען צען פוינט סאמטינג מיליאון דאללער, סאו די נאמבער 12 שטומט עפעס נישט.

-----
מאנסיאנער האקט.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

יעצט זעה איך אז דו ענטפערסט טאקע פאר מיר...

דעריבער וועל איך טוהן וואס איך טוה כסדר, איך גיי לאזן א צווייטן זיך טענהן מיט דיר.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
מאנסיאנער
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 4:53 pm
לאקאציע: אינעם גרויסן עפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסיאנער »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:יעצט זעה איך אז דו ענטפערסט טאקע פאר מיר...

דעריבער וועל איך טוהן וואס איך טוה כסדר, איך גיי לאזן א צווייטן זיך טענהן מיט דיר.

וויכי איך בין נישט באליידיגט איך האב נאר פרובירט צו ענטפערן קען זיין איך וואלט געטוהן די זעלעבע ווען איך האב נישט וואס צו ענטפערן
מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)
מאנסיאנער
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 4:53 pm
לאקאציע: אינעם גרויסן עפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסיאנער »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:חא חא חא, ניטאמאל ענגליש קענסטע? קוק וואס דארט שטייט.

To pay off the governments, Chrysler raised $3.2
billion through a bond sale and took out $3 billion in
lower-interest bank loans. It also will use a $1.3
billion investment from Fiat.

נישט נאר זיי האבן פארקויפט באנדס און ארויסגענומען א לאון, זיי האבן גאר גענוצט געלט פון FIAT, נישט זיי האבן אויסגעקויפט FIAT.

ואגב, דארט שטייט אז די גאנצע לאון פאר קרייסלער איז געווען צען פוינט סאמטינג מיליאון דאללער, סאו די נאמבער 12 שטומט עפעס נישט.

-----
מאנסיאנער האקט.

גאנץ א קליינע נפקא מינא ווי די געלט קומט
די באדעם ליין איז אז שווערע מיליאנען זשאבס זענע געראטעוועט געווארן דורך דעם אין די סוקסעס איז געווען קעגן אלע ערווארטונגען
מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)
שאלת_חכם
שר חמש מאות
תגובות: 996
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 06, 2011 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאלת_חכם »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:קען זיין אז דאס וואס דו זאגסט איז אמת, אבער פון די לינק וואס דו האסט אראפגעברענגט שטייט נישט אזוי.

שנית, פון דיין תגובה זעהט מען וואו דו ווארפסט ליבעראלע שנאה צו די אויל קאמפאניס אן קיין טראפ בעקינג... זיי זענען שולדיג אין הויעכע גאז פרייזן... יענץ געלעכטער.

שולדיג אין די הויכע געז פרייזן איז דיין יוקאן
שאלת חכם חצי נחמה
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

טרעזשורי: דער שטייערצאלער דערלייגט $23.6 ביליאן אין די בעילא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

די טרעזשורי דעפט. באריכטעט: דער שטייערצאלער האט דערלייגט $23.6 ביליאן אין די רעגירונג בעילאאוט פון די אויטא אינדוסטריע.
The Treasury Department dramatically boosted its estimate of losses from its $85 billion auto industry bailout by more than $9 billion in the face of General Motors Co.'s steep stock decline.

In its monthly report to Congress, the Treasury Department now says it expects to lose $23.6 billion, up from its previous estimate of $14.33 billion.
מאנסיאנער
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 4:53 pm
לאקאציע: אינעם גרויסן עפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסיאנער »

אט איז א באריכט וואס די אזויגערופענע מעין סטריעם מידיא רעדט נישט דערפון...
דעם דאנרשטאג האט GM ארויסגעגעבן זייער יערליכע באריכט וואס צייגט אז די פארלאפענע יאר האבן זיי פארקויפט 9 מיליאן קארס
די מערסטע ווי סיי וועכע קאר פירמע מאכנדיג די קאמפעני צוריק פאר די נומער 1 קאר פירמע אין די וועלט א טיטול וואס זי האט שוין נישט געהאט פאר 5 יאר
דא קענט איר ליינען א לענגערע באריכט איבער ''3 גרויסע''
מיר זענען די 999 פראצענט (קרעדיט: "אקופיר"/הערמאן קעין)
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

סהאט מיט די בעילאוט?
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”