איז מיין פראגע שוין באהאנדלט געווארן?

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 631
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2010 9:38 pm

איז מיין פראגע שוין באהאנדלט געווארן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוטשע נישט »

אידישע וועלט'ס איש את רעהו יעזורו פארום האט שוין ארויסגעהאלפן הונדערטער אידן מיט גרעסערע און קלענערע נושאים. צענדליגער פראבלעמען זענען שוין ארויף געברענגט געווארן אויפן טיש און סוקסעספול געלעזט געווארן. מען קען זאגן אז רובא דרובא פון די קאמפיוטער פראבלעמען וועלכע ווערן ארויפגעברענגט, זענען שוין באהאנדלט געווארן בעבר. עס איז ממש א שאד אז עס זאל געעפענט ווערן דאפעלטע אשכולות אויף איין ענין (אזויווי איך אליין האב שוין בטעות געטוהן). עס ברענגט בלויז א פארפלייצונג פון אשכולות ווי אויך קען זיין אז אין די עלטערע אשכולות זענען פארהאן בעסערע לעזונגען צו דעם ספעציפישן פראבלעם.

דעריבער, וויל איך פארשלאגן אן הצעה, ווען האט איר סיי וואסארא הילף פראגע, איידער איר עפענט א נייע אשכול, צום ערשט נוצט דעם 'זוך' אפציע צו זעהן אויב איר טרעפט אייער פראגע אין די פריערדיגע אשכולות. אויב זענט איר דארט נישט מצליח, און די תשובה ברענט נישט אויפן מינוט, דאן ברענגט ארויף אייער פראגע דא אין דעם פארום און ווארט'ס לכה"פ איין טאג צו זעהן אויב די אנדערע חברים וועלן אייך אפשר קענען אנווייזן אויף אן אלטע אשכול ווי דער נושא איז שוין באהאנדלט געווארן. אויב רופט זיך קיינער נישט אן, דאן אדרבה, עפענט א נייעם אשכול אויף דעם נושא.

(מנהל, ביטע מאכן אלס א באהאפטענע אשכול אז מ'זאל עס זעהן גלייך ווען מ'קומט אריין.)
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

פארוואס לייגסטו עס אונטער ווינדאוס און מעק?
אונטער אודיאו און ווידאו איז דא אסאך דאפעלטע אשכלות.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
אוועטאר
זייער נייגעריג
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 30, 2010 7:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער נייגעריג »

פאר דעם גייט מען צום מפתח, מ'מאכט Ctrl F אין מ'זעהט אויב ס'איז שוין דא,
בקרוב העט עס ווערן אפדעיטעד.
אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 631
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2010 9:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוטשע נישט »

גיין צום מפתח איז טאקע אויך אן אפציע וואס מען דארף נעמען אין באטראכט איידער מען עפענט א נייע אשכול. אבער למעשה דארף מען אסאך סייעתא דשמיא אז מען זאל קענען טרעפן די פאסיגע אשכול בלויז דורך די קעפל דערפון. בפרט פאר די מער פרעמדע אין די קאמפיוטער פעלד.
סתם אזוי. ביזט מכובד צו עפענען דארטן אויך אזאנס. ולמצוה יחשב
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

אין די פארום'ס אונטערן שירעם איש את רעהו יעזורו ווי אסאך שרייבערס זענען פארנומענע מענטשן זאל מען בדיעבד ענדערש מאכן א נייע אשכול און שפעטער וועט א צווייטער מיט אפאר איבעריגע מינוט צושרייבן א לינק מיט די אנדערע אשכול און ווען מיר וועלן האבן א איבעריגע מינוט וועלן מיר עס צוזאמענשטעלן בעזהשי"ת
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 631
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2010 9:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוטשע נישט »

אויב האנדלט מען מיט אזעלכע געטרייע אחראים, האב איך גארנישט געזאגט. איך ציה צוריק און ביטע אויסמעקן דעם אשכול.
יישר כח
בדרך אגב, גיבט א קוק אין דעם פארום
http://www.ivelt.com/forum/index ... =viewtopic
ווי דער אשכול האט קיין שייכות מיט הארדוועיר און איך בין בלויז אנגעקומען דערצו דורך אנפרעגן אין א צווייטע פארום און ציגעוויזן געווארן דערצו דורך 'האניג' ותשחח'ל.
שרייב תגובה

צוריק צו “ווינדאוס און מעק”