קויפן א נייע טעיפ: די זייט פונעם קויפער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

קויפן א נייע טעיפ: די זייט פונעם קויפער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

אנומלט האב איך זיך איינגעהאנדלט דעם סידי פון דעם זמר הידוע שלמה גרטנר, עשה עשה, זיינע ניגונים זענען פיל שענער ווי די קול וואס זאל ארויסקומען פון זיין ארענדזשע ווערטער מויל אויפן קאווער פונעם טעיפ, אבער לאו על אלה קא בכינא.

געקויפט און געהערט, יא, זייער שיין.

די איינציגסטע פראבלעם איז אז איך האב נישט געקענט די ניגונים פארדעם, דעריבער האב איך עס נישט געקענט אינדזשויען די ערשטע פאר מאל, און אלע ניגונים זענען געווען זייער "בארינג". איך האב עס געהערט ממש געצווינגענערהייט נאר זיך עס אויסצולערענען, און יעצט גייט עס צוביסלעך אריבער פון די שטאפל פון אויסלערנען ביז די שטאפל פון קענען די ניגונים און אינדזשויען די שיינקייט.

עס איז א געפערליכע פראבלעם, ווייל נישט יעדער האט געדולד עס אויסצוהערן ביז מען לערנט זיך עס אויס, און עס קען נאך קומען צו א פוינט וואס מען זאל פשוט לייגן די סידי אין א זייט.

איז אזוי, ביי אזאלכע ווי מיר וואס האבן "געקויפט" דעם סידי בכסף מלא, נו, קען מען זאגן אז מען האט געספענד 16 דאלער האט מען א שעבוד אז דער טעיפ איז שיין (אז נישט בין איך דאך סתם משוגע, פארוואס קויף איך פאר איך ווייס אז עס איז שיין?).

אבער על אלה קא בכינא, עס איז דא אידן וואס מאכן קאפיס, און די זינגערס דארפן זיך רעכענען מיט זיי. (איך וויל אגב ווארענען, די נעקסטע שיך וואס ס'פליט אין מיין ריכטונג וועט זיין ארעסטן!).

די וואס קאפיען די סידיס, הערן עס איינמאל, די ניגונים קענען זיי נישט, פארוואס זאלן זיי עס וועלן הערן מינימום נאך 5 מאל? מאיזה סיבה? ווייל דער ארגינעלער קויפער האט געצאלט 16 דאלער? אלא מאי?

כדי צו פארמיידן צוקונפטיגע עגמת נפש ראט איך די זינגערס ארויסצוקומען א סידי פון פארדעם, וואס זאל אויסלערנען אלע ניגונים. אזוי אז ווען זיי קומען שוין ענדליך ארויס מיטן סידי זאל עס יעדער קענען, און סיי די קויפערס און סיי די קויפערינ'ס און סיי די קאפיערס, וועלן שוין אינדזשויען די סידי.

ליצנות אויפן דאך געלייגט, אזוי סאב-קאנטשעסלי, אונטערן באוואוסטזיין, מאכן מענטשן ווי מיר דעם חשבון ביים קויפן א טעיפ. זיי זענען נישט אינטערסירט זיך אויסצולערנען נייע ניגונים, יעדער אינגערמאן האט אין זיין מח גוזמאות מיט ניגונים וואס ער קען, פארוואס פעלט אויס נאך?

איינמאל מען קען עס שוין, פון חתונות צו פון חברים וואס ברומען זיך אונטער בשעת'ן נעמען קאווע, דעמאלטץ ווען ער וועט הערן דעם ארגינעלען סידי וועט ער עס באמת אינדזשויען. אבער דאן האט שוין דער זינגער פארשפעטיגט, עס איז שוין אן אלטער טעיפ, און דא איז דער צווייטער זייט מטבע: א מענטש קען נישט פויעלן ביי זיך צו קויפן אן אלטער טעיפ. שטעל דיך פאר איינער זאל אדווערטייזן "א אלטער טעיפ צו פארקויפן" ער וועט דאך אויסקוקן ווי מב"ד, ניין?

ואליבא דאמת, האב איך שוין געשריבן בשעתו אויף מב"ד פלאטניום, אז יא, זייער אסאך פון די ניגונים האב איך נאך קיינמאל נישט געהערט פון זיין ארגינעלער טעיפ, געקענט האב איך עס שוין, און עס איז מיר געווען יעדע מינוט א קורת רוח.

ווען איך וואלט ווען געווען שלמה גערטנער, (שמייסן גייט מען מיך פארן נישט זיין גרויזאמער, אבער דאס לאז איך פאר ליפא), וואלט איך פארדעם ארויסגעליעקט אלע ניגונים, איך וואלט זיי געזינגען אויף שמחות, געצאלט געלט פאר אהר'לע סאמעט זאל עס זינגען פארדעם אזויווי ער האט געטון מיט אמר רבי עקיבא וואס לכבוד זיין זינגען האט מב"ד אמר רבי עקיבא געהאט א אלוועלטליכען אפקלאנג, (פארשטייט זיך אז סנישט געווען דירעקט, אבער אזוי איז געווען), און פאר יעדעם מודיע געווען אז עס קומט עס קומט...

די מינוט וואס די סידי קומט ארויס וועלן זיך אלע געווענליכע קאפיערס מוזן זיך בייגן צום דרוק פון נייגעריגקייט, קיינער וועט נישט שטיין גלייכגילטיג, און מיינע סטאקס וועלן שטייגן צו 1000 דאלער א שעיר.

שלמי גערטנער נעם איבער דאס ווארט.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איין מינוט, איך וויל קודם הערן די אנדערע זייט פון די מעשה,
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

וועגן דעם האב איבערגעגעבן ס'ווארט פאר שלמי, איך זעה אז דערווייל רעדט ער נישט, וויכי סקוקט אויס ווי -צו דיין דעסעפוינטמענט- איז דאס מאל פארהאן בלויז איין זייט.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

ער רעדט פון דעם וואס האט געווארפן די שיך, וועגן די סידי גייט אים גאנץ ווייניג אן.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

גרויזאמער
דיין צושטעל צו אמר רבי עקיבא איז געוואלדיג, ועל כן גם אני מסכים לדבריך
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

הייבסט אן מיט גילוי? איך האב קיין ווארט נישט געשריבן אז שלומי האט עס געווארפן, און דו מוזט עס שרייבן?
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

מנהל: אשכול אריין אין פארברענגן..
אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2009 7:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנאגרעמס »

היכל הנגינה מעג אויך זיין א פיצקי לעבעדיג פון צייט צו צייט.

גרויזאמער, ווארף נאכנישט קיין שיך! ס'איז מעגליך אז מ'וועט דיר נאכגעבן אויך מיט שיינעם...
אוועטאר
שלמי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2009 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמי »

דער האט איידיעס אז מען קען משוגע ווערן, דו מאכסט מיר נאכדעם דעם גאנצן טאג טראכטן אזוינע מאדנע פארדרייענישן.

איך האב מיך אינדזשויעד ;l;p-
אוועטאר
my_music
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 22, 2009 6:32 pm
לאקאציע: נאך אויפן זעלבן פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך my_music »

אקעי דא האט איר מיין פערספעקטיוו...
פאר א אלבום איז גוט איין פעימאס ניגון ארויפצולייגן פאר דעם פאוינט וואס גרויזאמער האט געגרויזט, און דאס מאכט א עקסייטמענט אז יעדער וואס האט שוין געהערט דעם ניגון און האט שוין אוודאי געהערט אז דער גייטעס האבן אויף זיין אלבום, און איז זייער נייגעריג וויאזוי ס'יז געשפילט און וויאזוי ער האטעס אראפגלייגט, היינו טעמא דר' עקיבא און היינו טעמא ד'חנינא.

אבער א אלבום מוז האבן אויך די סורפרייזעס וואס פושט מען זאל גיין קויפן דעם אלבום, יעדער איז נייגעריג צו הערן וואס האטער צו פארקויפן, און טאמער וועט יעדער וויסן וואס ער זאגט דארט וועלן האלב (כביניש ממש מדייק אויף די נאמבערס) מענטשן עס נישט קויפן, "כאדעך שוין געהערט וואס ער האט צו פארקויפן"

יעצט די אידן וואס לעבן מיט די עקאנאמיע און קענען נישט לויפן קויפן יעדע סידי וואס קומט ארויס אויף די מארקעט, (און דא בינעך ווייטער נישט מדייק, קען זיין נישט אלע אידן, אבער עכ"פ איך) קויפן עס נישט באלד ווען עס קומט ארויס, נאר מען שמעקט אביסל ארום, מע'קוקט די תגובות און די קאממענטס, מ'פרעגט זיך נאך ביי די חברים און ידידים, און אויב קומט צוריק גוטע גריסן דאמאלס גייט מען אלל אין
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

הנה בעל *רעיונות*רעיונות*רעיונות* הלזה בא
אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטורליך »

איז פארהאן א וועב סייט פאר אידישע ניגונים ווי מען קען הערן דעם גאנצן ניגון און דערנאך עס קויפן? אזוי ווי itunes
אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מבין נומ 1 »

כ'הייב נישט אן צו פארשטיין דיין פראבלעם, ווען איך קויף אן אלבום איז מיר א פלעזשור צו הערן נייע ניגונים

ווי פרעמדער די ניגון איז, אלס מער חידוש און אינטערעסאנטער!
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

איך האב דאס אנגענומען פאר א פשטות אז דאס איז די ריזען פארוואס ער לאזט נישט קאפיען ווייל וועסט נישט האבן קיין שעבוד מודה צו זיין אז ס'איז גוט.

לענין, יא. איך האב שוין כמ"פ געהאט די דילעמע פארן קויפן א נייע אלבוים, ווער זאגט אז די ניגונים זענען גוטע? אפשר לוינט נישט די 16 דאלער?

דעריבער קויף איך טאקע נישט אזוי שנעל א נייע אלבום, נאר כ'וועל ווארטן ביז כ'הער נאך די ניגונים פון די גאס.

אנדערש איז אבער ביי געוויסע זינגער וואס זייער אלבום'ס וועלעך גלייך קויפן נאך איידער כ'ווייס עני אינפאו איבער עס, לדוגמא פון: מב"ד, אברהם פריד, יודא/יוסי גרין, רובי באנעט, (למפנים אויך שוועקי), און נאך וואס כ'דענק נישט כרגע, און היינט שוין אויך "שלומי גערטנער". און די סיבה דערצו איז ווייל קיינער פון זיי האט מיר נאכנישט עכט אנטוישט, זיי זענען ביי מיר ווי מוחזק אז פון זיי קומט ארויס א דבר מתוקן.

מיר זענען (נישט דא צו ווארפן) שיך.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

די אנדערע זייט פון די מטבע איז, אראפלאזן די פרייז צוריק צו צען דאלער וועלן מענטשן מער קויפן און ווייניגער קאפיען.

איז דא א סיבה פארוואס א סידי קאסט 16 דאלער?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

שוועמל, דיין לעצטע שירע האט מיך אויך אמאל געבאדערט, ביז איך האב גערעדט מיט איינער וואס גיבט ארויס טעיפ'ס.

ער האט מיר געענטפערט זייער פשוט, יעדע זאך גייט ארויף די פרייז מיט אינפלעישן, אבער סידי'ס טאר נישט ארויפגיין, פארוואס?

שנית, די שפילער'ס, די סטודיאו'ס, די גראפיקער, יעדער בעט טייערער, ווער זאל באצאלן די דיפרענץ?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אין EMS'ן אריין דאס איז א פוילער תירוץ.
איך געדענק נאך ווען סידיס זענען ערשינען האט עס טאקע געקאסט 15 דאלער, און א טעיפ צען דאלער.
די אנגעגעבענע סיבה איז געווען דאן ווייל סידיס זענען טייערער (געווען א ליגנט אבער די חרדים קען מען אלעס איינרעדן).

שפעטער ווען סידיס האבן עמטליך ריפלעיסד די טעיפס איז קלאר געווארן אז צו קויפן היינט א ליידיגע טעיפ קאסט שוין מער אבער די פרייז פון סידי איז קיינמאל געפאלן.

האבן די זינגערס\דיסטריבוטערס זיך דערזען מיט א המצאה; אויפהערן מאכן טעיפס און בלויז סידיס, קאסטן איז ביליגער און די הכנסה איז גרעסער ווייל מען קען דערפאר בעטן 15 דאלער.

זיי כאפן אבער נישט אז פון סידיס מאכט מען קאפיס זייער גרינג מיטן קאמפיוטער דעריבער קויפן עס ווייניגער מענטשן, אבער טעיפס איז שווערער צו מאכן א קאפי.

כשלעצמי פלעג איך קויפן זייער אסך טעיפס ווייל סקאסט בלויז צען דאלער, אבער 16 דאלער האלט איך איז אסאך.

וויכי גיב איבער מיינע ווערטער פאר די אנדערע זייט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
ריח_ניחוח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריח_ניחוח »

גרויזאמער האט געשריבן:קויפן א נייע טעיפ: די זייט פונעם קויפער


גרויזאמער האט געשריבן: וועגן דעם האב איבערגעגעבן ס'ווארט פאר שלמי, איך זעה אז דערווייל רעדט ער נישט, וויכי סקוקט אויס ווי -צו דיין דעסעפוינטמענט- איז דאס מאל פארהאן בלויז איין זייט .


קשיא גרויזאמער אגרויזאמער?
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”