וואס איז, Internet, Website

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

להאיר
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

וואס איז, Internet, Website

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להאיר »

אויף די אנפראנגע (טענה) פון פיעלע פארוואס איך הייב אן מיט אזא הויכע אטמאספערע אן אנהייבן מיט הקדמות און יסודות הייבן מיר דא אן אשכול וואס וועט אביסל מסביר זיין, דערווייל נאר אויף אזויפיל צו קענען לייענען אונזערע אנדערע אשכולות

פאר אינטרעסאנטקייט איז אז עכ"פ אויף דערווייל האט HTML advanced מער וויאוערס ווי HTML basic, וואס דאס געט אביסל צו פארשטיין וויאזוי דער מענטש איז קודם וויל ער וויסן אלעס און דערנאך וויל ער פארשטיין וואס ער ווייסט

און דאס איז אויך איינע פון די סיבות פארוואס בדרך כלל הייבן מיר אן אונזערע אשכולות מיט פראגעס, ווייל דער מענטש וויל דאך ווייזן אז ער ווייסט שוין אלעס (זייט מיר נישט חושד איך בין אויך געשלאגן אין דעם און אזוי אויך יעדער אנדערער בלאג אין די אלגעמיינע וועלט פון קאמפיוטער א.ד.ג. איז דער קעפל א פראגע נישט קיין ענטפער) און נאכדעם איז גרייט צו הערן אז ער פארשטייט נישט יעצט פארוואס פארשטיי איך נישט ווייל איך ווייס נישט דאס און דאס, יעצט וויל איך יא פארשטיין דאס און דאס און אזוי וועל איך פארשטיין די תירוצים אויף די אלע שאלות

ווי אויך וועט איר אליינס פארשטיין אז ווען איינער זוכט עפעס צ.ב.ש. אויף גוגל וועט ער זוכן די קשיא, און ליינען דארטן ווער עס האט א תירוץ דערויף, נישט אנהייבן מיטן תירוץ ווייל אויב יא (ד.ה. אז ער ווייסט שוין דעם תירוץ פארוואס דארף ער דאס זוכן), יעצט לענינינו אז מען וויל אז דער וואס זוכט אן ענטפער, אדער אפילו בלויז צו פארשטיין עפעס, דארף ער זעהן אז יענער האט דעם (פארשטאנד צו פארשטיין) דעם פראבלעם, און אזוי ווייסט ער אז ער קען דארטן אריינגיין זוכן דעם ענטפער

יעצט פארשטייט איר שוין דעם קעפל פון דעם (און א גרויס חלק פון אונזערע אנדערע) אשכול(ות) וואס הייבט זיך אן מיט וואס איז, כאטשיג אויב א צווייטער וועט נישט ענטפערן וועלן מיר אליינס פרובירן, (בדרך אגב זוכן מיר אליינס צו שטייגן און דאס דער עכטער סיבה, עס האט זיך נאר אנדערש אויסגעשטעלט אז מען פרעגט מיר וואס איז די פראגע וואס די פרעגסט מוז איך דאס אביסל מסביר זיין און האפנטליך שפעטער וועלן אריינקומען אנדערע וואס וועלן מיר קענען מוסיף מודעה זיין) איז אבער דער וועג פאר דעם וואס זוכט א ביאור אויף intertnet און/אדער website צו זוכן ווער עס רעדט פון וואס עס איז internet, ער גייט נישט זוכן א זאך וואס ער ווייסט נישט צ.ב.ש. אז אינטערנעט איז א פראטאקאל (ד.ה. ער וועט נישט אריינליייגן און גוגל internet is a protocol און דריקן סיערטש) ווייל ער ווייסט דאס נאך נישט יעצט, נאר אדרבה דאס וויל ער יעצט געוואויר ווערן און נאכדעם וואס ער וועט דאס געוואויר ווערן וועט ער דאס זוכן צו פארשטיין.

יעצט נאך די הקדמה וועלן מיר אביסל אנפאנגען מסביר צו זיין אויף א פשוטע שפראך מיט משלים וויאזוי עס גייט צו דער סדר פון מאכן און קוקן א וועב-זייטל


אט לייענט ווייטער
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com
להאיר
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להאיר »

צו ווייסט איר וויאזוי א טעלעפאן ארבעט ?
די זעלבע זאך איז מיטן אינטערנעט!

ווען איר ווילט רעדן צו איינעם אויפן טעלעפאן, דארפט איר האבן א') א ליין וואס ארבעט ב') איינער (למשל איר אליין) ג') איינער וואס הייבט אויף דעם טעלעפאן (למשל אייער חבר), און יעצט קענען ב')-ג') רעדן דורך דעם טעלעפאן ליין וואס פארבינדט זיי
יעצט וויאזוי ווייסט דער ליין פון וועמען צו גיין און צו וועמען צו גיין, (היינט גייט דאס דורך מאשינען אבער אמאל האט מען געדארפט) דארף מען געבן פאר מיר א סימן (למשל א טעלעפן נומער) און פאר מיין חבר א סימן (ווידער למשל א טעלעפאן נומער) און איך הייב אויף פון מיין זייט און זאג פארן אפערעיטאר, איך ב' וויל רעדן צו ג' און ער שטעלט אריין א ליין (וואס מאנכע רופן דייל טאון) צווישן ב' (וואס פאר סימן האט ער צ.ב.ש. 111-2222) צו ג' (וואס פאר סימן האט ער צ.ב.ש. 333-444) און אזוי קענען זיי רעדן איינער צום צווייטן

יעצט וועלן מיר גיין א טרעפל ווייטער, וואס איז געווארן מיט דער צייט (עס ווערט שוין געברענגט און אן אנדערן אשכול ביי טעכנאלאגיע נאר מיר ברענגען דאס דא אראפ כדי צו פירן דעם שמועס אויף די ריכטיגע רעלסן)
וואס איז געשעהן ווייטער איז אז מען איז געווארן אביסל אויפגעקלערט און אנשטאט וואס א מענטש זאל שטיין און איך זאל איהם דארפן זאגן פארבינד מיר 111-2222 צו 333-4444 האט מען געשטעלט א מאשין, וואס תיכף ווען איר באקומט א דייל-טאון ליינט דאס דער מאשין אז 111-2222 (וואס דאס איז אייער סימן) וויל רעדן צו איינעם און ער שטעלט איהם צו א ליין
אזוי אויך פון די אנדערע זייט אנשטאט איר זאלט דארפן רעדן צו א מענטש, דרוקט איר קנעפלעך און דער מאשין ליינט דאס און ער שטעלט צו פאר יענעם א ליין (דעם זעלבן אויף וואס איר זענט אנגעהוקט) און אזוי קענט איר רעדן איינער צום צווייטן

(פאר די וואס ווייסן נישט, דער טעלעפאן קלונגט איז א פאלשער אויסדרוק, דער אנדערער מענטש אדער מאשין האט צוגעבונדן צו אייער טעלעפאן א גלעקל וואס ער אקטיוויזירט דאס אז איר זאלט וויסן אז איר דארפט אויפהייבן אייער טרייבל ווייל עס איז יעצט קאנעקטעט צו א ליין וואס איינער וויל אז איר זאלט צו איהם רעדן)

יעצט וועלן מיר גיין נאך א טרעפל ווייטער, מענטשן האבן געהאט א מורא'דיגן פראבלעם, אלעס איז שוין גוט מען דארף שוין נישט צאלן פאר דעם מענטש צו קאנעקטן (אין פראפעשאנעל שפראך צו סעטן דעם סוויטש באורד) און איינער קען רעדן צום צווייטן ווי פון זיך אליין, וואס טוט זיך אבער ווען דער צו וועם איר ווילט רעדן איז נישט אוועליבעל אדער נישט אינדערהיים אדער פאר סיי וואספארא סיבה עס זאל נאר נישט זיין איז נישטא ווער עס זאל אויפהייבן דעם טעלעפאן וועט איר בלייבן חוזק
אבסאלוט נישט, עכ"פ אין די היינטיגע טעכנאלאגיע וועלט
נאר וואס איז די עצה?
מען האט ערפונדן אן ענסערינג מאשין, ד.ה. פון יעצט און ווייטער איז דא א מאשין וואס פארשטייט (נישט), אז ווען ער הערט דעם קלונג דארף ער זיך אנרופן פון דעם נומער 333-4444 און אויסהערן אלעס וואס איר ווילט (אגב אין טעק ווארלד הייסט דאס עסטעריסיק [לערך]), און אזוי האט איר פיטשערס און פיטשערס וואס דער (געווזענער פשוטער) ענסערינג מאשין קען שוין אלס טון פאר אייך

יעצט א טרעפל ווייטער, וועט אייינער אייך פרעגן וואס טוה איך אבער ווען איך וויל רופן צו 25369 מענטשן און זיי איבער געבן א מעסעדזש, ווי טרעף איך אזויפיל צייט
ביסט משוגע ? וועט איר איהם פרעגן, די לעבסט נאך און די 70'ס, היינט מיט איין קאל צו (צ.ב.ש.) Verizon האסטו אלע
718-222-xxxx
אויף אן עקסעל שיט, יעצט געסטו דעם שיט פאר די און די קאמפאני וואס וועט דיר מאכן א ראבא קאל און אין צען מינוט איז די זאך אריבער

וכו' וכו' וכו', וואס טעכנאלאגיע האט אלס געטוען

עכ"פ שטייען מיר יעצט אז ווען ב'(ס מאשין) וויל רעדן צו ג'(ס מאשין) איז דאס זייער פשוט מיט א ראבא קאל דורך אן עקסעל שיט
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com
להאיר
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להאיר »

יעצט וועלן מיר אריבער מישן דעם בלאט צום קאמפיוטער

אין די צווייטע וועלט מלחמה יארן, ווען איינער האט זיך געוואלט זעצן ארבעטן אויף קאמפיוטער, (ווי פארשטעדליך וועט איר פרעגן עס איז נאך דעמאלטס נישט געווען אזא זאך, אבער דאס וועלן מיר לאזן אויף א צווייטן מאל אדער שפעטער אין דעם ארטיקל-אשכול) האט ער זיך געדארפט אויפשטעלן פון זיין פלאץ און גיין צו א קאמפיוטער און טון דערויף וואס ער האט געוואלט

יעצט ווי איז ווען איינער וויל האבן אפאר ארבעטערס אין איין אפיס דארף ער האבן אפאר קאמפיוטער?
להאיר ביסט פאררוקט?, נישט אין 2009, היינט האט מען א File Server מיט א network און אלעס קלאפט עס הערשט א געזוטע אפיס ענווייראמענט, און עס קומט א טעקנישאן און אלעס קלאפט

יעצט וועלן מיר אייך דערציילן דעם סוד, אז אויב ווייסט איר וויאזוי נעטווארקינג ארבעט ווייסט איר אויך וויאזוי אינטערנעט ארבעט, אינטערנעט איז די ראשי תיבות פון INTERnationalNETwork

נו איז יעצט דא צוויי שאלות
א') וויאזוי ארבעט טאקע, און וואס איז בכלל דער אינטערנאציאנאלער נעטווארקינג סיסטעם
ב') ווער זאגט פאר די צוויי קאמפיוטערס (אפילו און א לאקאל נעטווארק, וואס פאדערט א באזונדער אשכול פאר זיך אי"ה בל"נ מיט די צייט) אז זיי זאלן זיך צוזאמען רעדן
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com
להאיר
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להאיר »

אט דא ליגט באהאלטן דער שליסל

יעדער קאמפיוטער איז אזוי ווי א מענטש, און אזוי ווי איר קענט באשטעלן א נומער וואס זאל באדייטן אז מען רופט אייך, אזוי אויך האט יעדער קאמפיוטער אן איי. פי. אדרעס, וואס באדייט אז מען רעדט צו דעם קאמפיוטער, יעצט דער נעטווארק (וואס ווי פריער ערווענט איז א מסכתא פאר זיך) איז אזוי ווי דער סוויטש בארד, און ער זאגט פאר אייער קאמפיוטער (וואס ביים טעלעפאר איז דאס דער ראבא-קאל מאשין פון 111-2222) אז ער זאל פארבינדן א ליין צו ג'ס ענסערינג מאשין (וואס איז אנגעצייכנט אלס א סימן מיט דעם נומער 333-4444), דער חילוק איז נאר אז דא רופט מען דאס טעלעפאן נומער, און דא רופט מען דאס איי. פי. אדרעס

יעצט בלייבט נאך איבער די שאלה א') פון דעם פריערדיגן תגובה, וואס עס איז דער אינטערנאציאנאלערנעטווארקינג סיסטעם

און נאכדעם וועלן מיר ווי אונזער סדר איז אנפאנגען מיט נאך א שאלה וואס איז דעמאלטאס א דאומען-נעים, פאר די וואס ווייסן נישט וואס דאס הייסט דאס מיינט למשל אונזער סייט wwiisurvivors.com איז דער נאמען דער זאך מען האט דאך יעצט געשמועס אז עס אזי אזוי ווי א טעלעפאן נומער אז קאמפיוטער 123.123.123.123 וויל זיך באהעפטן צו קאמפיוטער 456.456.456.456, איז אלזא וואס גייט דא פאר, איך בין שוין אינגאנצן צעמישט
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com
להאיר
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להאיר »

טאמער זענט איר נאכנישט גענוג באלמוטשעט מיט קשיות, וועלן מיר נאך צופרעגן

א') יעצט ווי קומט דא אריין א סערווער
ב') און וואס איז דער פשט פון HTML וואס ווערט מסביר געווען אין אנדערע אשכולות, עס איז דאך שוין אלעס מסודר אז קאמפיוטער א' וואס ווערט באצייכנט 123.123.123.123 וויל רעדן צו קאמפיוטער ב' וואס ווערט באצייכנט 456.456.456.456
דערווייל וועט דאס זיין אביסל פאר האום ווארק ביז די אנדערע אשכולות וועלן אביסל פילער ווערן
און אלס א נ.ב. פון די שאלות, עכ"פ/און בפרט, פון דעם וועג וויאזוי זיי ווערן אויסגעלייגט קענט איר, (בעסער געזאגט) דארף איר שוין אביסל פארשטיין דעם ענטפער
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

א גרויסן דאנק להאיר!!!!!
ברענג נאך!!
להאיר
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להאיר »

לאמיר אויף דערווייל איבערלאזן מיט נאך צוויי שאלות

א') וואס איז די גרויסע שטארקייט פון AOL וואס איז ר"ת American On Line
ב') וואס איז דער חילוק ביי IP אדרעסן צווישן Static און Dynamic

און יעצט וועלן מיר אריבער מישן דאס בלעטל און אויפמישן אביסל היסטאריע
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com
להאיר
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להאיר »

ווי באקאנט איז ביי די צווייטע וועלט קריג האט אמעריקע געהאט 3 הויפט גענעראלן 1) דווייט אייזענהאוער (שפעטערדיגער פרעזידענט) 2) אמאר ברעדלי 3) דזשארדזש פעטאן, וואס יעדער פון די דריי האט זיך געפונען אויף אן אנדערן פלאץ אין די וועלט, נו האט זיך דאך אויסגעפעלט אז זיי זאלן זיך קענען פארשטענדיגן אויפן מינוט און סעקונדע, נו וואס טוט מען דא

דעמאלטס איז געבוירן געווארן ביי די מיליטער אזא זאך ווי אינטערנעט, דאס הייסט אז אזוי ווי איר קענט מאכן א נעטווארק אין אייער אפיס אדער ציען א ווייער אויף אריבער די גאס וכדו' דאס האט דאס מיליטער דעמאלטס געטון, זיי האבן פארבינדן די דריי גענעראלן דורך אינטערנעט, (פארשטייט זיך אליינס אז עס האט געהאט גאר אן אנדער נאמען און גאר אן אנדער באדייט) אבער דאס איז נאך אלעס אין געהיימע מיליטערישע סודות, און נאר אנצורירין א קאמפיוטער (דעמאלטס האט דאס געהייסן פראסעסאר) און נישט מאכן קיין חורבן האט מען געמוזט זיין א דזעני אין דעם פאך און אין דעם קאלקולאציע פון 0/1 אנשטאט 1/10 וכו'

יעצט ווען די מלחמה האט זיך געענדיגט און דאס מיליטער האט איינגעזעהן דאס גרויסע נוצן פון האבן דעם נעטווארק צווישן מערערע קאמפיוטערס האבן זיי אויפגעשטעלט א סיסטעם פון זיבן גרויסע באקסעס (כמו פייל שערינג סערווערס) וואס דאס איז אזוי ווי א סוויטש באקס פאר טעלעפאנען, וואס 6 דערפון זענען אין אמעריקע, און די 7-טע איז אויף אמעריקאנער טעריטאריע אבער נישט אין אמעריקאנער באדן און אזוי האט דאס מיליטער געקענט צוטשעפען סיי וועלכן קאמפיוטער זיי האבן געוואלט צו סיי וועלכן קאמפיוטער זיי האבן געוואלט און אלע אינמפארמציע איז תיכף דארטן ווי מען דארף דאס

אבער פארגעסן נישט איין זאך אז מיר האלטן יעצט און די 60' און עס איז נאך א גרויסער מיליטערישער סוד, און דערווייל אין פריוואטן באנוץ איז נאך אלץ דא נאר אזא זאך ווי א מעין פרעים, און כמעט די איינציגע קאמפאני וואס פארקויפט דאס איז IBM און מען דארף זיין א מיליאנער אדער ביליאנער און האבן עטליכע אקער-לאנד שטח צו קענען בכלל עפעס דורכפירן (וואס בדרך אגב דאס איז נאך היינט אויך דער בעסטער וועג ד.ה. צו נוצן א מעין פרעים און נישט קיין פי.סי. אבער דאס איז פאר אן אנדער געלעגענהייט)

עכ"פ יעצט שטייען מיר בערך אין 1965 און דאס מיליטער באנוצט זיך שוין עטליכע יאר מיט אינטערנעט און דער קאנעקשאן גייט דורך סעליולער וועיוו'ס, אבער אין פריוואטן באנוץ שטייט מען נאך אלץ מיט די גרויסע מעין פרעים'ס און מען פלאגט זיך מען קען אפילו נישט טוישן קיין פראגראם אין קאמפיוטער נאר עס איז א קלאץ און אזוי ווי מען האט דאס באשטעלט אזוי איז דאס אויף לעולם ועד

יעצט אי"ה וועלן מיר אריבער מישן דעם בלעטל פון דעם מיליטערישן זייט צו דעם קאמערציאלן זייט פון דעם קאמפיוטער עפאכע
און מיר וועלן אי"ה אנהייבן אביסל מיט AT&T וואס זענען געווען די פארלויפער'ס און יענע יארן, אויף אזוי ווייט אז IBM וואס זענען געווען כמעט די אויסשליסליכע קאמפיוטער פאבריציערער און יענע יארן האבן זיך געמוזט ברעכן און נאכטאנצן AT&T, גענוי ווי די גאווערמענט האט געמוזט נאכטאנצן WALMART און אנהייבן נוצן דעם באר קאוד סיסטעם

און קומענדיגן תגובה אי"ה וועלן מיר פרובירן צו פארשטיין וויאזוי עס איז געווארן דער טויש פון א מעין פרעים צו צוויי אפטיילונגען סאפטוועיר און הארדוועיר און א.א. וו., ביז עס איז צוגעקומען צו דעם היינטיגן סיסטעם (וואס ביי די וועי, האלט דאס ביים קראכן פון איבערפלוס און עס וואלט נישט געשאדט אז מען זאל דאס אביסל שנעלער אפדעיטן צו א שטערקערן סיסטעם, צ.ב.ש. אז עס זאל שנעלער גיין צו 64BIT, ווי אויך צו IPv6 וכדו')
לעצט פארראכטן דורך להאיר אום דינסטאג אקטאבער 06, 2009 3:52 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com
אוועטאר
קראצער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראצער »

נו... זאג ווייטער.. מיר הערן אלע אויס, ישר שכח.
אז ס'קראצט, קראצט מען נישט צוריק ווייל ס'וועט קראצען שטערקער. (קרעדיט. מאסקיטוי)
להאיר
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

ווי פראקטיצירט מען ????????

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להאיר »

איך באקום אפט געפרעגטע פראגעס (פערזענליך נישט אין אישי, נאר די מענטשן וואס קענען מיר און האבן מיר באוואויגן אנצוהייבן שרייבן די ארטיקלען [וואס אדרבא עס וואלט נישט געשאדט נאך אפאר אידן זאלן העלפן איינער דעם צווייטן מיט פרנסה])

להאיר דו שרייבסט מעכטיג אבער מען דארף דאך ערגעץ פרובירן, ווי זאגט די וועלט, מען קען זיך נישט לערנען שערן אויף יענעם'ס בארד, נו ! הכלל

דער תירוץ איז באמת פשוט און קאמפליצירט, עס ווענדט זיך און וואסאפארא סעטאפ סיטועישאן איר זענט

דער קצרה וארוכה איז צו אינסטאולן א סערווער (וועט ערקלערט ווערן שפעטער און דעם תגובה מיט דער צייט ווי די וועלט זאגט כאפ נישט קיין הייסע לאקשן) דאס וועט נאכקומען אין די פאר קומענדיגע תגובות, אבער בעפאר וועלן מיר שרייבן א תגובה אדער צוויי איבער דעם

דרך ארוכה וקצה וואס דאס איז אויב איר האסט א סייט אדער סיי וואס שטעלן זיי איך צו א סערווער עס איז טאקע פון אנפאנג שווערער צו כאפן אבער דערנאך איז דאס גרינגער (עכ"פ פאר א גרינעם)
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com
להאיר
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להאיר »

דער דרך ארוכה וקצרה איז בערך אזוי, יעדער וואס האוסט ערגעץ סיי וואס, בדרך כלל באקומט מען א Root (folder) וואס דאס איז דער סייט און דער ענסערינג מאשין איז א Index פייל, יעצט איז דא צוויי וועגן געוואנדן ווי איר האוסט איירע (לאמיר דאס אנרופן) פראדוקטן

א') (עפ"י רוב איז דאס נישט אזוי נאר צוליב די גרינגערקייט שרייבן מיר דאס ערשט) עס איז דא אזעלכע וואס לאזן עדיטן דורך טייפן וכדומה נישט נאר דורכ'ן מייזל דעם פייל דארטן ווי עס איז אזוי קען מען דאס טעסטן אויפן פלאץ אן דארפן מאכן א פייל טראנספאר, נו איז דאך פשוט דא ווי צו פרובירן אויב מען ווייסט שוין וואס עס טוט זיך אביסל

ב') ווי ערווענט עפ"י רוב לאזן נישט די האוסטינג קאמפאניס (עכ"פ ווילאנג מען איז אויף זייער סערווער) אליינס עדיטן נאר אויף וויפיל זיי געבן אפשנס, יעצט קען דאס אביסעלע איבערשפיצן און שרייבן אויף דעם אייגענעם קאמפיוטער און כסדר דאס טראנפערן (די בעסטע איז דורך אן FTP וואס דארף א פירוש פאר זיך) און זעהן צעביסלעך ווי מען האלט

אבער ווי געזאגט איז דאס אן ארוכה וקצרה ווייל אויב ווייסט מען נאך גארנישט איז זייער שווער זיך צו באגיין, הגם פון איין זייט האבן רוב פון די סייטן 24/7 קאסטומער סערוויס (אבער נישט גע'דאגה'ט אזוי ווי איר זענט א מבין אויף איהם אזוי איז ער אויך א מבין אויף אייך און אויב זעהט ער מיט וועמען ער האנדלט און ער האט נישט צופיל געדולד וועט איר זיך נישט נאך צו לאנג טרעפן מיט א דייל-טאון)
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com
להאיר
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להאיר »

יעצט דער דרך קצרה וארוכה איז צו נוצן אן אייגן אינסטאולטער סערווער (בעיקר וואס די היימישע [און אזוי אויך די אלגעמיינע מענטשהייט וואס זוכן נישט צו ארבעטן שווערן נאר ליעבערשט נישט האבן אסאך פונקציעס איז) צ.ב.ש. iis פאר די וואס נוצן ווינדאוס פראדוקטן מיט צ.ב.ש. סיקוועל סערווער, און די קאודינג איז בדרך כלל געבעיסט אויף דאט-נעט, אבער סי-שארפ

דער אביסל מער קאמפליצירטער וועג פון וואס מיר היימישע אידן (און אזוי אויך גוגל און נאך ריזיגע פירמעס) איז אן Apache סערווער מיט MySql און די קאודינג פארשידנארטיג ווי צ.ב.ש. PHP און/אדער MySql וכו' וכו' וכו' וכו' ווי פארשטענדליך איז דאס דערווייל אלעס נאר גאר בקיצור

דער נעקסטער סטעפ סערווער מיט וואס אונזערע אינגעלייט זענען באקאנט איז א Java סערווער אבער דאס קענען שוין גאר ווייניג

און ווער רעדט נאך פון וואס די בענק נוצן דעם Cobol סיסטעם


יעצט אוודאי אויב אויף קוקט דאס אויס זייער גרינג

IIS = מייקראסאפט געט דאס פאר אומזינסט און היידא געגאנגען, אויף די פרא-ביזנעס קומט דאס שוין לכתחילה מיט

Apache איז שוין אביסל מער קאמפליצירט בפרט אויב מען קאנפיגורט דאס אליינס, אבער אויף דעם איז דא א שטיקל עצה צו נוצן Xampp וואס האט עטליכע פעקעדזשעס

און די אנדערע איז אפילו נישט כדי צוצורירן יעצט


אבער פון דא ביז עס זאל ארבעטן איז "פאלג מיר א גאנג" צ.ב.ש. וואס טוט איר אויב Port:80 ארבעט נישט געהעריג וכו' וכו' וכו' אבער צו כאפן אביסל וואס מען דארף טוען און וויאזוי דער סיסטעם ארבעט איז דאס די מאקסימום וואס מען קען אראפ געבן בקיצור
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com
להאיר
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להאיר »

יעצט בדרך אגב טאמער ווילט איר זיך גארנישט לערנען נאר קענען "גראפיקס" ווייל מען קען שוין "ווארד" און צו וואס זיך פלאגן אויף "פאטאשאפ" איז כדאי צו וויסן אז

רוב עדיטארס, ווי צ.ב.ש. דריעם-וועיווער, UltraEdit, און Nano וכהנה וכהנה רבות האבן "בדמיון" סערווערס וואס טראגן אריבער די פיילס צו א בראוזער בפועל, אדער אפילו נאר צו א "דמיון" בראוזער, וואס דעמאלטס איז דאס שוין ממש א דמיון בתוך דמיון

וואס איז נאר וויכטיג צוצולייגן צו דעם פונקט אז אויב ווילט איר נוצן די עדיטארס כדי זיך צו שפארן פון דארפן לערנען דעם פאך מאכט איר א גרויסן טעות ווייל איר וועט דארטן נאר שווערער דארפן ארבעטן און זיך לערנען אויף די שווערע וועג

המשך יבא אי"ה
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

דא מעג מען קאמענטירן?

איך האב אנגעהויבן שרייבן א לאנגע תגובה נאכדעם וואס די האסט דא דערמאנט וועגן וויזוי אנצוהויבן, דערווייל איז געווארן דערפון א גרויס אריכות האביך עס געלייגט עקסטער דא http://www.ivelt.com/forum/index ... =viewtopic

יעצט זע איך האסט צוגעלייגט אפאר לאאאנגע תגובות, לאמיר זעהן וואס מ'קען דא נאש'ן.

א גרויסען יישר כח!
אוועטאר
CID
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 4:28 pm
לאקאציע: אינטערן טיש
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך CID »

וואס איז למעשה די חילוק פון א PC און א SERVER :?:
קען איך האסטען א סייט און מיין PC :?:
X ____________ כי"ק
. . . איש את רעהו יעזורו ‹ ולאחיו יאמר חזק ‹ חזק . . .
אוועטאר
CID
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 4:28 pm
לאקאציע: אינטערן טיש
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך CID »

אגב א גרויס שכח להאיר :lol: נאר עס איז שוין אריבער א חודש פון דיין לעצטע תגובע :shock:
X ____________ כי"ק
. . . איש את רעהו יעזורו ‹ ולאחיו יאמר חזק ‹ חזק . . .
להאיר
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להאיר »

CID האט געשריבן:וואס איז למעשה די חילוק פון א PC און א SERVER :?:
קען איך האסטען א סייט און מיין PC :?:


עס איז באמת קיין שום חילוק נישט נאר דער פרייז $$$$$$$$$$$$$$$$$$$$$$$$$$$$$
ווי שטייט אין פסוק, והכסף יענה את הכל (מראה מקום עדיין חסר)

אבער איך פערזענליך קויף א רעגולער קאמפיוטער און איך קאנפיגור דאס אלס א סערווער, אבער ווער עס איז נישט "זייער" באקאנט אין די עניינים זאל ענדערש צאלן די פאר דאללאר פאר דעלל וכדו' און זיך נישט ברעכן קאפ, שוין ווייטער דא מיט געלד, ווי זאגט די וועלט
אז מען קויפט ביליג צאלט מען טייער
מען דארף זייער אכטונג געבן וואס מען טוט

אבער אין דעם אפטייטש איז דאס אז א סערווער איז דעדיקעיטעד פאר געוויסע צוועק, משא"כ א PC אדער מער פראפעסיאנאל א ווארק-סטעישאן, איז געמאכט צו ארבעטן דערויף

צ.ב.ש. א ריזיגע פירמע וואס וויל אז יעדער פון אירע ארבעטער'ס זאל קענען צוקומען צו יעדן פייל וואס עקזיסטירט נאר און זייער קאמפיוטער סיסטעם, נעמען איין קאמפיוטער וואס ווערט גערופן (רופט מיר ביטע נישט צו דין תורה איבער דעם נאמען איך האב שוין געהאט היץ דערוועגן און אי"ה לכישרחיב וועלן מיר אריינגיין אין דעם נושא, אבער לעת עתה דארפט איר דאך וויסן וויאזוי צו רעדן צו פראפעסיאנאל מוזן מיר זיך באנוצן מיט זייער שפראך) א פייל סערווער, און/אדער פייל שערינג סיסטעם, וואס דאס ווערט נישט באנוצט פאר קיין שום צוועק נאר אויף צו סטראדזשען פייל'ס, יעצט שטעלט מען אן יעדן ווארק סטעישאן וואס דארטן זענען אינסטולירט די פראגראם'ען אויף וואס מען קען ארבעטן "כשמו כן היא - ווארק סטיעשאן" אבער קיין שום פייל ווערט נישט געסטארט דארטן עס איז נאר אינסטולט די פראגראמען וואס מען קען דערמיט ארבעטן (לויטן געברויך פון יעדן באזונדער) אויף די פיילס וואס ווערט געהאלטן אויף דעם פייל סערווער, אשר יקרא שמו בישראל פייל שערינג סיסטעם

די זעלבע זאיך איז ביים האוסטן אויף א סערווער, נאר דארטן נוצט דער סערווער פאר אן אנדער פאזיציע, ד.ה. עס איז דעדיקעיטעד אויף צו ענטפערן די רופן פון די לאגער'ס, דאס הייסט די קלייענטס וואס לייגן אריין אין זייער URL דעם IP אדער דורך דעם שארט-קאט פון א דאוימעין-נעים, (וואס פארלאנגט א סוגיא פאר זיך) איז אין דעם פאל אנשטאט צו רופן דעם ווארט סערווער אויף פייל שערינג איז דאס באנוצט אויף צו האוסטן דערויף א סייט, וויך איך האב שוין באמת געשריבן אביסל פריער אין דעם אשכול, אויב פארשטייט איר נישט דאן הייבט אן נאכאמאל דעם אשכול פון אנהייב

CID האט געשריבן:אגב א גרויס שכח להאיר :lol: נאר עס איז שוין אריבער א חודש פון דיין לעצטע תגובע :shock:

א יישר כוח פארן זיך אינטרעסירן אין מיינע ארטיקלען אבער איך בין דערווייל געבליבן סטאק אביסל מיט "מעטא" כידוע ליו"ח אז מעטא מייט בעיקר קאוואוטעישאן מארקס (עכ"פ א גרויסער טייל דערפון) און איך דארף איבער ארבעטן מיין מוח צו קענען שרייבן און אויסלאזן אסאך זאכן דערפון וואס וועלן נאכלאזן און נאכקומען לויטן פארלאנג מיט דער צייט, צ.ב.ש. און אונזער פאל ווי איך האלט יעצט מיט קי-ווארדס, דארף איך זיך מיישב זיין און אויסקלארן וואס עס איז די געדאנקען גאנג פון קי-ווארדס וואס דאס וועט אי"ה נאכפאלגן און א צווייטע געלעגענהייט, און וואס עס איז נוגע פאר קאודינג וואס דאס קומט דא אריין, אדרבה זאלן קומען נאך (אומ)וויסנדע און מיטטיילן פון זייער ערפארונג אזוי וועט זיך דאס אפשר רוקן שנעלער, אבער איינער אליין וואס דארף זיך רוקן לויט אומבאשטימטע פלענער דארף אסאך מאל נעמען א שטיקל וואקאציע איבערצוטראכטן די ווייטערדיגע שריט, אן מאכן קיין שאדנ'ס און אן אריינברענגען קיין צעמישענישן אין די ליינער'ס וואס דאס וועט נאר מאכן מער אומוויסנד אנשטאט די פארקערטע

אבער ייש"כ פאר קאמענטירן און אזוי ווייס איך עכ"פ ווייטער ווי אזוי צו גיין וואס עס איז דער פארלאנג
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com
אוועטאר
CID
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 4:28 pm
לאקאציע: אינטערן טיש
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך CID »

יישר להאיר :!: איך האב מיר נישט געראכטן פאר אזא שנעלע ענפער
וויל איך קלאר מאכן אז די זאגסט א ווען מען קויפט א סערווער ארבעט עס גראד ארויס פון באקס
און וואס איז מיט האסטינג וואס איז עס אנדרעש ווי וויטריאל
עני ווע קיפ אפ יאר גרעט ווארק :smile: -c:o
X ____________ כי"ק
. . . איש את רעהו יעזורו ‹ ולאחיו יאמר חזק ‹ חזק . . .
אוועטאר
CID
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 4:28 pm
לאקאציע: אינטערן טיש
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך CID »

א יישר כוח פארן זיך אינטרעסירן אין מיינע ארטיקלען אבער איך בין דערווייל געבליבן סטאק אביסל מיט "מעטא" כידוע ליו"ח אז מעטא מייט בעיקר קאוואוטעישאן מארקס (עכ"פ א גרויסער טייל דערפון) און איך דארף איבער ארבעטן מיין מוח צו קענען שרייבן און אויסלאזן אסאך זאכן דערפון וואס וועלן נאכלאזן און נאכקומען לויטן פארלאנג מיט דער צייט, צ.ב.ש. און אונזער פאל ווי איך האלט יעצט מיט קי-ווארדס, דארף איך זיך מיישב זיין און אויסקלארן וואס עס איז די געדאנקען גאנג פון קי-ווארדס וואס דאס וועט אי"ה נאכפאלגן און א צווייטע געלעגענהייט, און וואס עס איז נוגע פאר קאודינג וואס דאס קומט דא אריין, אדרבה זאלן קומען נאך (אומ)וויסנדע און מיטטיילן פון זייער ערפארונג אזוי וועט זיך דאס אפשר רוקן שנעלער, אבער איינער אליין וואס דארף זיך רוקן לויט אומבאשטימטע פלענער דארף אסאך מאל נעמען א שטיקל וואקאציע איבערצוטראכטן די ווייטערדיגע שריט, אן מאכן קיין שאדנ'ס און אן אריינברענגען קיין צעמישענישן אין די ליינער'ס וואס דאס וועט נאר מאכן מער אומוויסנד אנשטאט די פארקערטע


לע"ד איז וועגן דעם זענען גרויסע קאמפעניס געבויט מיט אסך מענטשן פאר יעדע זאך ניצט מען א צווייטן וואס צפעשעלייזט אין זיין זאך :!: די וויכטיגסטע איז צו מאכן די ערשטע זאך א פלאן [בלא פרינט] און זעהן יעדע זאך ווי אזוי מען וועט עס דערגרייכן :!:
איז די שאלה וואס זענען די סטעפס טא געט ראנינג :?:
X ____________ כי"ק
. . . איש את רעהו יעזורו ‹ ולאחיו יאמר חזק ‹ חזק . . .
להאיר
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להאיר »


לע"ד איז וועגן דעם זענען גרויסע קאמפעניס געבויט מיט אסך מענטשן פאר יעדע זאך ניצט מען א צווייטן וואס צפעשעלייזט אין זיין זאך :!: די וויכטיגסטע איז צו מאכן די ערשטע זאך א פלאן [בלא פרינט] און זעהן יעדע זאך ווי אזוי מען וועט עס דערגרייכן :!:
איז די שאלה וואס זענען די סטעפס טא געט ראנינג :?:


זייער פיין געזאגט אין יעדע גרויסע קאמפאני איז פארהאן אסאך מענטשן, נו אפשר איז אידיש-וועלט א גרויסע קאמפאני אבער ווי עס קוקט אויס יעצט האבן זיי נישט קיין געלד צו באצאלן פאר קיין ספעציאליסטן, און יעדער שרייבט דא אין א קרעטשמע, מיין געשרייבערייען קומט אויך אויף דעם אופן נאר מיין ציל איז צו העלפן אידן מיט פרנסה, אבער אדרבה זאלן קומען נאך ספעציאליסטן און ארויסהעלפן

בנוגע א בלו פרינט, דער בלו פרינט איז צו געבן צו פארשטיין פאר מענטשן וואס ווייסן נאך נישט און זיי ווילן וויסן און לויט דעם פארט דאס ווייטער, אבער פארשטייט זיך אז ווען עס פארלאנגט זיך א טויש צוליב די פארלאנג פון די מענטשן וואס זענען אינטרעסירט אין דעם חומר דויערט טאקע צייט צו מאדיפייען דעם בלו פרינט לויט דעם פארלאנג
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com
להאיר
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להאיר »

CID האט געשריבן:יישר להאיר :!: איך האב מיר נישט געראכטן פאר אזא שנעלע ענפער
וויל איך קלאר מאכן אז די זאגסט א ווען מען קויפט א סערווער ארבעט עס גראד ארויס פון באקס
:smile: -c:o


ניין איך האב געזאגט אז א סערווער שטעלט מען אן פאר א געוויסע זאך און נאר פאר דעם נוצט מען דאס

דער סערווער וואס רופט זיך האוסטינג, איז נישט מער ווי א סאפטוועיר, און דער סערווער פון וואס מען רעדט אזוי ברייט צ.ב.ש. א פייל סערווער, א ד-בעיס סערווער, אדער סיי וואס דאס איז א הארדוועיר סערווער

יעצט דער סאפטוויער סערווער פון האוסטינג קען מען האבן אדער ביי א קאמפאני וואס האוסט, אדער ביי זיך אין קאמפיוטער, וואס רוב וועלט נוצט היינט איז אן אפאשי סערווער, און מיי.עס.קיו.על. דאטא בעיס סיסטעם, מיט פי. עיטש. פי. קאודינג, אדער צ.ב.ש. אן איי. איי. עס. סערווער. מיט סיקוועל סערווער מיט .נעט אדער C שארפ, מיט עי.עס.פי.קס., אבער דאס איז דער חלק פון סאפטוועיר

עס איז אזוי ווי א קאמפיוטער פאר די הארדוועיר, און ווארד צו קענען טייפן

יעצט זענען די גרויסע קאמפאניס א שטייגער דעל אויפגעקומען מיט א געדאנק אז אזוי ווי דער פשוט'ער מענטש וואס וויל עפעס ווייסט נישט וואס א סערווער הייסט וועט מען אים פארקויפן באבע מעשיות, און פון א פשוטן קאמפיוטער וועט מען טוישן דעם נאמען אויף סערווער און עס וועט קאסטן 6-7 מאל אזויפיל, (אבער נאכאמאל האלט מיט אז דאס איז ווייטער ביי הארדוועיר, דער סאפטוועיר וואס האוסט דעם סייט איז א באזונדערע סוגיא און מסכת סערווער)

אויף דעם האב איך געשריבן אז אנשטאט קויפן א סערווער קויפט מען א פשוטער קאמפיוטער וואס נישט די קאמפאני זאגט אז עס איז סערווער נאר איך דער קאמפיוטער אייגנטומער דערקלערט אז דאס איז א סערווער, און וויאזוי טוט מען דאס, ווען מען באנוצט דאס נאר אויף איין ספעציפישע אויפגאבע, און פאר יעדע זאך נעמט מען א נייעם קאמפיוטער וואס מען באנוצט פאר איין ספעציפישע אויפגאבע (פארשטייט זיך אז מיר רעדן נאר פון מענטשן וואס ווייסן וויאזוי צו קאנפיגורן א קאמפיוטער, ווייל אויב נישט זייטשע מוחל און צאלט די עקסטערע פאר דאללער און האט נישט קיין שלאפלאזע נעכט)
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com
להאיר
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להאיר »

יעצט לאמיר אריבער גיין צום סוגיא פון דעם האוסטינג (סאפטוועיר) סערווער

עס ארבעט בקיצור אזוי, יעדער קאמפיוטער האט 65536 פאָרט'ס [טונעלן] (ווען דער קאלקולעיטער ארטיקל וועט זיך אי"ה אויסברייטערן וועט איר דאס אי"ה אביסל מער פארשטיין), און א גרויסער חלק פון זיי איז דעזיגנירט פאר געוויסע פונקציעס און לויט דעם פארשטייט ער זיך מיט א געוויסער פראטאקאל

יעצט קודם וועלן מיר דאס מסביר זיין גאר בקיצור און האפנטליך וועט נאכפאלג שפעטער מער באריכות, לאמיר אנכאפן צ.ב.ש. דער מערסט באקאנטע פאר בעגינער פון וועב דיזיין, דער דיפאולט פאָרט צו וועמען דער "סאפטוועיר" האוסט הערט זיך צו איז 80 און דערפאר איז צוגעשטעלט אז יעדער HTTP וואס איז ראשי תיבות, ה"ייפער ט"עקסט ט"רענספער פ"ראטאקאל גייט געווענליך ביי דיפאולט צו פארט 80, יעצט ווען מען האט א ראוטער דארף מען אויך אנשטעלן אז ווען איינער זוכט דעם איי.פי. וואס ווערט געווענליך דורך א דאומעין נעים פארווארדינג, זאל דער ראוטער דאס ווייטער שיקן צום פארט 80 און ער וועט דאס פארשטיין דורך דעם הייפער טעקסט
יעצט קען למשל אויסקומען אז איר האט אין אייער לאקאל נעטווארק (VPN) עטליכע קאמפיוטער'ס און איר האט אויסגעשטעלט אז איין קאמפיוטער זאל דינען פאר א (הארדוועיר) סערווער, אויף צו האוסטן דעם (סאפטוועיר) סערווער, דארפט איר אנשטעלן דעם ראוטער און איהם זאגן א גרויסן יישר כח פארן אהערברענגען דעם קלייענט אבער פון דא אין ווייטער גיי צו לאקאל 123.123.123.123
און פארשטייט זיך אז אין דעם פאל דארפט איר אויך אריינגיין אין קאמפיוטער און איהם אנזאגן אז ער זאל דורכלאזן HTTP פראטקאל (א פראטאקאל הייסט א שפראך) טאמער עס ווערט געשיקט פון/צו פארט 80
און דערנאך דארפט איר זיכער מאכן אז אייער אנטי-וויירוס פראגראם אדער באקס לאזט אויך דורך, דורך דעם פארט (טונעל) 80 אויב עס קומט אין דעם פארעם פון הייפער טעקסט

יעצט דארף מען גיין רעדזישסטערן א דאומעין-נעים ביי סיי וועלכע קאמפאני, און דערנאך באשטעלן א סטאטיק איי. פיי. (דאס איז דער בעסטער וועג פאר דעם), בדרך אגב דזשעי-נעט, קומט אייביג מיט סטאטיק איי.פי. אדרעסן

און דאן דארפט איר צוריק גיין צו די קאמפאני און זאגן אז דער דאמעין זאל פירן צו דעם איי.פי.וואס איר האט באקומען פון אייער אינטערנעט פראוויידער, און דאן דארפט איר אניסטאולן אין דעם הארדעוועיר סערווער א סאפטוועיר סערווער, אבער דער הארדוועיר סערווער דאס איז נאר פאר קוואליטי באמת קענט איר דאס טוען אפילו אין א לעפטאט

און דערנאך ארויפלאדענען אויפן סערווער דעם אינדעקס פייל, וואס דאס איז אזוי ווי דער שליסל צו א סייט, אדער סיי וועלכע דאטא-בעיס סיסטעם איר ווילט נוצן אפילו איר טוט דאס נישט פארן פובליק (אזוי ארבעטן אלע פירמעס היינט צו טאג מען בויעט אייגענע דאטא בעיס סיסטעמס און מען קוקט דאס אין א בראוזער דורך איינע פון די פריער דערמאנטע קאודינג-סערווערס: און דאס ארבעט פיל פיל בעסער פון צ.ב.ש. מייקראסאפט עקסעס וואס קראכט עטליכע מאל טעגליך אין דורכשניט)

און פון דא אין ווייטער הייבט זיך אן דער פראגראמינג און וועב דיזיין, יעצט די זעלבע זאך קענט איר אויך טון דורך א פירמע וואס שטעלט אייך צו א (הארדוועיר) סערווער, (וואס איז באמת נישט מער פון האויסטינג ספעיס לויט ווי איר פארשטייט שוין יעצט) מיט אן (סאפטוועיר) סערווער) און אן IP, און אויך א דאמעין נעים, האט איר אלעס אויף איין פלאץ, דער חסרון איז נאר אז איר זענט אינגאנצן תלוי בידי אחרים, און צ.ב.ש. אויב אייער קאנקוקרענט באקומט א קאורט ארדער אויף אייך, אדער האט איר סיי וועלכע קאנפליקט מיט די פירמע, קען מען אייך אינגאצן צוגרונד לייגן, אבער פון די צווייטע זייט איז דאס זייער א זעלטענער ערשיינונג און די גרינגקייט דערפון איז א גרויסע מעלה פאר מענטשן וואס ליגן נישט רוב רובם אין קאמפיוטער און טעכנאלאגיע

עד כאן בקיצור נמרץ, המשך יבא אי"ה
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com
אוועטאר
CID
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 4:28 pm
לאקאציע: אינטערן טיש
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך CID »

א גרויסן יישר פארן ארויסהעלפן יודן עס איז דע גרעסטע מדריגה פון צדקה <:>P{

וואס איך וויל פארשטיין איז למשל דא איז דריי אדער מער פלענס וואס איך קען אויסוועלן פאר האסטינג וואס איז די חיליק פון זיי :?:

:idea: אין בכלל וואס דארף מען וויסן ביים עפענען א סייט אויף למעשה
:idea: די חילוק פון PHP ASP.NET IIS SQL HTTP
:idea: לאמיר גיין לויט דיין מהלך איך גיי מאכן א WORD פייל יעצט וויל איך א די WWW זאל עס זען דארף איך צאל 10 טאלער יעדע חודש פאר האסטינג :?: אדער איז געניג צו צאלן זיבען טאלער א יאר :?:
X ____________ כי"ק
. . . איש את רעהו יעזורו ‹ ולאחיו יאמר חזק ‹ חזק . . .
להאיר
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להאיר »

אזוי ווי די לעצטע תגובה איז מער פראגע ווי הוספת בירור הדברים וועלן מיר דאס אריבערקאפיען צו דעם פאסיגן אשכול דערפאר, אין דעם קאמענטארן אפטיילונג, און דארטן וועלן מיר אביסל מסדר זיין די עניינים און דערנאך וועלן מיר קענען אביסל מסביר זיין
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com
שרייב תגובה

צוריק צו “דעוועלאופערס ווינקל”