דיני ומנהגי בין המצרים

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
Jewboy
מלך הייד פארק
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 26, 2006 5:30 am
לאקאציע: אונטער דער ערד

דיני ומנהגי בין המצרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jewboy »

אי"ה מארגען וועל איך לייגן די מנהגים וואס איך האב אפגעשריבן.
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

פארוואס דארף איך ווארטן ביז מארגן?
אוועטאר
Jewboy
מלך הייד פארק
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 26, 2006 5:30 am
לאקאציע: אונטער דער ערד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jewboy »

ווען דו וועסט אויפשטיין מארגען וועסטו עס שוין מנהסתם זעהן.
א גוטן.
א גוטן, קען אלץ צו נוץ קומען
אוועטאר
Jewboy
מלך הייד פארק
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 26, 2006 5:30 am
לאקאציע: אונטער דער ערד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jewboy »

מנהגים אויף די דריי וואכן. פון פארשדענע שטעט, און קהילות איבער דער גארער וועלט.

די דריי וואכן הייבן זיך היינט דאנערשטיג י"ז תמוז ביז נאך ט' באב.
אונזערע חכמים ז"ל האבן געזאגט מ'זאל זייער אכטונג געבן וואס מ'טוט אין די דריי וואכן ווען מ'פארט אויף וועקעישן, שווימען, וכו'. אלץ דארף מען אכטונג געבן, אבער אין די דריי וואכן דארף מען מער אכטונג געבן. כאטש די חכמים האבן נישט געמאכט קיין ספעציעלע תקנות אויף די דריי וואכן, האט מען זיך אבער געפירט אין די וועלט זיך אפצוהאלטן פון טאנצן, זינגען, מאכן 'שהחיינו', וכו'.

יוצאי אשכנז און א טייל פון אחינו בני הספרדים האבן זיך געפירט נישט זיך אפצושערן אין די דריי וואכן, און א טייל פון די ספרדים האבן זיך נישט געשוירן נאר די וואך וואס ס'געפאלט אויס ט' באב. און אזוי אויך חתונות, די אשכנזים, תימן'נער, רוב ספרדים האבן זיך געפירט נישט צו מאכן חתונות אין די גאנצע 3 וואכן, אבער ס'איז געווען ספרדים וואס האבן מקיל געווען און נאר פון ר"ח אב האבן זיי נישט חתונה געמאכט.

טאנצן און שפילן מיוזיק:
די אחרונים שרייבן, אז מ'טאר נישט טאנצן, זינגען, הערן מיוזיק. וועגען דעם איז אנגעפירט אז מ'מאכט נישט קיין קאנצערט'ס פון י"ז תמוז ביז נאך ט'באב. א איד וואס זיין פרנסה איז דורך שפילן מיוזיק מעג ער שפילן נאר פאר גויים ביז חודש תמוז, ווייל ער איז נישט באמת פרייליך, ער איז פשוט פארנומען מיט זיין ארבעט, אבער פון ר"ח אב ביז נאך ט' באב זאל ער נישט שפילן. וויבאלד די איסור פון זינגען איז נאר וועגן פרייליכקייט מילא מעגן מיוזיק טיטשער'ס ווייטער לערנען מיט זייערע תלמידים ביז די וואך וואס פאלט אויס ט' באב, אבער אויב די טיטשער'ס האבן שאדן פרנסה דורך דעם, איז ענדערש זאלן זיי זינגען טרויעריגע ניגונים.
ביי א סעודת מצווה (ברית, פדיון הבן, שבע ברכות) ביי א בר מצווה מעג מען נאר אויב מ'מאכט עס אין די געבורטס טאג.

שווימען, וועיקעישן:
ס'איז דא וואס זאגן אז מען זיך אפהאלטן פון ארום צו פארן שווימען ביים ים, סווימינג פאל. (אין ארץ ישראל איז דא כשר'ע ים באטרטן'ס ווי דער עולם גייט שווימען) די סיבה דערצו איז, אז מען זאל ממעט זיין מיט פארגעניגנס, אויך די טעג איז סכנה'סדיגע טעג, אבער להלכה איז נישטא קיין איסור דערויף, ווייל חז"ל זאגן אז מ'זאל ממעט זיין מיט שמחה פון חודש אב, אבער פאר דעם איז נישטא קיין איסור צו מאכן זאכן וואס מ'האט הנאה, נאר פון ספעציעלע שמחות זאל מען זיך אפצוהאלטן, וועגען דעם מעג מען גיין שווימען און זיך באדן אין א האטעל, ביז ענדע חודש תמוז. אחינו בני הספרדים האלטן זיך אפ פון גיין שווימען שוין פון י"ז תמוז.

שהחיינו אין די דריי וואכן:
ס'איז געווען פון די ערשטע גדולים וואס האבן נישט געגעסן קיין נייע פרי, אדער געקויפט א נייע קלייד, כדי זיי זאלן נישט דארפן מאכן א שהחיינו, זיי האבן געזאגט ווי קענען מיר מאכן א שהחיינו בשעת עס איז געווען שלעכטע צייטן פאר אידן יעמאלט?, אויך איז געווען גדולים וואס האבן געזאגט מ'דארף נישט מקפיד זיין דערויף, אבער מיט די צייט איז געווארן א מנהג יא מחמיר צו זיין און נישט מאכן א שהחיינו אין די דריי וואכן, וועגען דעם דארף מעו יא אכטונג געבן נישט צו עסן א נייע פרי אדער קויפן א נייע קלייד וואס מ'דארף מאכן דערויף א שהחיינו. אבער זאכן וואס מ'מאכט נישט דערויף קיין שהחיינו מעג מען קויפן ביז סוף חודש תמוז, ווי למשל, זאקן, אונטער וועש, ווי באלד עס איז נישט קיין חשוב'ע קלייד, אזוי אויך מעג מען קויפן שיך, וויבאלד מ'מאכט נישט דערויף קיין שהחיינו. א יאנג קאפל מעג קויפן פורניטשער (furniture), ווי באלד זיי זענען שותפים, איז דא א ברכה פון 'הטוב והמטיב', אבער א יחיד זאך זיך זעהן אפצוהאלטן פון קויפן פורניטשער (furniture) אלץ די ברכה פון שהחיינו, אזוי אויך מעג מען קויפן א חשוב'ע קלייד אויף נאך ט' באב וואס מ'דארף נאך צופיקסן, ווייל וויבאלד ווען מ'קויפט עס קען מען עס נאכנישט נוצן. ביי א ברית, פדיון הבן, דארף מען יא מאכן א שהחיינו, ווייל נישט ער איז קובע די צייט פון די ברכה, ס'איז א מצווה וואס איז אונטער געקומען, און מצווה הבא בידך אל תחמצנה, אויך ווען מ'זעהט א גוטע חבר נאך דרייסיג טעג און יעצט האט ער זיך דערפרייט וואס ער זעהט עם, מעג מען אויך מאכן גלייך א שהחיינו.

חתונה, תנאים'ס און לחיים'ס:
רוב יידישע פלעצער האט מען זיך געפירט נישט צו חתונה האבן אין די דריי וואכן, ביי די ספרדים איז דא וואס פירן זיך אז מ'מאכט נישט חתונה נאר אין די ניין טעג. א קליינע תנאים אינדערהיים אדער אין א שטילע פלאץ מעג מען מאכן ביז חודש אב, וויבאלד דאס איז א מסיבת מצווה, אבער א גרויסע תנאים זאל מען נישט מאכן ווייל מ'דארף ממעט זיין מיט שמחה, אבער אין די ניין טעג טאר מען אויך נישט מאכן א קליינע תנאים, א לחיים מעג מען יא, און אויך מעגן זיך די מחותנים טרעפן מיט צובייסעכטץ אין די ניין טעג און קובע זיין דעם חתונה טאג אפי' ס'איז דא אין דעם א שטיקל פרייליכקייט וויבאלד עס איז מקרב די מצווה פון חתונה האבן, אזוי אויך מעג זיין א בישאו אויף צו ענדיגן א שידוך.

אפשערן:
יוצאי אשכנז, אין די ספרדים וואס פירן זיך על פי שיטת האר"י הק', פירן זיך, זיך נישט צו אפשערן פון י"ז תמוז ביז נאך ט' באב, יוצאי תוניס און אלדזשיר פירן זיך נאר פון ר"ח אב זיך נישט אפצושערן. ביי קינדער איז דא א מחלוקת אויב מ'זאל מחמיר זיין די גאנצע דריי וואכן אדער נאר די וואך פון ט' באב, בשעת הצורך קען מען מקיל זיין יא אפשערן די קינדער ביז די וואך פון ט' באב. נישט נאר די האר פון קאפ טאר מען נישט שערן, נאר האר פון די גאנצע גוף טאר מען נישט, ביים שנאץ אויב שטערט עס צו עסן מעג מען עס יא אפשניידן, אבער נישט שיין מאכן. א פרוי מעג זיך אפשערן די האר פון קאפ אויב הייבט עס אן ארויס שטעקן פונעם צוגעדעקט'ן פלאץ (שש"ט). לכבוד א ברית, מעג זיך אפשערן די טאטע פון קינד, דער מוהל, די סנדק. א בר מצווה בחור זאל זיך ענדערש אפשערן פאר די דריי וואכן.
אין ערליכע ישיבות האט מען זיך געפירט נישט צו שערן די בארד פון י"ז תמוז, אבער מ'קען מקיל זיין וויבאלד ס'איז נישט קיין הנאה, אויב איינער ווייסט נישט ווי מ'פירט זיך ביי זיין קרייז, קען ער מחמיר זיין וויבאלד די בני אשכנז האבן זיך נישט געשוירן, און ער קען מקיל זיין וויבאלד די בני ספרדים שערן זיך יא, און מ'קען נישט מוחה זיין אויף דעם, מ'מעג זיך אויך רעכענען מיט די ספרדישע מנהגים. די בעסטע איז ער זאל טון ווי מ'פירט זיך ביי זיי אינדערהיים. אבער פון ר"ח אב אפי' לכבוד שבת חזון איז זיכער על פי מנהג אשכנז און א חלק פון די ספרדים אז מען טאר זיך נישט שערן.

[מקורות. קיצור שולחן ערוך. שולחן ערוך. משנה ברורה. פוסקים. היינטיגע ספרים. הערות.]
א גוטן.
א גוטן, קען אלץ צו נוץ קומען
אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעסטערמיינד »

א גרויסען יישר כח זשובוי פאר די ליקוט.
איינער האט מיר נעכטען געזאגט אז עס זענען דא וואס האלטען אז מ'מעג הערן מוזיק וואס האט נישט קיין ווערטער נאר ביעט'ס דהיינו א פיאנוי אדער פידל וכדומה. איך האב נאך נישט געהערט דערפון. איז דא איינער פון ענק וואס האט שוין געהערט אזא מנהג? און אויב יא ווער האלט אזוי?
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

איך בין שוין אויפגעשטאנען, און איך זעה עס שוין, א גרויסן יישר כח.
תהוובהו
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 13, 2006 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תהוובהו »

JEWBOY יישר כוח פאר דעם ליקוט

וואס טוט זיך מיט הערן פלעיס?
און וואס טוט זיך מיט הערן חזנות?
לעצט פארראכטן דורך תהוובהו אום פרייטאג יולי 14, 2006 3:55 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
תהוובהו
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 13, 2006 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תהוובהו »

אגב JEWBOY

צוויי פונקטן לגבי דיין פויגל בילד:
1) דער פייגל איז א "WOODPECKER וואס האקט אויף דעם בוים און גראבט לעכער (צו מאכן דארט א נעסט, כאפן אינזעקטן וכדומה) און עס קוקט אויס ווי אויפן בילד איז ער אינמיטן די ארבעט פון האקן אויף דעם בוים, מיט זיין שפיזיגן הארטן מויל.
2) איך מיין אז קיין שום פייגל פלאגט זיך נישט צו "ארויפגיין" א בוים. עס איז איר פונקט אזוי גרינג ווי גיין גראד ווייל זי טוט דאס פון נאטור,
די וואך אין פרק:
רבי אליעזר אומר: יהי כבוד חברך חביב עליך כשלך, ואל תהי נוח לכעוס וכו'
רבי טרפון אומר: היום קצר והמלאכה מרובה והפועלים עצלים והשכר הרבה ובעל הבית דוחק
Anonymous

דיני ימי בין המצרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Anonymous »

זיך שערן נאך ט' באב, דארף מען ווארטן ביז נאך חצות?
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

איך מיין אז לכתחילה ברויך מען ווארטן
Anonymous

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Anonymous »

בןהרחמן האט געשריבן:איך מיין אז לכתחילה ברויך מען ווארטן

היי יאר קומט אויס י' אב פרייטאג.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

גר ותושב האט געשריבן:
בןהרחמן האט געשריבן:איך מיין אז לכתחילה ברויך מען ווארטן

היי יאר קומט אויס י' אב פרייטאג.

סאו?! קען מען דען נישט ווארטן?
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15320
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

וואשן וועש נאך ט' באב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

סאכדעס;

מעגסט פארציילן איבער דעם טעלעפאן קאלל וואס דו האסט געקריגן פון איינע פון אונזערע מעמבער, נעכטן נאכט.

ער לאזט דיר פארציילן אבער נאר אן א נאמען.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

סאכדעס אדער פארציילסטו , אדער זאג ( שרייב ) אז דו ווילסט נישט , ס'זאל כאטש נישט בלייבן ביי די הודעות שטרם נענו ,
שרייבנדיג כאפ איך מיך אז ס'וועט שוין סייווי נישט בלייבן , דארפסט שוין גארנישט ענטפערן , אבער גארנישט מיינט גארנישט , לאמיך זען האלט דיך איין ,
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

אה איז אזוי די מאנסע, נעכטן נישט מער געדאכט, האמיר אויסגעפאסט, איך דער דאיען די רביצין מיט נאך צוויי דריי ניקים, אוי וואס זאל איך אייך פארציילן, די ראפאגאש, אייאיז דאס באטעמ'ט געווען, סיהטא געסרח'ט פון אלע זייטן, דער עולם איז דאך 9 טאג שוין מיט די זעלביגע וועש, אבער נאכאמאזעל אז דע קאקאש מיט די דעלקעלעך, האבן איבערגעשטיגן מיט זייער ריח איבער דע וועש ריח.

אקיצער, ענדליך מיהאמיר ליידיג געמאכט אפאר טעצלעך, און אט הערט מען דעם דאיענ'ס פרייווטע סעלפאון דריזלט, הלמאי? כ'מיין ווערזשע האט די כיצפע מאצע טאנעס, כ'מיין דעם דאיענ'ס קאפ איז אראפגעדרייט פון די לעצטע 48 שעה יעדער וויל וויסן צו ער/זי איז מחויב צו פאסטן נאך חצות אויך. עניוועי כאפנדיג א בליק אויף די קאלעריידי, זעהט סאכדעס'ל אה יא ער איזאנאנדער מאנסע.

שוין סאכדעס'ל הויבט אויף האלאו, פון די אנדער זייט הערט מען: סאכדעס'ל וואס מאכסטע? זאג איך דו ווייסט דאך אליין, אלעס וואס כ'מיין וועא"מ, לאמיך רעדן צום דאיען, דער דאיען הויבט אויף דעם טלפון, יא יא, (סאכדעס'ל טראכט זיכער איז עס אינטערסאנט. ער לויפט אויפהויבן דעם טרייבל פון די אנדערע זייט, אבער ער האט שוין נאר געהערט וואס דער דאיען ענפערט.) מ'מעג וואשן אלע צרכים פאר שבת, פארשטייט זיך אז מ'מעג אויך אריינלייגן זאכן וואס מ'דארף אויף שפעטער אויך, אבער מ'זאל געווארנט זיין אויב האט מען שוין גענוג בגדים אויף שבת זאל מען נישט לייגן א ספעשל לאוד, און יענער רופט זיך אן דאס הייסט אז א לאוד פון שווים וועש זאל מען נישט וואשן, דער דאיען מיט א קענטליכע הנאה זאגט יא יא. און דא האט זיך גענדיגט דער שמועס.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

סאכדעס האט געשריבן:"איך דער דאיען" די רביצין מיט נאך צוויי דריי ניקים,.

מ'האט דיר דאך געבעטן נישט , איך האב דאך געוואוסט אז ס'וועט נישט גיין , אבער דו האסט דיך פאררעדט , אז דו מיטן דיין איז איינער און דער זעלבער ,
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

איך_הער האט געשריבן:

חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח
חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח
חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח
יוי ביסטע גוט.
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

סאכדעס האט געשריבן: און אט הערט מען דעם דאיענ'ס פרייווטע סעלפאון דריזלט,

יא, מען קען טאקע הערן ווי א סעלפאון דריזעלט.

אבער לאמיר זעהן וואס עס שטייט ווייטער,
סאכדעס האט געשריבן:סאכדעס'ל טראכט זיכער איז עס אינטערסאנט. ער לויפט אויפהויבן דעם טרייבל פון די אנדערע זייט,

וואסערע זייט?

עס איז דאך פריער געווען א סעלפאון?
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

3x0 האט געשריבן:

הו הא, טריאו האסט געמאכט מיין טאג, שרייבנדיג די ווערטער זאג איך דא פאר מיין פארטנער -נישט קיין שרייבער אויף היידפארק/קרעטשמע- אז טריאו גייט אויפמערקן אויף דעם, ער האט געזאגט עה, ער גלייבט נישט, ער האט מיר צוגעזאגט עפעס -נישט קיין געלד, אבער סיז ווערד- אויב יא, שערקויעך.
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

נו אפשר קען איך באקומען א חלק דערפון?

ביי דע וועי,
איך ווארט נאך אויף א ענטפער.
קהל'ס נאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל'ס נאר »

איך_הער האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:"איך דער דאיען" די רביצין מיט נאך צוויי דריי ניקים,.

מ'האט דיר דאך געבעטן נישט , איך האב דאך געוואוסט אז ס'וועט נישט גיין , אבער דו האסט דיך פאררעדט , אז דו מיטן דיין איז איינער און דער זעלבער ,

פאר די רביצין איז אויך נישט דא קיין קאמע, באלד וועסטו נאך זאגן אז דער דאיען מיט די רביצין איז אויך איינס (איך מיין גראדע אזוי...)

סאכדעס האט געשריבן:
3x0 האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן: און אט הערט מען דעם דאיענ'ס פרייווטע סעלפאון דריזלט,

יא, מען קען טאקע הערן ווי א סעלפאון דריזעלט.

אבער לאמיר זעהן וואס עס שטייט ווייטער,
סאכדעס האט געשריבן:סאכדעס'ל טראכט זיכער איז עס אינטערסאנט. ער לויפט אויפהויבן דעם טרייבל פון די אנדערע זייט,

וואסערע זייט?

עס איז דאך פריער געווען א סעלפאון?

הו הא, טריאו האסט געמאכט מיין טאג, שרייבנדיג די ווערטער זאג איך דא פאר מיין פארטנער -נישט קיין שרייבער אויף היידפארק/קרעטשמע- אז טריאו גייט אויפמערקן אויף דעם, ער האט געזאגט עה, ער גלייבט נישט, ער האט מיר צוגעזאגט עפעס -נישט קיין געלד, אבער סיז ווערד- אויב יא, שערקויעך.

כבין זיכער אז סאכדעסל האט געשיקט א פרטית פאר טריאו אז ער זאל אויפמערקן אויף דעם
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

3x0 האט געשריבן:נו אפשר קען איך באקומען א חלק דערפון?

ביי דע וועי,
איך ווארט נאך אויף א ענטפער.

סיז בכלל נישט אינטערסאנט פאר קיינעם נאר פאר מיר.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

קהל'ס נאר האט געשריבן:
איך_הער האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:"איך דער דאיען" די רביצין מיט נאך צוויי דריי ניקים,.

מ'האט דיר דאך געבעטן נישט , איך האב דאך געוואוסט אז ס'וועט נישט גיין , אבער דו האסט דיך פאררעדט , אז דו מיטן דיין איז איינער און דער זעלבער ,

פאר די רביצין איז אויך נישט דא קיין קאמע, באלד וועסטו נאך זאגן אז דער דאיען מיט די רביצין איז אויך איינס (איך מיין גראדע אזוי...)

סאכדעס האט געשריבן:
3x0 האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן: און אט הערט מען דעם דאיענ'ס פרייווטע סעלפאון דריזלט,

יא, מען קען טאקע הערן ווי א סעלפאון דריזעלט.

אבער לאמיר זעהן וואס עס שטייט ווייטער,
סאכדעס האט געשריבן:סאכדעס'ל טראכט זיכער איז עס אינטערסאנט. ער לויפט אויפהויבן דעם טרייבל פון די אנדערע זייט,

וואסערע זייט?

עס איז דאך פריער געווען א סעלפאון?

הו הא, טריאו האסט געמאכט מיין טאג, שרייבנדיג די ווערטער זאג איך דא פאר מיין פארטנער -נישט קיין שרייבער אויף היידפארק/קרעטשמע- אז טריאו גייט אויפמערקן אויף דעם, ער האט געזאגט עה, ער גלייבט נישט, ער האט מיר צוגעזאגט עפעס -נישט קיין געלד, אבער סיז ווערד- אויב יא, שערקויעך.

כבין זיכער אז סאכדעסל האט געשיקט א פרטית פאר טריאו אז ער זאל אויפמערקן אויף דעם

כאב אלעמאל געקלערט אז דיין נאמען צייגט באמת אן אויף דיין פאקטישן לעבן. אבער אזא נאר צו זיין? דאס האב איך שוין נישט געגלייבט.

כהאב שוין דערקלערט אז איך בין נישט "אזא" נאר...
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

כ'האב דיר שוין דעמאלטץ געפרעגט צו דו ביסט עס גרייט צו פראווען , דאכט זיך מיר אז דו האסט נישט רעספאנדעט ,
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”