ר' ברוך בער לייבאוויץ ר"י קמניץ בעל ברכת שמואל - ה’ כסלו ת”ש
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
ר' ברוך בער לייבאוויץ ר"י קמניץ בעל ברכת שמואל - ה’ כסלו ת”ש
ר' שמעון שקאפ מיט ר' ברוך בער
ר' אהרן קאטלער מיט ר' ברוך בער
ר' ברוך בער מיט ר' ירוחם גורליק
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4040
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
- לאקאציע: נעבן סאטמאר
די בילד מיט ר' אהרן קאטלער ברענגען זיי אין דעם "הרב הדומה למלאך" עמוד 142 אז דאס איז ער [נישט ממש די בילד אבער נאך צוויי פון די סעריע], אבער עס זענען דא אזעלעכע וואס זענען מפקפק דערינען און זאגן אז דאס איז גאר דער ראגעטשאווער.
די בילד מיט ר' ירוחם [איבער אים וואלט מען בכלל באדארפט מרחיב צו זיין את הדיבור] און דעם מרחשת ברענגען זיי אין דעם "הרב הדומה למלאך" עמוד 156 אז הינטער אים שטייט זיין אייניקל ישעי'.
די בילד מיטן ספאדיק ברענגען זיי אין דעם "הרב הדומה למלאך" עמוד 195 אז דאס איז דער במ"ס ערוך השולחן.
די בילד מיט ר' ירוחם [איבער אים וואלט מען בכלל באדארפט מרחיב צו זיין את הדיבור] און דעם מרחשת ברענגען זיי אין דעם "הרב הדומה למלאך" עמוד 156 אז הינטער אים שטייט זיין אייניקל ישעי'.
די בילד מיטן ספאדיק ברענגען זיי אין דעם "הרב הדומה למלאך" עמוד 195 אז דאס איז דער במ"ס ערוך השולחן.
ועמך כולם צדיקים
ר' ירוחם גורליק איז דער אינגער בחור אויף דער ערד, ר' חנוך העניך אייגעש מווילנא בעל ה'מרחשת' איז דער וועלכער זיצט לעבן ר' ברוך בער.
דער מיטן ספאדיק איז זיכער נישט ר' ברוך בער, נאר דער ערוך השלחן.
דא איז געווען אן אייניל א ראש ישיבה,איך מיין אז ער איז לעצטענס נפטר געווארן מיר האבן עס דא באריכטעט, קען זיך איינער דערמאנען וועם איך מיין?
דער מיטן ספאדיק איז זיכער נישט ר' ברוך בער, נאר דער ערוך השלחן.
דא איז געווען אן אייניל א ראש ישיבה,איך מיין אז ער איז לעצטענס נפטר געווארן מיר האבן עס דא באריכטעט, קען זיך איינער דערמאנען וועם איך מיין?
- ללמוד וללמד
- שר חמש מאות
- תגובות: 846
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm
כ'בין נישט צו באקאנט אין די ביאגראפיע פון די גדולים פון די געגנט. כ'האב געהערט לעצטנס אז ר' ברוך בער האט געהאט אן אויסטערלישן געפיל צו "ניגון" און האט אליין מחבר געווען ניגונים, והי' כמנגן המנגן ותהי עליו רוח ה'. איינער האט מיר אויסגעלערנט א ניגון אויף "אני ישנה ולבי ער וגו'" וואס איז מלא הרגש און בארירט ממש די סטרונעס פון הארץ, וואס ער זאגט איז מיוחס צו ר' ברוך בער. צו ווייסט איינער וועגן דעם? (איך קען נישט שרייבען דא נאטן און מן הסתם קענט איהר נישט לייענען, אבער דוכט זיך די ניגון ווערט געזונגען אויך אויף די טעיפ פון די בעלי מנגנים וואס קומען זיך צאם ביי יאקאב יעדן חוה"מ).
- הער שליוואוויץ
- שר מאה
- תגובות: 109
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2010 11:41 pm
פין הרשל ציג'ס בלאג (אינטרסאנט אויב ס'איז אמת.)
http://theantitzemach.blogspot.com/2010 ... st_27.html
http://theantitzemach.blogspot.com/2010 ... st_27.html
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35246
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
ללמוד וללמד האט געשריבן:כ'בין נישט צו באקאנט אין די ביאגראפיע פון די גדולים פון די געגנט. כ'האב געהערט לעצטנס אז ר' ברוך בער האט געהאט אן אויסטערלישן געפיל צו "ניגון" און האט אליין מחבר געווען ניגונים, והי' כמנגן המנגן ותהי עליו רוח ה'. איינער האט מיר אויסגעלערנט א ניגון אויף "אני ישנה ולבי ער וגו'" וואס איז מלא הרגש און בארירט ממש די סטרונעס פון הארץ, וואס ער זאגט איז מיוחס צו ר' ברוך בער. צו ווייסט איינער וועגן דעם? (איך קען נישט שרייבען דא נאטן און מן הסתם קענט איהר נישט לייענען, אבער דוכט זיך די ניגון ווערט געזונגען אויך אויף די טעיפ פון די בעלי מנגנים וואס קומען זיך צאם ביי יאקאב יעדן חוה"מ).
הרב ללמד, יא, טאקע א זעלטן הרגש'דיגן ניגון, לויט ווי זיי גיבן איבער איז ער געוועהן זייער געפיליש ווען עס אי געקומען צו נגינה. נישט אזוי ווייט די סטרוקטור פונעם ניגון, נאר די זעלטענע אימוישענס וואס קומט דארט צום אויסדרוק.
האב איך אמאל געהערט פון זיין אייניקל הרב הגאון רח"ש לייבאוויץ ר"י קמניץ בירושלים עיה"ק, אז דער זיידע פלעג אלס זאגן אז דעם ניגון גופא זינגט ער גוט, פארשטיין צו דעם ניגון פארשטייט זיין רבי ר' חיים פיל בעססער, דאס אי מחמת זיין אומגעהויערע ביטול צו מורו ורבו הגאון ר' חיים בריסקער, האט ער אים אויך זיין "טאלאנט" אים אזוי געגעבן די אויבערהאנט....!
- רימנובער אייניקעל
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3198
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm
געהערט האב איך אז מ'האט אמאל געזאגט רבי ברוך בער אז זינגען קען ער בעסער פון רבו רבי חיים בריסקער זצ"ל,האט רבי ברוך בער געזאגט אז ס'איז נישט דא כולו מעלה אויף די וועלט, און ממילא רבו איז געווען כולו מעלה אבער איין חסרון,זינגען האט ער נישט געקענט, משא"כ ער איז כולו חסרון, ער האט איין מעלה אז ער קען זינגען.
- רימנובער אייניקעל
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3198
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm
- למעלה משבעים
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12394
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
- לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן