"לחיים טיש פורים #3 "
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 605
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 09, 2009 3:53 pm
די איינציגסטע זאך וואס טוישט זיך ביי א אלבום וואס די "עיבודים" זענען געמאכט דורך "הרב יוסף משה כהנא" זענען די ווערטער און די ניגונים זעלבסט! די ארענדזמענט, אינטרא, אינסטרומענט, (די קלורינעט וואס צו וויינט זיך כאטשיג 10 אויף אן אלבום, וואס קריכט שוין ארויס פון די נאז) קווייער, באגלייט און וואס נישט, זענען די זעלבע אויף איעדען אייציגסטע אלבום זיינע.
- יצמחפורקניה
- שר מאה
- תגובות: 243
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm
- שמערי בערי
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 9165
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
- לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
- פארבינד זיך:
- מאשקע
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12688
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
- לאקאציע: אין די חיפוש
כ'וועל אייך זאגן. צופיל האב איך נישט געקענט הערן דעם אלבום, ווייל 24 נאכדעם וואס דאס איז ערשינען, איז אנגעקומען אין די געשעפטן "לחיים טאטע". נו, אונז פסק'ן מיר דאך עשה דוחה.... כ'מיין, לחיים טאטע איז דוחה אלע אנדערע לחיים'ס, האב איך נישט געהאט קיין ברירה און געמוזט אוועקלייגן דעם פורים טיש נאך 3 מאל הערן.
אבער וואס איך קען אייך יא זאגן פון די 3 מאל וואס כ'האב געהערט, דער אלבום איז באמת רייך און אנגעפילט. א רייכע כאר (שענער ווי די חנוכה טיש), געלונגענע אויסוואל פון ניגונים, זייער שיין און לעבעדיג, חסיד'יש ווי תמיד, און שיינע מוזיק אויך גראדע.
דאס בלייבט א פאקט, נישט קיין חילוק וויפיל מאל לחיים וועט ארויסקומען מיט אן אלבום, וועט עס שטענדיג בלייבן א חידוש. כ'האב שוין געשריבן אמאל, אז געווענליך קויף איך נישט קיין "סיזאנעל" אלבומס, צוליב "עבר זמנו בטל קרבנו", אבער מיט לחיים איז אנדערש, ווייל ס'וועט מיר גארנישט געשען אז כ'וועל הערן א שיינעם פורים ניגון אינמיטן חודש חשון.
בלייבט נאר איבער צו וואונטשן: לויפט און קויפט, איינס פאר די שטוב און איינס פאר די קאר, צינדט דאס אן אויפ'ן העכסטן און לאזט אייך וואוילגיין מיט א הנאה רוחנית וגשמית צונעזאם.
גוט געזאגט? גוט געזאגט!

An article a day keeps the babies away
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 599
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 2:37 pm
- לאקאציע: בסתר ובגלוי
סיזא שיינע קאלעקשאן פון לעבעדיגע ניגונים אבער מיט פורים האטעס ניש קיין שייכות, סהאט אפשר פינף פורים ניגונים
נישט אלעס וואס ווערט געשריבן אויף וואטסעפפ קען ווערן געשריבן אויף אייוועלט.
מיר זינגען זיך דאך ביידע אונטער שפאצירנדיג אויפן גאס, טא פארוואס זאלמער ביידע דארפן pause'ן בשעת מיר גייען זיך אדורך ?
- יצמחפורקניה
- שר מאה
- תגובות: 243
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm
ס'איז גאנץ א שיינער דיסק
טרעק נו. 16 שושנת יעקב וואס ער שרייבט אז ס'איז דער סאטמארער שושנת יעקב, איז א טעות
זיי זענען טאקע ביידע ר' בעריש ווישיווער'ס, אבער אין סאטמאר (עכ"פ פון נאך די 2 וועלט מלחמה) זינגט מען אן אנדערער ניגון
(אגב, ווער געדענקט נאך ר' מרדכי לייב טירנויער ע"ה'ס מנהג צו ציען דעם לעצטען תכלת מ - ר - ד - כ - י ביז דער רבי האט געשמייכלט ... )
טרעק נו. 16 שושנת יעקב וואס ער שרייבט אז ס'איז דער סאטמארער שושנת יעקב, איז א טעות
זיי זענען טאקע ביידע ר' בעריש ווישיווער'ס, אבער אין סאטמאר (עכ"פ פון נאך די 2 וועלט מלחמה) זינגט מען אן אנדערער ניגון
(אגב, ווער געדענקט נאך ר' מרדכי לייב טירנויער ע"ה'ס מנהג צו ציען דעם לעצטען תכלת מ - ר - ד - כ - י ביז דער רבי האט געשמייכלט ... )
- מאשקע
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12688
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
- לאקאציע: אין די חיפוש
פורקן, קוק אינעווייניג אינעם ביכל, ער שרייבט נישט אז מ'האט עס געזינגען אין סאטמאר, נאר וויבאלד ס'איז א ספק צי ס'האט מחבר געווען ר' בעריש ווישעווער אדער ר' ליפא לויאש, און ביידע האבן מחבר געווען ניגונים פאר סאטמאר, האט ער געשריבן דעם ווארט "סאטמאר" נעבן דעם ניגון.
לב טוב, די אויערן איז דיר נישט אזוי גוט ווי דאס הארץ דיינע. רוב ניגונים זענען בפירוש יא פורים ניגונים, און די געציילטע וואס זענען נישט זענען סתם אזוי לעבעדיגע ניגונים וואס ווערן געזונגען ביי אידישע קהלות אום פורים. ביי אסאך ניגונים ברענגט ער ארויס דעם שייכות וואס ס'האט מיט פורים.
לב טוב, די אויערן איז דיר נישט אזוי גוט ווי דאס הארץ דיינע. רוב ניגונים זענען בפירוש יא פורים ניגונים, און די געציילטע וואס זענען נישט זענען סתם אזוי לעבעדיגע ניגונים וואס ווערן געזונגען ביי אידישע קהלות אום פורים. ביי אסאך ניגונים ברענגט ער ארויס דעם שייכות וואס ס'האט מיט פורים.
An article a day keeps the babies away
- מאשקע
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12688
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
- לאקאציע: אין די חיפוש
כ'האב געמאכט א פשרה. אינדערהיים און אין ארבעט הער איך "לחיים טאטע", און אין די קאר הער איך "לחיים טיש פורים".
איך זאג נאכאמאל אז ס'ליגט אין דעם א געוואלדיגע ארבעט, מער ווי די חנוכה אלבום, און ער האט ספעציעל אריינגעלייגט כוחות אז די כאר זאל זיין רייך און געשמאק.
לחיים, יו דיד איט עגעין.
איך זאג נאכאמאל אז ס'ליגט אין דעם א געוואלדיגע ארבעט, מער ווי די חנוכה אלבום, און ער האט ספעציעל אריינגעלייגט כוחות אז די כאר זאל זיין רייך און געשמאק.
לחיים, יו דיד איט עגעין.
An article a day keeps the babies away
זעליג האט געשריבן:א טעימה
איז דאס די זעלבע ווי בעילאוטס? ס'איז שוין עקפייערט, טאמער איז עס די זעלבע איז עס נישט קיין מונקאטשער ניגון לידועתי.
פריוויו פון יעדע ניגון.
----
ער שרייבט אז ליהודים (די ערשטע אויפ'ן טעיפ) איז יוסי גרין'ס (און די אינטרא-משה לאופער).
כ'האב קיינמאל נישט געוויסט אז ס'איז יוסי'ס, פון וועלכע אלבום שטאמט עס ארגינעיל?