הילף קעגן ראטן און מייז

אלע סארט פראפערטי מענעדזשמענט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פייביש

הילף קעגן ראטן און מייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייביש »

כ'זוך א עצה קעגן... מייז. כ'האב שוין גענוצט עקסטערמענעיטערס, מייז פראאפינג, מייז פויזענינג, מייז טרעפס, תפילות צום באשעפער, און וואס נישט...

האט איינער עסקפיריענס מיט דעם?
אוועטאר
וואלדעק
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2006 5:20 pm
לאקאציע: דא ערגעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלדעק »

א בילד פון ר' ישעילע קערעסטירער
פייביש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייביש »

כ'האב אזא בילד אין שטוב
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

גלאו טרעפס
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
פייביש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייביש »

האט איר עסקפיריענס מיט דעם?

כ'האב עס שוין גענוצט.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35432
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' פייביש:

1) האלטן דאס פלאץ זויבער.

2) פארשטאפן וואו מער לעכער אין די פלאר, ווענט, אונטער די קיטשן קעבינעטס, ארום פלאמבינג פענעטרעישאנס, הונטער די פרידזשידער, וואשער דרייער, גאז רענטש אויוון.

א זייטיגער נאטיץ: פארשטאפ "נישט" די לעכער אינעם ראדיעטאר, אפילו למחצה לשליש ולרביע, אויסער אויב איר זענט א שתוף אין נעשונעל גריד, א ריסעסד רעדיעטאר היצט נאר דורך נאטורליך פירן די קאלטע לופט אריין פון אונטן און ארויס פון אויבן אויב איר פארשטעלט איינס פון זיי שטערט איר דעם הייצונג פראצעדור ובנוסף פארדרייט איר דעם גאנצן היעטינג סיסטעם.

3) "אייביג" האלטן גוטע עלעקטראנישע אדער Thincat טרעפס און פארשטעקטע פלעצער אין הויז.

4) לייגן יעדע עטליכע חדשים גוטע פרישע סם [פרוביר rampage אדער Jaguar] אין בעיט סטעישאנס אדער באהאלטענע פלעצער.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
DONE
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 9:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך DONE »

if you live in a city where a lot of houses are attached farshlufan's ideas will help to keep it under control but its very hard to get rid of them completly
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אויב איז דאס אן אלטע פארשימעלטע הויז, קענסטו רופן וויפיל עקסטירמינעיטערס דו ווילסט און זיי וועלן אלע העלפן א הויקער. פאר א נייע הויז קענסטו רופן בודזשעט אדער שטיינמעטץ, זיי מאכן א גוטן דזשאב.
ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך »

פאר איך האב אריינגעמופט און מיין דירה, יא, א אלטע דירה און וויליאמסבורג צוקוועטשט צווישן בילדינגס, זענען מייז און ראטן, און וואס נישט געווען באי ביתו פון די דירה (יא, איינער האט געוואונט און די דירה ביז איך האב אריינגעמופט) און עס איז נאך די ערשטע פלאר מיט א טיר צו די סעלער,
איך האב דעמאלטס גערופן איינעם דוד ווייס, איך מוז זאגן ער האט געמאכט א סופר דזאב, מיט א ווארענטי פאר א יאר, ער טוט ביידע סיי מייז פראפינג, דאס מיינט פארשטאפן לעכער. און סיי עקסטערמינעיטינג, ד.ה. לייגן סמים.

און איך רוף אים יעדעס יאר, צו עקסטענדן די ווארענטי פאר נאך א יאר.

ווער עס ברויך זיין נאמבער קען זיך מעלדן.
פייביש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייביש »

כ'וואונטש ענק אלע תזכו למצוות פאר'ן פראבירן ארויסהעלפן.

farshlufen האט געשריבן:ר' פייביש:

1) האלטן דאס פלאץ זויבער.

2) פארשטאפן וואו מער לעכער אין די פלאר, ווענט, אונטער די קיטשן קעבינעטס, ארום פלאמבינג פענעטרעישאנס, הונטער די פרידזשידער, וואשער דרייער, גאז רענטש אויוון.

א זייטיגער נאטיץ: פארשטאפ "נישט" די לעכער אינעם ראדיעטאר, אפילו למחצה לשליש ולרביע, אויסער אויב איר זענט א שתוף אין נעשונעל גריד, א ריסעסד רעדיעטאר היצט נאר דורך נאטורליך פירן די קאלטע לופט אריין פון אונטן און ארויס פון אויבן אויב איר פארשטעלט איינס פון זיי שטערט איר דעם הייצונג פראצעדור ובנוסף פארדרייט איר דעם גאנצן היעטינג סיסטעם.

3) "אייביג" האלטן גוטע עלעקטראנישע אדער Thincat טרעפס און פארשטעקטע פלעצער אין הויז.

4) לייגן יעדע עטליכע חדשים גוטע פרישע סם [פרוביר rampage אדער Jaguar] אין בעיט סטעישאנס אדער באהאלטענע פלעצער.


רב פארשלאפן:

1) האלטן דאס פלאץ זויבער, דאס איז טאקע וואס ס'ליגט אויפ מיר צו טוהן. אבער די איבריגע זאכן וואס איר רעכנט אויס, אידאך די דזשאב פונעם עקסטירמינעיטער, פאר א סיבה האבעך אים געצאלט $700! נישט אזוי?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35432
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' פייבוש,

2) קיינער קאן אזוי גוט אייער דירה ווי איר אליין, דערפאר זוכט אליינס נאך די לעכער און פארלאזט אייך נישט אויף א דרויסענדיגן.

3) האט גארנישט מייט אן עקסטערמינעיטאר.

4) דאס ווענדט זיך שוין וויפיל פחד איר האט, אבער מיר טוען דאס אליין.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
פייביש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייביש »

4) לייגן יעדע עטליכע חדשים גוטע פרישע סם [פרוביר rampage אדער Jaguar] אין בעיט סטעישאנס אדער באהאלטענע פלעצער.
איזעס נישט קיין סכנה פאר די קליינע בעיבי וואס קריכט ארום?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35432
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דערפאר האב איך געשריבן:
"אין בעיט סטעישאנס אדער באהאלטענע פלעצער" דאס הייסט, פלעצער וואס קינדער קומען זיכער נישט צו.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

farshlufen האט געשריבן:א זייטיגער נאטיץ: פארשטאפ "נישט" די לעכער אינעם ראדיעטאר, אפילו למחצה לשליש ולרביע, אויסער אויב איר זענט א שתוף אין נעשונעל גריד, א ריסעסד רעדיעטאר היצט נאר דורך נאטורליך פירן די קאלטע לופט אריין פון אונטן און ארויס פון אויבן אויב איר פארשטעלט איינס פון זיי שטערט איר דעם הייצונג פראצעדור ובנוסף פארדרייט איר דעם גאנצן היעטינג סיסטעם.

נישט פארשטאנען דעם זאץ.
וואס הייסט א רעדיעטאר פירט די קאלטע לופט פון אונטן און ארויס אויבן, וואו קומט בכלל דא אריין קאלטע לופט??
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35432
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

און א קאווענציעלע [נישט רעדיענט היעט] געהייצטע שטוב איז די לופט אויף דער ערד אלעמאל קעלטער ווי די לופט ביים דאך, ווי העכער די דאך אלס העכער איז די דעלטא טי, ווען א רעדיעטאר ווערט הייס דאן היצט ער אויטאמאטיש אן די לופט ארום און אין זיך און שיקט זיי ארויף צום דאך צו, ווען די לופט קילט זיך אפ פאלט זי צוריק אראפ וחוזר חלילה, דאס הייסט געהיצט דורך "קאנוועקשאן" יעדע רעדיעטאר - ווענדט זיך לויטן די דעזיין היצט אויך טיילווייז דורך דירעקט רעדיעיטאן צו א דערנעבנדיגע געגנשטאנד.

בייגעלייגט איז אן אויסשניט פון א 1946 עד פון אמעריקן רעדיעיטאר.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

דו רעדסט פון וואסער רעדיעטארס אדער עיר היעטערס?

אויב וואסער (וואס רוב מענטשן פארמאגן) פארשטיי איך נישט ווי לופט קומט דא אריין בכלל אינעם בילד.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35432
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

שוועמל, איך רעד פון וואסער און סטיעם רעדיעיטארס, און יא זיי הייצן די לופט.

פרוביר נאר אריינצושטעלן א רעדיעטאר אייועלע און א שוואך באדעקט סוכה וועסטו זען אז עס הייצט נישט, פארוואס טאקע? ווייל די ווארעמערע לופט גייט גלייך ארויף און ארויס אין גאס און צושפרייט זיך אפילו נישט אין די סוכה'לע.

זאג נאר שוועמל, וואס מאכט אלס היץ אריבערגיין פון איין זאך צום צווייטן?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ביסט גערעכט מיט דעם כלל אז די היץ גייט ארויף און אזוי ווארימט עס דעם צימער.
אבער קוקענדיג נאכאמאל אויף דעם (גרויען) רעדיעטאר דא נעבן מיר וואס ארבעט מיט וואסער זעה איך אבער נישט קיין פען דארטן וואס ציהט אריין קאלטע לופט און בלאזט ארויס ווארימע.
עס זענען בלויז קאנעקטעד דערצו צוויי קאפפער פייפס איינס ברענגט דאס הייס וואסער און איינס פירט עס צוריק צום טענק.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35432
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

שוועמל, די הייס וואסער פירט נאר די היץ פון דעם פלאם צום ראדיעטאר, ווי אזוי קומט עס נאכדעם אן צו דיין קערפער?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ווייל אייזן (די רעדיעטאר) ווען עס איז הייס צעשפרייט עס א היץ, די היץ גייט אריין אין די לופט נעבן דעם אייזן, די אנגעהייצטע לופט פארט ארויף בטבע און זאמעלט זיך אן דארט אויבן, די קאלטע לופט פארט אראפ אונטן און ווערט נענטער צום אייזן, ווערט אויך אנגעווארימט וחוזר חלילה.
און אז די לופט ארום איז פיין ווארים איז מיין קערפער אויך ווארים.

אבער דער רעדיעטאר זעלבסט נוצט נישט קיין שום מעטאד צוציען די קאלטע לופט צו זיך און עס אנווארימען, דאס ווערט ממילא פון נאטור.

דער בילד אויבן איז א שיינע גרעפיק, מ'מאכט ערראוס און דערנאך גייט עס יאסעלע פארקויפן פאר זיין שווער.. (י.ל. קול מבשר)
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

פתח במייזן וסיים באייזן
אוועטאר
חושים בן דן
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2009 10:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושים בן דן »

איך מיין אז שוועמל איז גערעכט באט נישט %100, ווייל וואסער איוועפיורעט (צוגייט) פון דעם אליינס ווערט די לופט אנגעהייצט, ס'נישט נאר די אייזן. אבער פון די אנדערע זייט וואס א חילוק? דאס איז זיכער אז מ'טאר עס נישט בלאקן, אז דו פארשטעלסט עס ווערט די פלאץ נישט געהייצט.

בנוגע מייז כ'מיין אז די בעסטע איז זיך צו בייפריינדן מיט זיי, ווייל זיי ווילן די זאלסט דיך רעגן, אז דו וועסט ווייזן אז דו ווערסט נישט אויפגערעגט וועלן זיי אוועקגיין... דשאסט קידינג....
רעיון אויף די פרשה - חתום חתמתי ואני יודע מה הוא
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35432
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

כבוד ר' חושים, די וואסער איז אינגאנצן פארמאכט און פארשלאסן און ווערט נישט פארשפרייט אין צימער, ביי סטיעם איז אויך נאר דא אן עיר וועלוו וואס לאזט אדורך נאר לופט און נישט קיין פארע.

שוועמל האט געשריבן:ווייל אייזן (די רעדיעטאר) ווען עס איז הייס צעשפרייט עס א היץ, די היץ גייט אריין אין די לופט נעבן דעם אייזן, די אנגעהייצטע לופט פארט ארויף בטבע און זאמעלט זיך אן דארט אויבן, די קאלטע לופט פארט אראפ אונטן און ווערט נענטער צום אייזן, ווערט אויך אנגעווארימט וחוזר חלילה.
און אז די לופט ארום איז פיין ווארים איז מיין קערפער אויך ווארים.

אבער דער רעדיעטאר זעלבסט נוצט נישט קיין שום מעטאד צוציען די קאלטע לופט צו זיך און עס אנווארימען, דאס ווערט ממילא פון נאטור.

שוועמל לעבן איך זע אז דו פארשטייסט אביסל אבער נישט אינגאנצן, די פארמאכטע פלאץ אין דעם ריסעסד רעדיעטאר אויפן אויבירשטן בילד האט א טשימעני אפפעקט, ד"ה עס ציהט די הייסע לופט אויף ארויף אזוי ווי די אלטע סארט קוימענס וואס ציען ארויס די שטארקע היץ וואס דער בוילער פראדוצירט אויף א שנעלע ראטע, וואס אויב ווערט דאס פארשטעלט זאל דער בורא עולם אפהיטן, ביי די סארט גרויע אלטע קאלעם ראדיעיטאר וואס שטייט דארט נעבן דיר איז דער טשימעני אפעקט נישט אזוי שטארק אבער די איידיע פון אפן פלאץ און לופט אינצווישן די דיקע אייזענס איז אז עס זאל אנווארעמען ווי מער לופט ווי שנעלער און עס ארויפציען אויף אויבן.

איידער די מאכסט חוזק פון דעם אויבערשטן בילד, זייט וויסן אז די אלט טיימערס און דעד מען היייצונג אינדזשענירן און אינסטאלירער האבן גע'יכול'ט פיל מער דער טיפישער היינטיגער פלאמבער, זיי האבן מיט פייפינג דעזיין בעסער קאנטרעלירט א סיסטעם ווי די היינטיגע פאמפס און עלעקטראנישע מיטלען למיניהם.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

סא דו זאגסט אז ווען איך לייג אראפ א בריעדיגע אייזן אין מיין צימער וועט עס בכלל נישט אנהייצן די לופט?
איך הער וואס דו זאגסט, אבער דעם פרט כאפ איך נישט אז דער גרויער רעדיעטאר (בכלל נישט אלט, אפשר פינף יאר) וואס באשטייט פון בלויזע שטיקער אייראן זאל יא ציען צו זיך לופט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
חושים בן דן
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2009 10:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושים בן דן »

כבוד ר' פארשלאפן: דאס איז ברור אז די וואסער צוגייט, ס'איז א פאקט וואס מ'קען נישט אפלייקענען, אויב וועסטו לאזן די סטים גיין און נישט ניצן די הייס וואסער וועסטו נאך אלס זעהן אז ס'קומט אריין פרישע וואסער אין די 'האט-וואטער טענק'. דאס איז א פאקט. און פון דעם אליינס ווערט די לופט אנגעווארעמט, דאס איז די פוינט וואס איך האב פראבירט ארויסצוברענגען.
רעיון אויף די פרשה - חתום חתמתי ואני יודע מה הוא
שרייב תגובה

צוריק צו “מענעדזשמענט”