וואס באדייט די ווארט?

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הרב קרויז,
איך האב ביז היינט נישט 'געאנט' פון דעם ווארט, א דאנק אייך.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

reb yid האט געשריבן:העי העי, די ביזט א ענגלישע? א ליפט אדער א היטש?
וועלכע לופטהאפען? זאווענטעם אדער שארלאווא?

קענסט מיר ספעלן " אונטערטאהן" אין ענגלישע בוכשטאבן?

איש בין איין אמעריקאנער וואס באנוצט זיך מיט יעדע ווארט וואס האט נושא חן געווען אין מיינע אויערן/לעפצן.

איך געדענק נישט וועלכע עירפארט, עס געפונט זיך אין בריסל.

און ניין, איך געדענק נישט די אויסלייג פונעם ווארט.
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

מיללער האט געשריבן:הרב קרויז,
איך האב ביז היינט נישט 'געאנט' פון דעם ווארט, א דאנק אייך.

לפי דבריו דארף מען זאגן "געאנט דעם ווארט". אנעם פון.

_____
הער קרויז
אויך פאר מיר איז דאס א שיינער חידוש. א דאנק אייך.

איך פלעג לאנג זוכן דעם שורש פון "אנונג", און נישט געפונען עד היום.
נארישער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארישער »

וואס טייטש לטונא
שכוח
לערנענדיג די גמרא סוף מסכת שבת און איך האב נשט פר שטאנען , האב איך געטראכט אז איר קענט מיר אפשר ארויסהעלפן
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

אפשר מיינסטו "טונא", וועלכע טייטשט "לאסט". [מעגליך מלשון "טעון טעינה"

אדער גאר "לטותא"?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35244
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

וואו גענוי אין מסכת שבת?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

א זוכעניש האט נישט געפונען די ווארט "לטונא" אין כל התורה כולה!

אפשר מיינט איר "טונא", דאס ווערט יא דערמאנט עטליכע מאל אין מס' שבת (צ"ב, ק"מ), און עס באדייט א לאסט, ווי אינטעליגענט האט געשריבן.
חרמש בקמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרמש בקמה »

איך האב נישט געפינען דער ווארט לטונא אין גמרא. "טונא" מיינט א משא, א יאך.
חרמש בקמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרמש בקמה »

שוין, כ'האב געפינען וואס דו מיינסט: שבת קנז. "שדיה לטוניה", און דער טייטש איז, ער האט אראפגענומען זיין משא.
זעה אן אנדערסמאל צו שרייבן גענוי ווי אין מקור.
יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישיסט »

מיללער האט געשריבן:
יא אוודאי היינט איז מארגן א צוויידייטיגער ווארט, אבער משרשו איז דאס מושאל.


דער ריכטיגער טייטש פון 'מארגן' איז בוקר, ועל שם דעם זאגט מען בל' מושאל אויף 'מחר' אויך מארגן, ווייל עס ברויך אויפשיינען דער פרי-מארגן אז דער קומענדיגער טאג זאל אנקומען, ולפי"ז וועלן אלע דיינע קשיות פארענטפערט ווערן הרב פרייליכער.


אין פסוק געפונען מיר אויך דאס ווארט "בוקר" (אינדערפרי) אין דעם זין פון דעם מארגנדיגן טאג, ווי מיר זעען דאס אין פ' קרח "בקר וידע ה' את אשר לו". מערקווירדיג איז אויך וואס דאס ווארט "מארגן" ווערט געזאגט אויף אראביש "בוכּרא" ׁ(בוקרא), און כאטש וואס אינעם זין פון "אינדערפרי" באנוצט מען אן אנדער ווארט אויף אראביש, איז גאנץ ווארשיינליך אז דאס ווארט "בוכרא" אינעם זין פון מארגן ציט די זעלבע שורשים ווי אונזער "בוקר - אינדערפרי". ווארשיינליך איז דאס אויך פארברודערט מיטן שורש פון "בכורה" און "ביכורים" וואס צייגן אלע אויף "ערשטקייט" און "פריצייטיגקייט".
חרמש בקמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרמש בקמה »

נו יידישיסט, אז דו האסט א אהנונג אין אראביש אפשר ווייסטו מיר צו זאגן וואס איז דער אפטייטש פון דער אראבישער שפריך ווארט: "בּוּכְּרַא פִיה אֶל מִישְׁמִישׁ".
איך האב עס שוין פון לאנג געוואלט וויסן.
יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישיסט »

דער בוכשטעבליכער באדייט פון די ווערטער איז "מארגן אינעם אַפּריקאָזן-גארטן".
אינעם שפריכווארט מיינט מען דערמיט אנצודייטן "קענסט ווארטן" (חכה לי בסיבוב...). ווי איינער זאגט "מארגן נאכן טשאלנט"..
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אין אידיש וואלט מען געזאגט: ווארט מיך ביים קארנער מיט א בענקל און א שירעם

אדער: מארגן נאכן קוגל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

קרעמער האט געשריבן:אין אנגלא-אידיש וואלט מען געזאגט: ווארט מיך ביים קארנער מיט א בענקל און א שירעם

אדער: מארגן נאכן קוגל
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

די מעלות וואלט געשריבן: אמערידיש
israel
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2008 8:24 am

באטרינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך israel »

וואס מיינט "באטרינען"

די זאץ איז אזוי: "אויב איר וועט לעבן צווישן זיך בשלום, און ניט באטרינען איינער דעם אנדערן, וועל איך אייך גארנישט קענען טאן".
ישראל
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אפשר מיינט עס אזוי ווי 'אנטרינען' = 'אנטלויפן'?
איר וועט נישט אנטלויפן איינער פון צווייטן, אדער מאכן דעם אנדערן אנטלויפן
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

פארוואס דאכט זיך מיר אז עס מיינט אפנארן?
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

מסתמא האסטו געמיינט צו שרייבן "באטריגען", וואס דער אפטייטש דערפון איז אפנארן, באשווינדלען וכו'
הנותן לשכוי בינה...
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

אסאך ווערטער האבן זיך געטוישט אין אויסלייג און אין דעם וועג פון ארויסזאגן דורך די יארן.

לכאורה איז דער באדייט דערפון (וואס למעלה האט שוין געשריבן - אפנארן / באשווינדלן / אויספאפן) דער זעלבער ווי דער ווארט באטרוגען, עס קען זיין אז עס איז דער זעלבער ווארט מיט אן אנדערער אויסלייג, און עס קען זיין אז עס מיינט עפעס ענליך.
israel
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2008 8:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך israel »

למעלה משבעים האט געשריבן:פארוואס דאכט זיך מיר אז עס מיינט אפנארן?

זעט אויס אז דו ביסט גערעכט, ווייל אין דעם ספר (דאס איז מדרשים אין יידיש), ברענג אין אן אנדער מדרש: "אמת האט געזאגט: "ער זאל ניט באשאפן ווערן, ווייל ער וועט זיין פול מיט שקרים, פאלש, און באטרינעריש" .
זעט אויס אז עס מיינט "אפנארן", ווי דו און די אנדערע חברים האבן געשריבן.
ישראל
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

אפשר קען איינער מיר העלפען
אין ספר ניצוצי שמשון איז דא א געוואלדיגע מאמר פון ר' שמשון אוסטראפאליער הי"ד לגבי די מסעות בני ישראל
ער זאגט דארט אז דער מאמר איז מסוגל אויף עיפוש
וואס מיינט עיפוש
מיר האט געדאכט אז עס מיינט גענגרי"ן בלשון ענגליש
אבער איך בין נישט זיכער...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
קיטשי
שר האלף
תגובות: 1621
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיטשי »

וואס מיינט אירע?
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

דאכט זיך אז "אירע" מיינט מענטשען אויף אונגעריש...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
קיטשי
שר האלף
תגובות: 1621
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיטשי »

אמת'דיג, אדער דו ווילסט מיר צענאר לייגן? (פרוביר אפילו נישט....)
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”